"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לאקשען ברעט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קוק אהער, די סיבה פארוואס כ'גיי נישט אריין אין קיין דיטעילס איז ווייל כ'האלט זיך נישט ביים טענה'ן אויף יעדעי דיטעיל, ווייל צום סוף דער וואס וויל נישט גלייבען וועט אלץ טרעפען וואס צי אפחוזק'ן אין פרובירען אפפרעגען מיט נארישע טענות, אין כ'בין נישט אויף א מיסיע צי יעדעם איבעררעדען, וואס כ'זאג איז אז ס'דא ערענסטע צווייפלען אין די גאנצע וואקסין אישו אין ווער ס'איז אינטערעסירט זאל עס אדורעכטוהן,

אין ווער ס'וויל נישט הערען אין ס'איז עים באקוועמער צי גלייבען אלעס וואס מען זאגט אים אן צי פרעגען גארנישט, איז עס זיין רעכט, די מציאות איז אז די וואקסינס האבען שוין אנגעמאכט אזאלכע ביטערע קרבנות, אזוי פיהל צער טרערען אין געלט האט עס שוין געקאסט, אין ע"פ רוב די וואס וועקען זיך אויף אין גלייבען נישט אלעס ווי א שוטה זענען די וואס האבען געהאט אין די משפחה פראבלעמען דערפין,

יעצט די דארפסט מיר נישט האבען צי עס אדורעכטוהן ס'דא היינט א אינטערנעט אין האסט דארט אסאך אסאך אינפארמאציע דערוועגען, כ'לייג נישט קיין לינקס ווייל האסט געזאגט אז די ווילסט נישט, אבער טאמער ביסטו מסופק , איז שב ואל תעשה עדיף, ערשט געב נישט אין נאכדעם וועסטע עס שוין אדורעך טוהן ווען די וועסט האבען צייט,

אבער אין איין ווארט וועל איך דיר זאגען , די גאנצע וואקסין איז איין גראבע שטיק שקר, אין אז די ווילסט דיינע קינדער זאלען זייין געזונט געב זיי געזונטע עסען, אין זאג א קאפיטעל תהילים
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

לאקשען דו רעדסט דברים של טעם!!
א טעטניס שאט איז אויך אריינגערעכנט אין דעם? וואס טוט מען צו פערווענטען א רעד ליין??
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

לאקשען ברעט האט געשריבן:יעצט די דארפסט מיר נישט האבען צי עס אדורעכטוהן ס'דא היינט א אינטערנעט אין האסט דארט אסאך אסאך אינפארמאציע דערוועגען, כ'לייג נישט קיין לינקס ווייל האסט געזאגט אז די ווילסט נישט, אבער טאמער ביסטו מסופק , איז שב ואל תעשה עדיף, ערשט געב נישט אין נאכדעם וועסטע עס שוין אדורעך טוהן ווען די וועסט האבען צייט,

אבער אין איין ווארט וועל איך דיר זאגען , די גאנצע וואקסין איז איין גראבע שטיק שקר, אין אז די ווילסט דיינע קינדער זאלען זייין געזונט געב זיי געזונטע עסען, אין זאג א קאפיטעל תהילים

האבעך געזאגט נישט ברענגען לינקס טאקע דערפאר ווייל כ'קאן נישט קריכן אויפן ברייטן נעץ, ס'איז מיר ב"ה פארמאכט.
שב ואל תעשה איז נישט קיין עצה, ווייל אויב ברויך מען עס יא געבן איז מוז מען דאך?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

לאמיר פרובירן צו פארשטיין, אויב ווערט מען אנגעשטעקט מיט באצילן פון א מחלה ל"ע, אויב איז מען וואקסינד דאן קומט מען אפ מיט אביסל פיבער, און אויב נישט דאן ווערט מען קראנק סכנות נפשות, נישט ריכטיג?

ביי א טעטניס שאט איז זיכער אזוי, אז אויב איז מען אימיונט דאן קומט מען אפ מיט גארנישט, און אויב נישט דאן קען עס זיין קאטאסטראפאל, נישט ריכטיג?

אז דו וועסט טענה'ן אז עס איז נישט ריכטיג, נאר די מענטשן זענען סתם אזוי נישט קראנק געווארן, ווייל מען ווערט היינט שוין נישט אנגעשטעקט מיט קיין אנשטעקיגע מחלות, און היינט זענען שוין מגפות נישט שייך ווייל......., דאן לאמיר שטעלן די קושיא אנדערש.

דאכט זיך אז אין רובא דרובא פעלער ווען איינער באקומט א מחלה וואס עס איז דא דערויף וואקסינאציעס, שטעלט זיך ארויס אז דער חולה מחמת איזה סיבה איז נישט געווארן וואקסינירט, ריכטיג?

לכאורה זאגט דאס עפעס.

איז לאמיר הערן וואס זענען די ריסקס פון די שאט'ס, און לאמיר מחשב זיין שכרו כנגד הפסדו.

--------

אגב, איך זעה אז קוטשער האט געשריבן וועגן טשיקען פאקס,
טשיקען פאקס קען זיין א סכנה.
אויב מען באקומט עס ווען מען איז נאך גענוג קליין, דאן איז עס "געווענליך" נישט קיין סכנה, אבער אויב באקומט מען עס ווען מען איז שוין עלטער, און אפגערעדט אויב באקומט מען עס צום צווייטן מאל, דאן איז עס א גרויסע סכנה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

לאמיר רעדן פון די מאמפס פון פאריאר, די מציאות אז דער וואס האט זיך געשטאכען האט עס נישט באקימען איז וואר?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

איזעי האט געשריבן:
אגב, איך זעה אז קוטשער האט געשריבן וועגן טשיקען פאקס,
טשיקען פאקס קען זיין א סכנה.
אויב מען באקומט עס ווען מען איז נאך גענוג קליין, דאן איז עס "געווענליך" נישט קיין סכנה, אבער אויב באקומט מען עס ווען מען איז שוין עלטער, און אפגערעדט אויב באקומט מען עס צום צווייטן מאל, דאן איז עס א גרויסע סכנה.

דאס איז וואס די דאקטוירים ווילן דיר איינרעדן!!
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

אהא, און דו ווייסט פון איינעם וואס האט עס באקומען אלץ ערוואקסענער, און ער איז עס אריבער אזוי ווי א קינד, מיט אביסל קראצענישן און אפאר ווארעמע וואנעס?
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובה דורך דער קוטשער »

רב איזעי, זייט נישט ברוגז, איך וואלט אייך צוריק געפרעגט מיט א שאלה, איר ווייסט פון איינעם וואס איז עס אריבער שווערער?

אבער איך וועל אייך אויך ענפערן, מיין אידענע האט עס געהאט אלס קינד נאך פאר מ'האט געגעבן איינשפריצינגען דערפאר, און עס געהאט א צווייט מאל עטליכע יאר צוריק, -אלס אדאלד האט עס אן אנדער'ן נאמען - און ב"ה ס'געגאנגען ווי געקומען, ב"ה שוין לאנג פארגעסן דערפון.

איך זאג נישט אז ס'קען נישט זיין שעדליך, איך ווייס נישט, אבער קויפן אלעס וואס זיי זאגן ווי הייליג געלט, דאס שוין נישט.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובה דורך והוא פלאי »

נישט שינגעלס הייסט עס?
איך האב עס אויך געהאט און עס איז געזונטע יסורים
און ביי גאר עלטערע מענטשען איז עס א סכנה ח"ו
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

לפי זכרוני איז שינגעלס אן-שטאט געל-זוכט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

מהאט מיר געמעקט א תגובה דא, די אחראים זאלן וויסן אז סהאנדלט זיך דא פון פיקוח נפש.
ווער סוויל וויסן די אמת זאל ארבעטן דערפאר

דאס האב איך געשריבן
"די סנהדרין אין א"י האבן שוין ארויסגעגעבן פאראיארן אז מטאר נישט נעמען וואקסינען, [הפסדן יותר]"
לעצט פארראכטן דורך קליקו אום מאנטאג יולי 04, 2011 2:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

fiena nieas האט געשריבן:לאמיר רעדן פון די מאמפס פון פאריאר, די מציאות אז דער וואס האט זיך געשטאכען האט עס נישט באקימען איז וואר?

ניין, און נאכאמאל ניין
איך האב מיר אביסל אריינגעלייגט לעצטענס אין וואקסינען, און רבותי, ס'איז צרות ווי א בארג, מען פירט אונז אויף א רייד, די גאנצע שטעכעריי איז איין גרויסע געלט ביזנעס וואס די FDA האט זיך אינזין נישט אונז
ס'איז נישטא ווער ס'זאל שרייען די רעגירונג שטיצט עס און פארטיג
ס'פאלט קיינעם נישט ביי צו פרעגן, וואס שטעכט מען אריין אין מיין 6 חדשים'דיג קינד?
איך ווייס קלאר פון עטליכע וואס האבן גענומען שאטס און האבן באקומען די מאמפס
איך ווייס פון עטליכע משפחות וואס נעמען נישט וואקסינען און האבן ב"ה נאכנישט באגעגענט דעם פלו

לאקשן ברעט, טו א טובה, א תמנע טוב מבעליו, נעם דיך שרייבן, דערצייל וואס דו ווייסט, והבוחר יבחר, ווער עס וויל גלייבן זאל גלייבן און ווער נישט נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובה דורך דער קוטשער »

איך וואלט נאך צוגעלייגט, וואס א דאקטער אין וויליאמסבורג האט געזאגט פאר מיין מאמע'ן זז"ג, ווען א געוויסע נידל איז ארויסגעקומען, אז מ'האט עס געגעבן פאר די וויליאמסבורגע און קרית יואל'ע דאקטוירים אויסצוטרייען, ווייל דא איז דא אסאך קינדער קע"ה.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז מ'פרובירט אויף אונזערע קינדער די זאכן, נאר מער פון דעם אז צוריק גייט א קאזע... און ס'בלייבט ביים טרייען, ווער ס'קען נוסח גרויס, און נוסח גאווערמענט, נוסח פארמיסודיקאל שטופעריי ווייסט וואס דאס מיינט, די מאכן זיכער אז ס'זאל אזוי אנגיין אדער אונטער'ן רושם פון פרובירן, אדער אז מ'זאל נישט איבערקוקען וואס מ'האט פרובירט, דער עיקר איז ס'בלייבט א חק, און די אומשולדיגע מאמע'ס ווייסן ניטאמאל וואס מ'טוט מיט זיי.

פרובירט נאר, און פרעגט אייער קינד'ס דאקטער א שארפע פראגע איבער די זאכן, אדער וועט ער זיך אויפרעגן, ווי צו זאגן די טראסט מיך נישט, אבער מ'קען אויך טרעפן א דאקטער, וואס וועט ארויסשטיפען א שמייכעל, יו נאו.. הסבר איז איבריג.

ס'נאך קיינער נישט אנגעקומען צום עידזש צו זעהן אויב נאכ'ן האבן די טשיקען פאקס נידעל אלס קינד, איז מער נישט שעדליך די דיזיז אויף די עלטער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

קליקו האט געשריבן:מהאט מיר געמעקט א תגובה דא, די אחראים זאלן וויסן אז סהאנדלט זיך דא פון פיקוח נפש.
ווער סוויל וויסן די אמת זאל ארבעטן דערפאר

אויב איז עס פיקוח נפש, שפירט פריי איבערצושרייבן די געמעקטע תגובה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובה דורך למעלה משבעים »

אויב האט איר זיך אריין געלייגט אין די נושא לכאורה דארפט איר דאס צו וויסן, זאג, וויזוי ארבעט עס? יעדע דאקטער באקומט א חלק פון די געלט פון די מעדיצינען פעקטערי? און בכלל וויזוי ווייסן זיי אויב איך בין א דאקטער? עס גייט צוזאמען מיט די תעודה? און וועגן דאס וואס מען שרייבט דא אז מען האט געגעבן נידלעך אויסצוטרייען אויף די קינדער וועם ווילסטו איינרעדן אז נאר אין וויליאמסבורג און ק"י איז דא אסאך קינדער......? און וואס הייסט עס איז נישטא ווער עס זאל שרייען? די דאקטוירים מיינסטו אויב וואלטן זיי געהאט איין הוה אמינא אז עס גייט שאדן וואלטן נישט געמאכט א ויצעקו? וועם גייט מען קריטיקירן אויב נישט זיי?
בכלל אויב מעג איך פרעגן, ווי האסטו שטודירט די נושא? ביי דעם זעלבן איינעם פארשוין (איך האב פארגעסן זיין נאמען, איך וועל דארפן איבערפרעגן לאקשן איך גלייב ער וועט מיר נישט וועלן ענטפערן וויסענדיג פארוואס איך דארף עס.....) וואס יעדער חזר'ט איבער זיינע ווערטער? אפשר מאכסטו אביסל ריסערטש אויב ער האט נישט עפעס א יד אחת מיט די קאמפאני וואס מאכט די מעדעצינען וואס ער לאזט יא נעמען נאכדעם וואס מען איז געווארן אנשטעקיק פון איינע פון די קרענק ווייל מען האט נישט גענומען די וואקסינעישן......?
לאקשען ברעט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

למעלה משבעים, קוק אהער פאר אזאלכע אלטע פין העכער זיבעציג איז עס עניוועי נישט קיין אישו, ווען די ביסט אויפגעוואקסען אין מארמאראש איז מסתם נישט געווען קיין וואקסינען, אין כ'זעה האסט דערלעבט אזא הויכען עלטער אן די וואקסינען, אדער אפשער טאקע פארדעם !
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

קליקו האט געשריבן:מהאט מיר געמעקט א תגובה דא, די אחראים זאלן וויסן אז סהאנדלט זיך דא פון פיקוח נפש.
ווער סוויל וויסן די אמת זאל ארבעטן דערפאר

דאס האב איך געשריבן
"די סנהדרין אין א"י האבן שוין ארויסגעגעבן פאראיארן אז מטאר נישט נעמען וואקסינען, [הפסדן יותר]"

איז דא א סטאטיסטיק פון מגן דוד אדום וויפיל נפשות זענען שוין אפגעראטעוועט געווארן אדאנק די איבערגעשריבענע תגובה, אדער וויפיל נפטרים ח"ו זענען אומגעקומען צווישן די פארמעקונג פון די אריגינעלע תגובה ביזן איבערשרייבן פון פריש?

