אייערע פארשלאגן!

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איינער קאן ביטע מסביר זיין וואס איז דאס "תן תודה"? - אזוי אויך "תגובה מהירה"?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

תן תודה מיינט, עס איז דא פארום'ס וואס פארמאגן עס, אז אונטער יעדע תגובה איז דא א קנעפל וואס מען קען דרוקן, און עס גיבט אפ א יישר כח. דהיינו, אז אונטער יענע תגובה שטייט א ליסטע מיט נעמען, וואס די אלע ניקס האבן זיך באדאנקט פאר יענעם כותב התגובה. צב"ש אויב דו ביסט צופרידן פון מיין תשובה, און דו ווילסט מיר זאגן יישר כח, דריקסטו דעם קנעפל און עס שטייט אונטער מיין תגובה, נחמן נתן גיבט א יישר כח. די חסרון דערפון איז, אז עס ווערט א ראבאטישע יישר כח, און עס פארלירט די חן פון אונזער קרעמל.

תגובה מהירה, מיינט, אז אויב מען וויל שרייבן א פשוטע תגובה, אן קיין באלד אותיות אן קיין לינקס, נאר פשוט און פראסט א תגובה, איז דא א באקסל סוף פון יעדע אשכול תגובה מהירה, און מען שרייבט אריין דארט די תגובה און מען פאוסט עס פון דארט, די מעלה איז לכאורה, אז עס דארף נישט לאודן די גאנצע "שרייב א תגובה" פעידזש.

---
איך האב קודם געשריבן די תגובה אין תגובה מהירה באקסל, אבער היות עס האט גענומען זייער לאנג, האב איך עס געשיקט פון די געהעריגע תגובה באקסל.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א גרויסן ייש"כ סאדע פארן ענפערן.
איך בין מיך מצטרף צו דיר אז א תן תודה קנעפל איז א חסרון, צוליב דיין אויבן דערמאנטן טעם.
*
דער תגובה שרייב איך (צום ערשטען מאל) אין 'תגובה מהירה' און איך נוץ דעם אפפערטונעטי אלץ א 'תן תודה' פאר דיר...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך וויל האבן די אפציע צו קענען זען אלע תגובות אויף איין פעיזש, מעגליך?

VIEW ALL
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

סאדע_באטל האט געשריבן:-
איך האב קודם געשריבן די תגובה אין תגובה מהירה באקסל, אבער היות עס האט גענומען זייער לאנג, האב איך עס געשיקט פון די געהעריגע תגובה באקסל.

ביטע ערקלער פארוואס דו האסט געטוישט און עס געשיקט פונעם געהעריגן תגובה באקסל
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

כ'ווייס נישט פארוואס סאדע באטל האט אינמיטן געטוישט צו "שרייב תגובה" אבער ביי מיר מוז איך דאס טוהן זייט פאריגע וואך ווען ס'האט זיך געשאפן די פראבלעם מיט תגובה מהירה און פריוואטע הודעה (וואס ארבעט נאך דערווייל אינגאנצן נישט) ווייל אויב איז די תגובה אביסל לאנג שיקט עס זיך עס נישט דורך תגובה מהירה, עורך מלא ארבעט אויך נישט, מ'דארף קאפי/פעיסטן די תגובה צו די געווענליכע שרייב תגובה
------------

און יעצט האב איך עס אויך געדארפט טוהן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

שוועמל האט געשריבן:איך וויל האבן די אפציע צו קענען זען אלע תגובות אויף איין פעיזש, מעגליך?

VIEW ALL


הונדערט פראצענט איינשטימיג.

די סטאטיסטיק ווייזט, אז ווען איינעט טרעפט אן א (אלטע אדער ניייע) אשכול וואס ער האט נאכנישט אנגערירט, איז אפילו דער טאפיק קוקט אויס אינטערעסאנט פאר אים, וועט ער נישט עפענען דעם אשכול אויב ווייסט ער אז כדי אנצוקומען - למשל - צו די תגובה וואס איז מער אקטועל, ד.ה. וואס מען האט היינט צוגעלייגט צו א אשכול פון 2006, ברויך ער דורכמישן זייטן אויף זייטן (באמת איז פונקט גענוג אז מען דארף מישן אפילו 1 פעידזש) וועט ער עס מסתמא נישט עפענען. דאס איז דער פאקט.

דער אונטערליגנדער הסבר דערצו איז מסתמא, אז ווען א מענטש האט א מעגליכקייט בסקירה אחת (מיט אראפסקראלן דעם פעידזש) צו קוקן דעם גאנצן אשכול, און אויסקלייבן דעם בר און דעם תבן און זען וואס סאיז אינטערעסאנט פאר אים, אויב בכלל, וועט ער עפענען דעם אשכול. טאמער ברויך ער שוין אבער מישן, ווערט ער פויל. (סאיז באקאנט די מחלוקה צווישן די מיידלעך, ווער עס זאל דריקן דעם קנעפל פונעם ראבאט צו אויפרוימען די הויז...).

