די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאצקע צוקער »

און לגבי "די צייטונג" עס א פיינער צייטונג אויך פאר ווער עס גלייכט א טרוקען נייעסל אן א בלאזערייען ווי עס איז דער סדר פון די היינטיגע צייטונגען צו בלאזען וואס מער שטותים אז דער צייטונג זאל וואקסען אינעם וואג!!
עס פארקויפט פיינע אנאליזען מיט אפשאצונגען און גוטע פארזעצונגען (מיט אינהאלט... נישט פון א קאמאנדא וואס נידערט אראפ אינמיטן נאכט ביים שונא און מע הייבט שיסען איינער אויפן צווייטען מיט די מאשין געווען און עס גייט א בלוט באד...... ווי די סדר פון די היינטיגע פארזעצונגען)
אוודאי האט ער נאך אסאך פלאץ זיך אונטער צו הייבן און ארויפגיין אפאר טרעפלעך 
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אויפריכטיג האט געשריבן:וואס טוט זיך אין די צייטונג פון די וואך, קען מען עפעס באמערקן דארט?



א מאמר פון הרב י.מ. סופר וועגן "שמירת עינים פון אייפאדס"
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ווי איך פארשטיי קוקט עס נייעס1 אנדערש אן, וויבאלד (לויט ווי ער זאגט) רעדט ער וויזוי מ'האט דעמאלטס אנגעקוקט דעם ספר, נישט וויזוי א ליינער האט יעצט הנאה פונעם ספר.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לייבי, דו מאכסט דיין הכרעה בע"פ, אדער מכח די ביסט מסכים צו נייעס'לס שיטה ווייל דו האלטסט אויך אזוי?
אויב האלטסטו אויך אזוי, כל הכבוד
אבער אויב מאכסטו דיין הכרעה בע"פ לויט דיין סברא וועל איך דיר ענטפערן

איך האב שוין נישט אריינגעקוקט אין בוצינא קדישא זינט דאס יאר וואס איז ארויסגעקומען און טאקע דערפאר איז מיר שווער יעצט צו ברענגן דוגמאות, אבער ווען ס'איז ארויסגעקומען האב איך עס דורכגעליינט מדאשקע לדאשקע מיט גרויס דארשט, און איך געדענק זייער גוט ווי אזוי די גאס האט דאן גערעדט דערפון און וויפיל מען איז נתפעל געווארן פונעם געוואלדיגן אוצר וואס ער פארמאגט

מאז ועד עתה האבן שוין זייער אסאך גענאשט אינפארמאציע פון אים, יש מיט א מקור פון אים און יש אן א מקור פון אים, ממילא האב איך מורא אז נייעס האט עס לעצטענס געליינט, נאכן זיך אנליינען מיט אנדערע, קלערט ער ביי זיך וואס האט דא ר' סענדר מגלה געווען

און איך זאג נאכאמאל, זיין ספר איז א סעמפל ווי א עכטער חסיד באשרייבט זיין רבין, אן קיין הפרזות און אן קיין גוזמאות אן אן קיין שינויים

ער שטעלט אראפ דעם רבין ווי דער מנהיג הדור והדרו, נישט ווי יענער וואס שטעלט אראפ דעם רבין ווי א איד וואס האט ליב געהאט צו זאגן שטעכעדיגע ווערטלעך א גאנצן טאג ודי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

פריילאך האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:וואס טוט זיך אין די צייטונג פון די וואך, קען מען עפעס באמערקן דארט?



א מאמר פון הרב י.מ. סופר וועגן "שמירת עינים פון אייפאדס"



דער עדיטאריעל די וואך וואס רעדט איבער די קאסינאס אין די קאנטרי,
איז זייער וויכטיג און איז דאך אויך אידישלעך ווי עטליכע שרייבער דא זאגן אז דער ציבור וויל הערן.
חאצקעל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 19, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקעל »

מי יודע האט געשריבן:איך האב שוין נישט אריינגעקוקט אין בוצינא קדישא זינט דאס יאר וואס איז ארויסגעקומען און טאקע דערפאר איז מיר שווער יעצט צו ברענגן דוגמאות, אבער ווען ס'איז ארויסגעקומען האב איך עס דורכגעליינט מדאשקע לדאשקע מיט גרויס דארשט, און איך געדענק זייער גוט ווי אזוי די גאס האט דאן גערעדט דערפון און וויפיל מען איז נתפעל געווארן פונעם געוואלדיגן אוצר וואס ער פארמאגט

