התכלת והחלזון מהו

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

נייע היימישע סייט בענין תכלת

תגובה דורך mitzva man »

עס האט זיך נישט לאנג צוריק געעפנט א נייע וועב-סייט געווידמעט צו די ענינים פון תכלת בזמן הזה. אנגעפיהרט דורך היימישע יונגעלייט פון מאנסי און בני ברק.

תכלת בזמן הזה
http://www.tchelet-net.022.co.il/BRPort ... ?arc=82168


זייער אינטערסאנט און אינפארמאטיוו. (און אויך היימיש...)
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובה דורך וואדקע »

איך האב שוין געהאט אויפגעגעבן אויף דעם נושע אבער יעצט כאפ איך מיר אז עס קומט ארויף איינמאל און זיבעציג יאר
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

וואדקע :grin: אבער - - - וואס זאל איך טוהן, נישט אלעמאל קען איך צוקומען צו א קאמפיוטער, ודי.

חידוש שנתגלה לאחרונה

הגאון רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל, פון די גרעסטע אקטיווע תומכים פון דעם ראדזינער'ס תכלת שרייבט (ליתר דיוק: ברענגט צו) מסיח לפי תומו אז דער חלזון איז א... ווערימל! איך בין מעתיק דאס גאנצע שטיקל ווייל ס'איז א שיינע געדאנק על דרך מוסר ודרוש. אבער איין זאך איז זיכער אז מיר זעהן אז רע"י שלעזינגער און דער בעל המימרא האבן אזוי אנגענומען פאר א דבר פשוט נאך איידער ס'האט זיך געהאנדלט ברבים איבער דעם מיארעקס סנעיל. ודי בזה.
אטעטשמענטס
Untitled.png
לשמור ולעשות ולקיים
מבית עבדים

תגובה דורך מבית עבדים »

ווייסט אפשר עמיצער דעם מיינונג פון הרב בעלסקי שליט"א? איך האב דאס באקומען, מיינט דאס אז ער האלט אז מ'דארף גיין מיט תכלת? גייט ער אליינס מיט תכלת?
אטעטשמענטס
זעהט אויס אז דאס איז א הסכמה אויף א געוויסע ספר, וועלכע?
זעהט אויס אז דאס איז א הסכמה אויף א געוויסע ספר, וועלכע?
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

איך האב געהערט אז ער שטיצט עס. צו ער גייט בפועל אדער נישט בין איך נישט זיכער, כמדומני אז נאר שבת אדער נאר אינדערוואכן.

להשואל באישית - יש עצה ע"י שמשאיל טליתו ואז זה רק מדרבנן.

איך אנטשולדיג זיך פארן נישט משתתף זיין אפטער דא - איך האב קאמפיוטער נאר טייל צייט, ודי.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

באקומען אין אישית, כ'האב נישט געקענט ארויפלייגן ביז יעצט.

