טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מיטוואך דעצמבער 01, 2010 10:32 am

קיפ אן 'ווער בין איך'
דיין שפראך ליינט זיך גוט
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 2:26 pm

NYC Will Get Sixth Area Code In April

New York City is getting a sixth area code.

Beginning in April, the area code 929 will be assigned to some land lines and cell phones.

That code will join the city's existing 212, 718, 917, 646, and 347 area codes.

A spokesman for the North American Numbering Plan Association says one reason phone numbers are getting used up quickly is the number of kids who have cell phones.

http://www.yiddishnayes.com/index.php?e ... og_id=4567
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 7:14 pm

אויף מיין טעלעפאן ביל האב איך געזען אז בקרוב וועט נאך א טאלל-פריי נומער אריינגיין אין קראפט "855", אין צוגאב צו "800/888/877/866"

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 10:45 am

נעכטן האבן א גרופע אינגעלייט - אנגעבליך פון ביתר עלית - געגאנגען 'פתיחה' אויפן הר הבית, מיטן פלאן צו עפענען דארט א כולל!....

עטליכע בילדער:
צוגעלייגטע
פתיחה.jpg
פתיחה אויפן הר הבית
פתיחה.jpg (91.69 KiB) געזעהן 2496 מאל
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 10:47 am

וואס דארף דא צו שרייבן?
צוגעלייגטע
_010.jpg
שועלים הלכו בו...
_010.jpg (41.24 KiB) געזעהן 2496 מאל
_005.jpg
הר הבית כולל
_005.jpg (35.32 KiB) געזעהן 2496 מאל
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 4:26 pm

איך האב א פאסיגע נאמען פאר דעם כולל

"איסור כולל"

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 4:46 pm

א אף דוטי פאליס ראטעוועט א מענטש וואס איז אריינגעפאלן אין די טרעקס ביי א טרען סטעשאן.

http://www.cbsnews.com/video/watch/?id= ... edTooEarly

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 9:30 pm

לוח הציבור


פרירן צולאזטע רעגירונג וועידזשעס, א גוטע אנהויב אדער פאליטישע גימיק?

