@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען האט זיך היינט געטראפן צום ערשטן מאל מיט די נייע בריטישע פרעמיער מיניסטער ליז טראסס, אין וועלכע די פירער האבן צווישן אנדערע פארשפראכן ווייטערדיגע קאארדינאציע צו שטיצן אוקריינע, און אדרעסירט די פראבלעמען וואס כינע שטעלט פאר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
11'טע סירקוט אפעלאט געריכט האט אראפגענומען די סטעי וואס די פלארידע ריכטערין האט ארויפגעלייגט אויף די יוסטיץ דעפארטמענט, און האט ערלויבט די יוסטיץ דעפארטמענט צו ווייטער איבערגיין די קלאסיפיצירטע דאקומענטן גענומען פון מאר-א-לאגא אין פארבינדונג מיט זייער קרימינאלע אויספארשונג איבער טראמפ'ס האנדלונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
מיט 229-203 האט קאנגרעס דורכגעפירט א ביל צו רעפארמירן די עלעקטארעל ציילונג אקט.
די ביל, וועלכע איז פארגעשטעלט געווארן דורך רעפובליקאנע קאנגרעספרוי ליז טשעיני אינאיינעם מיט דעמאקראטישע זאָואי לאָפגרען, ביידע מיטגלידער אין די יאנואר 6 קאמיטע, וועט פארלאנגען כאטש א דריטל קאנגרעס מיטגלידער זיך צו קעגנשטעלן צו א סטעיט'ס עלעקטארס אויב ווילן זיי אבדזשעקטן.
אויך וועט די ביל קלארשטעלן די ראלע פונעם וויצע פרעזידענט אין ציילן די עלעקטארס אלץ בלויז צערעמאניש אן קיין עכטע כח, און וועט באפעלן גאווערנארן צו שיקן צו קאנגרעס די עלעקטארס וועלכע זענען אויסגעקליבן געווארן דוקא דורך א מערהייט שטימען אין די סטעיט, און קאמפיינס וועלן קענען קלאגן צו זיכער צו מאכן אז דאס ווערט אויסגעפירט.
פון די 9 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וואס האבן געשטימט פאר דעם ביל, וועט קיינער פון זיי נישט פארבלייבן אין קאנגרעס נאך די מיד-טוירם וואלן, אדער צוליב פארלוירענע פריימעריס, אדער צוליב רעטייערמענט.

ניק קלעג, פרעזידענט פון גלאבאלע אנגעלעגנהייטן פון פעיסבוק, זאגט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך צוריק ארויפגעלאזט ווערן אויף מעטא פלאטפארמעס אנהייב 2023 ווען די סוספענדירונג אויף זיין אקאונט לויפט אפ, אבער מעטא וועט צום ערשט רעדן מיט עקספערטן איבער וואס פאר א שאדן דאס קען ברענגען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אן F-15 קאמפס פליגער איז נעכטן ארויסגעשיקט געווארן פארטרייבן א ציווילע קליינע פליגער, וועלכע איז אריינגעפארן אין פארבאטענע הימלען העכער מאנהעטן, אין די צייט פון די UN אלגעמיינע פארזאמלונג.
די ציווילע פליגער האט נישט געענטפערט ווען מען האט פרובירט צו קאמיוניקירן, און נאך עטליכע מינוט האט די קאמפס פליגער ארויסבאגלייט דעם פליגער. פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געעפענט אן אויספארשונג אין די אינצידענט.
די ציווילע פליגער האט נישט געענטפערט ווען מען האט פרובירט צו קאמיוניקירן, און נאך עטליכע מינוט האט די קאמפס פליגער ארויסבאגלייט דעם פליגער. פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געעפענט אן אויספארשונג אין די אינצידענט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ אין אן אינטערוויו אויף פאקס איבער די-קלאסיפיצירן דאקומענטן:
"אויב ביסטו פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, קענסטו די-קלאסיפיצירן [דאקומענטן] בלויז מיטן זאגן עס איז די-קלאסיפיצירט, אפילו מיטן טראכטן איבער דעם. וויבאלד דו שיקסט עס צו מאר-א-לאגא אדער וואו אימער דו שיקסט עס. עס קען זיין א פראצעדור, אבער עס דארף נישט זיין."