בבקשה לפרסם לדוברי אידיש
קבלה און הלכה
לגבי דער צווייטער ענין פון קבלה, איז הרה"ק מראדזין זצוק"ל אין זיינע ספרים זייער מאריך אין דעם ענין אז עס איז משמע פון כתבי האריז"ל אז בזמן הגלות איז נישט דא די מצוה פון תכלת. איז ער מסביר סיי אז דאס איז נישט די פונקטליכע כוונה פונעם אר"י הקדוש אז מען זאל נישט מקיים זיין די מצוה, אפי' ווען מען האט די מעגליכקייט. און דערנאך איז ער מברר אז למעשה ווען עס איז דא א מחלוקת צווישן קבלה און הלכה, פסקנ'ט מען ווי די הלכה.
עס איז כדאי צו ברענגען די ווערטער פון דעם באוויסטן גאון און פוסק רבי מנחם מענדל שאפראן שליט"א, וואס ער האט געשריבן אין זיין הסכמה צו דעם ספר 'צוואת הריב"ש' וואס איז ארויס דורך דעם מקובל רבי אברהם צינווירט שליט"א. מיר זענען מעתיק טייל פון זיינע ווערטער:
"וזאת צריך למינדע העוסקים בספרים אלו, שספרי קבלה... מסבירים לפעמים מצות... שחיובם הוא גם בזמן הזה אלא שאי אפשר לקיימם משום שנשתכח איך לקיימם [כגון תכלת?], ומסבירים שעפ"י סוד יש סיבה בעולמות העליונים שא"א לקיים המצוה בזמן הזה. שאם א"א לקיימם למטה בעולם המעשה ע"כ יש סיבה לזה למעלה, אבל ודאי אם יתהוה מצב שיהיה אפשר לקיים אותה מצוה, הרי זה סימן שהשתנה ההשפעה בזה גם למעלה, וודאי שחייבים לקיים המצוה.
דאס הייסט, אז פונקט ווי עס איז אין די פריערדיגע יארן געווען א סיבה פארוואס מען האט צוריקגעהאלטן די מצוה פון הימל, איז א סימן היינט ווען עס איז צוריק נתגלה געווארן אז פון הימל האט מען געטוישט די השפעה און עס איז קלאר אז יעצט דארף מען צוריק אנהייבן מקיים זיין די מצוה בשלימות.

דעת מרן החזון איש
אין ספר מעשה איש (ח"א עמ' קל"ב) ווערט דערציילט, אז כמה פעמים האבן אידן פרובירט משכנע צו זיין דעם חזון איש וועגן די תכלת פון דעם ראדזינער זי"ע, אבער אלע מאל האט דער חזון איש געהאט די זעלבע טענה, אז עס איז נישט דא קיין שום צד ספק דערין אז דאס איז נישט דער ריכטיגער חלזון. ווידער אויב עס וואלט נאר געווען א קליינע צד אז דאס איז דער ריכטיגער חלזון, וואלטן די רבנים אין יענער צייט זיכער עס אנגענומען.
דער חזון איש האט קלאר געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט'ן אנטון תכלת, אפילו נאר מספק. נאר וויבאלד ער איז זיכער אז די תכלת פון דעם ראדזינער איז נישט די ריכטיגע און ער האט אפי' נישט קיין קליינע צד ספק אז יא, דעריבער האט ער עס נישט געוואלט אנטאן. ("שאין שום הזיק בדבר להטיל ספק תכלת, ואילו היה צל צלו של ספק, הלא היו הגדולים אזי מקבלים אותו").
היוצא לענינינו, וועגן די תכלת וואס קומט פון פרופורא-מורעקס איז לכאורה נישט שייך צו זאגן אז עס האט נישט קיין 'צל צלו של ספק' אז דאס איז דער ריכטיגער חלזון. אויב עפעס, קען מען זאגן אז עס איז כמעט נישטא קיין ספק אז דאס איז יא די ריכטיגע. אויב אזוי, לפי דעם חזון איש דארף מען עס טראגן, לפחות מחמת ספק!