מאז ועד עתה האבן שוין זייער אסאך גענאשט אינפארמאציע פון אים, יש מיט א מקור פון אים און יש אן א מקור פון אים, ממילא האב איך מורא אז נייעס האט עס לעצטענס געליינט, נאכן זיך אנליינען מיט אנדערע, קלערט ער ביי זיך וואס האט דא ר' סענדר מגלה געווען

און איך זאג נאכאמאל, זיין ספר איז א סעמפל ווי א עכטער חסיד באשרייבט זיין רבין, אן קיין הפרזות און אן קיין גוזמאות אן אן קיין שינויים

ער שטעלט אראפ דעם רבין ווי דער מנהיג הדור והדרו, נישט ווי יענער וואס שטעלט אראפ דעם רבין ווי א איד וואס האט ליב געהאט צו זאגן שטעכעדיגע ווערטלעך א גאנצן טאג ודי


דו האסט דערמאנט א פאקט אין וואס איך האב זיך שוין זייער אסאך מאל אנגעטראפן. אסאך מאל ווען איך ליין וועגן א געוויסע זאך פון רבין אדער סאטמארע מערכה, דערמאן איך זיך אז איך האב עס שוין געליינט ערגעץ, נאך א שנעלע דערמאנונג טרעף איך אז עס איז נאכגעשריבן פון בוצינא קדישא. ער איז דער כלי ראשון פון אסאך ספרים און ארטיקלן.
נייעס1
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס1 »

מי יודע האט געשריבן:נייעס'ל, די רעדסט און דו רעדסט אויף א אופן וואס בלשונינו ווערט דאס אנגערופן געקייט וואסער

וואס האסטו געוואלט ער זאל אנטדעקן?
וואס האסטו געקלערט ער גייט שרייבן?
פרשת מונקאטש? בעלזא? קראלי? קלז"ב?
דער איד האט געשריבן כמעט אלעס וואס ער האט מיטגעהאלטן ביים רבין וואס איז געווען ראוי להוציא לאור עולם, אלע מערכות וואס מען האט געקענט שרייבן דערפון האט ער געשריבן, און וואס נישט נישט, איך האב אמאל געזען גאנצע שטיקער וואס מען האט געשניטן פונעם בוצינא על פי בקשתו (או בקשת בניו לאחר פטירתו)
עולמו של אבא האט געשריבן אלעס וואס ער האט געהערט
ר' סענדר האט געהאט דעם כלל נישט אלעס וואס מען דערציילט דארף מען אפשרייבן


'מי יודע' ווענדט מיך אפ. אבער 'מי יודע' וואס ער וויל ארויסברענגען?

דו פרעגסט אפ וואס איך שרייב? אדער פארענפערסטו פארוואס 'בוצינא קדישא' איז נישט אזוי געלונגן דורך ערקלערן אז מען האט געדארפט שניידן גאנצע שטיקער?

איך האב געהערט א שיינעם חלק פון 'בוצינא קדישא' נאך בע"פ. טאקע פון ר' סענדער אליין. איך האב עס געליינט בכתב ווען עס איז ערשינען. איך האב נישט געזוכט צו טרעפן די אלע דערמאנטע מערכות הנ"ל (בעלז וכו')

צום פינטל. קיינער וועט נישט פארגלייכן ר' סענדער'ס 'בוצינא קדישא' צו 'במחיצתם' פון שלמה לארענץ. אדער די 8 בענדער פון מנחם פרוש. וואס דארט האט ר' סענדער לכאורה באלאנגט. נאר ענדערש צו רעזמאוויטש'ס זכרונות איבער דעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל וכדומה.

דאס איז מיין לעצטע ווארט איבער 'בוצינא קדישא'. איך האב עס נאר דערמאנט אלס א הוכחה אז נישט יעדער בעל כשרון קען דעליווערן וואס ער וויל. אצינד צוריק צו די צייטונגען בזמנינו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מר. נייעס, דאס האט דאך יעדער געזאגט, אבער המכוון הוא להיפך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נייעס1 האט געשריבן:
דו פרעגסט אפ וואס איך שרייב? אדער פארענפערסטו פארוואס 'בוצינא קדישא' איז נישט אזוי געלונגן דורך ערקלערן אז מען האט געדארפט שניידן גאנצע שטיקער?

