אייערע פארשלאגן!
אחראי: אחראי
תן תודה מיינט, עס איז דא פארום'ס וואס פארמאגן עס, אז אונטער יעדע תגובה איז דא א קנעפל וואס מען קען דרוקן, און עס גיבט אפ א יישר כח. דהיינו, אז אונטער יענע תגובה שטייט א ליסטע מיט נעמען, וואס די אלע ניקס האבן זיך באדאנקט פאר יענעם כותב התגובה. צב"ש אויב דו ביסט צופרידן פון מיין תשובה, און דו ווילסט מיר זאגן יישר כח, דריקסטו דעם קנעפל און עס שטייט אונטער מיין תגובה, נחמן נתן גיבט א יישר כח. די חסרון דערפון איז, אז עס ווערט א ראבאטישע יישר כח, און עס פארלירט די חן פון אונזער קרעמל.
תגובה מהירה, מיינט, אז אויב מען וויל שרייבן א פשוטע תגובה, אן קיין באלד אותיות אן קיין לינקס, נאר פשוט און פראסט א תגובה, איז דא א באקסל סוף פון יעדע אשכול תגובה מהירה, און מען שרייבט אריין דארט די תגובה און מען פאוסט עס פון דארט, די מעלה איז לכאורה, אז עס דארף נישט לאודן די גאנצע "שרייב א תגובה" פעידזש.
---
איך האב קודם געשריבן די תגובה אין תגובה מהירה באקסל, אבער היות עס האט גענומען זייער לאנג, האב איך עס געשיקט פון די געהעריגע תגובה באקסל.
תגובה מהירה, מיינט, אז אויב מען וויל שרייבן א פשוטע תגובה, אן קיין באלד אותיות אן קיין לינקס, נאר פשוט און פראסט א תגובה, איז דא א באקסל סוף פון יעדע אשכול תגובה מהירה, און מען שרייבט אריין דארט די תגובה און מען פאוסט עס פון דארט, די מעלה איז לכאורה, אז עס דארף נישט לאודן די גאנצע "שרייב א תגובה" פעידזש.
---
איך האב קודם געשריבן די תגובה אין תגובה מהירה באקסל, אבער היות עס האט גענומען זייער לאנג, האב איך עס געשיקט פון די געהעריגע תגובה באקסל.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
כ'ווייס נישט פארוואס סאדע באטל האט אינמיטן געטוישט צו "שרייב תגובה" אבער ביי מיר מוז איך דאס טוהן זייט פאריגע וואך ווען ס'האט זיך געשאפן די פראבלעם מיט תגובה מהירה און פריוואטע הודעה (וואס ארבעט נאך דערווייל אינגאנצן נישט) ווייל אויב איז די תגובה אביסל לאנג שיקט עס זיך עס נישט דורך תגובה מהירה, עורך מלא ארבעט אויך נישט, מ'דארף קאפי/פעיסטן די תגובה צו די געווענליכע שרייב תגובה
------------
און יעצט האב איך עס אויך געדארפט טוהן
------------
און יעצט האב איך עס אויך געדארפט טוהן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
שוועמל האט געשריבן:איך וויל האבן די אפציע צו קענען זען אלע תגובות אויף איין פעיזש, מעגליך?
VIEW ALL
הונדערט פראצענט איינשטימיג.
די סטאטיסטיק ווייזט, אז ווען איינעט טרעפט אן א (אלטע אדער ניייע) אשכול וואס ער האט נאכנישט אנגערירט, איז אפילו דער טאפיק קוקט אויס אינטערעסאנט פאר אים, וועט ער נישט עפענען דעם אשכול אויב ווייסט ער אז כדי אנצוקומען - למשל - צו די תגובה וואס איז מער אקטועל, ד.ה. וואס מען האט היינט צוגעלייגט צו א אשכול פון 2006, ברויך ער דורכמישן זייטן אויף זייטן (באמת איז פונקט גענוג אז מען דארף מישן אפילו 1 פעידזש) וועט ער עס מסתמא נישט עפענען. דאס איז דער פאקט.
