די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

וער איז חנא פר"מ? און וואס איז ער? א סאטמארער? ווי וואוינט ער?

ביי דע וועי סאיז דא לעצטענס א מעידזשאר ירידה אינעם צייטונג סיי מיט גרייזן און סיי מיט ארטקילען, איך פארשטיי נישט פארוואס ער דריקט עטליכע ארטיקלען וואס רוב ליינער דארפן נישט און ערזעצט דאס מיט אינטערעסאנטע ליין מאטריאל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קענטעלאופ האט געשריבן:וער איז חנא פר"מ? און וואס איז ער? א סאטמארער? ווי וואוינט ער?

ביי דע וועי סאיז דא לעצטענס א מעידזשאר ירידה אינעם צייטונג סיי מיט גרייזן און סיי מיט ארטקילען, איך פארשטיי נישט פארוואס ער דריקט עטליכע ארטיקלען וואס רוב ליינער דארפן נישט און ערזעצט דאס מיט אינטערעסאנטע ליין מאטריאל

ווען דו פארשטייסט וואס דו שרייבסט דא, ביטע ערקלער מיר אויך
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

קרעמער האט געשריבן:

די "די צייטונג" איז א מחיה צו ליינען יעדע ארטיקעל עקסטער,

דרך אגב, אלבערט איז ווערט אז מען זאל שרייבען א געהעריגע אפשאצונג איבער אים, אבער פארשטייט זיך נאר מיט רשות
זיין מהלך המחשבה האט זיך בכלל נישט געטוישט זייט איך ליין זיין צייטונג, כאטש איך בין נישט איינשטומינג מיט זיינע פאליטישע מיינוגען
דאך גלייך איך עס זייער צו ליינענן, כ'האב אים שוין כמה פעמים אנגעפראעגט אויף פארשידענע טעמעס, און אייביג ענפערט ער מיט רעספעקט
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום זונטאג יאנואר 23, 2011 10:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

קענטעלאופ רענסט מיר אפשר זאגען וואסערע ארטיקל איז נישט אינטערסאנט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

אוקעי ברחל בתך הקטנה לאמיר גיין אין די רייע
נייעס זייער גוט, פאליטישע אפשאצונג גוט, עדות דערציילען גוט, חינוך ארטיקל זייער גוט, ריעל עסטעיט גוט, וואל סטריט זייער גוט,
מי כעמך ארטיקל איבריג, תורות אויף די וואך באלאנגט נישט אין צייטונג, י. מ סופר ארקטילען איבריג, ראטשילד און פראנץ יאזעף נישט אינטערעסאנט, מעקסי העלט פון הרב מייזליש פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט, הלכות פון הרב ראזען איבריג
עס איז א סך הכל פון א 20 זייטן וואס ער קען אנפילן מיט אינטערעסאנטס לאמיר נישט רעדן פון אנדערע צייטונגען ווי סאיז נישטא אפילו 20 זייטן וואס צו ליינען
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מיין מאמע וועט נישט מוותר זיין אויך י.מ. סופר'ס ארטיקל...

(איך פערזענליך רעד נישט אריין, אלץ איינער וואס קויפט נישט קיין צייטונג.)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

קענטעלאופ איך ליין טאקע אלע ארטיקלען וואס די באצייכענטס אן "איבריג"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

סארי פארגעסן
די מעשה פון שניצלער איז אויך איבריג
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

