די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

געלעגער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דאס פארדינט זיך א באזונדערע אשכול. אבער איך האב נישט געטראפן ווי עס אריין צולייגן לייג איך עס דא, אז די מנהלים ווילן קענען זיי עס רוקן.
קלאנגן פארן ארום אז די לאנגיעריע צייטונג וואס איז באקאנט פאר יעדן מיטן נאמען "די צייטונג" וואס איז ביז יעצט געווען אינטער די פירערשאפט פון הרה"ח אלבערט פריעדמאן ני"ו האט זיך לעצטענס פארקויפט פאר ?? אויף די פרייז פון א האלבע מיליאן דאללער, האט שוין איינער עפעס געהערט דערפון?


אז מען האט א האלב מיליאן דאלער, דארף מען צוקומען אפצוקויפן א צווייטן? איז דאס נישט איבערגענוג געלט אהערצושטעלן אן אייגענעם געלונגענעם צייטונג?
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

ווייט פון גענוג....
ובפרט אז דו נעמסט אין באטראכט אז דא זענען שוין דא סטעדי קאסטומערס.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

פוילישער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דאס פארדינט זיך א באזונדערע אשכול. אבער איך האב נישט געטראפן ווי עס אריין צולייגן לייג איך עס דא, אז די מנהלים ווילן קענען זיי עס רוקן.
קלאנגן פארן ארום אז די לאנגיעריע צייטונג וואס איז באקאנט פאר יעדן מיטן נאמען "די צייטונג" וואס איז ביז יעצט געווען אינטער די פירערשאפט פון הרה"ח אלבערט פריעדמאן ני"ו האט זיך לעצטענס פארקויפט פאר ?? אויף די פרייז פון א האלבע מיליאן דאללער, האט שוין איינער עפעס געהערט דערפון?


אז מען האט א האלב מיליאן דאלער, דארף מען צוקומען אפצוקויפן א צווייטן? איז דאס נישט איבערגענוג געלט אהערצושטעלן אן אייגענעם געלונגענעם צייטונג?


אז איך האב יעצט א האלב מיליאן דאלער איינצושטעקן אין א ביזנעס, וואס האלסטו לוינט זיך ענדערש ביזנעסווייז, אפצוקויפן א גוט גייענדע ביזנעס מיט סטעדי קאסטומערס, אדער ענדערש עפענען א נייע ביזנעס וואס וועט מיר קאטסן עטוואס ווייניגער ווי א האלב מיליאן, אבער איך גיי דארפן אנהייבן זוכן פרישע קאסטומערס, הא?
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

[quote="אייער_קיכלאז איך האב יעצט א האלב מיליאן דאלער איינצושטעקן אין א ביזנעס, וואס האלסטו לוינט זיך ענדערש ביזנעסווייז, אפצוקויפן א גוט גייענדע ביזנעס מיט סטעדי קאסטומערס, אדער ענדערש עפענען א נייע ביזנעס וואס וועט מיר קאטסן עטוואס ווייניגער ווי א האלב מיליאן, אבער איך גיי דארפן אנהייבן זוכן פרישע קאסטומערס, הא?[/quote]

עס ווענד זיך וועלכע ביזנעס.

איך גלייב נישט אז איינע פון די געלונגנע אויסגאבעס אדער צייטונגען, האבן געדארפט אינוועסטן מער ווי הונדערט טויזענט דאלער אנצוקומען צו א שטפל וואס מען זאל האבן סטעדי קאסטומערס.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

כווייס נישט אויב עס איז אמת, כהאב געהערט אז תשנ"ט האט מלך דייטש געהאנדעלט מיט אברהם פר"מ אפצוקויפן פאר א האלב מיליאן דאלער. אבער זיינע יועצים האבן אים געראטן אזפאר די פרייז לוינט זיך ענדערש צו עפענעם אן אייגענעם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אויפריכטיג האט געשריבן:להוי ידוע, ר' סענדר דייטש האט ארויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכע צייטונג נאך איידער "די צייטונג" איז ארויסגעקומען. און עס האט געטראגן דעם זעלבן כאראקטער ווי אלבערט'ס צייטונג, און זאגאר אסאך איידיעס וואס זענען דא אינעם צייטונג ביז'ן היינטיגן טאג זענען נאכקאפירט פון יענעם צייטונג.
א שטיק צייט האט דער טעגליכער צייטונג געהאט אן אפטיילונג אויף ענגליש, און אזוי אויך האט דער איד געהאט א שטיק צייט אן אפטיילונג אויף ענגליש.

