"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות" שע"י חסידי סאטמאר)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2213
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
א הערה קטנה, מיר אלע חסידים וועלכע האבן שייכות מיט צאנז, וגם לרבות תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, וועלכער האט זיך געהאלטן דבוק אין דעם גדול בענקים, ווייסן פון די סיגופים פון דעם קדוש אלקי הגה"ק מצאנז זי"ע, וועלכע איז געווען למעלה מהשגתינו.
אבער אין אוצרות ניסן תשע"א, איז געווען (דף 25) א קאפיע פון א בריוו פון הגה"ק מהר"ש מבאבוב (הראשון) זי"ע, ווי ער שרייבט, אז אויף די ספרים פון זקינו הק' מצאנז קען מען זעהן טיפות שעוה פון די לעכט וועלכע פלעגן אראפטראפן בשעת'ן לערנען אין די שעות הלילה המאוחרות, אבער מיר באדערט אז אונטערן בריוו שטייט אין קורצן דעם תוכן, 'אז מען קען זעהן די טראפן בלוט אויף די ספרים', טייערע עורכים, הגה"ק מצאנז זי"ע גייט נישט ווערן גרעסער מיט דעם, יא, ער האט זיך אסאך מסגף געווען, און עס האט אסאך בלוט גערינען פון זיין הייליגן גוף ביי זיינע הייליגע עבודות (וכידוע המעשה עם הרה"ק מבארנוב בהמקוה ואכמ"ל), אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם בריוו, און מיט דרייען קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
און דאס איז אויסער דעם וואס עס ברענגט אראפ דעם ניווא פון אזא רייכע אויסגאבע.
ודי בזה

לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2213
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
מי יודע האט געשריבן:צולייגער
איך ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי בייז, אבער כ'מיין ס'איז א דבר ידוע און ס'איז נאך היינט דא א ספר, דוכט זיך א ראשית חכמה וואס מען זעט דערויף טראפן בלוט
כמדומה שכך שמעתי מאדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
צולייגער האט געשריבן: יא, ער האט זיך אסאך מסגף געווען, און עס האט אסאך בלוט גערינען פון זיין הייליגן גוף ביי זיינע הייליגע עבודות (וכידוע המעשה עם הרה"ק מבארנוב בהמקוה ואכמ"ל), אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם בריוו, און מיט דרייען קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
און דאס איז אויסער דעם וואס עס ברענגט אראפ דעם ניווא פון אזא רייכע אויסגאבע.
ודי בזה
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3345
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
יהיה כן האט געשריבן:צילייגער מיינט ס׳נעמט אוועק פון דעם ארגינאלקייט פון דעם ווען מען איז מוסיף וגורע צי אן עדות ווי דער באבעבער רב וועלכער איז נתגדל געווארן על ברכי זקינו הק׳
ער מיינט נישט אפציפרעגן, והבן און איך שטים מיט
אקעי
איך האב נישט פארשטאנען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר האלף
- תגובות: 1053
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm
אוצרות ווערט ציביסלעך א ריכטיגע "אוצר"! א זעלטנהייט פון תוכן, רייכקייט, שיינקייט. פון אלע אספעקטן.. אין א אינטערעסאנטע צופאל האבן זיי פונקט געמאכט א אינטערוויו מיט הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער ז"ל מוותיקי חסידי סאטמאר, אין אזוי אינצווישן האט ער זיך אפגעפעקלט פון די וועלט אין די ניייע יונגע אויסגאבע האט אריינגעכאפט א זעלטענע מציאה מיט די דאזיגע היסטארישע אינטערוויו, מ'בעט די וועטעראן שרייבערס זאלן אביסל דערציילן וואספארא אוצרות מ'קען כאפן די חודש
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 316
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 632
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
- לאקאציע: אין מיינע גלייזן
דעם שבת נאכמיטאג האב איך גענומען דעם אוצרות אויסגאבע אין מיינע הענט און איך בין געווארן ארומגענומען מיט א שאק און פרייד געמישט. דהיינו?