חוץ די תורות אויף די וואך, איז פאר מיר אלעס אלעס זייער אינטערסאנט {שניצלער ליין איך נישט געווענליך, אבער עס באלאנגט דייקא יא אינעם צייטונג,
עס איז א שיינע חסידישע מעשה, וואס אסאך פארציילען איבער מוצ"ש, אדער שבת פאר די קינדער ביי די סעודה, א אידישע צייטונג דארף דאס אויך האבן}
אבער אז ער גייט נאך אן מיט די תורות אויף די וואך, נאך אזויפיל יאר, איז א סימן אז עס איז דא א פארלאנג דערויף
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן מיטן די צייטונג:
מי כעמך - הערליך באלערנד
תורות אויף די וואך - יעדער היימישער צייטונג האט דאס, און נאך אויף אסאך א גרעסערע פארנעם. אפשר י. פערלס ארטיקל איש נישט נויטיג (פאר מיר עכ״פ), אפשר איז עס געגעבן פרנסה פאר הרב פערל בדרך כבוד...
י.מ. סופר - מלא חיזוק והשקפה
ראטשילד און פראנץ יאזעף - דירעקט זייער אינטרעסאנט, און גאר גוט אראפגעלייגט.
הלכות פון הרב ראזען - זייער וויכטיג פאר מיר און פאר די גאנצע משפחה, זיין ספר הליכות שנה איז א שטארקער הלכה למעשה ספר איבערן קיילעכיגן יאר.
די מעשה פון שניצלער - זייער געשמאק, (ספעציעל ווען דו קענסט איהם פערזענליך...).
Definition of perfect: as good as it is possible to be
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

אין אמעריקאנע אין וועלטליכע פאליטיק איז אלבערט די בעסטע אין דעם הינזיכט לפענ"ד
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

סארי עגען
נישט פראנץ יאזעף נאר נאפאליען און די ראטשילד פאמיליע
ס איז אזעלכע שטותים מיט לאקשן און אומאינטערעסאנט, ווער געדענקט נאך ווען ער האט אנגעפילט א בלאט מיט אלע ערליי נאפאליען קעיקס לזכר מיסטער נאפאליען, אויך פאקט ער אריין אלע נארישע מעשיות וואס מען דערציילא איבער די ראטשילד'ס, ווען איך קום אן צו דעם פעידש געב איך דאס א מיש אריבער אז כמעט סצורייסט זיך
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

א גליק אז אייוועלט פעידזשעס קען מען נישט מישן....
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

קענטעלאופ האט געשריבן: ווען איך קום אן צו דעם פעידש געב איך דאס א מיש אריבער אז כמעט סצורייסט זיך

ממש יעדע איינציגע וואך טוסטו עס? אדער אפשר אפאר מאל קענסטע זיך יא איינהאלטען?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אם בראטשילד ארטיקלען עסקינן, צומאל ברויך ער צו שטעלן א דיסקלעימער:

כל הזכויות שמורות לאיי וועלט דאט קאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

...
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

גרויזאמער האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:אזוי צו אזוי מעג ער אפדעיטן אביסל די גראפיקס דארט

נייין!!!!

על מה יצא החרון אף
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

קענטעלאופ האט געשריבן:אוקעי ברחל בתך הקטנה לאמיר גיין אין די רייע
נייעס זייער גוט, פאליטישע אפשאצונג גוט, עדות דערציילען גוט, חינוך ארטיקל זייער גוט, ריעל עסטעיט גוט, וואל סטריט זייער גוט,
מי כעמך ארטיקל איבריג, תורות אויף די וואך באלאנגט נישט אין צייטונג, י. מ סופר ארקטילען איבריג, ראטשילד און פראנץ יאזעף נישט אינטערעסאנט, מעקסי העלט פון הרב מייזליש פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט, הלכות פון הרב ראזען איבריג

אז עס איז "איבריג", וואס גייט דיר אן אז ער לייגט עס אריין? עס איז דזשאסט א באנוס, און בדרך אגב האבן שוין הנאה אנדערע וואס גלייכן יא צו ליינען די זאכן.
איינער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינער »

קענטעלאופ האט געשריבן:סארי עגען
נישט פראנץ יאזעף נאר נאפאליען און די ראטשילד פאמיליע
ס איז אזעלכע שטותים מיט לאקשן און אומאינטערעסאנט, ווער געדענקט נאך ווען ער האט אנגעפילט א בלאט מיט אלע ערליי נאפאליען קעיקס לזכר מיסטער נאפאליען, אויך פאקט ער אריין אלע נארישע מעשיות וואס מען דערציילא איבער די ראטשילד'ס, ווען איך קום אן צו דעם פעידש געב איך דאס א מיש אריבער אז כמעט סצורייסט זיך

איך קען נישט מער מסכים זיין קענטעלאופ,

די לעצטע פאר יאר איז איז די צייטונג נישט די זעלבע ווי עס פלעגט זיין, גיט מיך נישט שלעכט, עס איז נאך אלץ דער בעסטער אידישער נייעס אויסגאבע, אבער נישט וואס עס איז געווען, עס מאכט זיך מער גרייזען, און געוויסע פאליטישע נייעס איז נישט געדעקט ווי אמאל.

