היסטאריע פון גזירות והשמדות אויף כלל ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

היסטאריע פון גזירות והשמדות אויף כלל ישראל

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג מארטש 11, 2008 11:42 am

[align=center]זכור את אשר עשה לך עמלק...[/align]

אין דעם ארטיקל וועלן מיר אראפברענגען פארשידענע גזירות און השמדות וואס כלל ישראל האט
געליטן פון די אומות העולם אין די ערשטע 400 יאר פון אנפאנג אלף הששי. יעדע גזירה קען מען
באשרייבן באריכות מיט אלע פרטים וויאזוי די גזירות זענען פארגעקומען, אבער מיר וועלן נאר
שרייבן בקיצור פון די אלע גזירות, לכבוד פרשת זכור וואס מ'ליינט זכור את אשר עשה לך עמלק
(רוב אינפארמאציע איז גענומען פון סדר הדורות און צמח דוד).

בשנת ה'ס"ו: י' לחודש אב איז געווען א גירוש אין צרפת, מ'האט צוגענומען אלע געלט פון די
אידן, און ס'איז פארלוירן געווארן פון די אידן כפלים כיוצאי מצרים בדבר וחרב ורעב.

בשנת ה'פ"א: איז געווען גזירת המצורעים. אין יענע יאר איז געווען א גרויסע מגיפה רח"ל. האבן
די גוים געזאגט אז די אידן האבן זיך מתייעץ געווען מיט די מצורעים וואס וואוינען אינדרויסן פון שטאט
וואס זענען ברוגז אויף די מענטשן פון שטאט וואס מ'געט זיי נישט גענוג אויף צו לעבן, און די אידן האבן
געהייסן די מצורעים אריינלייגן סם אין די טייכן, און דערפאר איז געווען די מגיפה. דער קעניג אן דרישה
וחקירה האט איינגעשפארט די אלע אידן אין תפיסה פאר 6 חדשים. און איבער 15 טויזנט אידן זענען
אומגעקומען על קידוש ה'. די גזירה איז געווען אין אשכנז, קטליניאה און פראוונציא.

בשנת ה'פ"ה: האט מען געוואלט שמד'ען די אידן פון צרפת, און ס'זענען גע'הרג'עט געווארן
6,000 אידן.

בשנת ה'קכ"ט: איז אין די קעניגרייך פון קאסטיליע און צרפת מקויים געווארן כמעט די גאנצע
תוכחה אויף די אידן רח"ל. אין 2 חדשים זענען איבער 10,000 מענטשן געשטארבן פון הונגער און פיל
קהילות זענען גע'הרג'עט געווארן על קידוש ה'.

בשנת ה'קמ"ט: האבן זיך אין פראג צוזאמענגעקליבן אנשים רקים אין אסרו חג פסח מיט העק
און האמער'ס און גע'הרג'עט אידן, פארברענט זייערע הייזער, ארויסגענומען די מתים פון די קברים.

בשנת ה'רט"ו: אין די שטאט סלאמאנקע איז גע'הרג'עט געווארן א רייכע סוחר א גוי, און מ'האט
מעליל געווען אז דאס קומט פון די אידן, און טויזנטער זענען גע'הרג'עט געווארן לכבוד דעם.

בשנת ה'רנ"ב: איז געווען די באוואוסטע גזירות גירוש פון שפאניע וואס דא איז נישט די פלאץ
דאס צו באשרייבן, איבער שלשים רבוא אידן האבן גענומען דעם וואנדער שטעקן און זיך געלאזט ארויס
אויף דער וועלט זוכן א מקום פליטה.

בשנת ה'רנ"ו: האט מען גוזר געווען אויף די אידן אין ווינציאה זיי זאלן טראגן א געלע שמאטע
אויף זייערע קעפ אלץ סימן אז זיי זענען אידן. אין ספרים ווערט געברענגט א סימן פאר דעם יאר כל
ר'א'י'ה'ם' יכירום ראיה"ם איז בגימ' רנ"ו.

בשנת ה'רנ"ח: איז געווען די באוואוסטע גירוש פורטיגאל, 6 יאר נאך גירוש ספרד.

בשנת ה'רצ"א: האט דער קעניג פון פארטיגאל אנגעפאנגען צו פארברענען די אידישע אנוסים,
און א משך פון 5 יאר זענען איבער 30,000 אנוסים אנטלאפן פון פארטיגאל און צושפרייט געווארן אויף
דער וועלט.

בשנת ה'רצ"ה: האט דער קעניג קראלוס איינגענומען די לאנד טוניס, און די אידן פון דארט האט
מען שטארק געשלאגן, און פיל פון זיי האט מען פארקויפט פאר קנעכט בארבע כנפות הארץ.
ליינט נאך אינעם קומענדיגן ארטיקל (אין די קלאסיפייד)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג מארטש 13, 2008 1:25 pm

אין דעם ארטיקל וועלן מיר אראפברענגען פארשידענע גזירות און השמדות וואס כלל ישראל האט
געליטן פון די אומות העולם אין די ערשטע 400 יאר פון אנפאנג אלף הששי. יעדע גזירה קען מען
באשרייבן באריכות מיט אלע פרטים וויאזוי די גזירות זענען פארגעקומען, אבער מיר וועלן נאר
שרייבן בקיצור פון די אלע גזירות, לכבוד פרשת זכור וואס מ'ליינט זכור את אשר עשה לך עמלק
(רוב אינפארמאציע איז גענומען פון סדר הדורות און צמח דוד).

בשנת ה'ש"א: איז געווען אין "בעהמען" גרויסע שריפות, מ'האט באשולדיגט דערינען די
אידן, מ'האט זיי אנגעטוהן גרויסע יסורים ביז זיי האבן זיך בעל כרחך געמוזט מודה זיין אויף וואס
זיי האבן נישט געטוהן, און מ'האט זיי פארברענט על קידוש ה'. מ'האט פארטריבן אלע אידן פון
דארט חוץ פון די שטאט "פראג" וואו דער קעניג האט איבערגעלאזט 10 אידן.

בשנת ה'שי"ד:
זענען געווען מומרים וואס האבן גע'טענ'הט קעגן די אגדת החז"ל, האט מען
גוזר געווען א גזירה צו פארברענען די גמרות אין די לענדער פון רומי, רומעניע און איטליא.
בשנת ה'שי"ט: האט די ממשלה אין דער שטאט "פראג" צוגענומען אלע ספרי קודש און
סידורים פון די אידן, און די חזנים האבן געדארפט דאווענען בעל פה.

בשנת ה'שכ"ה: האט דער פויפסט פון רומי גוזר געווען אז אין משך פון 5 חדשים זאלן אלע
אידן פארלאזן רומי און איבערלאזן זייער געלט, טויזנטער משפחות זענען אנטלאפן איבערלאזנדיג
זייערע פארמעגנס, און עטליכע האבן זיך גע'שמד'ט.

בשנת ה'ש"נ: איז אין "פוזנא" געווען א גרויסע שריפה ביי די אידן, און אלע אידישע הייזער
זענען פארברענט געווארן צוזאמען מיט אלע אידישע פארמעגן, מיט 80 ספרי תורות און אסאך
אידישע נפשות. מ'האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט דעם פייער עס אויסצולעשן, מען האט
געזעהן ווי פון הימל איז די גזירה געקומען, דערנאך וואס ווען מ'האט געוואלט שעפן וואסער צו
פארלעשן די פייער האבן זיך די שטריק ביים שעפן צוריסן.

בשנת ה'שנ"ב: האט דער קעניג היינריך יוליוס פון ברונסוויק וואס איז גראדע געווען א
ליבהאבער פאר די אידן און נישט געלאזט שלעכטס טוהן פאר זיי. אבער נאך פיל איינרעדעניש און
העצעס קעגן די אידן, האט ער זיך געלאזט איינרעדן און האט ארויסגעגעבן א גזירת גירוש אויף די
אידן אז ביז שמיני עצרת זאלן אלע אידן פארלאזן זיין לאנד ואחת דתו להמית.