דער אונטערליגנדער הסבר דערצו איז מסתמא, אז ווען א מענטש האט א מעגליכקייט בסקירה אחת (מיט אראפסקראלן דעם פעידזש) צו קוקן דעם גאנצן אשכול, און אויסקלייבן דעם בר און דעם תבן און זען וואס סאיז אינטערעסאנט פאר אים, אויב בכלל, וועט ער עפענען דעם אשכול. טאמער ברויך ער שוין אבער מישן, ווערט ער פויל. (סאיז באקאנט די מחלוקה צווישן די מיידלעך, ווער עס זאל דריקן דעם קנעפל פונעם ראבאט צו אויפרוימען די הויז...).
די זעלבע זאך בכלל, ער ווויל קענען שנעל דורכמיכן דעם אשכול, נישט דארפן "זיך אריין זעצן" אין א אשכול פאר ווייסעך ווי לאנג.
הנלענ"ד כתבתי.
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- זייער נייגעריג
- שר האלף
- תגובות: 1961
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
פארשריבן האט געשריבן:משיח האט געשריבן:אבער די ווארט תגובה זאל ביטע בלייבן ארגינעל,
מ'מוז עס נישט טוישן אויף "ענטפער" (וועלכע איז אגב נישט די ריכטיגע אפטייטש פאר תגובה)
האסט א בעסערע?
תגובה איז רעאקציע.
להגיב = צו רעאגירן.
__________
מיין מיינונג וועגן דעם "תן תודה" קנעפל, איז:
דאס וועט גאר הייבן דעם ניווא פונעם סייט.. פשוט ווייל פיל מאל שפירט איינער ער וויל זיך באדאנקן, אבער ס'קומט אים נישט אויפן געדאנק קיין ספעציעלע אויסדרוק, און דערפאר האלט ער זיך אפ פון רעאגירן. אדער רעאגירט ער, און קריכט אויף די נערוון. משא"כ ווען ס'איז פארהאן דער תודה קנעפל, דאן אויב האטער א גוטס זאגט ער, אז נישט, באדאנקט ער זיך איינפאך. קומט אויס ס'ווערן געפירקלט ווייניגער שטויות און קארניזם.
אבער דער עיקר מעלה איז, אז ווען איך קום אריין, און איך זוך אקטיווע אשכולות, כ'גיי אריין אין אן אשכול און כ'קוק די לעצטע פאר נייע הודעות, אדער גאר איין הודעה'לע, און וואס טרעף איך אן? "ביסט אייזן, ביסט גוט, פרינטער פרינט.." ענד די ליסט גאוס אן. וועגן דעם דארף איך ווארטן ביז עס לאודט זיך די פעידזש, און כ'קום אן, און הופס, איינער האט ארויף געברענגט דעם אשכול פראסט אויף זיך צו באדאנקן. וואס האט עס צו מיר? משא"כ ווען ער האט דעם תודה קנאפ, דרוקט ער אים, און די תודה ווערט געהערט אן דעם וואס דער אשכול שפרינגט ארויף.
ועוד ועוד..
- האניג
- שר האלפיים
- תגובות: 2808
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
- לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
- פארבינד זיך:
אינטעליגענט: קודם כל שלום עליכם!
כ'טראכט פון אן אינטרעסאנטער מהלך, כ'גלייב נישט אז מ'קען עס טאקע מאכן, אבער ס'גוט עס אויסצולופטערן דא. דהיינו, א תן תודה קנעפל וואס מ'קען צולייגן א הודעה דערצו. ס'ווערט נישט קיין באזונדערע תגובה, נאר אונטער יענער תגובה גייט זיין א שורה פאר יעדער תודה מיט א "קאסטעם מעסעדזש". דער הודעה גייט מוזן זיין קורץ, נישט מער ווי אן ערך פון דרייסיג אותיות, כדי אויב האט איינער מער צו שרייבען איז עס מסתם גענוג וויכטיג ס'זאל זיין אלץ אן הודעה פאר זיך.