איך האב געהערט א שיינעם חלק פון 'בוצינא קדישא' נאך בע"פ. טאקע פון ר' סענדער אליין. איך האב עס געליינט בכתב ווען עס איז ערשינען. איך האב נישט געזוכט צו טרעפן די אלע דערמאנטע מערכות הנ"ל (בעלז וכו')

צום פינטל. קיינער וועט נישט פארגלייכן ר' סענדער'ס 'בוצינא קדישא' צו 'במחיצתם' פון שלמה לארענץ. אדער די 8 בענדער פון מנחם פרוש. וואס דארט האט ר' סענדער לכאורה באלאנגט. נאר ענדערש צו רעזמאוויטש'ס זכרונות איבער דעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל וכדומה.

דאס איז מיין לעצטע ווארט איבער 'בוצינא קדישא'. איך האב עס נאר דערמאנט אלס א הוכחה אז נישט יעדער בעל כשרון קען דעליווערן וואס ער וויל. אצינד צוריק צו די צייטונגען בזמנינו.


נייעסל, דו שרייבסט אז ר' סענדר האט נישט געקענט דעליווערן וואס ער האט געוואלט, פון וואנעט ווייסטו וואס ער האט געוואלט?!
ר' סענדר האט נישט געוואלט ארויסגעבן א ספר איבער זיינע אויפטוען און איבער זיינע איבערלעבענישן,און די פרשות וואס ער איז געווען פארמישט, ער האט געוואלט באשרייבן דעם רבי'ן מיט א ריכטיגן בליק אז די קומענדיגע דורות זאלן האבן א קלארן בילד פון דעם צדיק עולם. און דערפאר האט ער - און נישט קיין צווייטער - ארויסגעשניטן אסאך ווייל ער האט נישט געצילט צו באשרייבן די היסטאריע פון יענע צייט נאר בלויז די פעולות צדיק לטובת הכלל והפרט.
דאס איז געווען דער ציל פון זיין חיבור, ווי מ'קען עס זען אין זיין הקדמה צום ספר, און דערפאר האט ער אויפגעקריצט אויפ'ן דעקל פונעם ספר די ווערטער "רבינו הגאון הקדוש מסאטמאר זי"ע".

די אנדערע ביכלעך וואס דו דערמאנסט זענען געשריבן געווארן מיט א ציל 'זיך' צו באשרייבן. זיי האבן באשריבן זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן און די אינערליכע פאסירונגען פון זייערע פארטייען און רביים, כדי אזוי זיך זעלבסט אראפצומאלן און אזוי פארבלייבן אין זכרון פאר די קומענדיגע דורות.
נישט דאס, און דווקא דער היפוך איז געווען די כוונה פון ר' סענדר. ער האט נישט געוואלט 'זיך' באשרייבן, און ער האט בכלל נישט געוואלט דעליווערן א ספר וואס זאל אויפדעקן די אינערליכע מעשיות וואס איז פארגעגאנגען אין סאטמאר. ווען ער וואלט דאס געוואלט, וואלט ער דאס געקענט דעליווערן, ווייל אסאך האט ער שוין געהאט אפגעשריבן, און אסאך פון די סארט זאכן האט ער ארויסגעשניטן.
דער אינטערשייד קען מען קלאר זען אין די גרויסע חילוק פון דעם נאמען פון די ספרים. אין די צייט וואס דער נאמען 'בוצינא קדישא' גייט ארויף אויפ'ן רבי'ן, איז דער 'במחיצתם' געצילט צום שרייבער זעלבסט, ודו"ק.
שין שין
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 29, 2011 2:01 pm

ר' מרדכה ליקער ווייבערמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שין שין »

