ישיבת "מתיבתא" בלאנדאן

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך מיין אז די ישיבה זעט שוין אין די היינטיגע יארן נישט אויס אזוי
ווייסט איינער וואס ר' חיים טוט היינט?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

ס'זעהט אויס ווי "באמאסטיש" האט זיך יעצט לכבוד פסח שני דערמאנט פסח'דיג צו מאכען זיין בבא מציעא גמרא וואס ער האט געניצט אין ישיבה און געטראפען א טוץ מיט בילדער
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווען איך בין געווען דארט צוויי יאר צוריק האט ר' חיים געלערענט אין 88 מיט אינגעלייט.
די מתיבתא איז שוין היינט אזא לאקאלע ישיבה קטנה, די אלע עסטערייכערס זענען מער נישט דארט. איך ווייס נישט פונקטליך ווער ס'פירט עס.

איי איי, ר' יוסל פויזן.. מענדל לאווען, ר' חאזקל לאנדא.... געווען צייטן אמאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ר' זלמן מאטיאש: איז אליין איז געוועהן אין די לעצטערע אידן א שטיקל מנהג גשמי פאר די ישיבה און געגאנגען נאך געלט פאר די ישיבה,
זיי זון ר' סנדר איז געוועהן א מגי"ש פאר די יונגסטע כתה,
די יונגערע בחורים האבן געלערנט ביי ר' אליעזר בענעדיקט חתן של ר' גדלי' ע"ה, ר' יאסל בינדיגער איז געוועהן א מגי"ש א חשובע' איד א ת"ח עצום ובעל מדות,
אויך איז געוועהן א מגי"ש ר' יאסל בייגל, א ת"ח א בעלזא - מאכנובקה חסיד,

און ר' יענקי ב"ר גדלי' איז אויך געוועהן א מגי"ש יארן לאנג,
איך געדענק בערך 20 יאר צוריק ווען ר' אליעזר בענעדיקט'ס כתה איז געוועהן גאר גרויס בערך ווי צווי קלאסן אין יענע יאר האט מען אויפגעבראכן די וואנט פון די צוויי שיעור שטובער נעבן דעם עס זאל אין בעסמענט, און געמאכט פאר איין שטוב, זינט דאן האט ר' חיים נישט געהאט קיין שטוב קבוע ווי ער האט פארגעלערנט,

מתיבתא אינדערוואכן, און מתיבתא שבת, איז צוויי באזינדערע מושגים, שבת זענען געקומען דאווענען פיל בעלי בתים, יוצאי הישיבה, די שנעק'ס, די פויזנס, וכו',
ש"ש פלעגט ר' הערשל דיימאנט זאגן תורה ס'האט געהאט א אייגנארטיגן טעם, ער פלעגט שטארק מאריך זיין....

איין פערזאן וויל איך דערמאנען יעדער וואס האט באזיכט לאנדאן ביז 15 יאר צוריק וועט וויסן פון וועמען איך רעד "ארי' לייב"
ארי לייב מילער, איז א פארשוין וואס אין אמעריקא איז נישטא דוגמתו, א עלנדע איד, ער פלעגט עסן אין ישיבה, בחורים האבן זיך אונטערגעהאלטן אויף זיין חשבון, איך מיין ער פארדינט א באזונדערע אשכול... ווען ער פלעגט שרייען פאסקוניאק.... איי ברענגסט מיר די משוגעים פונעם אלטן דור, אפי' די משוגעים האבן געהאט חן....

ס'איז קלאר אז מתיבתא לאנדאן האט א רייכע היסטאריע וואס קען אפילן פיל פיל בלעטער,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אה אריה לייב, ווער געדענקט נישט? אבער זיינע ׳קללות׳ זענען ווערט צי באשריבן ווערן....
..דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן אן געלט!....
ברעך הענט און פיס און בלייב לעבן....

אויף ר׳ געציל בערגער האט ער געהאט טויטע קללות... עה געציל א שנארער איז ער געווען געציל מיטן זעקל...