וואס זאגט איר דערויף?
כ'טראכט פון אן אינטרעסאנטער מהלך, כ'גלייב נישט אז מ'קען עס טאקע מאכן, אבער ס'גוט עס אויסצולופטערן דא. דהיינו, א תן תודה קנעפל וואס מ'קען צולייגן א הודעה דערצו. ס'ווערט נישט קיין באזונדערע תגובה, נאר אונטער יענער תגובה גייט זיין א שורה פאר יעדער תודה מיט א "קאסטעם מעסעדזש". דער הודעה גייט מוזן זיין קורץ, נישט מער ווי אן ערך פון דרייסיג אותיות, כדי אויב האט איינער מער צו שרייבען איז עס מסתם גענוג וויכטיג ס'זאל זיין אלץ אן הודעה פאר זיך.
וואס זאגט איר דערויף?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
שמערי בערי האט געשריבן:איך האלט נישט פון א תן תודה קנעפל, ס'איז אבער א שמועס פאר זיך.2
שמערי, איך וויל באמת נישט דא אנהויבן א דעבאטע איבער דעם, אבער דורכבליקנדיג אלע פארשלאגן, זע איך אז דאס איז די איינציגסטע וואס האט זיך אנגעשטויסן אין אביסל קעגנערשאפט. דערפאר וויל איך דא אראפלייגן:
הבהרת דברים - דברים כהוויתן:
בנוגע דער "גיב א דאנק" קנעפל. (כ'גלייך נישט תן תודה...)
מאנכע טענה'ן אז דאס זאגן שר'כח וועט ווערן ראבאטיש און עס וועט אוועקנעמען די חן פון קרעטשמע.
שתי תשובות בדבר: ערשטנס, עס נעמט נישט אוועק די אפציע פון ווייטער שרייבן א תגובה. צווייטנס: עס פארשטייט יעדער אז עס איז דא א חילוק צווישן א פארברענגען אשכול און אן על הצדיקים אשכול לדוגמא. ביים ערשטן איז געווענליך נישט קיין פראבלעם צו פירקלען ווייטער ווי ביז איצט, ביים צווייטן געווענליך ווערט פארלוירן דער המשך אויב קומען א 4-5 תגובות סתם פון ישר כח'ס.
ווידער זענען דא וואס פארכטן זיך אז עס וועט מינערן דעם מספר התגובות בכלליות, איז אויך שתי תשובות בדבר.
ערשטנס, וואס איז דער פראבלעם? מ'וועט נישט אזוי שנעל שטייגן אין ראנק?
דאס אליין - דער מספר פון דאנקען, אפגעגעבענע און ערהאלטענע - קען ווערן א וועג פון רעכענען דעם סטאטוס פון א ניק. עס האט נאך א מעלה, וויל תגובות קען מען אליין פירקלען וויפיל מען וויל, אפילו אן תוכן, ווידעראום ווערן געדאנקט קען מען נישט אליין (מיט'ן זעלבן ניק...) מען מוז שרייבן עפעס אויף וואס דר'עולם זאל וועלן דאנקען.
צווייטנס, דער מציאות ווייזט ביי די אלע פארומס וואס האבן אזא פיטשור, זענען די תגובות גארנישט הונטערשטעליג פון דא. אדרבא, עס איז געשמאק צו ליינען א דיסקוסיע, אן ווערן אריינגעהאקט פון ישר כח תגובות.
ועל כולם, אויב איינער איז דירעקט א תובע בפה... ער וויל דוקא געשריבענע ישר כח'ס, כל הכבוד.
(אויב האסטו נאכאלץ רעזערוואציעס איבער דעם, לאמיר אריבערגיין צו מיין אלטן אשכול און דארט פארזעצן.)
__________________________________
This signature was intentionally left blank
This signature was intentionally left blank
- ווער בין איך?
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3052
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער