arender האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:געטרייער ארענדאר, נישט דאס איז אצינד דער ברענעדיגער פראבלעם, עס איז מער נייטיג זיך צו קאנצעטרירן צו העלפן די חברים דא, וואס האבן פראבלעמען מיט די רעגולערע צוטריט צום סייט!
מיר שעצן אייער ארבעט און מיר ווארטן אויף אייער הילף!
חוץ די אישית און תגיבה מהירה פראבלעמען, וואס זענען די רעגולארע צוטריט פראבלעמען?
ווי איך האב שוין פריער געשריבן (און אזוי אויך אין אישית) האב איך פראבלעמען יעדעס מאל וואס איך קום אריין אהער פון מיין קאמפיוטער. די פעידזשעס קומען נישט ארויף אינגאנצן, צומאל קומט ארויף נאר האלב פונעם בלאט, און צומאל דאס אויך נישט. (איך שרייב יעצט פון מיין בלעקבערי). איך דארף רילאודן די פעידזש הונדערט מאל אולי קומט עפעס ארויף. אסאך מאל קומט ארויף נאר דער אויסשטעל פון איי-וועלט אבער אנשטאט די געהעריגע ווערטער און אפציעס פון דעם סייט, שטייט דארט קאודס און אומפארשטענדליכע אלפעבעטן, וואס דארף לכאורה רעדן די שפראך פון פראגראמערס.
איך האב געקלערט אז עס איז דער פראבלעם פון מיין קאמפיוטער, אבער וויבאלד אלע אנדערע סייטס ארבעטן ביי מיר געהעריג, לייג איך עס אן אויף איי-וועלט.
איך האב שוין פרובירט צו אויסמעקן די קוקיס - ווי עטליכע האבן מיר אנגעוויזן צו טון - אבער עס האט נישט געהאלפן.
אויב מעגליך העלפט מיר ארויס ווי אינגיכן.