איך גלויב אז כולי עלמא מודי: קיין דרייסיג\פערציג פראצענט מער פון א פריוואטע סעקטאר ארבעטער, זענען זיי אויסדרוקליך נישט ווערט.
"אמעריקאנער זענען שוין איבערגעזעטיגט מיט די פאבליק ארבעטער וועידזשעס וואס שטייגן ווייט איבער דאס וואס אין די פריוואטע סעקטאר," האט קאנגרעסמאן עריק קענטאר (R-Va.) געזאגט שוין עטליכע מאנאטן צוריק.
שפעטער איז ער אויפגעקומען מיט דעם פאפולערע פארשלאג וואס רופט זיך "יו-קאָט", א געזעץ וואס זאל
ערלויבן פאר דעם פאבליק צו שטימען אויף פארגעשלאגענע פעדעראלע ספענדינג קאָט'ס.
טייל רעפובליקאנער האבן געקרומט מיט די נאז היתכן די מעלדונג אויף דעם געהאלט פריר איז געקומען בלויז איין טאג איידער די געפלאנטע ווייסע הויז מיטינג מיט קאנגרעסיאנאלע פירער פון ביידע פארטייען.
"אז עס פאסירט שוין יא אמאל אז דער פרעזידענט איז מיט אונז אויף איין דעה, פארוואס האט ער עס נישט דורכגעשמועסט מיט אונז?" האבן זיי געוואלט וויסן. דאך האבן זיי אויסגעדרוקט צופרידענהייט און געזאגט אז די פריר פארשלאג איז א גוטע אנהויב אויף שניידן פעדעראלע אויסגאבן.
"פרעזידענט אבאמא'ס רוף פאר א 'פעי-פריז' איז א וועלקאם שריט וואס וועט צייגן פאר שטייערצאלער אז די פעדעראלע רעגירונג איז גרייט מקריב צו זיין און ווייזן דעם וועג דינענדיג אלס ביישפיל," זאגט סענאטאר טאם קאובערן (R-Okla.).
עריק קענטאר האט געזאגט אז ער איז "צופרידן אז פרעזידענט אבאמא איז גרייט זיך אנצושליסן אין אונזערע פרואוון."
ס'איז אביסל איראניש צו באמערקן אז ביי א ווייסע הויז סאמיט אין 2009 האט אבאמא געזאגט אז ער וועט "פארזעצן צו רעדן צו עריק קענטאר. מיט די צייט, פריער אדער שפעטער, וועט ער זאגן: דער אבאמא האט א גוטע איינפאל."
דערווייל איז גאר פרעזידענט אבאמא געווען דער וואס האט ווייזט אויס געזאגט פאר זיינע חברה, "ס'געפעלט מיר דעם איינפאל פון עריק קענטאר."
דאס איז שוין נאכדעם וואס דעמאקראטישע פירערשאפט האט נאכאנאנד געזאגט אז קענטאר'ס יו-קאט פארשלאגן זענען א גימיק. "א פאליטישע גימיק," זאגט איר? איך וועל אייך זאגן וואס איז נישט קיין גימיק.
דאס אז זייט פרעזידענט אבאמא איז אריין אין אמט זענען ארויסגעוואקסן אין וואשינגטאן, נישט קיין זיבן מאגערע קוען, נאר 141,000 פעטע, פליישיגע פעדעראלע דזשאבס. און בשעת דאס פאלק האט זיך געפייניגט אין די ערשטע 18 מאנאט פון די רעסעסיע, זענען פעדעראלע וועידזשעס געוואקסן ווי די 7 פעטע זאנגען.
פונקטליכער גערעדט, מיט 6.6 פראצענט!
מיר קענען אבער קלערן פון עטליכע סיבות פארוואס די דעמאקראטן זענען אפשר יא גערעכט.
מעגליך אז דער פרעזידענט'ס פארשלאג איז טאקע נאר א גימיק.
1. די 'פעי-פריז' איז נאר גילטיג אויף צוויי יאר. און נאכדעם וואס? צוריק צום אלטן?
2. עס שטעלט נאר אפ די 'קאסט אוו ליווינג' )COLA( ענדערונגען, אבער נישט א 'פעי רעיז' פאר א דזשאב אפגרעיד.
טאמער א פעדעראלער ארבעטער'ס דזשאב וועט באקומען א שינוי השם, ער וועט עולה לגדולה זיין גייט זיין געהאלט אויך ארויף.
3. אפילו טאמער דער ארבעטער וועט נישט ווערן קיין מענעדזשער אדער סופערווייזער, איז ער נאך אלץ בארעכטיגט פאר א 'סטעפ-אינקריעס', אויך באקאנט אלס 'אינערהאלב-שטאפל העכערונג' (-step increase – within grade increase).
אזעלכע 'רעיזעז' זענען כמעט אויטאמאטיש, אזוי לאנג ווי דער פעדעראלער ארבעטער טוט דעם דזשאב ווי געהעריג.
4. באנוס'עס זענען נישט אריינגערעכנט אין דעם פעי-פריז.
פאר די סיבות און נאך, קלערן מיר אז צו פייערן דאס "נויגן צום צענטער" פון פרעזידענט אבאמא איז נאך פריצייטיג.
מיר געדענקען נאך ווי דער פרעזידענט האט געזאגט ביים פארקויפן העלט קעיר פאר עטליכע מאנאט אז "אפגעזעהן פון ווי אזוי מיר רעפארמירן העלט קעיר, וועלן מיר איינהאלטן דעם צוזאג פאר די אמעריקאנע פאלק: טאמער האסטו ליב דיין דאקטער, וועסטו קענען בלייבן ביי דעם דאקטער..."
נו, ווייסמיר דאך ווי אזוי די צוזאג און אנדערע העלט קעיר צוזאגן האבן זיך אויסגעלאזט. מען קען אונז נישט באשולדיגן אין איבערגעטריבענע פעסימיזם ווען מיר זארגן זיך אז די לעצטע פעדעראלע 'פעי-פריז' וועט גיין אין די זעלבע ריכטונג ווי אסאך אנדערע זאכן וואס דער פרעזידענט האט ארויסגעליינט פון זיין טעלע-פראמפטער.
גלייכצייטיג האט זיך דער פרעזידענט באווארנט פון די פיילן וואס האבן שוין אנגעהויבן פליען פון זיין אייגן לאגער. וויסנדיג אז די שונאי-בצע רעגירונג ארבעטער וואס מאכן א לעבן אויפ'ן חשבון
פון דעם שטייערצאלער זענען געפערליך בייז אויף דעם פעי-פריז, דערציילט ער זיי צווישן די שורות – אויף דעם אפיציעלן "ווייטהאוז.גאוו" ווייסן הויז וועבסייט – ווער ס'איז דער אמת'דיגער שולדיגער אין זייערע ביטערע צרות:
פרעזידענט בוש!
לאמיר ציטירן, גאר בקיצור, פון דעם "פאקט צעטל: שניידן דעם דעפיציט דורך פרירן פעדעראלע ארבעטער געהאלט" פון פרעסע סעקרעטאר'ס אפיס.
"צוליב די אומ-פאראנטווארטליכקייט פון די לעצטע יאר-צענדליג האט דער פרעזידענט גע'ירשנט א 1.3$ טריליאן פאראויסגעזענע דעפיציט ווען ער איז אריינגעקומען אין אמט און אן עקאנאמישע קריזיס וואס האט געסטראשעט אריינצולייגן דאס פאלק אין א צווייטע 'גרויסע דעפרעסיע'."...
"יעצט מוזן מיר צולייגן קאפ און אדרעסירן די מאסיווע דעפיציטן וואס מיר האבן גע'ירשנט און די אומ-אויסהאלטבארע עקאנאמישע גאנג אויף וועלכע מיר זענען. דאס צו טוהן וועלן מיר מוזן
פאסן שווערע באשלוסן.
אזוי ווי פאמיליעס און ביזנעסער ארום דעם לאנד האבן איינגעצויגן דאס פאסיק, אזוי מוז אויך זייער רעגירונג."איר פארשטייט ווער ס'איז שולדיג? די מאסיווע דעפיציטן וואס דער פרעזידענט האט גע'ירשנט פון זיין פארגייער פרעזידענט בוש! די אומ-פאראנטווארטליכקייט פון די בוש אדמיניסטראציע וואס האט געפירט דאס לאנד במשך די לעצטע יאר-צענדליג!אט אזוי! דאס קלינגט טאקע ענליך צום אלטן אבאמא!
דער נאמען 'טשארלס בארקלי' איז אייך ווארשיינליך אומבאקאנט. איך האב אויך קיינמאל פריער דעם נאמען נישט געהערט. איך האב בלויז געהערט פון דעם געוועזענעם פראפעסיאנאלן בעסקעט-בּאָל שפילער דורך א צופאל - אן אינטערוויו וואס ער האט געגעבן אויף א פאפולערע שאו וואו ער האט קריטיקירט דעם פרעזידענט'ס בעסקעט-בּאָל פעאיגקייטן.
"איך בין היינט אן אלטער איבערוואגיקער מענטש, אבער כ'קען אים דאך לייכט באזיגן," האט געזאגט בארקלי, אנדייטענדיג אז ער קען גרינג מסדר זיין דעם פרעזידענט אין א וואָן-אָ ן-וואָן פארמעסט.
אין וואס באשטייט דעם פרעזידענט'ס פראבלעם? טוט בארקלי ערקלערן:
"ער איז א געלינקטער. ער גייט אלעמאל אויף לינקס.
און טאמער שטייסטו דארט, כ'בין נישט זיכער טאמער דו זאלסט אויפמאכן ברייט די רעכטע זייט, אז ער זאל קענען בכלל גיין אויף רעכטס."
איך האב נישט ליב צו נוצן דעם אויסגעדראשענעם "קאמענטארן זענען איבריג" זאַ ץ. אבער טאמער האט איר גוט געליינט דעם פריערדיגן פאראגראף, דאן זענען קאמענטארן טאקע ...אינגאנצן איבריג!

יעצט געציילטע מינוט איידער מיר גייען צום דרוק!!!

פרעזידענט אבאמא און די רעפובליקאנער זענען עמטליך געקומען צו א פארשטענדעניש און מען האט געשלאסן א דיעל אז מען וועט באשטעטיגן אפארלענגערונג פון די בוש שטייער שניטן און גלייכצייטיג פארלענגערן ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן פאר נאך 13 מאנאטן!

***
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 9:38 pm

פרישע וויקי ליעקס דאקומענטן דעקן אויף קריטישע ערטער פון אמעריקע איבער די וועלטווי טיפער מען גראבט אין די מאסע פון דיפלאמאטישע דאקומענטן וואס וויקי ליעקס האט פארעפנטליכט, ווערט מען געוואויר מער און מער אינטערעסאנטע זאכן, און נעכטן האט מען אין די דאקומענטן געטראפן א ליסטע פון וויכטיגע ערטער וואס אמעריקע פארמאגט איבער די גאנצע וועלט.
די ליסטע איז צוזאמגעשטעלט געווארן אין 2008, און עס אנטהאלט אינפארמאציע איבער אלע ערטער וואס אמעריקע פארמאגט איבער די וועלט, צו סופלייען עסן, ברענשטאף און אנדערע וויכטיגע מאטעריאלן פאר די מיליטער אין פאל מען דארף שיקן טרופן סיי וואו אימער איבער די וועלט.
אויך האט די ליסטע גענוי דעטאלן פון אלע גרעניצן גענוי פון וואו אמעריקע איז ערלויבט געווארן דורך די ספעציפישע רעגירונג זיך צו באניצן דערמיט.
מער האקעלע אינפארמאציע איז דאס וואס עס שטייט אין די דאקומענטן איבער פארשידענע טעלע-קאמיוניקאציע לאקעישאנס וואס די אמעריקאנער רעגירונג האלט אויף איבער די וועלט.
די אינפארמאציע איז גאר שטארק קלאסיפיצירט און די סטעיט דעפארטמענט האט ביים צוזאמשטעלן די ליסטע גאר שטארק אכט געגעבן אז ווייניג מענטשן זאלן וויסן אז אזא סארט ליסטע עקזיסטירט.
אויב טעראריסטן וועלן האבן א געלעגנהייט וועלן זיי אויסניצן די פרישע אינפארמאציע צו קענען אטאקירן די ערטער און דערביי אפהאקן וויכטיגע סופליי ליניעס וואס אמעריקע האלט אויף.
אט די פרישע אויפדעקונגען האבן די פאטענציעל גאר שטארק צו שאדן מאכן פאר אמעריקע, און דעריבער האבן עטליכע גרויסע נייעס ארגאניזאציעס זיך אנטזאגט פון ארויסגעבן פארן פובליק די גענוי אינפארמאציע פון די ערטער און ווער עס וויל זאל אליינס זיך פלאגן אפצוטייטשן די קאמפליצירטע דאקומענטן.
אין אנדערע נייעס מיט וויקי ליעקס, האט דער לויער פונעם וויקי ליעקס פארזיצער דזשוליען אסאנדזש געמאלדן אז ער קאנפערירט מיט די בריטישע פאליציי און ער וועט צוזאמברענגען אסאנדזש מיט די בריטישע פאליציי וויבאלד די בריטישע פאליציי האבן אן ארעסט באפעל אויף אסאנדזש פון שוועדן, וואו ער ווערט באשולדיגט פאר פריוואטע קרימינאליטעטן.

***

פראנצויזישע געריכט: קאנטינענטאל עירליינס שולדיג אין אומקום פון 133 מענטשן

פראנקרייך - א פראנצויזישער געריכט האט נעכטן דערקלערט אז קאנטינענטאל עירליינס און איינע פון אירע מעכאניקער פון טעקסאס זענען שולדיג אינעם אומקום פון 133 מענטשן פונעם יאר 2000, ווען א קאנקארד פליגער האט אריינגעקראכט אין א האטעל.
די געריכט האט באשטעטיגט דאס וואס פארשער ביים אינצידענט האבן שוין פון לאנג געזאגט, אז דער קאנטינענטאל מעכאניקער האט אינסטאלירט א פעלערהאפטיגן שטיקל אייזן אויף א קאנטינענטאל פליגער, וואס אט דער שטיקל איז למעשה אראפגעפאלן און געבליבן שטעקן אויפן ראנוועי. ווען דער קאנקארד פליגער איז דורכגעפארן דעם שטיקל אייזן האבן זיך אירע רעדער צעריסן, ברענגענדיג אז שטיקער גומי זאל אריינרייבן אינעם מאטאר און מאכן א פייער. דער עראפלאן האט דאן פארלוירן קאנטראל און אריינגעשמעטערט אין א דערנעבנדיגע האטעל, אומברענגענדיג אלע 109 אויפן עראפלאן און 4וועלכע האבן זיך געפינען אויף דער ערד.
דער מעכאניקער און קאנטינענטאל זענען באשולדיגט געווארן אין אומברענגען די מענטשן אומדירעקט. קאנטינענטאל האט געזאגט אז זי וועט אפיעלן דעם קעיס.

***

געהילף פאר בריטישן פארלאמענט מיטגליד באשולדיגט אין שפיאנירן פאר רוסלאנד

ענגלאנד. - א געהילף פאר א פארלאמענט מעמבער אין ענגלאנד איז ארעסטירט געווארן מיט צוויי טעג צוריק און וועט מעגליך דעפארטירט ווערן קיין רוסלאנד, נאכדעם וואס עס זענען אויפגעקומען ערנסטע באשולדיגונגען קעגן איר אז זי איז א שפיאן פאר רוסלאנד.די 25 יעריגע געהילף האט זיך געצויגן פון רוסלאנדקיין ענגלאנד פאר דריי יאר צוריק און עטליכע מאנאטן צוריק האבן בריטישע שפיאנאזש אגענטן אנגעהויבן באקומען שפורן אז זי איז מעגליך א ערנסטע שפיאן פאר די רוסישע רעגירונג.
די געשיכטע ברענגט אויף זכרונות פון וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין אמעריקע פאר עטליכע מאנאטן צוריק ווען א גאנצע גרופע פרידליכע בירגערזענען אנטדעקט געווארן אלס רוסישע שפיאנען און זענען דעפארטירט געווארן צוריק קיין רוסלאנד.

***

א שיף אין וואסערן נעבן איטאליע האט אפגעפינען די קערפער פון צוויי אמעריקאנער באלוניסטן וועלכע זענען שוין פארלוירן געווארן מיט צוויי מאנאטן צוריק און מען האט דאן אויפגעגעבן מיטן זיי זוכן.

**

א זעלבסטמערדער האט זיך אויפגעריסן ביי א פארזאמלונג פון א גרופע רעליגיעזע אין א שטעטל אין פאקיסטאן, אומברענגענדיג 50 מענטשן.

