פסוקים ומאמרי חז"ל שגורים מחוסרי מקור

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך זוך שוין זעהר לאנג דעם מקור אז 2 שקליינע שניי'לעך קענען זיך קיינמאל נישט צונויפקלאפן, און אויב יא, ווערט די וועלט חרוב.
דאס האב איך שוין געזען אז 2 רעגנטראפן קלאפן זיך נישט אן, אזוי אויך 2 שניי-פלעיקס אויך נישט, אבער אויב יא זאל די וועלט חרוב ווערן, האב איך נישט געפונען קיין מקור.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

לפי זכרוני, דאס אז אויב צוויי רעגן טראפן קלאפן זיך צוזאם ווערט די וועלט חרוב, איז א גמ' אין תענית

און רש"י איז מסביר, אז אויב די טראפנ'ס וואלטן זיך צוזאמגעטראפן, וואלט זיך עס אראפגעלאזט ווי א פארפלייצונג און חרוב געמאכט די וועלט.

עפעס אזוי געדענק איך, און ווער עס וויל קען מיר פאררעכטן.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

די אויבענדערמאנטע שאלה קומט ענדערש אין ווי איז די מקור אשכול, דא באהאנדעלט מען פסוקים ומאמרי חז"ל השגורים בפי העולם מחוסרי מקור.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

נאטרוליסט האט געשריבן:איך זוך שוין זעהר לאנג דעם מקור אז 2 שקליינע שניי'לעך קענען זיך קיינמאל נישט צונויפקלאפן, און אויב יא, ווערט די וועלט חרוב.
דאס האב איך שוין געזען אז 2 רעגנטראפן קלאפן זיך נישט אן, אזוי אויך 2 שניי-פלעיקס אויך נישט, אבער אויב יא זאל די וועלט חרוב ווערן, האב איך נישט געפונען קיין מקור.


עיין ב"דער שטערן" די חודש ערך "חייקעל ענטפערט"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער מקור פון צוויי רעגן טראפנס, איז אין בבא בתרא ט"ז ע"א ("הרבה טיפין בראתי בעבים, וכל טיפה וטיפה בראתי לה דפוס בפני עצמה כדי שלא יהו שתי טיפין יוצאות מדפוס אחד, שאלמלי שתי טיפין יוצאות מדפוס אחד מטשטשות את הארץ ואינה מוציאה פירות")
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איך האב נאכגעקוקט, אין תענית ט: איז דער לשון הגמ' "ואין בין טיפה לטיפה אלא כמלא נימא", רש"י ברענגט דארט גארנישט.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אין עולם הבא ווייס איך נישט, אבער אין עולם הזה האט ער זיכער נישט קיין חלק, חוץ די חלקה אין בית החיים,
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

דער באוואוסטער מדרש וואס ווערט אראפגעברענגט אין צענדליגע ספרי דרוש "הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו כל מגדים זה נר חנוכה" האט נישט קיין געהעריגן מקור, עי' בספר דורש טוב מר' (???) קלאר באזירט אויף די מדרש, אנהייב ספר ברענגט ער בשם לקוטי חבר ב"ח און נאך וואס שרייבן אז זיי האבן עס אין ערגעץ נישט געטראפן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דער באוואוסטער מדרש וואס ווערט אראפגעברענגט אין צענדליגע ספרי דרוש "הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו כל מגדים זה נר חנוכה" האט נישט קיין געהעריגן מקור, עי' בספר דורש טוב מר' (???) אלחנן קלאר באזירט אויף די מדרש, אנהייב ספר ברענגט ער בשם לקוטי חבר ב"ח און נאך וואס שרייבן אז זיי האבן עס אין ערגעץ נישט געטראפן.
ועמך כולם צדיקים
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

מקור איז אין ספר זרע אברהם (בן הידי משה) על המדרש רבה.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

דאס איז א גוטע ספר
http://www.hebrewbooks.org/31256
yield the right of way
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

ים רויבער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:איך זוך שוין זעהר לאנג דעם מקור אז 2 שקליינע שניי'לעך קענען זיך קיינמאל נישט צונויפקלאפן, און אויב יא, ווערט די וועלט חרוב.
דאס האב איך שוין געזען אז 2 רעגנטראפן קלאפן זיך נישט אן, אזוי אויך 2 שניי-פלעיקס אויך נישט, אבער אויב יא זאל די וועלט חרוב ווערן, האב איך נישט געפונען קיין מקור.


עיין ב"דער שטערן" די חודש ערך "חייקעל ענטפערט"

טעות מוחלט
אין די ''שטערן'' רעדט מען פון דעם אז קיין איין שניי פלעקס קוקט נישט אויס די זעלבע
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך הייב אויף א ווייסע פאן, און ש'כח פארן פאררעכטען
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

קרעמער האט געשריבן:דער מקור פון צוויי רעגן טראפנס, איז אין בבא בתרא ט"ז ע"א ("הרבה טיפין בראתי בעבים, וכל טיפה וטיפה בראתי לה דפוס בפני עצמה כדי שלא יהו שתי טיפין יוצאות מדפוס אחד, שאלמלי שתי טיפין יוצאות מדפוס אחד מטשטשות את הארץ ואינה מוציאה פירות")


א גרויסן דאנק הרב קרעמער. דאס זאגט נישט אז עס קען נישט פאסירן אז 2 טראפן זאלן זיך נישט אנקלאפן. און אויך זאגט עס נישט אז די וועלט וועט חרוב ווערן. (אוודאי אויב עס וועט קיין פירות נישט וואקסן איז קיין וועלט נישטא).
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מאן מלכי רבנן - דאכט זיך סאיז נישט דא אזא מימרא אין חז"ל. א ענליכע גמרא איז אין מס' מגילה דף יב מאן "חכמים" רבנן.