אז אין יאר 2011 זאל נאך קענען ארויסקומען א אויסגאבע מיט ריינע רייכע תורה'דיגע השקפה ס'ממש א אוצר
ס'האט אין זיך פאר מענטשן וואס גלייכן וועלטליכע היסטאריע. היסטאריע פון חסידישע רביים.
אן השקפה ארטיקל יעדן חודש פון א צווייטן מגיד (דעם חודש האבן זיי פון ר' עמרם כהן)
אן ארטיקל פאר בחורים. פאר קינדער. פארן עקרת הבית
ווערטפולע אוצרות
ס'נאר געבליבן צו האפן אז זיי וועלן קענען אנגיין מיט
זייער הייליגע ארבייט עד ביאת הגואל

לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
-
- שר האלף
- תגובות: 1788
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
מי חכם האט געשריבן:קוקט אויס גאר גוט. א אויסגאבע מיט טעם. און שטילערהייט קען מען צוגעבן אז דער אויסגאבע קען פונקט אזוי געקויפט ווערן דורך סתם סאטמארע חסידים, נישט דוקא פון די א.ד. פראקציע. עס שטופט מיט גארנישט די אגענדע פון די פראקציע, חוץ פשוט אז די מו"ל און שרייבער באלאנגען אהין.
אפשר מער געזאגט געווארן אויף פאריגען חודש ווי דעם חודש..
דער אויסגאבע פארלאפענעם חודש איז אין מיינע אויגן געווען א בלויזער "פיילעט", א סעמפל. מ'האט געוואלט דעם עולם אריינברענגן אין די זאך, מ'זאל כאפן דעם רעיון אז דאס איז נישט קיין צווייטע בלאט.
סייוויאזוי איז דער אויסגאבע פון דעם מאנאט א העכסט געלונגענער אויסגאבע. ספעציעל דער אינהאלטסרייכפולער מדור צו באשרייבן פארצייטישע חסידים, און טאקע דער ערשטער הרה"ח ר' יושע גאלדבערגער ע"ה. נעמענדיג אין באטראכט אז אלע חצרות האבן שוין היינט אזא סארט גליון, און דארט באשרייבט מען די פארצייטישע חסידים, ווידעראום סאטמאר האט אזאנס קיינמאל פארמאגט (לכאורה ווייל ביידע פראקציעס האבן צייטונגען, שפירט זיך נישט אזוי דער חלל פאר א תוכנ'דיגער גליון, אן בילדער און טעגליכע אינערליכע פאליטיק).
אזוי אויך איז דער ארטיקל פון משה יואל יודא ווייס ארום די זעקס טאג'עדיגע מלחמה העכסט אינטערעסאנט און ברייט אויסגעשמועסט. (הערה קטנה: די רויטע רינגעלעך אויף די בייגעלייגטע מאפע ערשיינען למעשה נישט..) דאכט זיך אבער אז ס'דא פיל מער צו שרייבן איבער דעם, און ער וואלט דאס געמעגט מאכן אזא פארזעצונג ווי שמואל שלמה טעללער'ס פארזעצונג אויף די מערכות היהדות החרדית בארה"ק. (איז נישט א ענליכע סארט סעריע געלאפן אין אידישע געדאנק?)
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
-
- שר האלף
- תגובות: 1788
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
העיקר שכחתי, עס שטיפט שוין איינמאל די אגענדעס פון יענע פראקציע, אבער עס איז בכלל נישט קיין פעלער ווילאנג מ'קען אריבערמישן דאס בלעטל וואס פראפעגאנדירט און פראקלאמירט חסידות און שוואנצאנעס, און ליינען די ארטיקלן וואס זענען טאקע יא שווים לכל נפש.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3345
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 451
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm
איך האב עס פריער געענדיגט דורך בליקן, ער איז ממש א פראכט, און א נחת צו זען ווי שיין און ווי רייך עס איז, צום לעצט זענען מיינע אויגן געפאלן אויף די ארטיקעל 'האלב מליאן אידן פארניכטעט אין בלויז 47 טעג' ליינענדיג בין איך געווארן פארפרויערן קאלט נאכדערצו ווי ער ענדיגט דארט מיטן גאנצן אב הרחמן לע"נ די קדושים שנהרגו עקד"ה האב איך געשפירט ווי איך לאז א טרער אויף א ברענעדיגע ליכט שטייענדיג לעבן א מאסן קבר....