**

קאנסומער רעפארטס, א ארגאניזאציע וועלכע געבט זיך אפ מיטן אפשאצן פראדוקטן און פירמעס איבער גאנץ אמעריקע, האט נעכטן ארויסגעגעבן א באריכט, אין וועלכע זי זאגט אז די קאמיוניקאציע פירמע "עי טי ענד טי" איז די ארגסטע אין קאסטומער סערוויס.

**

פאליציי אין ארץ ישראל האבן נעכטן ארעסטירט א הויפט פארדעכטיגטער אינעם אנצינדן דעם פייער נעבן חיפה ביים הר כרמל. א 14יעריג יוגענטליכער האט זיך עמטליך מודה געווען אז ער האט דאס אנגעהויבן.
גלייכצייטיג האבן אויטאריטעטן געזאגט אז די שאדענעס פונעם פייער זענען מאסיוו און וועט נעמען ווארשיינליך 40 יאר צוריקצובויען.

**

א גרופע אין קענטאקי וועט אריינלייגן 24 מיליאן דאלער אין א פראיעקט אויפצובויען "נח'ס תיבה", לויט ווי אזוי עס האט אויסגעזען. דאס וועט ווערן אויפגעשטעלט פאר טוריזם צוועקן נעבן א מוזעאום.

**
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 10:27 pm

ריטשארד האלברוק, אמעריקאנער דיפלאמאט און ספעציעלער שליח קיין מיטל מזרח אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 69 יאר

Richard_Holbrooke.jpg
Richard_Holbrooke.jpg (15.54 KiB) געזעהן 2389 מאל
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 2:58 pm

יעקב כהן - לוח הציבור


ראיאטן אין איטאליע צוליב בערלוסקאני'ס אומווילן צו רעזיגנירן
רוים, איטאליע. - דינסטאג האבן מאסיווע ראיאטן אויסגעבראכן איבער די גאסן פון איטאליע, ווען דער קארופטירטער פרעמיער סילוויא בערלוסקאני האט ארויסגעקוועטשט א זיג אין א פארלאמענט אפשטימונג, וועלכע האט באשטעטיגט אז ער קען בלייבן אין די פירערשאפט פאזיציע- טראץ וואס עס איז קלאר אז דאס גאנצע לאנד איז פאראייניגט
אונטער אים און ער איז ארומגעוויקלט מיט קאנטראווערסיעס פון אלע זייטן.מאסקירטע פראטעסטירער האבן אונטערגעצינדן מיסט קאסטענעס, אויסגעשאסן פענצטער און אנגעפילט די גאסן צו פראטעסטירן און אויסדרוקן קעגנערשאפט צו בערלוסקאני, וועלנדיג אים צווינגען אז ער זאל איינזען אז ער מוז רעזיגנירן פונעם פרעמיער מיניסטער אמט.צוליב די ראיאטן, האבן די פאליציי פארשארפט זייערע מיטלען, ארעסטירנדיג ארום 40 פראטעסטירער.
די ראיאטן זענען גאר ווילד און אזויפיל ווי 100 מענטשן, אריינגערעכנט פאליציי אפיצירן און פראטעסטירער, זענען פארוואונדעט געווארן בלויז אין די ערשטע געציילטע שטונדן פון ווען די פראטעסטן האבן אויסגעבראכן.

***

שיסער שטערט סקול-באורד זיצונג; שיסט זיך צום טויט
פאנאמא סיטי, פלארידע. - א פארשוין האט זיך זעלבסט דערשאסן צום טויט, ווען ער האט אויסגעטוישט קוילן מיט א וועכטער וועלכער האט אים פרובירט אראפצוהאלטן, ווייל ער האט צעשטערט א סקול-באורד מיטינג.
די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט ווען די פאנאמא סיטי סקול באורד האט זיך צוזאמגעזעצט אין א מיטונג וואו עס האבן אויך אנטיילגענומען סתם איינוואוינער פונעם געגנט, ווען פלוצלינג אינמיטן די מיטינג, שפאצירט ארויף דער פארשוין צום פאדיום, און נאכן אנפירקלען דעם וואנט מיט רויטע פארב, נעמט ער ארויס א רעוואלווער, און באפעלט יעדן איינעם, אויסער די באורד מעמבערס, צו פארלאזן דעם שטוב.
א כאאס האט אויסגעבראכן אינעם צימער און יעדער האט געהויבן פוס און פארלאזט דעם צימער. איינער פון די מענטשן האט זיך באהאלטן אונטער א טיר, האט ער געהערט ווי דער פארשוין פארלאנגט פון די באורד מעמבערס אז זיי זאלן שאפן א דזשאב פאר זיין ווייב זאפארט.
איינער האט שנעל אלארמירט די פאליציי, וועלכע זענען שנעל געקומען און פרובירט אראפצוהאלטן דעם פארשוין. ער האט אבער געפאכעט מיט זיין רעוואלווער, ברענגענדיג אז די פאליציי זאלן אנהייבן א
שיסעריי אויסטויש מיט אים. עווענטועל האט ער אויסגעדרייט זיין רעוואלווער צו זיך אליינס און זיך דערשאסן צום טויט.
(פאר מער קוקט דא)