ווידעא
"אויב ביסטו פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, קענסטו די-קלאסיפיצירן [דאקומענטן] בלויז מיטן זאגן עס איז די-קלאסיפיצירט, אפילו מיטן טראכטן איבער דעם. וויבאלד דו שיקסט עס צו מאר-א-לאגא אדער וואו אימער דו שיקסט עס. עס קען זיין א פראצעדור, אבער עס דארף נישט זיין."
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט געמאלדן אז די סיטי וועט עפענען הומאניטארישע הילף צענטערן פאר די הונדערטער אזיל זוכער וועלכע קומען אן צו די סיטי פון טעקסאס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
הויז ספיקער פעלאסי ווען זי איז געפרעגט געווארן אויב פרעזידענט ביידען זאל לויפן פאר ווידערוויילונג אין 2024:
"פרעזידענט ביידען איז די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געטון א געוואלדיגע סערוויס פארן לאנד, ער האט באזיגט דאנעלד טראמפ. לאמיר דאס נישט פארגעסן ... איך גיי נישט אריין אין קיין פאליטיקס אויב די פרעזידענט זאל לויפן אדער נישט".
"פרעזידענט ביידען איז די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געטון א געוואלדיגע סערוויס פארן לאנד, ער האט באזיגט דאנעלד טראמפ. לאמיר דאס נישט פארגעסן ... איך גיי נישט אריין אין קיין פאליטיקס אויב די פרעזידענט זאל לויפן אדער נישט".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
לענארד גלען פרענסיס, א רייכער מאלאזיער קאנטראקטאר, איז געכאפט געווארן אין ווענעזועלע, פרובירנדיג צו רייזן קיין רוסלאנד, 2 וואכן נאך וואס ער האט אפגעשניטן זיין ענקל-מאניטער אין סאן דיעגא, קאליפארניע, זייענדיג אונטער הויז ארעסט ווארטענדיג אויף אן אורטייל.
פרענסיס איז ארעסטירט געווארן אין 2013 און זיך דערקלערט שולדיג אין 2015, אויפן אנפירן די גרעסטע שוחד סקאנדאל אין די אמעריקאנער נעיווי, אין וועלכע ער האט פאר לאנגע יארן געצאלט מיליאנען פאר נעיווי באאמטע אין אויסטויש אז זיי זאלן נוצן זיין קאנטראקטינג פירמע צו צושטעלן מאטריאלן פאר נעיווי שיפן און סובמארינען.
מער ווי 30 נעיווי אפיצירן און דעפענס קאנטראקטאר זענען געווארן קרימינאל און פעדעראל אנגעקלאגט אין פארבינדונג מיט די סקאנדאל, און לענארד האט צוריקבאצאלט פאר די נעיווי איבער 35 מיליאן דאלער וואס ער האט געמאכט פון די שוחד וואס ער האט פארטיילט.
זיין ארעסט איז פארגעקומען געציילטע שטונדן בעפאר ער האט געדארפט פאראורטיילט ווערן אויף זיינע קלאגעס, און שטייט אויס א טורמע טערמין פון ביז 25 יאר.

אינספעקטאר דזשענעראל פון די לעיבאר דעפארטמענט זאגט אז אזויפיל ווי 45.6 ביליאן דאלאר פון פאנדעמיק אנעפלוימענט הילף געלטער זענען מעגליך גערויבט געווארן דורך שווינדלער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
טעקסאס גאווערנער גרעג עבבאט האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער וועלכע דערקלערט די מעקסיקאנער דראג קארטעלן אלס טעראריסטישע ארגאניזאציעס.
ער האט אויך געשיקט א בריוו צו פרעזידענט ביידען און וויצע פרעזידענט העריס פארלאנגענדיג צו פעדעראל דערקלערן די דראג קארטעלן וועלכע פארשפרייטן די טויטליכע פענטענאל סובסטאנץ, אלס טעראריסטישע ארגאניזאציעס.
ער האט אויך געשיקט א בריוו צו פרעזידענט ביידען און וויצע פרעזידענט העריס פארלאנגענדיג צו פעדעראל דערקלערן די דראג קארטעלן וועלכע פארשפרייטן די טויטליכע פענטענאל סובסטאנץ, אלס טעראריסטישע ארגאניזאציעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין זיין רעדע ביי די UN אלגעמיינע פארזאמלונג, האט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער יאיר לפיד געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די 'צוויי שטאַטן לעזונג' - ווי עס ווערט גערופן דאס אוועקשטעלן א פאלעסטינער שטאַט זייט ביי זייט מיט מדינת ישראל.