איך בין אן אייניקעל פון ר' מרדכה ליקער
מיין פעטער ר' ישראל בעלסקי שליט"א (דער היינטיגע ראש ישיבה אין תורה ודעת אין פלטבוש) (און אויכעט אן אייניקעל דורך ר' משהז טאכטער בלימה ווילהעלם די מאמה פון ר' ישראלז מאמה חנה צירל) האט געזאגט אז ר' מרדכה איז געקומען פון גרמניה. זיין טאטה (אן ערליכער איד) האט עם געוואלט אריין שיקען אין יוניבערסיטה אויף צו ווערען א דוקטור. (אנדערע זאגען אז זיי זענען מושפע געווען פון דער רעפורמער) ער האט געוואלט אבער נאר אויף צו זיצען און לערנען. ער האט געשריבען א בריעף צו זיין טאטה און אנטלויפט פון גרמניה צו צאנז, און געביטען זיין נומען. ער האט געזעצען דארט ביין דברי חיים צוואנציג יאר גלייך. נאך דעם דער צאנזער רב האט פאר עם געטראפען דער שטעללער אין טיסא ליק. ער איז געווארען דער ראש ישיבה אויף דער גרעסטע ישיבה אין גאנץ אונגארין. ר' ישראל האט געקענט נאך תלמידים פון דארט. ס'יז געווען דעמאלט מער ווי צוויי הונדרעט בחורים אין דער ישיבה.
זיין זון ר' משה האט געוואלט פארען אין אמריקה ווייל זיין שווער ר' פנחס אהרון ברודער איז געפארען, און זיין פרוי האט שטארק געבענקט נאך אירע מאמה, אבער ר' מרדכה האט זיי געאסערט גייען. ר' משה האט געפארט קיין אמריקה אין תרמ"ח 1878 בערך, נאר נאך ר' מרדכהז פטירה אין תרמ"ו. ר' מרדכי האט געשריבען אין זיין צוואה אז קיינער וואס פארט אין אמריקה זאל נישר רופען זייערע קינדער נאך עם.
איך האב געהערט אז ר' ישראל בעלסקי שליט''א האט געטראפען פון עם א בילד, אין א בוך פון אונגארעשער רבנים, אבער עס קען זיין גאר א טעות.
איינער זאגט אז זיין טאטה האט געהייסט אליעזר? ס'איז אויכעט ביי מיר א חידוש. אפשר איינער קען לייענען וואס שטייט געשריבען אויף זיין מציבה. זיין פרוי האט געהייסט בלימה.
ר' משה איז געגראבט אין mount zion cemetery 59-63 54th avenue maspeth ny 11378. path 32r
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

שליום עליכם אייך איר האט לכאורה אריינגעבלאנדזשעט אין די נישט ריכטיגע אשכול,
אייער תגובה קומט אדער דא viewtopic.php?f=31&t=12104
אדער דא viewtopic.php?f=31&t=10584 ווי מ'רעדט אלעס איבער ר' מרדכי'ן
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

דער אשכול איז זיך אינגאנצן פארפארן, אבער אזוי ווי מען האלט שוין דא וויל איך אריינווארפן א ווארט. איבער דאס צוגלייכן דעם בוצינא קדישא צום במחיצתם פון שלמה לארענץ. עס איז טאקע נישט קיין פארגלייך. און דאס ערשטע און וויכטיגסטע איז מיט דעם וואס במחיצתם ווייסט יעדער איז נישט זייער קראנט, מען קען נישט צופיל בויען אויף וואס דארט שטייט, און דער בוצינא קדישא ווייסט יעדער איינער איז דוקא יא זייער קראנט. נישט ווי אנדערע וועלכע באשרייבן דעם סאטמאר רבין זצ"ל, ודי.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אקעי
שוין צייט צו עפענען א אשכול איבער בוצינא קדישא
ווייל צו רעדן פון ר' סענדר אין צייטונג :? קומט עפעס נישט אריין ....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

טהור-עיניים האט געשריבן:דער אשכול איז זיך אינגאנצן פארפארן, אבער אזוי ווי מען האלט שוין דא וויל איך אריינווארפן א ווארט. איבער דאס צוגלייכן דעם בוצינא קדישא צום במחיצתם פון שלמה לארענץ. עס איז טאקע נישט קיין פארגלייך. און דאס ערשטע און וויכטיגסטע איז מיט דעם וואס במחיצתם ווייסט יעדער איז נישט זייער קראנט, מען קען נישט צופיל בויען אויף וואס דארט שטייט, און דער בוצינא קדישא ווייסט יעדער איינער איז דוקא יא זייער קראנט. נישט ווי אנדערע וועלכע באשרייבן דעם סאטמאר רבין זצ"ל, ודי.


