נקדימון האט געשריבן:די טיימס ווייסט צו פארציילן אז אמעריקא שלעפט ארויס בערך 300 טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס וואס זי האלט אויף אין מדינת ישראל צו שיקן פאר אוקריינע.
---
אמעריקא שיקט שוין מער וואפן פון מדינת ישראל זאפאסן ווי מדינת ישראל אליינס...
צוויי קלייניגקייטן וואס קומט מיר אין קאפ. קען זיין אמעריקא וויל אנגרייטן אוקריינע צו זיין אויסשטאפירט ביי זייער נעקסטע קאנטער אפענסיווע. לעצטנס איז דא שיינע פעקלעך מיט וואפנס און האפענטליך די זיצונג די וואך וועט ברענגן פירות. די אייראפעישע פון זייער זייט וועלן זייער מעגליך באקומען רשות פון דייטשלאנד פאר טאנקען און ענגלאנד האט שוין אויך געמאלדן שיינע פעקלעך וואס וועלן קומען בקרוב וכו'.
דאס אלעס איז שריט אין די ריכטיגע דירעקציע פון שיקן מער מאכטפולע וואפנס פאר אוקריינע.
נאך עפעס וואס איך טראכט איז, אז אפי' די מערב וועלט שטייט ווייטער צו די האנט פון אוקריינע און וויל געבן וואפנס איז "האבן די מעגליכקייט" צו געבן אויך עפעס וואס איז גאר וויכטיג.
נישט יעדער לאנד זיצט מיט זאפאסן פון וואפן צו שיקן קיין אוקריינע.
צום ביישפיל פראנקרייך האט געהאט געגעבען בערך א דריטל פון זייער סיזער האוויטצער פלאטע. זיי זיצן נישט מיט צוויי הונדערט שטיק.
וואפנס נעמט צייט צו פראדוצירן. אמאל וואכן, און צומאל חדשים און אפי' יארן...
צוויי טויזנט טאנקען לעפערד-2 עוועליבל פאר אוקריינע... האו אבאוט ריינמעטאל וועט האבן קארגע צוואנציג שטיק און נישט יעצט נאר אין יאר ארום...
אמעריקא האט אויך נישט ענדלאזע זאפאסן פון ארטילעריע רונדעס. אמעריקא קען אויך אויסלויפן פון געוויסע וואפנס. (געוויס קענען זיי טון דראסטישע שריט צו ארויפשרויפן די פראדוקציע אבער דערווייל איז עס נישט דארט).
אוקריינע דארף א געשאצטע הונדערט טויזנט ארטילעריע רונדעס חודש'לעך.
אמעריקא פאבריצירט פערצן טויזנט חודש'לעך...
אמעריקא האט געמאלדן עטליכע חדשים צוריק אז זיי לייגן אריין כוחות צו הייבן די פראדוקציע און וועט פראדוצירן צוואנציג טויזנט 155 מילימעטער ארטילעריע רונדעס ביי די זומער און פערציג טויזנט רונדעס ביי יארע 2025.
גאנץ אייראפע פראדוצירט יערליך ווייניגער פון וויפיל אוקריינע האט פארניצט אין א האלבער יאר.
צו דאס איז א זאפארטיגע פראבלעם? יא. צו עס זיך אן יעצט אויף די מינוט? ניין.
אויב די קריג גייט אזוי אנגיין פאר ווער ווייסט ווי לאנג גייט מען דארפן שארף הייבן די פראדוקציע.
רוסלאנד פארמאגט אפשר אפילו שטערקער די פראבלעם. רוסלאנד האט פארניצט צוריק אין יוני הונדערטע טויזנטע רונדעס. פרובירנדיג צו דעקן די לאך פון זייער מאנסקראפט דעפעציט.
דאס איז ווארשיינלעך פארוואס זיי האבן היפש פארמינערט די באראזשן די לעצטע חדשים ווען זיי פרובירן צו שפארן וויפיל זיי קענען ביז זיי באווייזן צו פראדוצירן מער רונדעס.