איך האב געווארט און געווארט... טרערן פלעגן רינען...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

איך האב געווארט און געווארט... טרערן פלעגן רינען...

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:22 pm

אין איינע פון די חרדישע געגנט א שיינע פאר יאר צוריק האט געוואוינט א פארפאלק. ליידער נאכן האבן די ערשטע קינד איז די מאמע נעבעך אוועק, און דאס קליין קינד שלמה'לע, א גאר באחנ'ט קינד האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעהן זיין מאמע. די טאטע וועלכע האט פיל מיטגעמאכט אין זיין לעבן און האט געמיינט אז ענדליך וועט ער שוין זעהן ליכטיגקייט פאר די אויגן, איז געווארן צוריסן אויף שטיקער. ער האט ביטער רחמנות געהאט אויף דעם קליינעם שלמה'לע וואס ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט גייט ער פונדאסניי אנהייבן מיטצומאכן וואס דער טאטע האט מיטגעמאכט זיין גאנץ לעבן ביז יעצט. זיין הארץ האט געטריפט בלוט.

דער טאטע האט זיך אליינס געמוטשעט מיטן קינד. ווען שלמה'לע איז אלט געווען 4 יאר איז ער געפארן מיט אים צום ציון פון ר"ר אלימלך אין ליזענסק און באשלאסן דארט אויסצוגעבן דאס גאנצע וואס ליגט אים אויפן הארץ.

זייענדיג אין פוילין אליין מיט זיין קינד האט ליידער פאסירט א שווערן עקסידענט, ווי דער טאטע איז ערנסט געשעדיגט געווארן. די דארטיגע אמבולאנסן האבן אים אריינגעפירט אין די דארטיגע שפיטאל. און דאס קינד? זעהנדיג אז ער איז א איד האט מען אים געטראגן צום נענטסטן "סינעגאגא" - בית המדרש. וואס עס וועלן זיכער זיך דארט קימערן אידן אים אפצונעמען. די ארטיגע באאמטע האבן זיך נישט צופיל געקימערט איבער אים, זיי האבן אים געגעעבן עטוואס אין מויל צו נעמען און אים דארט געלאזט.

דאס קינד שלמה'לע וועלכע האט שוין געהאט אביסל שכל, האט זיך געטראפן אין ביהמ"ד איינזאם אליין, טינף אינמיטן א פרעמדע לאנד. ער האט געווארט אז מענטשן זאל קומען אבער קיינער איז נישט געקומען.

עס האט אנגעהויבן צו נעכטיגן... עס ווערט טינקל... דאס לעכטל אויפן עמוד איז דאס איינציגסטע שיין אינעם גאנצן ארום...

שלמהל'ע האט אנגעהויבן צו וויינען ביטערליך אויפן קול אן אויפהער... ער האט ממש נישט געקענט פארשטיין מיט זיין אינגן מח וויאזוי זיין טאטע האט אים געקענט דא איבערלאזן אליינס... זיינע באקן זענען געווארן דורכגענעצט. ווען זיין קול וואלט דערהערט געווארן דורך א שטיין וואלט עס זיכער צוגעגאנגען. די געוויין איז געווען עפעס נישט א פשוטע.

עס ווערט שפעטער און שפעטער, און קיינער קומט נישט. דאס לעכטל אויפן עמוד הייבט זיך שוין אן צו פארלעשן... שלמהל'ע שפירט אז ער האלט עס נישט אויס. אויב איז זיין געווייין ביז יעצט געווען שרעקליך, איז עס געווארן קאטאסטראפאל!

מיטאמאל געט דאס לעכטל א צאפל אויף, וועלכע האט געלייגט עטוואס האפענונג אויף א פרישקייט. ער האט שוין געמיינט אז זיין טאטע קומט שוין... אבער ניין... ער איז נישטא...

צו אלע צרות האט זיך אראפגעלאזט א שטורעם אינדרויסן, עס האבן געבלאזן ווינטן, געבליצט און געדינערט, זיין נשמה איז געהאנגן אויף א האר. א קליין קינד אינמיטן א גרויסן וועלט אן קיין שום הילף!

וויפיל קען מען דען וויינען? שפעט שפעט ביינאכט האט אים זיין אינגן מח דיקטירט צו עפענען דאס טירל פון בית המדרש און ארויסגיין פראבירן זיין מזל. ער הייבט אן צו שפאצירן אין די שרעקליכע וועטער.

פונדערווייטנס זעט ער א פאליציי מאן אונטער א דעכל, ער נעמט זיך דרייסט און גייט צו און פרעגט אים "אנטשולדיגט, דו ווייסט אפשר וואו מיין טאטע איז?". דער פאליציי מאן קוקט אן דאס קינד מיט וואונדער, ער צולאכט זיך: זיך אים נישט, דו וועסט קיינמאל נישט ענדיגן. אז דו ווייסט וואו ער איז וועל איך דיך קענען זאגן וויאזוי מען קומט אן אהין. יעצט ווייסטו דאך גארנישט. "גיי צוריק שעפעלע אין בעט אריין"...

ער קומט צוריק אין שול, ער וויל אזוי שטארק זעהן טאטי, ער וויל אים אזוי שטארק געפונען. וואו קען מען זיך ווענדן?

ער האט געווארט און געווארט, און ליידער גארנישט דערווארט! זיין הארץ איז געווארן ווי א שטיין אן קיין געפיל. וויינען האט ער מער נישט געקענט, זיינע טרערן זענען אויסגערינען אין פולקאמען זין פון ווארט.

ער האט זיך אינגאנצן מייאש געווען פון זיין לעבן. ער האט מער קיינמאל נישט ערווארטעט צו זען זיין אייגענע טאטע. ער האט אנגעהויבן צו גיין וויאזוי די מצב האט אים געפירט.

צענדליגער יארן שפעטער ווען ער האט שוין לאנג נישט געזוכט, שפאצירנדיג אמאל אין ארץ ישראל דערזעט ער א געשטאלט... ער איז געפאלן חלשות.... זיי האבן זיך ארומגענומען און געקישט אויף א פארנעם וואס דאס פאפיר וועט נישט קענען באשרייבן. זיי האבן זיך צוריק פאראייניגט...


--------

אט דאס האט פאסירט מיט כנסת ישראל און זייער געטרייע פאטער....


איך האב געווארט און געווארט
אין בית מדרש אין א ווינקל,
דאס לעכטל אויפן עמוד
האט געטאנצט דעם לעצטן טאנץ.

אט האט זיך עס פארלאשן-
עס איז געווארן טונקל,
אט האט זיך עס צופלאקערט-
מיט גאר א נייע גלאנץ.

איך האב געווארט אין געווארט
ווען גייט דאס קומען,
איך האב אזוי געוואלט דיר זען,
אזוי געוואלט געפינען,

איך האב געווארט און געווארט
אזוי א גאנצע נאכט.
און געווארט און געווארט
און גארנישט נישט זיך דערווארט...

ב. איך האב געזוכט און געזוכט
אין שטורעם און אין רעגן,
אין גאלדענעם פארנאכטס,
אין זילבערנעם פארטאג...

איך האב געפרעגט און געפרעגט
די היטער'ס אויף די וועגן...
כאכא... זיי האבן זיך צולאכט
און גארנישט מיר געזאגט....

איך האב געזוכט און געזוכט
טרערן פלעגן רונען,
איך האב אזוי געוואלט זיר זען...
אזוי געוואלט געפינען...

איך האב געזוכט און געזוכט
אזוי א גאנצע נאכט
און געזוכט און געווארט,
און גארנישט נישט דערווארט.

ווען האב איך דיר געזען?!
ווען האב איך דיר געפונען?!
ווען איך האב שוין נישט געזוכט,
און נישט געווארט שוין מער...

ווען טרערן פון מיין אויגן
זענען שוין נישט גערונען.
פון בענקשאפט איז מיין הארץ- געווארן ווי א שטיין.

דערזען האב איך דיין געשטאלט
אזוי ווי אין א חלום...
ווי א הערש עס לויפט אין וואלד-
"כעופר האילים..."

אזוי אנטלויפסטו מיר
און קערסט זיך אום צוריק,
מיט ליבשאפט אן א שיעור,
פון דיין פאטערליכן בליק...


------


על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי; בקשתיו ולא מצאתיו.
אקומה נא ואסובבה בעיר, בשוקים וברחבות
אבקשה את שאהבה נפשי; בקשתיו ולא מצאתיו.

מצאוני השמרים הסבבים בעיר.... כמעט שעברתי מהם עד שמצאתי את שאהבה נפשי... אחזתיו ולא ארפנו עד שהביאתיו אל בית אמי ואל-חדר הורתי....

מצאני השמרים הסבבים בעיר... הכוני פצעוני נשאו את רדידי מעלי שמרי החמות

שימני כחותם על לבך כחותם על זרועך כי עזה כמות אהבה....

ברח דודי ודמה לך לצבי או לעפר האילים על הרי בשמים.
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:25 pm

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:19 pm

גרוזי, אייזן ;l;p- .
די ניגון איז מיין פעיווערט.
אז די לייגסט שוין יא א לינק, לייג דאס...

וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:44 am

תגובהדורך וואלוועלע-קרעטשמע » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:29 pm

גרויזי די ניגון האב איך שוין פיל געהערט, אבער קיינמאל נישט אזוי מיטגעפילט אזוי ווי יעצט נאכן ליינען דיין מעשה איבערן ניגון,

געוואלדיג
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,

האטשוו
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 1:16 pm

תגובהדורך האטשוו » מאנטאג פאברואר 14, 2011 3:57 pm

זייער זייער גוט אראפגעלייגט, יישר כח,
כאטשיג איך שרייב נישט דא קיין סאך אבער מיט אזאנס, ס'איז מיר אזוי אריין און די גשמה, נאכאמאל א יישר כח
האהאהאהאאאאאטטטטששוווו.... אאההה צום געזונט... א טישו האט איינער ביטע?

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:43 pm

מורא'דיג! האסט ביי מיר אויפגעשפילט גאר טיפע הרגשים! איך וואלט קיינמאל נישט געקענט אראפלייגן אזא גרויזאמע מצב...

(כ'ברענג עס ארויף לכבוד די דריי וואכן)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:50 pm

דו הרג'סט די זאך

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:43 pm

ווינקל האט געשריבן:דו הרג'סט די זאך


ידעתי בני ידעתי, עס איז מגשם די מושגים דא, ר' יום טוב ערליך'ס ווערטער זענען מוראדיג בכלליות'דיג מלא רוחניות, און דא ברענג איך שטארק אראפ און ספעציפיש.

דער ניגון ווערט אבער געזען ביי פילע אלץ דער שענסטער פון ר' יום טוב, דעריבער האב איך געשפירט אז איך מוז אריינברענגען אנדערע וועלכע האבן זיך נאכנישט באקענט דערמיט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » מאנטאג פאברואר 14, 2011 5:47 pm

גרויזי דיין ארטיקעל איז שענער פון דעם ניגון,
עס האט מיך אזוי באנימען.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 14, 2011 8:49 pm

(ווערטער)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 14, 2011 11:47 pm

(אין מילים)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג פאברואר 15, 2011 8:49 am

מוראדיג!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג פאברואר 15, 2011 12:04 pm

צום זאך האט געשריבן:מורא'דיג! האסט ביי מיר אויפגעשפילט גאר טיפע הרגשים! איך וואלט קיינמאל נישט געקענט אראפלייגן אזא גרויזאמע מצב...

(כ'ברענג עס ארויף לכבוד די דריי וואכן)

אם לא אעלה את ירושלים על ראש שמחתי

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג פאברואר 15, 2011 4:59 pm

ר' יו"ט איז די מחבר פון דעם ניגון?
יאנקעל די פופציגער

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דינסטאג פאברואר 15, 2011 5:30 pm

can you put up the Reb Yom Tov Ehrlich one again
it has EXPIRED

Please

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג פאברואר 15, 2011 6:08 pm

ס'נאך דארט
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג פאברואר 22, 2011 3:48 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:גרוזי, אייזן ;l;p- .
די ניגון איז מיין פעיווערט.
אז די לייגסט שוין יא א לינק, לייג דאס...


איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז דא די ניגונים פון ר' יו"ט ערליך אזוי קלאר און נאך פאר אומזיסט, אפשר טוסטו אונז א טובה, און דו ביזט אונז מודיע, וואו מען קען הערן די איבריגע ניגונים פון ר' יו"ט אזוי קלאר ווי עס איז דא.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג פאברואר 22, 2011 4:10 pm

סע זייער אימאשענעל סע האט מיך אויפגעשפילט דע טיפע סטרינעס פון מיין הארץ
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 22, 2011 4:21 pm

עס איז נישט בחנם, מען קען עס קויפן ביי אוצר תורת פיך, 718-302-1014 אדער 845-782-8369.
איין ניגון האב איך זיך ערלויבט ארויף צולייגן מיטן חשבון דאס זאל דינען אלץ פריוויו צו די גאנצע אלבום.....

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מאנטאג יוני 16, 2014 2:47 pm

הערליך און רירנד.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 16, 2014 3:34 pm

דעפרעסט האט געשריבן:הערליך און רירנד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג יוני 16, 2014 3:36 pm

וואלוועלע-קרעטשמע האט געשריבן:גרויזי די ניגון האב איך שוין פיל געהערט, אבער קיינמאל נישט אזוי מיטגעפילט אזוי ווי יעצט נאכן ליינען דיין מעשה איבערן ניגון,

געוואלדיג
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2014 11:56 pm

תגובהדורך אידישע קאפ » מאנטאג יוני 16, 2014 6:05 pm

טיף איז נישט דאס ווארט.

כ'האב מורא'דיג הנאה וויזוי די צונעמסט עס

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יוני 16, 2014 6:20 pm

מוראדיג!

קאפי פליז?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 16, 2014 7:39 pm

פון בענקשאפט איז מיין הארץ געווארן ווי א שששטיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim און 29 געסט