איך וועל ענדיגען אז איך האף די וואס קויפן עס אפ וועלן עס האלטן צו דעם זעלבען קוואליטעיט וואס די ליינער זענען געוואינט די לעצטע צוואנציג יאר, און לאזן ר' אברהם אין קאנטראל וויפיל מעגליך.
באזעסענער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באזעסענער »

וועט די צייטונג זיין צו באקומען מארגן צופרי?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לכאורה יא, די פארהאנדלונגען זענען נאך אין די גאר פריע פאזעס.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

אפדעיט: עס זענען דא פארהאנדלונגען, אבער נישט מיט קיין פארטיגע מענטשן, קיין פארטיגע פרייז, קיין פארטיגע דאטום.

ימים ידברו.

ווי שוין פריער געזאגט, מאכט ר' אברהם נישט קיין סוד אז ער קען באשטיין צו פארקויפן די ביזנעס פאר די ריכטיגע מענטשן און פרייז אויף זיינע תנאים. ער קען דאס שוין לאנג באשטיין. אבער דערווייל איז קיין מקח געווארן.

"באזעסענער," זייער גוט געזאגט וועגן שרייבערס און וועגן רעדאקטארס.
אוועטאר
אויש
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2011 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויש »

i hope that he will not sell it at the end .. i believe that the "news report" is still the best news paper just because Albert is the redactor and i believe that if someone else will tell him how to write it will look like the other junk sold in our groceries
לאזטו איבער ברוקלין?? אוי וויי!..(קרעדיט: ברוקלין בארא פרעזידענט מארטי מארקאוויטש)
נייעס1
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס1 »

איך קוק צו די טענה'רייען אהער און אהין איבערן 'צייטונג' און איר רעדאקטער ר' אברהם פרידמאן נ"י. די גאנצע שמועס האט אויסגעלאזט די הקדמה 'וואס דארף א אידישע צייטונג צושטעלן פאר די ליינער?'

ווען מען האט אפגעקויפט דעם 'איד' (פון ראזמארין) איז דער רעדאקטער געווען ר' אלבערט'ס ברודער, ר' בערל נ"י. דער עולם איז נישט געווען צופרידן (לפי זכרונות ילדותי). מען האט געהאלטן אז ער שרייבט צופיל גויאישע נייעס. מען האט געהאלטן אז א אידישע צייטונג דארף אויסזען ווי די אידישע צייטונגען אין דער אלטער היים. מער היימישע נייעס און געמאסטענע וועלטליכע נייעס.

ר' סענדער דייטש ע"ה האט יא פארשטאנען צו א צייטונג. ער האט מערערע מאל געזאגט פאר מענטשן אז ער וויל אז דער 'איד' זאל אויסקוקן ווי דער 'אלגעמיינער'. ווי וועלטליכע נייעס פארנעמט א קליינע ארט. אלעס איז דארט ארום די 'פארטיי' (ליובאוויטש) און אירע פערזענליכקייטן.

ר' סענדער האט געהאלטן אז ר' חיים משה שטאובער פארשטייט צו דעם און ער וועט באלענסירן די גויאישע נייעס. ר' חיים משה האט טאקע פארשטאנען. ער האט אבער געמאכט טעותים ביי דעם (הסתלקות בעל ב"י מגור יוכיח) און ער איז געפלויגן.