מיר האבן געברענגט ביז דא נאר בקיצור פארשידענע גזירות און השמדות פון די ערשטע
400 יאר פון אנפאנג אלף הששי ביז ווייניגער פון 100 יאר פאר די צייט פון דעם הייליגן בעל שם
טוב זי"ע. מיר ווייסן אז דער הייליגער בעש"ט ותלמידיו האבן כסדר מבטל געווען גזירות רעות וואס
האט געשוועבט אויף כלל ישראל, דערפאר איז נישט געווען אזויפיל גזירות פון דעם בעש"ט און
ווייטער. חוץ פון די לעצטע גרויסע מלחמות בפרט ביי די צווייטע וועלט מלחמה וואס דעמאלט איז
געווען א גזירה מן השמים וואס מ'טאר אפילו נישט אריינטראכטן פארוואס דאס איז געשעהן, די
גרעסטע גזירה פון אלע גזירות מימות היתה עם ישראל לעם. אזוי אויך דארף מען נישט פארגעסן די
פארשידענע פראגראמען וואס זענען כסדר געווען אין די אידישע שטעטלעך אין רוסלאנד און אין
פולין. אזוי אויך אין ארץ ישראל אין די הייליגע שטעט פון חברון און טבריא.

זכור ואל תשכח. די אלע גזירות נעמט זיך פון די שונאי ישראל וואס זענען בסתמא
אפשטאמונגען פון עמלק, און מיר בעטן שוין אז מיר זאלן זוכה זיין צו דעם מחיית עמלק וואס דאס
איז די יצ"ר, און דורכדעם וועלן די גוים נישט אנטוהן קיין צרות פאר די אידן, און מיר וועלן זוכה
זיין צו גיין אקעגן משיח צדקנו בתשובה שלמה במהרה בימינו אמן.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 19, 2008 8:31 am

חוץ פון די לעצטע גרויסע מלחמות בפרט ביי די צווייטע וועלט מלחמה וואס דעמאלט איז
געווען א גזירה מן השמים וואס מ'טאר אפילו נישט אריינטראכטן פארוואס דאס איז געשעהן, די
גרעסטע גזירה פון אלע גזירות מימות היתה עם ישראל לעם.


לולא דמסתפינא וואלט איך געטייטשט:

ברוך אתה ה' אלקינו וגו' אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב הקל וגו' וזוכר חסדי אבות ומביא גואל לבני בניהם וגו'.

אברהם אבינו האט זיך געלאזט אריין ווארפן אין קאלעך אויוון למען שמו יתברך, יצחק אבינו איז גרייט געווען גע'שחט'ן צו ווערן לעשות רצונו פונעם מי שאמר והי' העולם, יעקב אבינו האט געוואנדערט און גלות און א ווילד פרעמד מקום צווישן אנשי רשע ביי לבן'ען אין שטוב און דוקא דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין הייליגע שטוב.

יעצט דאנקען מיר דעם בוכ"ע אז ער וועט געדענקען חסדי אבות דאס ערליכקייט פון אונזערע עלטערן און זיידעס וואס האבן מיטגעמאכט אלע דריי נסיונות, זיי זענען בפועל געגאנגען אין פייער על קדושת שמו יתברך, זיי זענען טעגליך גרייט גע'שחט'ן צו ווערן לעשות רצון קונם, און זיי האבן אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער דא אין א רוחניות'דיגע מדבר שממה אן קיין עלטערן און משפחה נאכן פארלירן אלעס קינדער פרנסה חברים און רבי'ס, און מיט די אלע זאכן האבן זיי געדינט דעם אייבירשטן מיט שמחה, און ער וועט און דעם זכות שיקן דעם גואל צדק לבני בניהם צו אונז זייערע אייניקלעך בב"א
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 19, 2008 10:16 am