מהיכי תיתי ???
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
איינער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינער »

נייעס1 האט געשריבן:איך קוק צו די טענה'רייען אהער און אהין איבערן 'צייטונג' און איר רעדאקטער ר' אברהם פרידמאן נ"י. די גאנצע שמועס האט אויסגעלאזט די הקדמה 'וואס דארף א אידישע צייטונג צושטעלן פאר די ליינער?'

ווען מען האט אפגעקויפט דעם 'איד' (פון ראזמארין) איז דער רעדאקטער געווען ר' אלבערט'ס ברודער, ר' בערל נ"י. דער עולם איז נישט געווען צופרידן (לפי זכרונות ילדותי). מען האט געהאלטן אז ער שרייבט צופיל גויאישע נייעס. מען האט געהאלטן אז א אידישע צייטונג דארף אויסזען ווי די אידישע צייטונגען אין דער אלטער היים. מער היימישע נייעס און געמאסטענע וועלטליכע נייעס.

ר' סענדער דייטש ע"ה האט יא פארשטאנען צו א צייטונג. ער האט מערערע מאל געזאגט פאר מענטשן אז ער וויל אז דער 'איד' זאל אויסקוקן ווי דער 'אלגעמיינער'. ווי וועלטליכע נייעס פארנעמט א קליינע ארט. אלעס איז דארט ארום די 'פארטיי' (ליובאוויטש) און אירע פערזענליכקייטן.

ר' סענדער האט געהאלטן אז ר' חיים משה שטאובער פארשטייט צו דעם און ער וועט באלענסירן די גויאישע נייעס. ר' חיים משה האט טאקע פארשטאנען. ער האט אבער געמאכט טעותים ביי דעם (הסתלקות בעל ב"י מגור יוכיח) און ער איז געפלויגן.

דערנאך האט ר' אברהם פרידמאן געהאט א פרייע האנט מיט נייעס באריכטן און פאליטישע אפשאצונגען. דער עולם האט געהאט טענות ביז איבערן קאפ. (דער פרומער עולם האט גענוצט די זעלבע קריטיק ווי מען הערט היינט קעגן 'שטערן' און אנדערע מעגאזינס) זיינע אפשאצונגען זענען געווען איבער קארטער און מענטשן האבן געהאלטן אז דאס דארף זיין איבער די רוסישע אידן. אנדערע האבן געוואלט אז אפילו דאס אויכנישט.

ווען ר' אברהם האט געפענט זיין אייגענע 'צייטונג' אין תשמ"ח האב איך געהערט פון ר' סענדער א מיינונג אז עס וועט נישט האלטן קיין גאנצע יאר אדער וועט עס ווערן א אידיש-ענגלישע גויאישע צייטונג. (אלבערט האט א צייט געוואלט מאכן האלב ענגליש)

די 'צייטונג' איז טאקע קריטיקירט געווארן אלס זייער גויאיש (ווער געדענקט דעם שטורעם נאך די קלערענס טאמעס דיבעיטס?) דערפאר האט ער עס שפעטער באלענסירט מיט אומבאלאנגטע אידישע ארטיקלן און תורות פאר קינדער ווי מען האט אין די 'באלייכטונגען' און 'אידישע ליכט'.

דער 'איד' האט אנפאנג געטרייט נאכצומאכן אלבערט'ס צייטונג מיט גויאישע נייעס. לעצטנס איז א גרויסע שינוי לטובה. עס איז שטארק אידישלעך. די 'איד' איז איינגעטיילט אין פיר טיילן. בלויז איינס איז וועלטליך.
דער 'בלאט' איז פון די ערשטע טאג אומבאלענסירט. פון איין זייט האט עס מער אידישע נייעס (אסאך סענזאציעס) אבער עס האט אויך רייצערישע פאליטישע נייעס (ווי בחורים זוכן). עס איז אבער מער א אידישע צייטונג ווי אלבערט'ס צייטונג וואס איז געבליבן א ריינע אידישע איבערזעצונג פון די גויאישע צייטונגען (מיט אביסל פון די "באלייכטונגען' כנ"ל)

אויב מען רעדט פון פארקויפן דעם 'צייטונג' דארף מען אנעליזירן צי עס איז דא א מקום פאר אן עכטע 'אידישע' צייטונג. לדעתי איז עס דא. די וואס זוכן נייעס האבן ווי עס צו טרעפן. עס איז אויך דא 'קול מבשר'. עס פעלט אן אומפארטיישע אידישע צייטונג וואס זאל דינען ווי 'המודיע' 'מחנה חרדי' און 'המבשר' פאר אונזערע קרייזן.