ובכל אופן קען מען נישט ציען קיין פאראלעל פון צייטונגען אין יענע צייטן צום היינטיגן סטאנדארט.
"
נישט ר' סענדער, ר' חיים משה שטויבער, ואכמ"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

farshlufen האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:להוי ידוע, ר' סענדר דייטש האט ארויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכע צייטונג נאך איידער "די צייטונג" איז ארויסגעקומען. און עס האט געטראגן דעם זעלבן כאראקטער ווי אלבערט'ס צייטונג, און זאגאר אסאך איידיעס וואס זענען דא אינעם צייטונג ביז'ן היינטיגן טאג זענען נאכקאפירט פון יענעם צייטונג.
א שטיק צייט האט דער טעגליכער צייטונג געהאט אן אפטיילונג אויף ענגליש, און אזוי אויך האט דער איד געהאט א שטיק צייט אן אפטיילונג אויף ענגליש.

ובכל אופן קען מען נישט ציען קיין פאראלעל פון צייטונגען אין יענע צייטן צום היינטיגן סטאנדארט.
"
נישט ר' סענדער, ר' חיים משה שטויבער, ואכמ"ל.

אויף וואס איז געצילט דיינע ווערטער?
נייעס1
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס1 »

farshlufen האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:להוי ידוע, ר' סענדר דייטש האט ארויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכע צייטונג נאך איידער "די צייטונג" איז ארויסגעקומען. און עס האט געטראגן דעם זעלבן כאראקטער ווי אלבערט'ס צייטונג, און זאגאר אסאך איידיעס וואס זענען דא אינעם צייטונג ביז'ן היינטיגן טאג זענען נאכקאפירט פון יענעם צייטונג.
א שטיק צייט האט דער טעגליכער צייטונג געהאט אן אפטיילונג אויף ענגליש, און אזוי אויך האט דער איד געהאט א שטיק צייט אן אפטיילונג אויף ענגליש.

ובכל אופן קען מען נישט ציען קיין פאראלעל פון צייטונגען אין יענע צייטן צום היינטיגן סטאנדארט.
"

במח"כ דאס איז נישט געווען ר' סענדער, נאר רח"מ שטאובער. דער 'איד' איז טאקע קורץ ארויסגעקומען טעגליך. (דער רבי איז דעמאלס נישט-געזונט געווען. מען איז געפארן קיין אריזאנע נעמען זיין ברכה) אבער שטאובער האט ארויסגעגעבן דעם אידיש-ענגליש צייטונג. שוין נאכן ארבייטן אין 'איד'.

ר' סענדער האט 'פארשטאנען' צו א אידישע צייטונג. ער אליין האט עס נישט געקענט דעליווערן (זיין שוואך אויפגענומענע 'בוצינא קדישא' יוכיח אז ער האט בעסער געטויגט צו רעדן און פארלייגן פלענער ווי עס דעליווערן בפועל)

ער האט געהאפט אז שטאובער וועט זיין דער מענטש פאר דעם. שפעטער האט ער געהאט אנדערע מענטשן פאר דעם ואכמ"ל. ער פאר זיך איז געווען א גוטער רעדאקטער. ער האט אבער נישט אוועקגעשטעלט וואס ער האט געשטרעבט.

ר' סענדער פלעגט מיר פערזענדליך זאגן אז ער איז נישט צופרידן פונעם גויאישן חלק פון 'איד'. ער האט געפרעגט פארוואס זאל איינער אין אויסלאנד קויפן דעם 'איד' אויב עס אינטערסירט אים נישט קארטער און רעיגען? ער האט געוואלט א פארטיי צייטונג. וואס זאל פראפאנגאדירן סאטמאר און אירע שטיצער, נישט קארטער און לינדזי.

ר' סענדער האט קיינמאל נישט געזען אלבערט פרידמאן אלס זיין קאלעגע 'רעדאקטער'. ער האט אים ענדערשער געזען ווי א גויאישער-טייפ זשורנאליסט (אלבערט האט פערסאנעל געדעקט דעם דעמאקראטיק פרעזידענשל קאנווענשאן). ער האט יא געזען קאלעגעס אין גרשון דזשעיקאבסאן און יאסל פרידנסאן.