א טייער ווארט ר' פארשלאפן,

איך האב שוין אמאל געברענגט דעם טייטש אויף 'ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה' אז דער אייבירשטער כאטש ער וועט אונז אויסלייזן 'למען שמו' ווייל ער האט מבטיח געווען און נישט ווייל מיר זענען ראוי, וועט עס אבער פארט זיין 'באהבה' מיט די זעלבע ליבשאפט ווי ווען מיר וואלטן עס פארדינט, במהרה בימינו אמן.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מארטש 19, 2008 9:36 pm

יישר כח מיללער און פארשלאפען פאר ביידע טייערע ווערטער חומר למחשבה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 15, 2011 2:48 pm

איך זוך אביסל אינפארמאציע איבער 'גירוש ווינא' מ'טרעפט אויף אסאך גדולים און אידן דעם טיטל 'ממגורשי ווינא' ווען איז געווען דער גירוש און אויף ווילאנג האט דאס אנגעהאלטן?

איז דער קונטרס א חלק פון יענע גזירה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 15, 2011 3:10 pm

תודה רבה לידידי על הפנות אותי לזה

גירוש אוסטריה:
באמצע המאה ה-15, עם הקמת תנועתו האנטי-קתולית של יאן הוס בצ'כיה, החמיר מצבם של היהודים עקב האשמות בכך ששיתפו פעולה עימה. בשנת 1420 הגיעה הקהילה לשעת שפל חמור ביותר, עת יהודי מפרנסי העיר אנס שבאוסטריה עילית הואשם בעלילת שווא של חילול לחם הקודש. עלילה זו גרמה לכך שהקיסר אלברכט החמישי פקד לאסור את כל יהודי אוסטריה. 210 יהודים הועלו על המוקד בפומבי והשאר גורשו מאוסטריה בחוסר כל. בכך הייתה אוסטריה הראשונה בין מדינות מרכז אירופה שגירשה את תושביה היהודים. בשנת 1469 בוטל צו הגירוש על ידי הקיסר פרידריך השלישי, שנודע ביחסו הטוב ליהודים ואף כונה "מלך היהודים", עם התרתו ליהודים לשוב ולהתיישב בכל ערי שטיריה וקרינתיה. תחת שלטונו זכו היהודים לתקופת רגיעה קצרה (בשנים 1440 - 1493).


http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7.99.D7.94

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג מארטש 15, 2011 7:14 pm

לויט מנחם מענדל'ס ביכל (אין די ריכטיגע צייט) איז פארגעקומען א גירוש פון ווין דייקא בימי המלכה העריצה מאריא טערעזא. בערך תק"ל. איך ווייס נאר נישט צי ער איז היסטאריש אויסגעהאלטן. (למשל די באקאנטע מעשה מיט אלחנן דער פויפסט ענדיגט זיך מיט א דיסקלעימער אז די קריסטן האבן פארמעקט יעדע ביסל אינפארמאציע איבער אזא פויפסט פון זייערע ביכער...)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מארטש 16, 2011 1:27 pm

מי חכם האט געשריבן:לויט מנחם מענדל'ס ביכל (אין די ריכטיגע צייט) איז פארגעקומען א גירוש פון ווין דייקא בימי המלכה העריצה מאריא טערעזא. בערך תק"ל. איך ווייס נאר נישט צי ער איז היסטאריש אויסגעהאלטן. (למשל די באקאנטע מעשה מיט אלחנן דער פויפסט ענדיגט זיך מיט א דיסקלעימער אז די קריסטן האבן פארמעקט יעדע ביסל אינפארמאציע איבער אזא פויפסט פון זייערע ביכער...)

אויף מנחם מענדל זאגט מען אז א גרויס חלק פון זיינע מעשיות האבן פאסירט אין די לעצטע פופציג יאר...

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג יולי 01, 2011 8:21 am

גירוש ווינא איז געווען ת"ל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך ינואר 04, 2017 4:58 pm

איטשע האט געשריבן:גירוש ווינא איז געווען ת"ל.

דא זעט מען א מציבה פון י"ב כסלו תכ"ה "מגורשי ווין"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 04, 2017 5:13 pm

אויב איך געדענק גוט איז געווען איין גירוש און זיי זענען צוריק געקומען, און נאכדעם אין שנת ת"ל איז געווען דער ענטגילטיגער גירוש.

אבער איך בין נישט זיכער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך ינואר 04, 2017 5:20 pm

געווען אין טאג feb 17 1870
די אויבנדערמאנטע מצבה צ"ל תלה

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג ינואר 08, 2017 9:25 pm

איטשע האט געשריבן:גירוש ווינא איז געווען ת"ל.

ווי עס קוקט אויס איז דא א ספר "גולי ווינה". ווייסט איינער מער פרטים דערויף?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:19 am

נחוניא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:גירוש ווינא איז געווען ת"ל.

ווי עס קוקט אויס איז דא א ספר "גולי ווינה". ווייסט איינער מער פרטים דערויף?

אט דא האב איך געטראפן א ביכל אין דייטש פון קויפמאן איבער די גירוש.
https://archive.org/stream/dieletztever ... 0/mode/2up

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ממגורשי קראקא

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:38 pm

הרה"ח ר' חיים ליבערזאן שרייבט אויף זיין זיידע הרב ר' אברהם אשכנזי ז"ל - פאטער פון רבי ליבער מבארדיטשוב - אז ער איז געווען "מגורשי קראקא".
איז באקאנט א גירוש וואס איז געווען יענע יארן אין קראקא?
יתכן אז ער פערזענליך איז צוליב סיי וועלכע סיבה פארטריבן געווארן פון קראקא.
אדער אפשר מיינט דאס ממגורשי ווינא וואס איז געווען יענע יארן בשנת ת"ל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:37 am

נחוניא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:גירוש ווינא איז געווען ת"ל.

ווי עס קוקט אויס איז דא א ספר "גולי ווינה". ווייסט איינער מער פרטים דערויף?

אט דא האב איך געטראפן א ביכל אין דייטש פון קויפמאן איבער די גירוש.
https://archive.org/stream/dieletztever ... 0/mode/2up


הוא הדבר, דאס איז דער ס׳ ״גולי ווינא״

איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:37 am

נחוניא האט געשריבן:הרה"ח ר' חיים ליבערזאן שרייבט אויף זיין זיידע הרב ר' אברהם אשכנזי ז"ל - פאטער פון רבי ליבער מבארדיטשוב - אז ער איז געווען "מגורשי קראקא".
איז באקאנט א גירוש וואס איז געווען יענע יארן אין קראקא?
יתכן אז ער פערזענליך איז צוליב סיי וועלכע סיבה פארטריבן געווארן פון קראקא.
אדער אפשר מיינט דאס ממגורשי ווינא וואס איז געווען יענע יארן בשנת ת"ל.


גירוש קראקא איז געווען רנ״ה לפ״ק.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:02 am

איטשע האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:הרה"ח ר' חיים ליבערזאן שרייבט אויף זיין זיידע הרב ר' אברהם אשכנזי ז"ל - פאטער פון רבי ליבער מבארדיטשוב - אז ער איז געווען "מגורשי קראקא".
איז באקאנט א גירוש וואס איז געווען יענע יארן אין קראקא?
יתכן אז ער פערזענליך איז צוליב סיי וועלכע סיבה פארטריבן געווארן פון קראקא.
אדער אפשר מיינט דאס ממגורשי ווינא וואס איז געווען יענע יארן בשנת ת"ל.


גירוש קראקא איז געווען רנ״ה לפ״ק.

לענ"ד דארף מען זאגן אז דער ר' אברהם זעלבסט איז געווארן פארטריבן פון קראקא מחמת איזה סיבה.
למעשה שטייט נישט "גירוש קראקא" נאר אז רבי אברהם איז געווען ממגורשי קראקא.
מען זעט אז די משפחה האט געהאט א שייכות מיט קראקא, ווייל רבי ליבער איז געווען אן אייניקל פונעם מגלה עמוקות. עס איז אבער נישט קלאר אויב מצד אביו אדער מצד אמו.

למדן וצדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:04 pm

וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט