ייחוס קענער? 8,000 דאלער!

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

ייחוס קענער? 8,000 דאלער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך האב יעצט אן אפפער, אן אייניקל פון הרה"ק רבי אלימלך מליזשענסק זי"ע וואס האט מקובל מפי אבותיו אז ער איז אן אייניקל אבער ער ווייסט נישט פונקטליך ווי אזוי. דאס הייסט אז ער האט כמעט אינגאנצן ארויס די ייחוס אבער עס פעלט אים א צוויי דורות.

דער איד איז וויליג צו צאלן אכט טויזנט דאלער פאר ווער עס וועט אים העלפן אויסגעפינען ווי אזוי ער איז אן אייניקל.

ערנסט פאראינטערעסירטע זאלן זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

אז ער קען צאלן אכט טויזנט טאלער, איז ער ווארשיינליך נישט א אייניקל, כידוע שנכדי ר' אלימלך המה עניים.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

גלייב מיר עס איז א גוטע ביזנעס אינוועסטמענט וואס ער טוט, ער גייט צוריקמאכן דאפעלט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

גרויזאמער האט געשריבן:גלייב מיר עס איז א גוטע ביזנעס אינוועסטמענט וואס ער טוט, ער גייט צוריקמאכן דאפעלט.


דאס האבעך געטראכט איז זיין חשבון
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

די שאלה איז נאר צו דער רבי רבי אלימלך וויל אז מען זאל טרעפען די מיססינג לינקס...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

דערמאנסט מיר א ווערטל פון האדמו"ר מצאנז גריבוב פון דער מכון יוחסין ער זאגט פאר טויזענט מאך איך א יוחס בריוו ביז אדם הראשון פאר צוויי טויזענט מאכט ער דיר א אייניקעל פון רבי ר' אלימלך און פאר פינף טויזענט מאכט ער דיר גאר א אייניקעל פון רבי'ן זכרונו לברכה אליינס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

;l;p-
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

פון פינקי וועבער האב איך געהערט דעם ווערטל אביסל אנדערש. פאר פינעף אלפים געפינען מיר אויס וועמענס אייניקל דו ביסט, און פאר נאך צעהן וועלן מיר מאכן א שווייג....
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך האב מורא אז דא דארף מען נישט א יחוס קענער נאר א אנדערע סארט קענער
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך babaganush »

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

msp האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו דער רבי רבי אלימלך וויל אז מען זאל טרעפען די מיססינג לינקס...


;l;p- ;l;p-
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פאר אכט טויזנט דאללער בין איך רעדי צו נעמען ס'דזשאב, קעש מוז זיין אפ פראנט, ד.ה. אז כ'וועל נישט ווארטן ביז ער וועט צוריק מאכן ס'געלט.

רוף מיר אריין אין מיין סיראקיוז אפיס
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

בשמים האט געשריבן:אז ער קען צאלן אכט טויזנט טאלער, איז ער ווארשיינליך נישט א אייניקל, כידוע שנכדי ר' אלימלך המה עניים.


עס איז למעשה נישט אינגאנצן אזוי, איך בין אליינס אן אייניקל פון רבי'ן רבי אלימלך (איך ווייס יא וויאזוי...), און איך האב א נאנטער קרוב משפחה וואס איז א גרויסער עושר.

וואס איז טאקע שלעכט מיט מכון יוחסין?
לויט וויפיל איך האב געהערט איבער אים, דארף מען פון אים קענען באקומען לכה"פ וואס מען קען באקומען דא אויף אייוועלט....
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נאר...
אויף אייוועלט קריגסטו עס אומזיסט (איינער פרעגט מיר נעכטן אין אימעיל פ"וו עס הייבט נישט אייוועלט.ארג), און ביי מכון יוחסין פאר צוויי - פינף - צעהן אלפים ואין שיעור למעלה אבל יש שיעור למטה
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

דער האלט דאך ביים צאלן אכט אלפים אויף איי.וועלט, קען ער דאך שוין פאר די זעלבע געלט (איך האף אזוי...) גיין צו מכון יוחסין
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לשאלת הרבים וועל איך ענטפערן:

ער איז שוין געווען ביי מכון היוחסין, און ער האט אים געענטפערט אז ער איז גרייט, נאר ער נעמט פאר יעדע זיידע צען דאלער, ביז וועלכע דור ער וויל גיין, אבער נעמט זיך נישט אונטער אים צו געפינען רבי אלימלך, האט ער אים געזאגט גוד ביי, ער דארף בעיקר רבי אלימלך און איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן דערפאר.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סא וואס איז דער פראבלעם, פאר אכט טויזנט דאללער קען ער באקומען אכט הונדערט זיידעס און אולי וועט דער רבי רבי אלימלך זיין צווישען זיי. איך פארשטיי נישט, וועט מכון יוחסין אים נישט זאגען א יא אדער ניין פאר אכט טויזנט דאללער? עס מוז דאך האבען א פרייז
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויף ג'עני איז גארנישטא פאר אים?

איך בין אויך אן אייניקל, אפשר קען ער זיך ערגעץ אנהוקן אין מיין צווייג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

זיס האט געשריבן:לשאלת הרבים וועל איך ענטפערן:

ער איז שוין געווען ביי מכון היוחסין, און ער האט אים געענטפערט אז ער איז גרייט, נאר ער נעמט פאר יעדע זיידע צען דאלער, ביז וועלכע דור ער וויל גיין, אבער נעמט זיך נישט אונטער אים צו געפינען רבי אלימלך, האט ער אים געזאגט גוד ביי, ער דארף בעיקר רבי אלימלך און איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן דערפאר.

מכון יוחסין נעמט טאקע צען דאלער פאר א זיידע, אבער ער האט א תנאי אז ער מוז ארויפגיין ביז אדם הראשון, ער האלט זיך נישט ביים אפשטעלן ביי ר' אלימלך...
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

מעשה שהי' [איך ווייס ביי וועמען ס'איז געווען]: האדמו"ר מגריבוב שליט"א האט אמאל אנגערופן מוצאי פסח א בעל הבית פון א גראסערי פרעגן ביי וועמען ער האט פארקויפט דעם חמץ, האט איהם יענער געפרעגט [נישט וויסענדיג ווער ס'רופט] 'מיינסט אז כ'האב מברר געווען ביים גריבוב'ער רבין צו ער איז א גוי מיוחס'?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

די לאכסט
איך האב געהערט אז אמאהל אין ארץ ישראל האט זיך ביי מכירת חמץ אויסגעוויזען אז דער גוי איז גאר קיין שייגעץ נישט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

8 טויזנט דאללער איז נישט קיין סאך צו דערגיין דער מיססינג לינק, בפרט וויל מסתמא פעלט עם די ערשטע צוויי דורות, קיין רעקארדס איז נישטא, מען מוז אראפ פארן קיין פוילן, זיכען מצבות, זוכען הייזער מיט זייער היסטאריע, אכט טויזנט דאללער איז א שפיי אין ים.

פאר נייגעריקטקייט, וואס וועט ער טוען אויב נאכן אינוועטירען די געלט ווערט ער געוואויר אז עז איז "נישט" קיין אייניקל (דהיינו מען דערגייט דער מקור, און עס שטעלט זיך אויס פארקערט) ?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ער וועט מוזען אהנהייבען פון זיך אליין א נייער ייחוס...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אדער געבן נאך 8 יענער זאל שטיל זיין.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
שבט הסופרים
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבט הסופרים »

איך אפשר ליצור קשר עם מכון היוחסין של האדמו"ר מצאנז גריבוב?
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”