ער האט אנגעגעבן אז די מערהייט איזראעליס זענען אין שטיצע דערפון מיט איין קלארע תנאי פון פאראויס אז די שטאַט זאל זיין א פרידליכע און נישט ווערן קיין מקום מקלט פאר טעראר.
ער האט אנגעגעבן אז די מערהייט איזראעליס זענען אין שטיצע דערפון מיט איין קלארע תנאי פון פאראויס אז די שטאַט זאל זיין א פרידליכע און נישט ווערן קיין מקום מקלט פאר טעראר.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
איראנער פרעזידענט איבראהים ראיסי זאגט אז די מארד פון די פרוי וועלכע האט פאראורזאכט די מאסן פראטעסטן אין לאנד וועט אויסגעפארשט ווערן.
דאס קומט אין א צייט וואס שווערע אומרוען און ראיאטן הערשט אין מערערע טיילן פון איראן, מיט ווייניגסטנס 9 מענטשן אומגעקומען אין די פראטעסטן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אן אומפארטייאישע גרופע פון 17 קאנגרעסלייט האבן געשיקט א בריוו צו פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין און געבעטן אז די פענטאגאן זאל צואיילן צו מאכן זייער באשלוס אויב אמעריקע זאל שיקן די מאכטפולע MQ-1C גרעי איגל דראונס קיין אוקריינע.
גענעראל אטאמיקס, די פירמע וועלכע פראדוצירט די דראונס האט פארגעשלאגן צו טרענירן אוקריינע וויאזוי זיך צו באנוצן מיט די דראונס, און האט געזאגט אין א סטעיטמענט; "אויב מיינסטו אז היימארס האבן געטוישט עפעס, לייג אפאר גרעי איגלס אין די לופטן, און לאמיר זעהן וואס וועט נאכדעם פאסירן".
גענעראל אטאמיקס, די פירמע וועלכע פראדוצירט די דראונס האט פארגעשלאגן צו טרענירן אוקריינע וויאזוי זיך צו באנוצן מיט די דראונס, און האט געזאגט אין א סטעיטמענט; "אויב מיינסטו אז היימארס האבן געטוישט עפעס, לייג אפאר גרעי איגלס אין די לופטן, און לאמיר זעהן וואס וועט נאכדעם פאסירן".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באואינג איז איינגעגאנגען פאר א 200 מיליאן דאלאר'דיגע סעטלמענט אין די ציווילע אנקלאגעס פון די פעדעראלע SEC אגענטור אז זיי האבן פארפירט אינוועסטארס איבער זייער 737 מעקס פליגער, וואס 2 פון די פליגער האבן געקראכט, און 346 מענטשן זענען אומגעקומען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א וואשינגטאן פאוסט באריכט געבט אן אז די ביידען אדמיניסטראציע האט דורכאויס די לעצטערע מאנאטן געשיקט פריוואטע שארפע ווארענונגען צו די רוסישע פירער איבער גאר ערנסטע קאסעקווענצן אויב זיי וועלן נוצן נוקלעארע וואפן אין די אוקריינע קריג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
עסטאניע פרעימיער מיניסטער ווארנט אז רוסלאנד קען מעגליך אפהאקן די 3 באלטישע לענדער פון די רוסישע עלעקטריק גריד, וואס וועט מעגליך פירן צו מאסיווע בלעק-אוטס.
עסטאניע זאגט אז זיי גרייטן זיך שוין יארן זיך צו קענען קאננעקטן צו די אייראפעאישע עלעקטריק גריד, און קענען עס אויספירן אין געציילטע שטונדן, אבער אויב האקט זיי רוסלאנד פלוצלינג אפ פון די רוסישע פאוער גריד, וועט עס מעגליך פירן צו בלעק-אוטס וואס קען אנהאלטן לענגערע שטונדן.