דערנאך האט ר' אברהם פרידמאן געהאט א פרייע האנט מיט נייעס באריכטן און פאליטישע אפשאצונגען. דער עולם האט געהאט טענות ביז איבערן קאפ. (דער פרומער עולם האט גענוצט די זעלבע קריטיק ווי מען הערט היינט קעגן 'שטערן' און אנדערע מעגאזינס) זיינע אפשאצונגען זענען געווען איבער קארטער און מענטשן האבן געהאלטן אז דאס דארף זיין איבער די רוסישע אידן. אנדערע האבן געוואלט אז אפילו דאס אויכנישט.

ווען ר' אברהם האט געפענט זיין אייגענע 'צייטונג' אין תשמ"ח האב איך געהערט פון ר' סענדער א מיינונג אז עס וועט נישט האלטן קיין גאנצע יאר אדער וועט עס ווערן א אידיש-ענגלישע גויאישע צייטונג. (אלבערט האט א צייט געוואלט מאכן האלב ענגליש)

די 'צייטונג' איז טאקע קריטיקירט געווארן אלס זייער גויאיש (ווער געדענקט דעם שטורעם נאך די קלערענס טאמעס דיבעיטס?) דערפאר האט ער עס שפעטער באלענסירט מיט אומבאלאנגטע אידישע ארטיקלן און תורות פאר קינדער ווי מען האט אין די 'באלייכטונגען' און 'אידישע ליכט'.

דער 'איד' האט אנפאנג געטרייט נאכצומאכן אלבערט'ס צייטונג מיט גויאישע נייעס. לעצטנס איז א גרויסע שינוי לטובה. עס איז שטארק אידישלעך. די 'איד' איז איינגעטיילט אין פיר טיילן. בלויז איינס איז וועלטליך.
דער 'בלאט' איז פון די ערשטע טאג אומבאלענסירט. פון איין זייט האט עס מער אידישע נייעס (אסאך סענזאציעס) אבער עס האט אויך רייצערישע פאליטישע נייעס (ווי בחורים זוכן). עס איז אבער מער א אידישע צייטונג ווי אלבערט'ס צייטונג וואס איז געבליבן א ריינע אידישע איבערזעצונג פון די גויאישע צייטונגען (מיט אביסל פון די "באלייכטונגען' כנ"ל)

אויב מען רעדט פון פארקויפן דעם 'צייטונג' דארף מען אנעליזירן צי עס איז דא א מקום פאר אן עכטע 'אידישע' צייטונג. לדעתי איז עס דא. די וואס זוכן נייעס האבן ווי עס צו טרעפן. עס איז אויך דא 'קול מבשר'. עס פעלט אן אומפארטיישע אידישע צייטונג וואס זאל דינען ווי 'המודיע' 'מחנה חרדי' און 'המבשר' פאר אונזערע קרייזן.

ר' אברהם איז זיכער נישט געמאכט אלס רעדאקטער פון אזא צייטונג. זיין עקספערטיז מימי בחרותו איז ליבעראלע פאליטיק ותו לא מידי.

אויב איינער וויל אפקויפן אזא צייטונג און האפט צו מאכן געלט וועט ער עס דארפן טוישן מקצה אל הקצה. ער וועט דארפן א רעדאקטער און שרייבערס וואס וועלן צושטעלן אידישע ארטיקלן און נייעס. לויט די סעילס פון די 'משפחה' און 'שעה טובה' איז דא א מארקעט פאר דעם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

להוי ידוע, ר' סענדר דייטש האט ארויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכע צייטונג נאך איידער "די צייטונג" איז ארויסגעקומען. און עס האט געטראגן דעם זעלבן כאראקטער ווי אלבערט'ס צייטונג, און זאגאר אסאך איידיעס וואס זענען דא אינעם צייטונג ביז'ן היינטיגן טאג זענען נאכקאפירט פון יענעם צייטונג.
א שטיק צייט האט דער טעגליכער צייטונג געהאט אן אפטיילונג אויף ענגליש, און אזוי אויך האט דער איד געהאט א שטיק צייט אן אפטיילונג אויף ענגליש.

ובכל אופן קען מען נישט ציען קיין פאראלעל פון צייטונגען אין יענע צייטן צום היינטיגן סטאנדארט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”