צדיקים זאגן ברוח הקודש תכלת פאר ביאת המשיח
עס ווערט געברענגט בשם כמה צדיקים וואס האבן פארגעזאגט, אז פאר ביאת המשיח וועלן מיר נאך אמאל זוכה זיין צו מקיים זיין די מצוות ציצית בשלימותו, מיט תכלת.
דער הייליגע קאזשניצער מגיד אין זיין ספר עבודת ישראל (אבות פ"ג מ"ד) איז מסביר על דרך הקבלה, פארוואס מיר האבן נישט זוכה געווען אין די לעצטע דורות צו מקיים זיין מצות תכלת. דער ראדזינער רבי זי"ע אין זיין ספר איז מאריך צו מפרש זיין זיינע ווערטער, און ער לייגט צו א קבלה בעל פה וואס דער קאזשניצער מגיד האט דעמאלט צוגעלייגט בזה הלשון: "אף שאמרנו ענין זה, מכל מקום לפני ביאת גואל יגלה אחד מצוות התכלת לישראל". דער ראדזינער גאון לייגט צו אז ער האט דאס פארשריבן פון זייער פארלעסליכע מקורות.
עס איז אויך מקובל ביי די ברעסלאווער חסידים אז איידער משיח וועט קומען, וועט מען ווידער זוכה זיין צו די מצוה פון תכלת. טאקע צוליב די מסורה גייען די ברעסלאווער חסידים מיט תכלת.
אויך ברענגט מען בשם הרה"ק רבי שמשון אסטראפולער אין זיין ספר מנחה דן, א פירוש אויפ'ן זוהר הקודש [דער ספר איז פארלוירן געווארן די לעצטע דורות ממש], וועלכער שרייבט דארט אז נאך יאר ת"ר, וועט מען זוכה זיין צו די התגלות פון תכלת.
לאמיר האפן אז יעצט איז שוין געקומען די צייט.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

נאך א תגובה, איך ווייס ניט צו געשיקט לשם פרסום אדער נישט.

"ולבסוף כתב הר"ר..... שליט"א, ושמעתי מאחד מן האנשים שזכו להתעלות ממצווה זו שהרגיש התעלות בעניני קדושה לאחר שטרח והשקיע במצווה זו, ועכ"פ כדי לזכות לטעום טעם נופת צוף המצווה צריך להחשיבה ולא לזלזל בה ח"ו, וכבר נא' בז לדבר יחבל לו, וירא מצווה וגו', ואולי גם זה טעם לגילוי התכלת בדורנו משום הנסיונות בעניני קדושה ושמירת העיניים כאשר כבר ראו תועלת בזה בעזהשי"ת, עכ"ל"
לעצט פארראכטן דורך mitzva man אום זונטאג יוני 26, 2011 1:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

באקומען, איך נעם ניט קיין אחריות...

סגולות מצות תכלת
ואף שעיקר מצוות התורה צריך לקיים לשם שמים בלי צפיה לקבלת שכר, מ"מ מצוה להדגיש ענין זה בכל זאת, כמבואר בכל מקום בחז"ל.
רק שיש להזהר שאף אם לא יתקיים השכר בעולם הזה מחמת כל מיני חשבונות, שלא יתחרט על קיום המצוה, כי השכר יתקיים בעולם הבא.
אחד מן הבעיות הגדולות במצב העכשוי הם האויבים שבאים להשמידנו בין מבפנים ובין מבחוץ, וכן שבר הכלכלי בעולם כולו שהגיעה גם לארץ ישראל, ויש בעיות חמורות להרבה יהודים בפרנסה וכן להרבה מוסדות התורה.
וחז"ל למדים אותנו שיש מצוה שיכולים בזכותו להצליח בכל זה, וזה מצות ציצית בשלמות שכולל לבן ותכלת.

הצלחה במלחמה נגד האויבים
ע' בפרקי דרבי אליעזר בפרק י"ד
בזכות הציצית האויבים כלים שנ' (איוב לח יג) לאחוז בכנפות הארץ וינערו רשעים ממנה, בזכות (דברים כב יב) על ארבע כנפות.
וזה בודאי שבזמן שיש תכלת, אז זכות המצוה רק אם נותן תכלת ולבן, שבלי זה אין כאן מצוות ציצית בשלמות.