דער היינטיגער 'איד' איז מער אידישלעך אפילו ווי אין ר' סענדער'ס צייטן (פאליטיקס עסייד. דאס איז אן אנדערער הויפט פראבלעם) זעט זיך אויס אז דער מארקעט פארלאנגט עס. דאס זעלבע דער 'בלאט'. (איר 'אוצר' אפטיילונג יוכיח) אויך די נישט-אידישע צייטונגען ווי 'המודיע' אינוועסטן מער צו ווערן אידישלעך אינטערסאנט.
אוועטאר
אויש
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2011 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויש »

כ'האב אמאל געהערט פון א מיטעליעריגער איד אז דער איד פלעגט נאר שרייבן נייעס וואס ר' סענדער האט געהאלטן אז ס'איז וויכטיג פארן עולם צו וויסן און דער דורכברוך פונעם צייטונג איז געווען אז ער האט אלעס געשריבן....

(בד"וו אויב א צייטונג אנע וועלטליכע נייעס מה הועילו חכמים בתקנתן????? )
לאזטו איבער ברוקלין?? אוי וויי!..(קרעדיט: ברוקלין בארא פרעזידענט מארטי מארקאוויטש)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נייעס1
איך ווייס נישט וואס דו האסט קעגן ר' סענדערס בוצינא קדישא

חוץ אויב דו קענסט פשוט נישט קיין גוטן לשון הקודש

דער בוצינא קדישא איז א סעמפל ווי אזוי א חסיד באשרייבט זיין רבין און די היסטאריע דערפון איז אין דוגמתו, ווער רעדט נאך ווען מען ווייסט ווער ס'האט עס געשריבן און מען ווייסט אז מען קען זיך פארלאזן אויף דעם נישט ווי אנדערע עטליכע בענדער תולדות ודי...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

מנחם גרשון לעבאוויטש איז שוין אין קאנטראקט אפצוקויפען די צייטונג (אן עליש ענגלענדער) אבער עס האלט נאך אינמיטען די ערשטע פאזעס,
און בנוגע חנא פריעדמאן איז אויף דערוויל בלויז שמיעות
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

נייעס1 האט געשריבן:
ר' סענדער האט 'פארשטאנען' צו א אידישע צייטונג. ער אליין האט עס נישט געקענט דעליווערן (זיין שוואך אויפגענומענע 'בוצינא קדישא' יוכיח אז ער האט בעסער געטויגט צו רעדן און פארלייגן פלענער ווי עס דעליווערן בפועל)

שוואך אויפגענומענע?!!!
אפשר ביי די וואס זוכן צו ליינען די רייצערישע ארטיקלן וואס דו רעדסט!
איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו קענען דעם רבי'ן זי"ע און איך האב אסאך געליינט און געזוכט צו וויסן פון יענע תקופה און איך האב נישט געטראפן נאך אזא ספר אדער בוך וואס זאל אזוי קלאר און נארמאל ארויסברענגען דעם מהות און די מערכות פונעם רבי'ן.

נישט געקענט דעליווערן?!!
איך האב אמאל געהערט פון א איד פון א פרעמדע קרייז, האט ער געזאגט אז די איינציגסטע סאטמארער איד וואס ער האט געזען שרייבן א גוטן לשון קודש איז ר' סענדר אין בוצינא קדישא. דער ספר בוצינא קדישא איז דורכגעליינט געווארן דורך יעדן באזעסענעם מענטש וואס האט געוואלט ארויסהאבן די שטורעמישע תקופות אין סאטמאר און ווער עס האט געוואלט וויסן באמת וואס דער רבי זי"ע איז געווען.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וואס טוט זיך אין די צייטונג פון די וואך, קען מען עפעס באמערקן דארט?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

איך וויל פארשטיין האט געשריבן:
נייעס1 האט געשריבן:
ר' סענדער האט 'פארשטאנען' צו א אידישע צייטונג. ער אליין האט עס נישט געקענט דעליווערן (זיין שוואך אויפגענומענע 'בוצינא קדישא' יוכיח אז ער האט בעסער געטויגט צו רעדן און פארלייגן פלענער ווי עס דעליווערן בפועל)

שוואך אויפגענומענע?!!!
אפשר ביי די וואס זוכן צו ליינען די רייצערישע ארטיקלן וואס דו רעדסט!
איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו קענען דעם רבי'ן זי"ע און איך האב אסאך געליינט און געזוכט צו וויסן פון יענע תקופה און איך האב נישט געטראפן נאך אזא ספר אדער בוך וואס זאל אזוי קלאר און נארמאל ארויסברענגען דעם מהות און די מערכות פונעם רבי'ן.

נישט געקענט דעליווערן?!!
איך האב אמאל געהערט פון א איד פון א פרעמדע קרייז, האט ער געזאגט אז די איינציגסטע סאטמארער איד וואס ער האט געזען שרייבן א גוטן לשון קודש איז ר' סענדר אין בוצינא קדישא. דער ספר בוצינא קדישא איז דורכגעליינט געווארן דורך יעדן באזעסענעם מענטש וואס האט געוואלט ארויסהאבן די שטורעמישע תקופות אין סאטמאר און ווער עס האט געוואלט וויסן באמת וואס דער רבי זי"ע איז געווען.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אויפריכטיג האט געשריבן:וואס טוט זיך אין די צייטונג פון די וואך, קען מען עפעס באמערקן דארט?

אז דו פרעגסט האב איך באמערקט אז פעידזש 2 האט א פול-פעידזש עד וואס פלעגט אייביג זיין א נייעס פעידזש, איך פארשטיי אז עס האט נישט מיטן פארקויפן געשיכטע אבער עפעס אינטרעסאנט איז דאס.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דאס איז שוין געווען פארגאנגענע וואך אויך.
יארצייטן
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 06, 2010 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יארצייטן »

פארגאנגענע וואך איז שוין די פארהאנדלונגען אויך געוועהן אויפן טיש....
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

כ'אב'ס איצטערט אינאכט גענומען
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

עס איז שוין די לעצטע עטליכע וואכן וואס עמוד ב' האט אן עד.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

די טעגליכע צייטונג האט ארויסגעגבן ר' סענדר דייטש, על כל פנים אפיציעל, און נישט ר' חיים משה שטויבער וועלכער איז נאר געווען א מיטארבייטער.

אין די טעגליכע צייטונג זענען געווען באגריסונגען פון פארשידענע פארזענליכקייטן און אלע זענען אדרעסירט צו ר' סענדר דייטש.
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

איך האלט אז די איבערפלוס פין אידישע נייעס אין די צייטונגען לעצטענס איז צופארדאנקן די נייע מאדערענע וועלט אנגעהויבן ביי קול מבשר דערנאך טוויטער אין בלעקבערי'ס כמעט יעדע נייעס ווייסט שוין דערעולם אינמיטן וואך סאוי נאך אמאל לייגן סוף וואך פארלאנגט שוין נישט דערעולם

כנלענ"ד הק' פייווישעל
איפה פייוויש?
דא בין איך
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

פייווישעל האט געשריבן:איך האלט אז די איבערפלוס פין אידישע נייעס אין די צייטונגען לעצטענס איז צופארדאנקן די נייע מאדערענע וועלט אנגעהויבן ביי קול מבשר דערנאך טוויטער אין בלעקבערי'ס כמעט יעדע נייעס ווייסט שוין דערעולם אינמיטן וואך סאוי נאך אמאל לייגן סוף וואך פארלאנגט שוין נישט דערעולם

כנלענ"ד הק' פייווישעל

זיי מעלדען די אידישע נייעס אויך
נייעס1
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס1 »

מי יודע האט געשריבן:נייעס1
איך ווייס נישט וואס דו האסט קעגן ר' סענדערס בוצינא קדישא

חוץ אויב דו קענסט פשוט נישט קיין גוטן לשון הקודש

דער בוצינא קדישא איז א סעמפל ווי אזוי א חסיד באשרייבט זיין רבין און די היסטאריע דערפון איז אין דוגמתו, ווער רעדט נאך ווען מען ווייסט ווער ס'האט עס געשריבן און מען ווייסט אז מען קען זיך פארלאזן אויף דעם נישט ווי אנדערע עטליכע בענדער תולדות ודי...