אגב, פון וויפיל באשטייט די סנהדרין, ע' אדער ע"א?
וואו זיצן זיי?
א בילד פון זייערע פרצופים איז מעגליך צו זעהן אפשר?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

הפלא! ווי ווייט דמיון קען איבערנעמען ריאליטעט.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

אין תשובות הגר"מ פינשטיין זצל איז דא א איסור זיך צו לאזן שטעכן אויב איז נישט דא קיין ראיות חותכות אז ס'איז לרפואה, מטאר זיך נישט חובל זיין
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

גוט צו וויסן ווער עס איז די סנהדרין בדעת קליקו.

מי יודע האט געשריבן:איך ווייס קלאר פון עטליכע וואס האבן גענומען שאטס און האבן באקומען די מאמפס
איך ווייס פון עטליכע משפחות וואס נעמען נישט וואקסינען און האבן ב"ה נאכנישט באגעגענט דעם פלו


דו קענסט אפשר אנגעבן א גענויעם נומער פון וויפיל דו "ווייסט" אז זיי זענען געווען וואקסינט און זיי האבן באקומען מאמפס אין די צייט וואס דער וואקסין וואלט שוין געדארפט צו ארבעטן?

און נאך אלעם וויל איך וויסן אויב דאס איז נישט ריכטיג, איך וועל איבערפרעגן:
איזעי האט געשריבן:דאכט זיך אז אין רובא דרובא פעלער ווען איינער באקומט א מחלה וואס עס איז דא דערויף וואקסינאציעס, שטעלט זיך ארויס אז דער חולה מחמת איזה סיבה איז נישט געווארן וואקסינירט, ריכטיג?
ביטע ווער עס ווייסט זאל ענטפערן
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

קרעמער האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:מהאט מיר געמעקט א תגובה דא, די אחראים זאלן וויסן אז סהאנדלט זיך דא פון פיקוח נפש.
ווער סוויל וויסן די אמת זאל ארבעטן דערפאר

דאס האב איך געשריבן
"די סנהדרין אין א"י האבן שוין ארויסגעגעבן פאראיארן אז מטאר נישט נעמען וואקסינען, [הפסדן יותר]"

אגב, פון וויפיל באשטייט די סנהדרין, ע' אדער ע"א?
וואו זיצן זיי?
א בילד פון זייערע פרצופים איז מעגליך צו זעהן אפשר?


ג"א מצטרף, אפשר קען איך האבן דעם נומער פונעם שליח בי"ד? איך דארף עפעס פארלייגן פאר די סנהדרין.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובה דורך שמערי בערי »

איזעי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך ווייס קלאר פון עטליכע וואס האבן גענומען שאטס און האבן באקומען די מאמפס
איך ווייס פון עטליכע משפחות וואס נעמען נישט וואקסינען און האבן ב"ה נאכנישט באגעגענט דעם פלו

דו קענסט אפשר אנגעבן א גענויעם נומער פון וויפיל דו "ווייסט" אז זיי זענען געווען וואקסינט און זיי האבן באקומען מאמפס אין די צייט וואס דער וואקסין וואלט שוין געדארפט צו ארבעטן?

צופעליג ווייס איך אויך פון עטליכע, איינס דערפון נאנטע משפחה מיטגלידער.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

איר זענט גערירט ל"ע?

תגובה דורך והוא פלאי »

קליקו האט געשריבן:מהאט מיר געמעקט א תגובה דא, די אחראים זאלן וויסן אז סהאנדלט זיך דא פון פיקוח נפש.
ווער סוויל וויסן די אמת זאל ארבעטן דערפאר

דאס האב איך געשריבן
"די סנהדרין אין א"י האבן שוין ארויסגעגעבן פאראיארן אז מטאר נישט נעמען וואקסינען, [הפסדן יותר]"

סנהדרין????????!!!!!!!!
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

צו ווייסט איינער וועלכע וואקסינען מ'מוז נעמען און וועלכע קען מען זיכער אפזאגן?
און צו איז דא א נאטורליכע ערזאץ דערצו?
שויתי השם לנגדי תמיד
מעיין2
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2011 8:00 am

תגובה דורך מעיין2 »

מ'וואלט געדארפט פארשען די זאך ביזן סוף.
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”