תפילה עושה מחצה - כמיין ס'האט נישט קיין מקור אין חז"ל. (אין אלע ספרים ווי סווערט צוגעברענגט שטייט נישט קיין מקור). כמיין די מקור איז אין רש"י פרשת שמיני אז באמת וואלט די אנדערע צוויי קינדער פון אהרן הכהן געדארפט שטארבן נאר בזכות תפילת מרע"ה האט ער אויסגעפועלט די צוויי איבערגעבליבענע.
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

רבנן איקירי מלכים (גיטין סב ע"א)
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:תפילה עושה מחצה - כמיין ס'האט נישט קיין מקור אין חז"ל. (אין אלע ספרים ווי סווערט צוגעברענגט שטייט נישט קיין מקור). כמיין די מקור איז אין רש"י פרשת שמיני אז באמת וואלט די אנדערע צוויי קינדער פון אהרן הכהן געדארפט שטארבן נאר בזכות תפילת מרע"ה האט ער אויסגעפועלט די צוויי איבערגעבליבענע.


די לשון און מקור איז א מדרש רבה פרשת צו קאפיטל י פסוק ו גענוי דעי לימוד
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

דרך אגב מאן מלכי רבנן ברענגט די מהרש"א אין ברכות דף ד.
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ייש"כ הרב נקי. תלמודו קב ונקי.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

באמבאסטיש האט געשריבן:אין הקב"ה מונה את הדפים אלא את השעות = איז נישט קיין גמ'/מדרש/מאמר חז"ל. עס ווערט געברענגט אין פלא יועץ אות ל', ד"ה ואפילו חכם.


אויך אין כף החיים סי' כ"א א"ו, און אין א בריוו אין ספר "בית אהרן" להה"ק מקארלין זי"ע.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

מיללער האט געשריבן:
אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך זוך א מקור אין חז"ל פאר די ווערטער:
דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב


אין ספר שירת ישראל פון ר' משה בן יעקב אבן עזרא (אנפאנג תקופת הראשונים) דף קנ"ו
http://www.hebrewbooks.org/35192" onclick="window.open(this.href);return false; שרייבט ער:
וכבר נאמר: ״דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב....
אין דער מגיה שרייבט צו: מגאני אלאדב כרך א/ סימן ל"ג (בשנויים). שם מובא פתגם זה בשם עאמר בן עבד אלקים.


וואס באדייט די אראבישע ווערטער, הייסט דאס אז דער מקור איז גאר פון אן אראבישען חכם?


מובא בשלה"ק שער האותיות בשם ר"ת, נועם אלימלך פ' תולדות.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

כביכול

ווערט אראפגעברענגט כמה פעמים אין ש"ס און אין מדרשים, ווי רש"י הק' איז רגיל לפרש "נאמר בהקב"ה כבאדם שיכול להאמר כן".

און אין פחד יצחק (ערך כביכול) שרייבט ער, אז כביכול איז ר"ת כב'אדם י'אמר כו'לא ל'אלוה

(וכאן המקום להביע אומר את הצער שכאשר רשעי ישראל בדו מלבם את השפה הטמאה הנקרא 'עברית', לקחו את תיבה זו שבדברי חז"ל נאמר על הקב"ה כידוע, ועשו אותו לשם כינוי לסיפורי מעשיות הבדוים מלב. ה' ישמרנו מהם ומהמונם).
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

כל עכבה לטובה - איז נישט קיין מאמר חז"ל. די ערשטע מקור דערצו איז די חיד"א אין זיין ספר מעגל טוב.
מבית עבדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית עבדים »

ווייסט איינער דער מקור אז די נשמה איז א "חלק אלוק ממש". איך מיין צו פרעגן, פון וואו האט דאס הגרש"ז בעל התניא זצ"ל גענומען? דוכט זיך פון של"ה, אבער צו ווייסט עמיצער א מקור קדום אויף אזא הייקעלע יסוד?
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מבית עבדים האט געשריבן:ווייסט איינער דער מקור אז די נשמה איז א "חלק אלוק ממש". איך מיין צו פרעגן, פון וואו האט דאס הגרש"ז בעל התניא זצ"ל גענומען? דוכט זיך פון של"ה, אבער צו ווייסט עמיצער א מקור קדום אויף אזא הייקעלע יסוד?

דאס איז א זאך וואס מען דארף פון ערגעץ נעמען? דאס איז פון די יסודות הדת.

איך גיי נישט יעצט גיין זוכן קיין מקורות, אבער איך גלייב אז אין זוהר און אין אלע שפעטערע ספרים איז דאס דערמאנט.

(אויסער דעם, וואס מיינסטו מיט דעם "חלק אלוק ממש", איז דא א חילוק צווישן "חלק אלוק ממעל" אדער "חצובה מתחת כסא הכבוד" און "חלק אלוק ממש"?)
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”