בכלל איז מתיבתא געווען ׳געבענטשט׳ מיט אזוילכע מאדנע ברואים א שטייגער ווי.... הערשבערג, און דער געשמאקער גאליציאנער פרויקע... וועלכע זענען געזעצן ביי די פרישטיגס ביז רבי הערשל איז געקומען שרייען שעגעץ שעגעץ בחורים ארויף.....
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

שוועמל, שראל ראנד איז עפעס אוועק צו מאכן??

ארי' לייב בן יוסף זאל זיך מיעהן, א איד פון די איסט ענד, אוי האט מען געהאקט א לעבן אויף זיין חשבון נעבעך, ווער רעדט נאך ווען ער האט זיך געטראפן מיט זאב וואס האט געגאנבעט די לייכטער.. סוד ה' ליריאיו
איך בין שוין געווען אויף זיין ציון איהם איבערצובעטן אויב כ'האב איהם וויי געטוהן.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אכטונג!

אויב האט איר נישט געלערנט אין מתיבתא, טרעט נישט אריין דא אין דעם אשכול, דא גייט אלסדינג מיט קאודס אז נאר ווער ס'דענקט זאל פארשטיין... :arrow:
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווינקל האט געשריבן:
אכטונג!

אויב האט איר נישט געלערנט אין מתיבתא, טרעט נישט אריין דא אין דעם אשכול, דא גייט אלסדינג מיט קאודס אז נאר ווער ס'דענקט זאל פארשטיין... :arrow:

האמיר דא קעיזנאוו אליין!

ארי' לייב
ווי קען מען נישט דערמאנען סע'רגסטע אויב האט מען אנגעצינדן דעם ציגערעטל פון די ליכט אין שול
פרייטיג צינאכטס נאך קה אכסוף פון שמילי בערגער.... האסט א ציגערעטל... שוין אויס שבת....

צי זיין מזל איז ער פונקט געשטארבן ערב סוכות ווען די בחורים זענען נישט דארט געווען עם מפייס צי זיין......., אויב געדענק איך גוט איז זיין משפחה נאמען געווען מיללער?...

ווער האט דא דערמאנט ר' יוסל פאזן זז"ג, אה שיינע שבתים אנגעברענגט, שעות ארוכות מיט אים פארבראכט....
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דאנערשטאג מאי 19, 2011 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

קעיזנאוו האט אבער די טריפענע 118 אויך...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווער ס'האט נישט צוגעזען די מעשה פון ארי' לייב ווען ער האט אנגעגאסן ר' הערשל דיימאנד מיט א טעללער אויל, לא ראה שמחה מימיו...

און משה האראש געדענקט נאך איינער? אויך נעבעך פלוצלונג אוועק.
צווישן איין קאר סערוויס טריפ און צווייטן (מיני קעב) פלעגט ער קומען אין מתיבתא צו ר' חיים'ס שיעור, און אריינגעפרעגט אפילו קשיות..
און ער האט זיך נעבעך פאראמפערט מיט משה קרויס...... איי געווען זיס דאס. נאסטאלגיע.

ניטל נאכט פלעגט מען גיין צו ר' אברהם חיים ראפפורט הערן אינטערעסאנטע שמועסן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לאנדאן, טראץ איר צוריקגעבליבנגקייט, פארמאגט עפעס א פארצייטישקייט וואס איז נישט פאראן אין אמעריקא. עפעס א סארט חן.

קאן זיין אז נאר מיר געפעלט ער...
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

שוועמל, אז די האסט שוין דערמאנט דעם נאמען, איז כדאי צו מעורר זיין מען זאל מתפלל זיין פאר איהם ער זאל שוין אויפגעראכטן ווערן בקרוב
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אויב געדענק איך ריכטיג, איז בערך תשמ"ו, מ"ז געווען בחורים וואס זענען געווען ברוגז אויף א צווייטען, האבען זיי אריינגעלייגט א מז"ט אין דער איד פאר יענעם אז ער איז א חתן געווארן, און עס זענען געווען אינטערגעשריבן אלע לאנדאנער קעיסעס, איך האב עס ערגעץ אוועקגעלייגט, אויב איינער האט עס זאל ער עס ביטע ארויפלייגען,
אבאלע איז דארט געווען, ועוד
ודרך אגב, איך מיין מען דארף דעם אשכול איינטיילן אין תקופות, כל תקופה ותקופה חן שלה, למשל אין די כף יארן פלעגט נאך ר' שלמה קליינמאן זצ"ל זיך מטיב חלום זיין דארט יעדען טאג.
למה זה תשאל לשמי...
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

קעיזנאוו רד. האט געשריבן:קעיזנאוו האט אבער די טריפענע 118 אויך...