עסטאניע זאגט אז זיי גרייטן זיך שוין יארן זיך צו קענען קאננעקטן צו די אייראפעאישע עלעקטריק גריד, און קענען עס אויספירן אין געציילטע שטונדן, אבער אויב האקט זיי רוסלאנד פלוצלינג אפ פון די רוסישע פאוער גריד, וועט עס מעגליך פירן צו בלעק-אוטס וואס קען אנהאלטן לענגערע שטונדן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פרוי אין סאוט קאראליינע איז אומגעקומען נאך וואס איר 3 יעריג קינד האט געפונען א ביקס און איר בטעות פאטאל דערשאסן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אן איסלאמישער עקסטרעמיסט פון ברוקלין, וועלכע קומט ארגינעל פון באסניע, און האט דורכאויס די דזשארדזש פלויד ראיאטן געשטאכן א פאליציאנט און געשאסן 2 אנדערע, איז פאראורטיילט געווארן צו 30 יאר טורמע, און וועט נאכדעם דעפארטירט ווערן פון אמעריקע.
ער איז שוין פאראורטיילט געווארן צו 30 יאר טורמע אויף פעדעראלע קלאגעס, און וועט אויסדינען ביידע טערמינען צוזאמען.
ער איז שוין פאראורטיילט געווארן צו 30 יאר טורמע אויף פעדעראלע קלאגעס, און וועט אויסדינען ביידע טערמינען צוזאמען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ניו יארק טיימס: זעלדין זעהט א וועג צו ווערן גאווערנער. עס לויפט דורך ברוקלין.
די ניו יארק טיימס אין א פרישע ארטיקל באריכטעט איבער זעלדינ'ס קאמפיין באזוכן אין די היימישע געגנטער אין ברוקלין, און א פרואוו צו באקומען די שטימען פון די חסידישע וויילער, וועמענ'ס שטימען זענען שטארק באזירט צווישן אנדערע אויף חינוך און קריים אנגעלעגנהייטן.
פולע PDF
די ניו יארק טיימס אין א פרישע ארטיקל באריכטעט איבער זעלדינ'ס קאמפיין באזוכן אין די היימישע געגנטער אין ברוקלין, און א פרואוו צו באקומען די שטימען פון די חסידישע וויילער, וועמענ'ס שטימען זענען שטארק באזירט צווישן אנדערע אויף חינוך און קריים אנגעלעגנהייטן.
פולע PDF
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פרישע קאראונע ווירוס, גערופן 'קאסטע-2' (Khosta-2) וועלכע איז גאר ענליך צו די קאוויד ווירוס, איז געפונען געווארן אין פלעדערמויזן אין רוסלאנד.
אמעריקאנער סייענטיסטן זאגן אז טראץ דעם וואס עס איז פון די זעלבע פאמיליע און גאר ענליך צו קאוויד, העלפן אבער נישט קיין קאוויד וואקסינען דערקעגן, אבער זאגן אז עס איז ענליך צו די קאוויד אמיקראן וואריאנט, וועלכע שאפט נישט קיין גאר ערנסטע קרענק פאר מענטשן.
אמעריקאנער סייענטיסטן זאגן אז טראץ דעם וואס עס איז פון די זעלבע פאמיליע און גאר ענליך צו קאוויד, העלפן אבער נישט קיין קאוויד וואקסינען דערקעגן, אבער זאגן אז עס איז ענליך צו די קאוויד אמיקראן וואריאנט, וועלכע שאפט נישט קיין גאר ערנסטע קרענק פאר מענטשן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א מאנהעטן ריכטער האט געאורטיילט אז די קאוויד וואקסין מאנדאט אויף ניו יארקע פאליציאנטן איז נישט נוגע פאר PBA יוניאן מיטגלידער, און פארארדענט אז אלע וואס זענען אפגעזאגט אדער באשטראפט געווארן צוליב זיך נישט צושטעלן, דארפן צוריק געשטעלט ווערן אויף זייערע פאזיציעס.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אילאן מאסק איז ערלויבט געווארן דורך די אמעריקאנער רעגירונג צו אקטיוויזירן די סטארלינק סעטעלייטס העכער איראן צו ארויסהעלפן אינטערנעט קאמיוניקאציע פאר ארטיגע פראטעסטירער, נאך וואס די ארטיגע רעזשים האט עס שטארק געצוימט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי אין פלארידע אין ליכט פון די טראפישע שטורעם 'אייען' וועלכע פארמירט זיך אין די קאריביען און איז ערווארטעט אנצופאלן פלארידע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
גרויס אויפברויז הערשט נאך וואס הילערי קלינטאן דורכאויס אן אויפטריט האט צוגעגליכן די טראמפ שטיצער ביי די טראמפ ראליס, צו נאצי שטיצער ביי היטלער'ס פארזאמלונגען.