***

נייע טעכנאלאגיע שטעלט אויס מענטשן צו פרישע גניבה געפארן
א פרישע טעכנאלאגיע וועלכע קומט אצינד ארויף אויף די מארקעט פון קרעדיט קארדס און דעביט קארדס כלומר'שט צו פארגרינגען דאס לעבן פון מענטשן, שטעלט אויך אויס פרישע געפארן פאר די מענטשהייט, וויבאלד עס וועט זיין גרינגער פאר גנבים צו גנב'נען אייער אידענטיפיקאציע און קרעדיט קארד אינפארמאציע.
די נייע טעכנאלאגיע וועט ארבעטן מיט ראדיא כוואליעס, און דאס וועט אויפטון אז ביים איינקויפן אין גראסערי וועט מען מער נישט דארפן דורכגליטשן דעם קארטל ביים רעדזשיסטער, נאר מען וועט דאס האלטן פארנט פונעם ספעציעלן מאשין, אפילו א פוס אדער מער אפגערוקט, און עס וועט אויפכאפן די אינפארמאציע.
דאס וועט פארגרינגערן אז מען וועט אפילו נישט מוזן ארויסנעמען דעם קארטל פון טאש צו באצאלן.
דאס וועט אבער געבן א געלעגנהייט פאר גנבים צו גנב'נען, ווייל אזא מאשינדל קאסט נישט מער ווי 100 דאלער, און דער גנב וועט זיך ארומדרייען אין שאפינג מאללס מיט אזא סארט מאשינדל און אראפכאפן קרעדיט קארד אינפארמאציע פון צענדליגער מענטשן.

***

שרעק ווען אויסגערעכנטער מערדער לאזט איבער 4 טויטע קערפער אין ניו יארק
לאנג איילענד. - פאליציי זענען אויף די וואך און ווארענען אז א קאלטבלוטיגער אויסגערעכנטער מערדער דרייט זיך פראנק און פריי אויף די גאסן פון ניו יארק, נאכדעם וואס פאליציי האבן אויף איין שאסיי אפגעפינען 4 טויטע קערפער, יעדע איינע עטליכע הונדערט פוס אפגעריקט פון די אנדערע.
עס איז נישט קלאר וואספארא מעסעדזש דער מערדער פרובירט צו שיקן פאר אויטאריטעטן און וואס זיין ציהל איז מיט די מערדערייען.
די פאליציי דעטעקטיוון וועלן נעמען די ען עי טעסטס פון די קערפער און זעהן צי מען קען עפעס אינפארמאציע ארויסבאקומען.

**

א ריכטער אין ענגלאנד האט נעכטן איבערגעדרייט א באשלוס וואס א צווייטער ריכטער האט געמאכט, און ער האט ערלויבט בעיל פון ארום 316 טויזנט דאלער פארן וויקי ליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש.
די שוועדישע פראקורארן, וואו ער איז ערווארטעט צו ווערן געשיקט פאר א קרימינאלע אורטיילונג, האט געזאגט אז זי וועט אפיעלן דעם בעיל באשלוס.

**

פאמיליע מיטגלידער פון ריטשארד האלברוק, דער וועטעראן אמעריקאנער דיפלאמאט וועלכער איז נעכטן געשטארבן נאך א קורצע הארץ קרענק, האבן דערציילט אז די לעצטע ווערטער וואס האלברוק האט געזאגט איידער שטארבן זענען געווען פארן דאקטער וואס האט אים צוגעגרייט פאר אן אפעראציע.
ער האט געזאגט פארן דאקטער "מען ברויך ברענגען די אפגאניסטאן קריג צו אן ענדע וואס שנעלער".

**

די רעפובליקאנער האבן טאקע געווינען קאנגרעס אום נאוועמבער און דאס פאלק האט געוויזן דעם רוקן פאר די דעמאקראטן. אבער א פרישע אנקעטע צייגט אז אמעריקאנער בירגער געטרויעט אינגאנצן
נישט די רעפובליקאנער צו פאררעכטן די עקאנאמיע און זיי געטרויען מער אבאמא איבער די אישו.
43 פראצענט האלט אז אבאמא וועט טון א גוטן דזשאב איבער די עקאנאמיע, קעגן 38 פראצענט וועלכע זאגן די זעלבע איבער די רעפובליקאנער.

***
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 8:41 pm

פארטיג מיט "פרעג נישט זאג נישט"

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 9:05 pm

געלעגער, זיי אזוי גוט זיך מסביר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 10:21 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:געלעגער, זיי אזוי גוט זיך מסביר.