ר' אברהם איז זיכער נישט געמאכט אלס רעדאקטער פון אזא צייטונג. זיין עקספערטיז מימי בחרותו איז ליבעראלע פאליטיק ותו לא מידי.

אויב איינער וויל אפקויפן אזא צייטונג און האפט צו מאכן געלט וועט ער עס דארפן טוישן מקצה אל הקצה. ער וועט דארפן א רעדאקטער און שרייבערס וואס וועלן צושטעלן אידישע ארטיקלן און נייעס. לויט די סעילס פון די 'משפחה' און 'שעה טובה' איז דא א מארקעט פאר דעם.


נייעס1,

דאס איז דיין מיינוג, ותו לא מידי!
איך מיט אסאך אנדערע קויפן "איין" צייטונג א יעדע וואך וואס הייסט "די צייטונג" יא פאר די סיבה אז עס האט, דעס וואס די ריפסט גוישיע נייעס, איך וויל נישט ליינען און אויך וויל איך נישט מיינע קינדער זאלן ליינען די פראפגאנדע צייטונגען וואס די ריפסט אן אידישע נייעס, איך מיט אסאך אנדערע גלייכן "די צייטונג" פאר די פלעינע טרוקענע נייעס וואס ער שרייבט אין "מאמע לשון", יעצט צו מען קען עס פארבעסערן? זיכער, א יעדע גוטע זאך קען ווערן נאך בעסער און די צייטונג אליין איז געווען אסאך בעסער פאר 15 יאר צוריק, אבער אויב איינער וועט עס אפקויפן און טוישן די סטייל צו "נייעס1 אידישע נייעס" איז פשוט א שאד ער קען פאר דעם געלט אנהייבן פון פריש ווייל מערסטע פון די יעצטיגע ליינער וועלן ער מער נישט קויפן.
נייעס1
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס1 »

איינער האט געשריבן:[quote=נייעס1,

דאס איז דיין מיינוג, ותו לא מידי!
איך מיט אסאך אנדערע קויפן "איין" צייטונג א יעדע וואך וואס הייסט "די צייטונג" יא פאר די סיבה אז עס האט, דעס וואס די ריפסט גוישיע נייעס, איך וויל נישט ליינען און אויך וויל איך נישט מיינע קינדער זאלן ליינען די פראפגאנדע צייטונגען וואס די ריפסט אן אידישע נייעס, איך מיט אסאך אנדערע גלייכן "די צייטונג" פאר די פלעינע טרוקענע נייעס וואס ער שרייבט אין "מאמע לשון", יעצט צו מען קען עס פארבעסערן? זיכער, א יעדע גוטע זאך קען ווערן נאך בעסער און די צייטונג אליין איז געווען אסאך בעסער פאר 15 יאר צוריק, אבער אויב איינער וועט עס אפקויפן און טוישן די סטייל צו "נייעס1 אידישע נייעס" איז פשוט א שאד ער קען פאר דעם געלט אנהייבן פון פריש ווייל מערסטע פון די יעצטיגע ליינער וועלן ער מער נישט קויפן.


'איינער'. שמך נאה לך. איך וואלט אפשר נישט געזאגט אז דו ביסט איינער אליין. אבער זיכער ממעוטי דמעוטי. ווען נישט - וואלט דער 'צייטונג' נישט געשטאנען פאר סעיל.

מיר דאכט זיך אז דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געמיינט מיט 'אידישע נייעס' און 'גויאישע נייעס'. 'אידישע' מיינט נישט די פראפעגאנדע וואס דו כאפסט אן. דאס מיינט נישט די חסידישע נייעס. נאר טאקע אידישע נייעס. ווי א פאליטיקל ענעליסעס איז איבער אידישע טעמעס. נישט אבאמא און קלינטאן. די ענגלישע המודיע און 'יאטעד' זענען אויף דעם 'אידישן' גאנג. דער נוא יארק טיימס נישט.

דו וואס זוכן די גוישיע נייעס אין 'מאמע לשון' האבן היינט גענוג עלעקטראנישע מכשירים עס צו באקומען. ווער נישט, זוכט עס מסתם נישט צו ליינען אין פרינט.