וכן ע' בספרי (הובא ברש"י סוף שלח לך) ר' אליעזר אומר למה נקרא שמה תכלת ע"ש שנתכלו במצרים בבכורות שנאמר ויהי בחצי הלילה וה' הכה כל בכור וכו'

וא"כ רואים שזה כח התכלת שמכלה את האויבים. (ע"ע בפרקי דר"א שם הרבה מאוד תועליות בזכות התכלת )

הצלחה בפרנסה
ישים תכלת בבגדו ע' מנחות מ"ג. בענין תכלת, רבי מני דייק וזבין כחומרי מתניתא, א"ל ההוא סבא הכי עביד קמאי דקמך ואצלח עסקייהו

ע' רש"י דייק וזבין מן המומחה, כחומרי מתניתין דלעיל, דקתני טעימא פסולא הלכך בעי מומחה, (הכוונה שלקח תכלת מן המומחה), וא"כ עכשיו ש'אגודת פתיל תכלת' שמייצר התכלת, מדקדקין בכל מה שנאמר בגמ', יש לו דין מומחה ויש סייעתיה דשמיא להצליח בעסקים

שכר ועונש במצות ציצית
ספרי זוטא פיסקא טו מא. אני ה', אני דיין אני נאמן לשלם שכר: א-לקיכם, מוראכם ודיינכם: אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים, על מנת כן הוצאתי אתכם מארץ מצרים על מנת שתקבלו מצות ציצית עליכם, שכל המודה במצות ציצית, מודה ביציאת מצרים, וכל הכופר במצות ציצית, כופר ביציאת מצרים: להיות לכם לא-לקים, על כרחכם, יכול אם רציתם הריני א-לוה לכם, ואם לא רציתם איני א-לוה לכם, אני ה' א-לקיכם על כורחכם, וכן הוא אומר חי אני נאם ה' א-לקים אם לא ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחימה שפוכה אמלוך עליכם (יחזקאל כ לג) על כרחכם ושלא בטובתכם: דבר אחר, נאמר במצות ציצית אני ה' א-לקיכם שני פעמים, אני ה' א-לקיכם ליפרע ממי שבטלה וכופר בה, אני ה' א-לקיכם ליתן שכר למי שמקיימה ומודה בה:

נכתב בעהי"ת ע"י יצחק ברנד
לעצט פארראכטן דורך mitzva man אום זונטאג יוני 26, 2011 1:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

לכבוד פרשת שלח - פרשת תכלת

הערליכע באלערנדע קונטרס נתחבר דורך א גאון פון כולל חזו"א אין בני ברק. איך ווייס ניט צו איך האב רשות מפרסם צו זיין דעם נאמען, דעריבער טוה איך דערווייל זיך מונע זיין.

קונטרס חותם של זהב
ליינט און האט הנאה.

(צוליב גרויסקייט, איז דאס צוטיילט אויף עטליכע חלקים)


שער, הסכמה און הקדמה
[זעה הפלא'דיגע הסכמה פון הגאון הגדול רבי שמואל נדל שליט"א, מגאוני בני ברק]
אטעטשמענטס
קונטרס חותם של זהב שער הקדמה הסכמה.pdf
(148.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 121 מאל
לעצט פארראכטן דורך mitzva man אום זונטאג יוני 26, 2011 1:33 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

חלק א'
אטעטשמענטס
0חותם של זהב.pdf
(220.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 124 מאל
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

ב'
אטעטשמענטס
1חותם של זהב.pdf
(149.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 126 מאל
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

ג'
אטעטשמענטס
2חותם של זהב.pdf
(113.27 KiB) געווארן דאונלאודעד 121 מאל
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

ד'
אטעטשמענטס
2חותם של זהב.pdf
(113.27 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

ה'
אטעטשמענטס
3חותם של זהב.pdf
(231.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 125 מאל
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובה דורך וואדקע »

נעה, די ריתחא דאוריתא איז עפעס נישט דא...
ווי איז אלד וויליאמסבורג... איך האב עס ליעב געהאט אלס א זייטיגע צוהרער...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

נאך לכבוד פרשת שלח

מאמר מאת הגאון רבי אליהו טבגר שליט"א - (מחדש מצוות תכלת בזמן הזה)

"למשמעות 'נגנז' בדברי חז"ל"
אטעטשמענטס
p48-52.pdf
(54.01 KiB) געווארן דאונלאודעד 125 מאל
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