עס איז ביז היינט געווען א פאלעסי אין די מיליטער אז אויב איינער איז געקומען שפעט צום פארלערנען האט דער מגיד שיעור פארקוקט, אין א בחינה פון "פרעג נישט און זאג נישט", דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז עס האט געהערשט א שטיקל הפקר וועלט, אבער די מגיד שיעורים האבן פארקוקט ווייל זיי האבן געדענקט פון זייערע ישיבה יארן אז אויב א בחור שפעטיגט אביסל האט ער א וויכטיגע סיבה און נישט אלעמאל מוז ער דאס געבן צו ערקלערן פארן מגיד שיעור, יעצט האט די סענאט באשלאסן אז גענוג איז גענוג און יעבור עלי מה און פון היינט און ווייטער וועט מען קלאר פרעגן און קלאר ענטפערן און מען וועט אויסשטיין א מיליטערישן געריכט פארן נישט קענען ביים פארהער.

דאס איז וואס איך קען ערקלערן אין די ראמען פון א אידישע וועלט

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 10:26 pm

נאר קרעמער קען אזאנס!..

פראוואס פונקט די משל?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 10:34 pm

פונקטליך האט געשריבן:נאר קרעמער קען אזאנס!..

פראוואס פונקט די משל?

דאס איז די נמשל.

די משל איז אזוי: געווען אמאל 2 ברודער יתומים, וואס צוליב דוחק פרנסה האבן זיי געמוזט אליינס שלעפן זעק און פעק אויפן אפגעשוואכטן רוקן פאר די מוטער די אלמנה וואס האט געוואוינט אין אן אלטן כאטקע ביים עק דארף. ויהי היום און דער שניידער פון שטעטל האט זיך אויפגעכאפט פון א בייזן חלום אז ער האט צוויי טעכטער אין שידוכים און מען קען זיך עפעס נישט דערקלייבן און דא גרייכן זיי באלד דעם גרויען צאפ, האט ער אנגערופן א שדכן (אמאליגע צייטן פלעגט מען נאך דארפן רופן טעלעפאניש, נישט געווען קיין טעקסט און אימעילס א-ווי היינט), און דער שדכן האט אים געזאגט אז ער ברויך האבן כאטשיג דריי טעג און דריי נעכט און אן איינגאבע פון 2 איינצוגן פון רייכסטן שטאפיר.

פארלוירענערהייט גייט דער שניידער ארום אנע קאפ און קערט זיינע טריט צום רבי'ן, דער רבי קוקט אים אן פון אויבן פון אראפ און שרייט אויס מיט פאטאס "ביסט א געהאלפענער". זייענדיג א גרויסער מאמין איז ער ארויס און ביים ערשטן געלעגנהייט אפגעקאכט א וועטשערע פאר די קיילעכיגע אלמנות פון שטאט, וועלכע האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען און אלע צונעזאם האבן זיך צונויפגעקליבן מיט א פאראייניגטע אחדות וואס האט נישט געזען איר גלייכן מימות תרח און זיך באדאנקט הארצן-גערן פאר די זאפאסן פון וואפן און אוצרות פון שפייכלערס וואס האבן זיך צוזאמגעשטעלט פון די איבריגע מיילידזש וואס דער טאטע האט געקויפט פאר צוויי יאר צוריק אין סיביר, זייענדיג אויסגעדארשטעט פון די נעכטיגע קוגל.

יעצט כאפ איך מיך אז דאס באלאנגט אין אן אנדערן אשכול.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש דעצמבער 18, 2010 11:09 pm

קרעמער, איך מוז וויסן אין וועכע אשכול דו גייסט ממשיך זיין...

אוי איז דאס א קרעמער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 19, 2010 12:18 am

דאס איז שוין סתם א טעות, די ריכטיגע ווערסיע איז "אוי איז דאס א וועבער"

און געווען איז דאס ווען מיט אפאר יאר צוריק, אין פרידנס-צייטן וואלטן זיך אנדערע אויסגעדרוקט, די לעצטע זענען גראדע גאנץ אויסגעשפראכן קעגן דעם געדאנק, אבער נישט דאס זענען מיר אויסן צו ערקלערן אויפן איצטיגן מאמענט, וואס דער זייגער קלאפט צוועלף-פופצן, אבער דער מאגען קלאפט הונדערט דרייסיג איבער ווייסעך-וואס. שלאפן קען מען נישט גיין ווייל מען מוז נאך ערלעדיגן צרכי הכלל, ווידעראום אויפזיין קען מען אויך נישט צו לאנג ווייל דער נאכמיטאג דרעמל איז נישט געווען אזוי געראטן ווי ערווארטעט. וועטער פאראויסקוקער האבן שוין לאנג פארגעזאגט פאר מארגן א גענצליכע "זונטאג" טאג, און דאס וועט האבן דעם זעלבן אפעקט אויפן מענטש אפגעזען צי ער שלאפט אכצן שעה א נאכט בעפאר אדער בלויז פיר.

