פרעסע קאנפרענץ אין "מאשקע קאמפיין" הויפטקווארטיר

אלעס איבער לאקאלע אייוועלט וואלן

די אחראים: יאנאש,אחראי

מאשקע קאמפיין

פרעסע קאנפרענץ אין "מאשקע קאמפיין" הויפטקווארטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע קאמפיין »

היינט דאנערשטאג פ' תענית בה"ב, איז פארגעקומען א פרעסע קאנפרענץ אינעם הויפטקווארטיר פונעם מאשקע קאמפיין, וואס איז צייטווייליג סטאנציאנירט אויף קרעטשמע עוועניו.
עס האבן זיך באטייליגט די פילע שטיצער און פארעהרער פונעם אזוי-באליבטן שר המשקים, און מ'האט געמוזט עפענען דעם זייטיגן שטובל צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור.
מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו!...
עניוועי, מיר וועלן אראפברענגען א ווארט-ביי-ווארט איבערזעצונג פון די דרשה, אויף די אידישע שפראך, כדי שירוץ בהם עיני הקורא.
וזהו:

א גוטן טאג, א גוט יאר. הממ הממממ ההמממ הע הע העם העהעם העהעהעםםםם...
ס'מיר שווער צו רעדן, איך ווייס, דער עולם וויל הערן, מ'איז צעבראכן, מ'איז אנגעווייטאגט, מ'ווארט שוין קוים אויף דעם מאמענט, דער עולם דארף, מ'פאדערט, מ'וויל הערן דברי חיזוק, אביסל בענינים העומדים על הפרק.
אבער דאך, מ'זעמיר אידישע קינדער, מ'זעמיר מצווה געווארן נזהר צו זיין בכבוד אחרים, מאן אחרים ר' יגר, דערפאר טאקע וויל איך דא אויסרופן פאר יעדן איינעם:
מיר וועלן זיך נישט לאזן שאנטאזשירן און פארפירן און טעראריזירן און טאלערירן און פארשמירן און צורירן פון די אלע וואס ווילן אונז צוברעכן.
און כ'וויל דא זאגן קלאר, זאל עס יעדער דערהערן. ווער ס'וועט זאגן אן הויך ווארט קעגן מיין קעגנער, וועט באקומען זיין שטראף אויפ'ן פלאץ! אז נישט פון מיר, וועט עס זיין דורך מיין קעגנער!
איך וויל דא מסיים זיין מעין הפתיחה, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום, און טאקע ס'זאל שוין מקוים ווערן, און כ'האב טאקע געוואלט דא מעלדן ברבים, אז איך פלאן אי"ה אפצוגעבן מיין שטימע פאר ר' יגר, ווייל איך האלט אז ער איז דער בעסטער קאנדידאט פאר ראש הקהל (נאך מיר, שטייטסעך), און איך האף אז ער וועט אויך טון דאס זעלבע, מפני השלום.
איך קוק ארויס צו ארבעטן מיט'ן אנדערן לאגער נאכ'ן געווינען די וואלן אי"ה, און איך וועל אויסהערן מיין סגן מיט'ן גרעסטן מאס דרך ארץ. נאכדעם וועל איך טון ווי איך פארשטיי.
ר' חנניא בן עקשיא וכו'. יתגדל.
*

נאכדעם וואס דער מיקראפאן איז שוין געווען פארלאשן (לכה"פ אזוי האט מאשקע געמיינט), האט זיך מאשקע אנגערופן צו זיינע ארומיגע:
נו, וויאזוי איז עס געווען? גוט, הא? זאלן זיי פלאצן! זאל יעדער זעהן וואספארא עניו איך בין, וואספארא איידעלע מדות איך האב! יאללה! LET ROLL!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ווען איז ס'נעקסטע? וועט מען קענען מיטהאלטן?
מאשקע קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע קאמפיין »

מ'וועט לאזן מעלדן בקארעב.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טענקס א מיליאן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דארפסט טשעינדזש?
כ'האב נאר א הונדערטער ביי מיר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הייב אן מיט דעם, דו ווייסט ווי איך גיי באלד זיין, קענסט עס מיטברענגען.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חחחחחח
דארט באקומסטו נישט קיין פרוטה פון מיר!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאך דיך כאטש ווי די ווילסט מיר געבן, נישט לייקן איין מינוט נאכן שרייבן אז דו האלסט דערביי.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ליסען, ווילאנג מ'רעדט פון ווירטואלע געלט, קעניך דיר געבן וויפיל דו ווילסט, אבער אז ס'פאנגט זיך שוין מיט ווירקליכקייט, מעען, איי עם אוט!
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

מאשקע חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

א שיינע דרשה, לאמיר האפן אז די שפעטערדיגע וועלן בעסער זיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

סאכדעס, פארפיר נישט....

מאשקע, דו האסט א הונדערטער? כ'זעה נאר א צענער'ל...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אזוי גייט עס מיט די פאלעטישענס, זיי זאגן איין זאך און זיי מיינען עפעס אנדערש..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געהערט א גוט ווארט פון הערשל פריעמאן אויף קול מבשר. ער רעדט דארט פון די קלינטאנ'ס, זאגט ער נאך בשם איינער פון די האליוואד חברה, סתם א פאליטישן איז נישט קיין ליגנער נאר ווען ער עפנט זיך אויף ס'מויל, אבער די קלינטאנס, אפילו ווען זיי רעדן נישט, זענען זיי אויך ליגנער'ס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
מאשקע קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע קאמפיין »

לחיים ולברכה האט געשריבן:סאכדעס, פארפיר נישט....

מאשקע, דו האסט א הונדערטער? כ'זעה נאר א צענער'ל...


שוין צייט צו גיין אויסטשעקן די אויגן.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

ווען איז די נעקסטע פרעסע קאנפרענץ
שרייב תגובה

צוריק צו “שטים בודקע”