פאר די וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שמועס לגבי "תפשו נשר ובידם דברים הנעשים בלוז, ומאי ניהו תכלת"
אטעטשמענטס
eagle murex coin.JPG
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

חחחח
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

קרעמער האט געשריבן:מען זאגט נאך פון צאנזער רב אדער שינאווער רב זכותם יגן עלינו אז דער שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים

מיר אידן האבן א מסורה און יעדער דארף טוהן וואס ער האט געזען ביי זיין פאטער

אנדערש קוקט מען אויס ווי וכו'

דו דערמאנסט מיך פון דעם אונגערישן מיטל-יעריגער יוד, וועלכער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אום 56' און האט נישט געוואלט מפריש זיין תרומות ומעשרות.
"איך האב דאס ביי מיין טאטן נישט געזעהן, און ער נישט ביי זיין טאטן. נייע חומרות זייער שיין. אבער נישט ביי מיר אינדערהיים!"

ואידך פירושא.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

mitzva man האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מען זאגט נאך פון צאנזער רב אדער שינאווער רב זכותם יגן עלינו אז דער שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים

מיר אידן האבן א מסורה און יעדער דארף טוהן וואס ער האט געזען ביי זיין פאטער

אנדערש קוקט מען אויס ווי וכו'

דו דערמאנסט מיך פון דעם אונגערישן מיטל-יעריגער יוד, וועלכער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אום 56' און האט נישט געוואלט מפריש זיין תרומות ומעשרות.
"איך האב דאס ביי מיין טאטן נישט געזעהן, און ער נישט ביי זיין טאטן. נייע חומרות זייער שיין. אבער נישט ביי מיר אינדערהיים!"

ואידך פירושא.

ענדיג צו די מעשה פון יענעם איד:

מען האט אים אריבערגעפירט צו א פראמינענטע רב, און יענער האט אים געזאגט אז טראצדעם וואס ער האט דאס נישט געזען ביי זיין פאטער, דארף מען אפשיידן תרומות ומעשרות אין ארץ ישראל, און דער ערליכער געהארכזאמער פאלגזאמער איד האט אנגענומען דעם רב'ס רייד און מיט זיין ערליכקייט און תמימות האט ער ווייטער אפגעהיטן תורה ומצות, און גאט האט אים באשאנקן מיט ערליכע דורות

יעצט לאמיר גיין צום אנדערן האלב מעשה:

דער איד איז נתעורר געווארן צו די מצוה פון תכלת, איז ער אריבער צו א פראמינענטע רב, און יענער האט אים געזאגט אז צוליב טעמים וסיבות שונות וואס מען האט מברר געווען מפי ספרים וסופרים איז נמנו וגמרו אז לעת עתה וועלן מיר אויסווארטן מקיים צו זיין די מצוה פון תכלת ווען עס וועט זיין ברור כשמש אז דאס איז טאקע דער דם חלזון וכו' וכו'

דער איד איז אבער געווען אן אויבערחכם, קלוגער פון די עיני העדה, און טאקע אנגעטוהן א זאך וואס ער האט ביי זיינע עלטערן נישט געזען. אויך ביי אנדערע זאכן האט ער אפגענויגט פון מסורת אבות, ווייל זיינע פאנאטישע עלטערן האבן נישט אלעס געוואוסט, און 'היינט ווייסט מען דאך בעסער'. און זיינע קינדער האבן אויך משנה געווען פון זיינע וועגן, נאר נישט אויף אופנים וואס ער האט זיך פארגעזען אדער געוואונטשן
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

כדאי ציצייכענען אן אינטרעסאנטע רמז פון חת"ס לעצטע וואך, וזל"ק:
על כנפי בגדיהם לדרותם, רומז לנו כי מצות לבן של ציצית יהיה לדורותם לא יתבטל לעולם, ושוב אח"כ על ציצית הכנף פתיל תכלת זה אינו לדורותם כי בזמן הזה ליכא חלזון ותכלת, עכל"ק, והוא נפלא
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