זייער שיין, און חזק ואמץ, עס איז ממש א קידוש השם אז אין אידישע שטיבער זאלן זיך דרייען א גאנצען חודש אזא ליין מאטריאל
זייער שיין, און חזק ואמץ, עס איז ממש א קידוש השם אז אין אידישע שטיבער זאלן זיך דרייען א גאנצען חודש אזא ליין מאטריאל
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3345
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
אינטערעסאנט. מען האלט נאך צוויי טאג פאר ראש חודש סיון, און די "אצרות" פון חודש סיון איז שוין אין די געשעפטן. דאס איז א חידוש אין חודשליכע אויסגאבעס.
אבער די גרעסטע איבעראשונג איז מיר אנגעקומען נאכ'ן עפענען דעם פלאסטישן זעקל וואס נעמט ארום די צוויי אפטיילונגען. די חודש איז די אוצרות זייער זייער אינטערעסאנט און אינהאלטסרייך. מלא תוכן, ידיעות, השקפה, היסטאריע. עס איז ווערד דעם פינעפער.

- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן
ייש"כ צייטליך. איך האב געקויפט די חודש אייר אוצרות, זייער הנאה געהאט פונעם עצם געדאנק. ר' יושע גאלדבערגער איז שיין באשריבן.
איך מוז זיך אבער אפשטעלן ביים ארטיקל פון די מלחמת ששת הימים, וואס אין געשעפט האט מיר אויסגעקוקט ווי ער גייט דא באשרייבן מיט זאפט וואס איז דעמאלטץ פארגעגאנגען, למעשה האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אלץ אן ארטיקל טראנסאלירט פון ערגעץ וואו, זיך איילענדיג אנצוקומען צום פאנטש ליין אז "סאטמארע רבי איז געווען גערעכט"... וואס דארט צולייגט ער עס מיט ספייסעס. ער איז זיך סותר צו מדינת ישראל האט יא אדער נישט געוואלט גיין אין מלחמה, און בכלל דערמאנט ער פילע ראשי פרקים אזוי דרך אגב'דיג וואס פון זיינע ווערטער קוקט אויס כאילו די ליינער ווייסן דאס שוין פון לאנג, און די זאכן פעלן באמת אויס צו וויסן כדי צו פארשטיין די פאזל פונעם געשיכטע.