די זעלבע זאך בכלל, ער ווויל קענען שנעל דורכמיכן דעם אשכול, נישט דארפן "זיך אריין זעצן" אין א אשכול פאר ווייסעך ווי לאנג.

הנלענ"ד כתבתי.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

ווען מען קליקט די בעק קנעפל צוריקצוגיין צו די פריערדיגע פעידזש זאל נישט צוריק רויט ווערן די אשכול וואס מען האט אקוראשט געליינט.
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

דאס האט מיטן בראוזער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכאורה האט עס נישט מיטן בראויזער, ווייל איך ניץ די זעלבע בראוזער כסדר, און פארן קראך ווען מען האט געמאכט בעק איז עס געווארן אויס רויט, עס האט זיך געטוישט זייטן קראך.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

אויב אזוי דארף מען עס שרייבן אינעם פרישע פראבלעמען אשכול

viewtopic.php?f=2&t=12699
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

קען זיין, אבער ביי IE ווערט עס אויס רויט אפילו נאכן קראך, (אין דאס ניץ איך רוב מאל)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ביי מיר האט זיך עס אויך געטוישט זייט'ן קראך.

שוועמל, כ'גלייב אז מאכן אזא אפציע וועט מאכן פראבלעמען, למשל א אשכול פון 200 הודעות וועט נעמען א יאר מיט אכט א האלב מיטוואך'ס צו לאודן.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

פארשריבן האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:אבער די ווארט תגובה זאל ביטע בלייבן ארגינעל,
מ'מוז עס נישט טוישן אויף "ענטפער" (וועלכע איז אגב נישט די ריכטיגע אפטייטש פאר תגובה)


האסט א בעסערע?

תגובה איז רעאקציע.
להגיב = צו רעאגירן.

__________

מיין מיינונג וועגן דעם "תן תודה" קנעפל, איז:
דאס וועט גאר הייבן דעם ניווא פונעם סייט.. פשוט ווייל פיל מאל שפירט איינער ער וויל זיך באדאנקן, אבער ס'קומט אים נישט אויפן געדאנק קיין ספעציעלע אויסדרוק, און דערפאר האלט ער זיך אפ פון רעאגירן. אדער רעאגירט ער, און קריכט אויף די נערוון. משא"כ ווען ס'איז פארהאן דער תודה קנעפל, דאן אויב האטער א גוטס זאגט ער, אז נישט, באדאנקט ער זיך איינפאך. קומט אויס ס'ווערן געפירקלט ווייניגער שטויות און קארניזם.

אבער דער עיקר מעלה איז, אז ווען איך קום אריין, און איך זוך אקטיווע אשכולות, כ'גיי אריין אין אן אשכול און כ'קוק די לעצטע פאר נייע הודעות, אדער גאר איין הודעה'לע, און וואס טרעף איך אן? "ביסט אייזן, ביסט גוט, פרינטער פרינט.." ענד די ליסט גאוס אן. וועגן דעם דארף איך ווארטן ביז עס לאודט זיך די פעידזש, און כ'קום אן, און הופס, איינער האט ארויף געברענגט דעם אשכול פראסט אויף זיך צו באדאנקן. וואס האט עס צו מיר? משא"כ ווען ער האט דעם תודה קנאפ, דרוקט ער אים, און די תודה ווערט געהערט אן דעם וואס דער אשכול שפרינגט ארויף.

ועוד ועוד..
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מ'לייגט צו א אויסוואל, 'זע אלע אויפאמאל', זע 25 אויפאמאל, וכו'
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווי אויבן דערמאנט אטיז דא א גאנץ אשכול וואו מען טענה'ט זיך אויס דערוועגן, ביטע זע דארט.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

אינטעליגענט: קודם כל שלום עליכם!

כ'טראכט פון אן אינטרעסאנטער מהלך, כ'גלייב נישט אז מ'קען עס טאקע מאכן, אבער ס'גוט עס אויסצולופטערן דא. דהיינו, א תן תודה קנעפל וואס מ'קען צולייגן א הודעה דערצו. ס'ווערט נישט קיין באזונדערע תגובה, נאר אונטער יענער תגובה גייט זיין א שורה פאר יעדער תודה מיט א "קאסטעם מעסעדזש". דער הודעה גייט מוזן זיין קורץ, נישט מער ווי אן ערך פון דרייסיג אותיות, כדי אויב האט איינער מער צו שרייבען איז עס מסתם גענוג וויכטיג ס'זאל זיין אלץ אן הודעה פאר זיך.

וואס זאגט איר דערויף?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווען מען מאכט א בוקמארק אויף א אשכול זאל זיין א גלייכע לינק דערצו אויבן נעבן "ווייז דיינע הודעות", און ווי איינער האט שוין דערמאנט, זאל אויפן זעלבן פלאת אויך זיין די "הצג הודעות שלא נקראו" וכו'
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

האניג,
עס איז א גאדאנק, יאך האב שוין געזעהן זייער ענדליך'ס דער-צו אויף דעם ברייטן אל-וועלטליכן געוועב.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

האניג, ביזט אייז...
כ'מיין איך בין איינשטימיג מיט דיר.
----
לכאורה 140-160 אותיות, אזויווי א טוויט אדער א טעקסט.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

געבן די מעגליכקייט פאר א RSS FEED
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

געבן א אפשען 'מארק ווי געליינט' און 'מארק ווי נישט געליינט' אויף איינצעלנע אשכולות, אזוי ווי ביים קוקן די אימעילס.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ביטע נישט אויפברענגן אפפערס פארן קוקן וואס מען האט שוין אויפגעברענגט, עס טוט נאר פארשווערן די מנהלים איבערצוגיין אלע תגובות (קרעדיט: איי וועלט), ענטפערס (קרעדיט: גוגל טרענסלעט), רעאקציעס (קרעדיט:אינטעליגענט).
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

שמערי בערי האט געשריבן:איך האלט נישט פון א תן תודה קנעפל, ס'איז אבער א שמועס פאר זיך.2


שמערי, איך וויל באמת נישט דא אנהויבן א דעבאטע איבער דעם, אבער דורכבליקנדיג אלע פארשלאגן, זע איך אז דאס איז די איינציגסטע וואס האט זיך אנגעשטויסן אין אביסל קעגנערשאפט. דערפאר וויל איך דא אראפלייגן:

הבהרת דברים - דברים כהוויתן:
בנוגע דער "גיב א דאנק" קנעפל. (כ'גלייך נישט תן תודה...)

מאנכע טענה'ן אז דאס זאגן שר'כח וועט ווערן ראבאטיש און עס וועט אוועקנעמען די חן פון קרעטשמע.
שתי תשובות בדבר: ערשטנס, עס נעמט נישט אוועק די אפציע פון ווייטער שרייבן א תגובה. צווייטנס: עס פארשטייט יעדער אז עס איז דא א חילוק צווישן א פארברענגען אשכול און אן על הצדיקים אשכול לדוגמא. ביים ערשטן איז געווענליך נישט קיין פראבלעם צו פירקלען ווייטער ווי ביז איצט, ביים צווייטן געווענליך ווערט פארלוירן דער המשך אויב קומען א 4-5 תגובות סתם פון ישר כח'ס.

ווידער זענען דא וואס פארכטן זיך אז עס וועט מינערן דעם מספר התגובות בכלליות, איז אויך שתי תשובות בדבר.
ערשטנס, וואס איז דער פראבלעם? מ'וועט נישט אזוי שנעל שטייגן אין ראנק?
דאס אליין - דער מספר פון דאנקען, אפגעגעבענע און ערהאלטענע - קען ווערן א וועג פון רעכענען דעם סטאטוס פון א ניק. עס האט נאך א מעלה, וויל תגובות קען מען אליין פירקלען וויפיל מען וויל, אפילו אן תוכן, ווידעראום ווערן געדאנקט קען מען נישט אליין (מיט'ן זעלבן ניק...) מען מוז שרייבן עפעס אויף וואס דר'עולם זאל וועלן דאנקען.
צווייטנס, דער מציאות ווייזט ביי די אלע פארומס וואס האבן אזא פיטשור, זענען די תגובות גארנישט הונטערשטעליג פון דא. אדרבא, עס איז געשמאק צו ליינען א דיסקוסיע, אן ווערן אריינגעהאקט פון ישר כח תגובות.
ועל כולם, אויב איינער איז דירעקט א תובע בפה... ער וויל דוקא געשריבענע ישר כח'ס, כל הכבוד.
(אויב האסטו נאכאלץ רעזערוואציעס איבער דעם, לאמיר אריבערגיין צו מיין אלטן אשכול און דארט פארזעצן.)
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך האלט גראדע אויך נישט פון דעם תן תודה באטטען, אבער סתם מסביר צו זיין וויאזוי עס ארבעט, קוק אויף פעיסבוק, ווען איינער שרייבט א פאוסט דארט קען זיינע חברים אדער קאממענטן (אויב האט ער וואס צו שרייבן) אדער קען ער סתם דריקן 'לייק' (תן תודה)....
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”