קעמער,
אדרבה איך וואלט געווען זייער צופרידן ווען
יענער האט אים געזאגט אז צוליב טעמים וסיבות שונות וואס מען האט מברר געווען מפי ספרים וסופרים איז נמנו וגמרו אז לעת עתה וועלן מיר אויסווארטן מקיים צו זיין די מצוה פון תכלת ווען עס וועט זיין ברור כשמש אז דאס איז טאקע דער דם חלזון וכו' וכו'
דערווייל זאגן די רבנים דאס נישט.

מיין ראש ישיבה האט מיר ממליץ געווען יא אנצוטוהן. און ער טראגט אוך תכלת טייל מאל.

פארוואס טרעטנ'סטו באלד מיט קינדער וואס וועלן זיך אפנויגן פון דרכי ומסורת אבות? מיר רעדן זאך איצט אדורך וויאזוי מען באדארף צוגיין צו אזוי שאלה. איך טענה אז נישט מיט קיין מעשה'לעך. דו האלסט אנדערש? זאג וואס דו האלסט!
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

יהיה כן האט געשריבן:כדאי ציצייכענען אן אינטרעסאנטע רמז פון חת"ס לעצטע וואך, וזל"ק:
על כנפי בגדיהם לדרותם, רומז לנו כי מצות לבן של ציצית יהיה לדורותם לא יתבטל לעולם, ושוב אח"כ על ציצית הכנף פתיל תכלת זה אינו לדורותם כי בזמן הזה ליכא חלזון ותכלת, עכל"ק, והוא נפלא


איך זעה ניט וואס איז "נפלא". בסך הכל א שיינע רמז. און כבר קדמו האוה"ח "עוד ירצה בהעיר למה כתב לדורותם באמצע פרטי המצוה. אכן לצד שיש במצות ציצית ב' דברים הלבן והתכלת, הלבן ישנו בכל זמן, והתכלת יש זמן שאינו מצוי, ונתחכם ה' ואמר לדורותם קודם זכרון התכלת לומר שהלבן לדורותם אבל תכלת כשאינו בנמצא אין חיוב בו, והגם שהתכלת אינו מעכב את הלבן ולא הלבן את התכלת (מנחות לח א), אף על פי כן הלבן הוא בנמצא לדורות בלא הפסק מה שאין כן התכלת".

אבער טייערע אידן, מיר האבן שוין אויך יוצא געווען דעם לדורותם...
שוין בערך 2,000 יאר וואס מען האט נישט מקיים געווען די מצוה.
דער אוה"ח און ח"ס וואלטן דאס תיכף אנגעטוהן לקיים מצות בוראם.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובה דורך mitzva man »

עס איז פלא'דיג וויאזוי מען טרעפט אויס פון אונטער דער ערד סיבות און טעמים פארוואס מען איז פטור פון די מצוה (אדער גאר אסור).

אפשר איז דאס יא א מצוה? אהן פשט'לעך!
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

קרעמער האט געשריבן:אנדערש קוקט מען אויס ווי וכו'
אזוי ווי קליקו און מצוה מען

mitzva man האט געשריבן:מיין ראש ישיבה האט מיר ממליץ געווען יא אנצוטוהן. און ער טראגט אוך תכלת טייל מאל.

דריי פראגעס:
איינס. וואו קומט אריין דיין ראש ישיבה, אויב איז ריכטיג אז עס איז ודאי תכלת?
צוויי. פארוואס האט ער נאר ממליץ געווען, אויף א מצות עשה דאורייתא וואלט ער געמעגט געבן א שטארקערע הוראה ווי "ממליץ זיין"?
דריי. פארוואס טראגט ער נאר "טיילמאל" תכלת?
פארשפארט

צוריק צו “הלכה למעשה”