אויף די שאלה וואס מ'גייט פרעגן, דו רעדסט פון מגידי שיעור אויף גמרא, הלכה, חומש רש"י, חק? אדער רעדסטו פון מחנכים, שלום בית, השקפה? צו בעלי מספרים, היסטאריקער וכו'? איז די ענטפער, יא איך רעד פון אלעס, יעדער קען דא שרייבן וועם ער האט ליב אויסצוהערן, אין סיי וועלכען הינזיכט, צו גמרא צו הלכה צו אגדה וכו'.
איך האב ליב צו הערן די שיעורי חורש"י פון האדמו"ר מטאלנא שליט"א און פון הרב שלעזינגער שליט"א שיעורי השקפה גלייך איך אויסצוהערן הרב עזריאל טויבער שליט"א און בנו הר"ר בערל שליט"א היסטאריע והמסתעף האב איך ליב צו הערן הרב סיני מלוביצקי שליט"א
קרעמער האט געשריבן:איך קום כמעט נישט אן צו הערן קיין שיעורים (ליידער), אבער אמאל אמאל ווען עס מאכט זיך יא, גלייך איך זייער ר' אברהם קארפ ע"ה'ס שיעורים אויף גמרא
שיעור חומש רש"י הער איך אויס יעדע וואך אויפן טעלעפון פון רבי שמעי גרינבוים שליט"א עס איז מיר א מחי' ממש איך קען חומש רש"י ב"ה יעדע וואך נאכדעם וואס איך קען שוין פשוט חומש רש"י גיי איך צו רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א פאר שיינע ענינים און האבען א מושג פון הערליכע אגדה אויף די פרשה
אויף א לאנגען וועג גלייך איך רבי אפרים וואקסמאן שליט"א
וען איך בין בוארד און וויל הערן א פיינעם איד ער זאל אויפהייבן מיין מוט הער איך הרה"ג רבי מאיר פעלדבראנד שליט"א וואס האט עפעס צו זאגן אויף יעדן ענין צו איז דאס פרשה תנ"ך מעשיות פון תנאים אמוראים אדער תלמידי בעש"ט (קען זיין סאיז געאייגענט פאר עלטערע קינדער אבער דאך גלייך איך זיין אייגענארטיקייט)
קרעמער האט געשריבן:איך קום כמעט נישט אן צו הערן קיין שיעורים (ליידער), אבער אמאל אמאל ווען עס מאכט זיך יא, גלייך איך זייער ר' אברהם קארפ ע"ה'ס שיעורים אויף גמרא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected] מורשת חכמי אמעריקא
ר' אפרים וואקסמאן איז געוואלדיג, [ווער עס ווייסט פון ר' אפרים האב איך לעצטענס געהערט ווי ער גראם'ט און זינגט זיינע גראמען זענען מורא'דיג זיס און פיל מיט השתוקקות] ווי אויך ווען איך בין מער לאגזאם ר' אבא חייא טויבער פון פרקי אבות.
היסטאריע, גלייך איך זייער צו הערן פון ר' יעקב ווייס און ר' שמואל שלמה טעללער. זיי זענען מלא ידיעות הלכות, פון ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש, זייער קלאר און איז מקיף די הלכה פון אלע זייטן און זייער מסודר. הכנה לחג, פון ר' שמעון זאב מייזליש, און צומאל ר' שלמה רובין.
איך גלייך צו הערן הרב שפירא פון בעיסוואטער אויך הרב אליהו בערגשטיין גלייך איך זייער צו הערן חוץ מזה האב איך נאכנישט געטראפן א בעל דרשן וואס זאל מיר ממש ציען צו הערן איינער זאגט מיר אז ר' עזריאל טויבער רעד גיט איך האב אים נאכנישט פרובירט
רבי משולם פייש גינזבורג שליט"א מחוסט א הערליכע בעל דרשן, האט אויך שיעורים אויף נ"ך אויף קול הלשון הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א מקיף א זאך מיט א געוואלדיגע קלארקייט הגאון ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, ס'גיסט זיך הערליכע פערל רייד
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א מקיף א זאך מיט א געוואלדיגע קלארקייט הגאון ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, ס'גיסט זיך הערליכע פערל רייד הגאון ר' מאיר יעקב מויזקאפף שליט"א, הערליך שיין חסידות ואגדה הגאון ר' בערל טויבער שליט"א, גאר שיין אין חינוך הבנים ועוד נושאים (נישטא צופיל דרשות פון אים אבער וויפיל ס'איז דא באלעק איך די פינגער)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.