עוד יוסף חי פון משפחת אייזענבערג

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

עוד יוסף חי פון משפחת אייזענבערג

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 9:37 pm

אזוי ווי מען האלט יעצט אין די טעג ווען מען לערנט די מעשה פון מכירת יוסף, וואלט איך געוואלט אנהייבן דא אן אשכול איבער דעם קאסעט עוד יוסף חי, וועלכע איז געזונגען געווארן דורך הרה"ח ר' ברוך אייזענבערג ז"ל מיט זיינע חשוב'ע קינדער.

דער סקריפט פון דעם טעיפ איז געשריבן געווארן דורך עפעס א פרוי, (דאכצעך די זעלבע וועלכע האט געמאכט די רץ כצבי) און געזונגען האבן עס ר' ברוך אייזענבערג מיט זיינע געלונגענע קינדער. ר' יחיאל מיכל, און ר' אהרן ארי'. ביידע חשוב'ע אינגעלייט היינט.

אבער די מעלה פון דעם טעיפ איז, אז ער זינגט פאר קינדער, עס איז געמאכט אויף זייער לעוועל, מיינע קינדער קענען זיך נישט אוועק רוקן דערפון, אבער אין די זעלבע צייט האט ער זיך נישט אנגעטון א פעמפער צו מאכן א טעיפ פאר קינדער. טייל פון די היינטיגע קינדער טעיפס, ווען איך הער זיי שפילן, זינק איך איין פאר בושה אז גרויסע זאלן זיך אזוי נאריש מאכן. אבער דא האט ער זיך אראפגעלאזט צום קינד, אבער גלייכצייטיג געהאלטן דעם ניווא הויך, אזוי אז אויך ערוואקסענע זאלן קענען הנאה האבן דערפון.

די ניגונים זענען איינס ביי איינס געלונגען. אבער דאס בעסטע מיין איך אז טייערע מאמע, וועלכע ווערט געזונגען דורך ר' אהרן ארי' אייזענבערג נ"י, און ער לייגט דארט אראפ ווי יוסף גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים מאמע רחל'ס קבר אויפן וועג, ווערנדיג גענומען אין געפענגעניש קיין מצרים. וואס זאל איך טון, אז ביז היינט, יעדעס מאל איך הער דעם ניגון מוז איך אפווישן א טרער. (איינמאל האב איך באמערקט אז מיין אידענע באהאלט זיך, ווען דער ניגון האט געשפילט, און זי ווישט אויך אפ די אויגן.)

דער ניגון אליינס איז גאר אן אלטער, און די ווערטער זענען גאר גוט צוגעפאסט. און עס רייסט די הארץ צו טראכטן פון דעם עלנדן יוסף נעבעך.

אבער אזוי אויך אלע אנדערע ניגונים, ווי א זיידענעם המעדל, און אלע פרעה'ס שרים. אדער די הייליגע ברודער.

און דער ר' ברוך אליינס, יוי באשעפער, דער רעדט דאך אזוי הארציג, און האט פונקט אזא צוגעפאסטע שטימע פאר דעם, אז מען קען מיינען אז מען איז דארט און מען הערט אמת'דיג פרעה'ן רעדן. בכלל איז ער געווען גאר א ווארימער חסיד'ישער איד, און דאס הערט זיך גוט אין דעם קאסעט'ל.

איך מיין עס איז פון די בעסטע קינדער טעיפס וועלכע זענען נאר אמאל ארויסגעקומען.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 11:06 pm

גם אני בחלומי וואלט פארווישט א טרער אויף "עוד יוסף חי", בפרט ווען דאס ווערט געהערט בליקנדיג אינעם ביכל מיט די שרעקעוודיגע בילדער...

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 11:43 pm

שיק א גרוס פאר מיסטער גראנקאראו און זיין שיתף פארטייטען,
איז נאך די טעיפ דא צי באקימען היינט?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:16 am

יא, עס פאר-קויפט זעך יעהרליך.

פאר משה עבד נאמן האט מען נישט גענומען ר' ברוך ז"ל צו זינגען, און עס האט טאקע נישט דעם זעלבן טעם . . .
אף גערעד אז עס פאר-קויפט זעך פיהל ווייניגער.

מען דארף אויך דער-מאנען די סעריע פון תורה קייט אויף יעדע חומש איינע, אלע סדרות בציקו"ר.
ולכבוד חנוכה, דעם דאבל אלבום בימי מתתיהו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:38 am

עוד יוסף חי און משה עבד נאמן זענען ארויסגעגעבן געווארן דורך משפחת ר' אהרן זאב מאשקאוויטש שיחי' פון קרית יואל (ער איז א זון פון הרה"ח המפורסם ר' הערש פינחס הכהן מאשקאוויטש ז"ל מגדולי חסידי סאטמאר בירושלים עיה"ק. איך מיין היינט איז ער א מנהל אין איינע פון די חדרים, בני יואל אדער ויואל משה.)
זיין ווייב איז א טאכטער פון די באקאנטע מרת יוטעלע שווארץ ע"ה. אויב מיין זכרון דינט מיר, האט זי, מרת מאשקאוויטש, ארויסגעגעבן די טעיפס.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 2:24 am

ר' אהרן ארי' איז דער וואס רעדט היינט אויף טעיפס פאר קינדער? אויב יא, קאן מען זאגן אז דאס עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 2:37 am

ועמך כולם צדיקים

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 3:06 am

אויב דענק איך גוט, איז די משפ' מאשקאוויטש אויך (פון) די ארויסגעבער פון די "יאסעלע פליט" סעריע. מילא, קען מען ניעט אנלייגן די שולד פון די היינטיגע טעיפס אויף די פראדוססערס, נאר ליבערשט אויף די דעמענדערס.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 10:40 am

ביקסאד האט געשריבן:יא, עס פאר-קויפט זעך יעהרליך.

מען דארף אויך דער-מאנען די סעריע פון תורה קייט אויף יעדע חומש איינע, אלע סדרות בציקו"ר.
ולכבוד חנוכה, דעם דאבל אלבום בימי מתתיהו.



לענ"ד איז די פורים טעיפ א היט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 11:49 am

imzist האט געשריבן:ר' אהרן ארי' איז דער וואס רעדט היינט אויף טעיפס פאר קינדער? אויב יא, קאן מען זאגן אז דאס עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים.


יא, ר' אהרן ארי' איז דער, אויך איז ער א גרויסער עסקן פאר בוני עולם און רעדט אסאך מאל ביי זייערע דינערס
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:36 pm

און אז מ'רעדט פון ר' ברוך'ס טעיפס האט ער אויך ארויס געגעבן "דער טאנץ פון בער - די פאר'סמ'טע ברויט" פון דערציילונגען פון צדיקים...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 13, 2011 11:56 am

צו ענטפערן די אנפראגע: פונקט די פארגאנגענע וואך האט מיך א משפחה מיטגליד אנגערופן פון בארא פארק אז עס פארקויפט זיך יעצט די אלטע "עוד יוסף חי" אין איינע פון די ספרים געשעפטן דארט (נעבן א בארא פארק באס סטאפ, איך קען מברר זיין וועלכע גאס), אויב עס לוינט זיך צו קויפן. (יענע געשעפט האט נישט פארמאגט דעם בוך דערפון, גראדע).

מגיד
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 am

תגובהדורך מגיד » זונטאג פאברואר 13, 2011 8:28 pm

אויב איינער רען ארויסהעלפען מיט די מקורות פון די נגונים דארטן זאל ער עס ביטע מיטיילן מיט'ן עולם דא, איך בין זייער נייגעריג צי וויסן פון וואו אסאך פון די ניגונים דארטן שטאמען למשל די נעמען פון די 12 שבטים, א זיידענע העמעד'ל, די ניגן וואס יהודה טענה'ט זיך מיט יוסף אלס משנה למלך, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט די ניגונים אויף אנדערע פלעצער, די ניגן טייערע מאמע, איז א גור'ע ניגן אויף היה עם פיפיות פין תשט"ו-ז.
דער וואס האט געקענט ר'ברוך וויסט אז ער איז געווען א גרויסע בקי אין אלטע ניגונים (מודזיץ)
ש'כוח למפרע

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג מארטש 06, 2011 9:43 pm

איך בין זייער נייגעריג פון ווי ס'שטאמט די ניגון "טאטע לעבן הער זיך איין מיר מיזן קיין מצרים נאכאמאל גיין"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 07, 2011 4:53 pm

טומבאלאלייקא.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג מארטש 07, 2011 9:42 pm

מאשקע האט געשריבן:טומבאלאלייקא.


הסברה בבקשה
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 07, 2011 10:01 pm

ס'איז דא א אידישיסטישע ניגון וואס די פזמון איז טומבאלאלייקא. וואו איז טאבאקא?
An article a day keeps the babies away

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג מארטש 07, 2011 10:27 pm

מאשקע ביסט זיכער? מיר האט זיך געדאכט אז ס'איז א ניגון פון איינע פון חיים באנעט'ס אלטע טעיפס?
הנותן לשכוי בינה...

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מאנטאג מארטש 07, 2011 10:41 pm

דא האסטע טומבאלאלייקא סקראל אראפ ביז די לעצטע ניגון
אבער ס'איז נישט דעי ניגון פון טאטע לעבן הער זיך איין.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 07, 2011 11:22 pm

סארי, כ'האב א טעות געהאט מיט אן אנדערן ניגון אויף דעם טעיפ וואס יענץ איז טומבא-וכו'. די ניגון טאטע לעבן הער זיך איין, איז זכרנו לחיים פון חיים באנעט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:30 am

א גרויסן שכח מאשקע און תרנגול, ביידעוועי די ניגון "די הייליגע שבטים" (ווערט אויך געזונגען דורך הגה"צ ראב"ד סאטמאר אין ראדני יום ב' ראש השנה ביי שחרית ביים פיוט פון מלך עליון ) האב איך אמאל געהערט ביי די הויכע פאל זינגען א אנדערע פאל, איך געדענק נישט צו ס'איז נאך א פאל אדער צו מ'זינגט אנדערש די הויכע פאל
ווער ס'האט א אהנונג פון וואס איך רעד ווערט פליס געבעטען מיך מיטצוטיילן, שכוח פון פראנאויס
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:41 am

איך ווייס וואס דו מיינסט, ס'איז א טעות פון אסאך מענטשן. אבער וויאזוי קען איך עס מיטטיילן מיט דיר?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג מארטש 08, 2011 10:54 am

וועלעכע איז א טעות די פון די טעיפ צו די פון אסאך מענטשען?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 08, 2011 11:04 am

לכאורה פון די מענטשן, הגם כ'האב נישט קיין באווייזן דערצו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג מארטש 08, 2011 11:07 am

פון ווי שטאמט דער ניגון, ווי נאך ווערט עס געזינגען?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בית המשתה, מי הוא זה, מי יודע און 15 געסט