אויב דו זוכסט טאקע אזא סארט 'גויאישע נייעס' צייטונג פאר זיך און דיינע קינדער - ווי די שרייבסט - אשריך וטוב לך.

דאס אז 'מערסטע פון די יעצטיגע ליינער וועלן עס מער נישט קויפן' אויב עס וועט ווערן מער אידיש. נאכאמאל, אויב עס איז יעצט דא אזא שטארקע קלייענטעל וואלט עס מסתם נישט געווען פאר סעיל.
איינער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינער »

איך האב פאר דיר נייעס מר' נייעס1 אז מיט דעם בין איך ווייט פון איינער, א גרויסער עולם קויפט עס, אדרבה לאמיר פרעגען די קרעטשמע ליינער. קויפט איר די צייטונג?

ווער זאגט אז די צייטונג איז פאר סעיל ווייל עס גייט נישט גוט פונקט פארקערט ווען עס וואלט געווען אויסגעשפילט אזוי די זאגסט וואל ער עס אינגאנצען נישט געקענט פארקויפן, לויט וויאזוי איך פארשטיי איז פאר סעיל ווייל ר' אברהם ווערט נישט יונגער און וויל אז עס זאל האבן א צוקונפט.

די צייטונגן (פעפערס) קויפן היינט רוב מענטשן פאר שבת ווען מען האט נישט קיין עלעקטראנישע מכשירים.
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

למשל די וואך לייגט די צייטונג זייער גוט און באלערנט די עגיפטישע נייעס, וואס מען קען נישט אזוי גוט ארויסהאבן דורך קול מבשר, צוליב 2 סיבות איינס פשוט ער רעדט קורץ, און 2 ווייל פארפאלן אין די צייטונג איז עס פראפעשיאנאל אראפגעלייגט מיט א סדר ווידער קול מבשר דארף נאך פיל ארבייטן אנצוקומען צו דעם סטיל.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

גראדע האב איך מיטגעהאלטן די עגיפטן סיטואציע אויף קול מבשר, און דערנאך געליינט "די צייטונג". למעשה האב איך שוין די אלע נויטיגע אינפאו קאלעקטעט פון קול מבשר, און אלבערט מיט זיין רייכן סטיל און שניט האט מיך גארנישט קלוגער געמאכט.

איך האב דורכ'ן וואך אויסגעהערט זלמן ווידער'ס און יוסי געשטעטנער'ס באריכטן, הערשל פריעדמאן'ס אנאליזן, און צום לעצט דער רייכער אנאליז אראפגעלייגט דורך דעם נייעם שטערן אויף קול מבשר איינער יצחק קלאר, וואס א חוץ זיין געוואלדיגע שטומע און טאן צעשמירט ער די גאנצע פרשת מצרים מיט א ברייטקייט.

איך לייקן נישט אז אינו דומה שמועה לראי', און אז די צייטונג וואס פארמאגט בילדער מאכט דאס אביסל מער לעבעדיג, אבער אויב רעדסטו פון זיין באשרייבונג איז אין מיינע אויגן די צייטונג ווי א שירעם נאכן רעגן מיט די וועלטליכע נייעס.

---
ביי דע וועי ווייסט איינער ווער דער יצחק קלאר איז?
איך גיי ניסלעך פאר אים!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ארעסטאנט האט געשריבן:ביי דע וועי ווייסט איינער ווער דער יצחק קלאר איז?
איך גיי ניסלעך פאר אים!


כ'ווייס נישט ווער ער איז, אבער דאס איז זיכער: א רעפאבליקן עד הסוף!

זייער זיס און געשמאק
---

אריין אין קול מבשר אשכול
לעצט פארראכטן דורך פונקטליך אום זונטאג פעברואר 13, 2011 2:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יצחק קלאר איז א היימישער

ותו לא מידי
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

יו מיען איט??
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ותו לא מידי
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ס'איז שוין חזרה יעצט? פארוואס גיסט זיך נאכניש קאפי אין שוהל?..
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

קרעמער האט געשריבן:יצחק קלאר איז א היימישער

ותו לא מידי


מיר האט ער גראדע אויסגעקוקט ווי א פלעטבושער. אבער איך גלייב אז דו ווייסט בעסער.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”