איך זע אז איך האב אנגערירט א סענסעטיוו זאך. אויפן שפיץ גאפל וועל איך ענטפערן. נישט לשון קדוש (ר' סענדער איז געווען זייער א גוטער שרייבער, אידיש און לשה"ק). נישט אז אלעס איז קראנט. און נישט א שיין דעקל ('בוצינא קדישא' האט צופעליג נישט) מאכט עפעס א שיינע חיבור. דער תוכן איז וואס מאכט עפעס אויפגעכאפט און בארימט.

ווען ר' סענדער'ס 'בוצינא קדישא' איז ארויסגעקומען האט מען געמיינט אז דא קומט אן ערד-ציטערניש. ר' סענדער איז דאך געווען דעם רבינ'ס נאנטע מענטש, א פיקח, א ספרא רבה, און אלע אנדערע מעלות. זיין חיבור האט אבער אנטוישט. נישט יעדן. אבער רוב מבינים (שמעתי בעצמי מכמה גדולי מבינים) און אויך 'די וועלט'

אז ר' סענדער האט נישט געקענט דעליווערן דעם 'איד' ווי ער האט געוואלט איז עפעס וואס ער האט אליין געזאגט מערערע מאל. איך פלעג אסאך שמועסן מיט אים.

איך האב גרויס שעצע פאר ר' סענדער'ס מעלות. ער דארף נישט מיין הסכמה. דאס מיינט נישט אז ער איז געווען בלויז מעלות. איך רעספעקט אויך ר' אברהם פרידמאן'ס טאלאנט אין ליבעראלע פאליטיק.

אויף די פראגע פון 'מה הועילו חכמים בתקנתן'. א 'אידישע' צייטונג מעג און אפשר מוז האבן גויאישע נייעס. א 'גויאישע' צייטונג מיט אידישע נייעס דארף אבער נישט אריינקומען אין א אידישע שטוב. ב"ה אז אלע 'אידישע' צייטונגען האבן דאס שוין איינגעזען. און די 'גויאישע' צייטונג וועט האפנטליך פארקויפט ווערן און עס וועט קומען א שינוי לטובה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נייעס'ל, די רעדסט און דו רעדסט אויף א אופן וואס בלשונינו ווערט דאס אנגערופן געקייט וואסער

וואס האסטו געוואלט ער זאל אנטדעקן?
וואס האסטו געקלערט ער גייט שרייבן?
פרשת מונקאטש? בעלזא? קראלי? קלז"ב?
דער איד האט געשריבן כמעט אלעס וואס ער האט מיטגעהאלטן ביים רבין וואס איז געווען ראוי להוציא לאור עולם, אלע מערכות וואס מען האט געקענט שרייבן דערפון האט ער געשריבן, און וואס נישט נישט, איך האב אמאל געזען גאנצע שטיקער וואס מען האט געשניטן פונעם בוצינא על פי בקשתו (או בקשת בניו לאחר פטירתו)
עולמו של אבא האט געשריבן אלעס וואס ער האט געהערט
ר' סענדר האט געהאט דעם כלל נישט אלעס וואס מען דערציילט דארף מען אפשרייבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קאצקע צוקער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאצקע צוקער »

דער ספר בוצינא קדישא איז א וואונדערבארער ספר פשוט צוליב דעים אז עס איז בכלל נישט געשריבען זאפטיג מיט גוזמאות ווי רוב אנדערע ספרים וואס געבן אראפ א צדיק!!
עס איז זייער אינטעלעגענט אראפגעשריבען פשוטע פאקטן מיט היסטעריע און די רייע פון די יארן וואס האט זיך געטון ארום דעם סאטמארן רב זי"ע בעיקר איז עס געצילט אויף די גרעסערע פאסירונגען און השתלשלות הדברים פון יענע צייטן. ווייל פעלן פעלט היפש אסאך דארט.
און פאר ווער עס האט א געשמאק צו טון און די היסטאריע פון הרה"ק מסאטמאר וואס האט אונטער זיך איינס פון די רייכעסטע היסטאריע פון צדיקים אחרונים ווי מען באגעגענט זיך מיט זיין חכמה מדות אויף טריט און שריט גלייכט דעם ספר פון הרה"ח רבי סענדער ז"ל דער טאטע פון אלע שרייבערליך פון היינט און פון זיין צייט. סיי און אידיש און סיי און לשה"ק!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”