נאך עפעס בעפאר דער אחראי פארשליסט דעם אשכול און שליידערט מיר ארויס בשן ועין קיין בקשו רחמים?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 19, 2010 12:31 am

שוין לאנג נישט געזעען קרעמער אין אזא גוטסע...

קרעמער, וואס מיסאינפאמירסטי דעם ציבור? דו ווייסט אז דאס ברענגט אראפ יידישקייט און דאס איז גורם אז ישובות ווארפן זיך מיט בחורים ווי טאבעס אינעם שפיל גארטן..

למען האמת. פרעג נישט זאג נישט איז א געזעץ וואס קלינטאן האט אנגעפאנגן. ס'איז געווען א בחינה ווי איך פרעג נישט און דו רעד נישט. יעצט האט קאנגרעס אפגעמאכט אז דאס איז נישט דעמעקראטיע. פון היינט און ווייטער קען יעדער פרעגן און יעדער זאגן. 'פרידאם אוו ספיטש'.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 19, 2010 12:50 am

גימעל האט געשריבן:נעכטן האבן א גרופע אינגעלייט - אנגעבליך פון ביתר עלית - געגאנגען 'פתיחה' אויפן הר הבית, מיטן פלאן צו עפענען דארט א כולל!....

עטליכע בילדער:

מעג מען דארט צוגיין בכלל עפ"י דין?
ס'פארא משוגעים סיז אלץ דא דארטן א הימל געשריי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

אומזיסטע העלט קעיר? דו הייסט האוזע גאנזאלעס?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 2:57 pm

טאמער דארפט איר נויטיג ערנסטע ציין ארבעט אדער חלילה א הארץ אפעראציע, האב איך פאר אייך אן עצה:
טוישט אייך דעם נאמען אויף האזע גאנזאלעס (יעדע ספאנישע נאמען איז גוט), פארט קיין מעקסיקא, שמוגלט אייך אריבער דעם גרעניץ צוריק אריין און מאכט זיכער אז די גרעניץ וועכטער פאקן אייך בשעת מעשה.

דאס אלעס. דאן באקומט איר אלע מעדיצינישע הילף וואס איר קענט נאר באדארפן, פיזישע ווי אויך גייסטיגע.

אומגלויבליך?
אט לייענט:

Immigration and Customs Enforcement has agreed to begin providing medical care that goes well beyond emergency treatment, as a result of a lawsuit filed by the ACLU. The suit alleged that ICE was not treating “immigration detainees with constitutionally adequate levels of medical and mental health care.”

Among the many services which ICE will now provide illegal aliens in their custody are heart surgeries, cancer biopsies, treatment for diabetes, dental care, and treatment for mental depression.


טאמער איר לייענט דאס און שפירט נישט אז איר פלאצט, אז איר גייט אראפ פון זינען, דאן ראָטן מיר אייך זאפארט אריבערגיין צום דאקטער פאר א "פול טשעקאפ". מסתמא זענט איר שוין (רח"ל) אביסעלע גערירט. אבער אז מ'כאפט עס באצייטנס, אפשר איז פארט פארהאן הילף...

http://www.examiner.com/immigration-reform-in-national/ice-will-now-provide-heart-surgery-biopsies-and-psychiatric-care-for-illegal-al

טייערער מנהל, טאמער איר האלט אז די נייעס'ל קומט אין די "טשיקאווע נייעס" אשכול, ביטע עס אריבערשטעלן אהין.

כ'מיין אז ס'איז צייט אויפצומאכן אן אשכול אונטער'ן נאמען "נייעס וואס ברויז אויף די געמיט אזש צום פלאצן!"

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:08 pm

איך האלט בכלל נישט פונעם טשיקאווע נייעס ווינקל, ביי אונז דא אין קרעטשמע ווערט יעדעס שטיקל נייעס פארוואנדלט אין טשיקאוועס.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 19, 2010 11:07 pm

די מצב צווישן דרום און צפון קאאריע איז זייער אנגעצויגן. די לופט שמעקט פון פולווער. מ'האט אנגעזאגט פאר די ארטיגע איינוואוינער צו גיין נעמען שוץ אין די שעלטערס..

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 2:23 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב א פאסיגע נאמען פאר דעם כולל
"איסור כולל"

איך מיין אז די פאסיגסטע נאמען פאר דעם כולל איז "כולל כריתות"

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 2:32 pm

א 6.3 ערדציטערניש האט נארוואס באטראפן איראן
דערווייל איז נישט באריכטעט געווארן קיין שום געשעדיגטע
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בפני נכתב, מי הוא זה, משהלע, ר' יעקל, שופר און 33 געסט