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3345
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- שאץ מאץ
- שר האלפיים
- תגובות: 2885
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ווען איך האב געליינט די זעקס טאג'יגע מלחמה באשרייבונג האב איך פארשטאנען אז זיין פוינט איז די דאקומענט וואס די סי איי עי גיבט ארויס די פאקטן פון די מלחמה, ממש אט דאס האט דער רבי פאראויס געזאגט, ס'טייטש אז זיין חכמה (צו רוח הקודש) איז געגאנגען אזוי ווייט צו פארשטיין די תוך תוכית פון די שרי המלוכה, וואס אט די פאקט איז זייער אינטרעסאנט,
חודש סיון
איך האב עס גענומען אין די האנט נעכטן נאכט, איך האב עס נישט געקענט אראפ לייגן, ס'איז רייך, שיין, און ערליך,
די קרעפל פשעטל איז זייער געשמאק אראפגעלייגט בלשון הוה כאילו ס'געשעהט יעצט, ס'איז דא דעטאלן וואס זענען איבער געגעבן דורך האדמו"ר מהר"א,
ר' אייזיקל זדוטשוב'ער איז א רייכע ארטיקלען מעשי ידי אומן פון הרב דאסקאל פון א"י (שרייבער פון ר' פרץ'נס ספר נפלאים מעשיך)
אמירת תהלים, איז א שלל פון שיינע סחורה,
המשך פון ר' יקותיאל הערש מיט א באשרייבונג אויף ר' מילך הגדול איז סמעטענע, ס'איז היימיש, (עכ"פ פאר מיר)
די ווינקל פאר בחורים קוקט אויס זייער רייך, (נאכנישט געליינט)
ר' עמרם כהן מיט ר' יוסף חיים גר"ו זעהט אויס שיין און באלערנט (נאכנישט געליינט)
ועוד וואס איך האב נאכנישט געליינט
די פרויען אפטיילונג וואלט איך געזאגט איז כמעט אזוי מענעריש ווי ווייבעריש, איך האב שטארק הנאה געהאט פון עטליכע ארטיקלען דארט,
אבער ס'איז קאלירפול און ציענד,
חודש סיון
איך האב עס גענומען אין די האנט נעכטן נאכט, איך האב עס נישט געקענט אראפ לייגן, ס'איז רייך, שיין, און ערליך,
די קרעפל פשעטל איז זייער געשמאק אראפגעלייגט בלשון הוה כאילו ס'געשעהט יעצט, ס'איז דא דעטאלן וואס זענען איבער געגעבן דורך האדמו"ר מהר"א,
ר' אייזיקל זדוטשוב'ער איז א רייכע ארטיקלען מעשי ידי אומן פון הרב דאסקאל פון א"י (שרייבער פון ר' פרץ'נס ספר נפלאים מעשיך)
אמירת תהלים, איז א שלל פון שיינע סחורה,
המשך פון ר' יקותיאל הערש מיט א באשרייבונג אויף ר' מילך הגדול איז סמעטענע, ס'איז היימיש, (עכ"פ פאר מיר)
די ווינקל פאר בחורים קוקט אויס זייער רייך, (נאכנישט געליינט)
ר' עמרם כהן מיט ר' יוסף חיים גר"ו זעהט אויס שיין און באלערנט (נאכנישט געליינט)
ועוד וואס איך האב נאכנישט געליינט
די פרויען אפטיילונג וואלט איך געזאגט איז כמעט אזוי מענעריש ווי ווייבעריש, איך האב שטארק הנאה געהאט פון עטליכע ארטיקלען דארט,
אבער ס'איז קאלירפול און ציענד,
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן
די עיקר סיבה פארוואס איך האב עס געקויפט איז געווען וועגן יענע ארטיקל, למעשה בין איך דיסעפוינטעד. איך האב געוואלט ליינען אביסל היסטאריע באשריבן מיט אלע דיטעילס.
די קעפל פונעם ארטיקל זאגט קלאר "די טעלעגראם וואס האט אונטערגעצינדן די מיטל מזרח", און וועגן דעם האב איך עס געקויפט. איך זעה נישט וויאזוי דו האסט פארשטאנען אז זייער ציל איז אויפצואווייזן די ווייטע בליק פון מרן זי"ע.
נו? למעשה איז דא ערגעץ וואו מען קען יא ליינען אלע דיטעילס באשריבן ברחל בתך הקטנה?
די קעפל פונעם ארטיקל זאגט קלאר "די טעלעגראם וואס האט אונטערגעצינדן די מיטל מזרח", און וועגן דעם האב איך עס געקויפט. איך זעה נישט וויאזוי דו האסט פארשטאנען אז זייער ציל איז אויפצואווייזן די ווייטע בליק פון מרן זי"ע.
נו? למעשה איז דא ערגעץ וואו מען קען יא ליינען אלע דיטעילס באשריבן ברחל בתך הקטנה?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן
דעפרעסט האט געשריבן:אויך די תש"ח מלחמה און די גאנצע פאליטיק ארום א קנאק פון א ספר.
וואס? וויאזוי הייסט די ספר?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אביונה און 7 געסט