????
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

118 איז היינט דער ביהמ"ד ליוצאי תימן, וואס איז געווען דארט אמאל?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ניין, 118 איז תורת חסד,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

קעיזנאוו רד. האט געשריבן: ווער רעדט נאך ווען ער האט זיך געטראפן מיט זאב וואס האט געגאנבעט די לייכטער.. סוד ה' ליריאיו
איך בין שוין געווען אויף זיין ציון איהם איבערצובעטן אויב כ'האב איהם וויי געטוהן.

זאב איז נאך דא?
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מאטקע האט געשריבן:

געב אביסל מער פרטים פון וואס מרעד דא
יאנקעל די פופציגער
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

איינער א רוסישע, געוואינט אסאך יארען העכער פינטער'ס, געהייסען "זאב" ביי געוויסע "לייבעל", געזאמעלט געלט א גאנצען טאג, און אוועק געלייגט אונטער דער באלאטעס, זיך געשלעפט מיט צוריסענע שיך, וואס בד"כ איינס איז נישט געווען פון דעם זעלבען פאר פון צווייטען, וואס נאך?
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

מאטקע האט געשריבן:איינער א רוסישע, געוואינט אסאך יארען העכער פינטער'ס, געהייסען "זאב" ביי געוויסע "לייבעל", געזאמעלט געלט א גאנצען טאג, און אוועק געלייגט אונטער דער באלאטעס, זיך געשלעפט מיט צוריסענע שיך, וואס בד"כ איינס איז נישט געווען פון דעם זעלבען פאר פון צווייטען, וואס נאך?

די רעד'ס פון מער ווי 10 -15 יאר צריק?
יאנקעל די פופציגער
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער גאנצער אריה לייב איז שוין צוריק מיט א פערצן יאר צוריק!
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

jkup50 האט געשריבן:איך מיין אז די ישיבה זעט שוין אין די היינטיגע יארן נישט אויס אזוי
ווייסט איינער וואס ר' חיים טוט היינט?

הגאון ר' חיים שליט"א איז היינט א מגי"ש אין די ניי געגרינדטע סאטמארע ישיבה גדולה אין לאנדאן (ע"י חסידי מהרז"ל ט"ב)
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

באמבאסטיש האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:הגה"צ ר"י תורת חסד פלעגט נאכזאגן פון זיין רבי'ן רבי אברהם ראנד ז"ל אז א בחור קען מען דערקענען ביים דאווענען, ווייל ביים דאווענען זעהט מען דעם יר"ש פונעם בחור.

איך האב ביי מיר א דרשה פונעם תורת חסד ראש ישיבה ז"ל ווי ער ברענגט אראפ דעם זעלבן געדאנק, זאגנדיג אז ער האט דאס געהערט משמי' דמרן הק' מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

א טענצל! האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:איך מיין אז די ישיבה זעט שוין אין די היינטיגע יארן נישט אויס אזוי
ווייסט איינער וואס ר' חיים טוט היינט?

הגאון ר' חיים שליט"א איז היינט א מגי"ש אין די ניי געגרינדטע סאטמארע ישיבה גדולה אין לאנדאן (ע"י חסידי מהרז"ל ט"ב)

איז ער צריק און די כלים?
יאנקעל די פופציגער
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

jkup50 האט געשריבן:
מאטקע האט געשריבן:איינער א רוסישע, געוואינט אסאך יארען העכער פינטער'ס, געהייסען "זאב" ביי געוויסע "לייבעל", געזאמעלט געלט א גאנצען טאג, און אוועק געלייגט אונטער דער באלאטעס, זיך געשלעפט מיט צוריסענע שיך, וואס בד"כ איינס איז נישט געווען פון דעם זעלבען פאר פון צווייטען, וואס נאך?

די רעד'ס פון מער ווי 10 -15 יאר צריק?

נאר וואס'זשע דען!?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”