"אלעס איבער וואקסינען"
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
"אלעס איבער וואקסינען"
דאס האט מיר א ניק געשיקט ליינט מיט אינטערעסע:
לכבוד ר' לאקשן.
איך האב פאר מיינע דריי קינדער ב"ה נישט געגעבן דערווייל קיין וואקסינען, אבער איך האב פשוט מורא צו שרייבן דערוועגן ווייל מ'וועט מיר באפאלן.... זאג נישט אויס פאר קיינעם.
ביי א מומע אונזערע איז דא א קינד וואס איז ל"ע געווארן אינגאנצן דיסעיבלד און אויטיסטיק, פון די וואקסינען. (דער שפיטאל צאלט ריזיגע געלטער אין קאמפעסעישאן).
מיין עלטסטע שוועגערן האט יא געגעבן, אבער די צוויי נאכדעם - ס'הייסט מיין ווייב'ס שוועסטער און זי - האבן נישט געגעבן, אויפן פארלאנג פון מיין שוויגער.
א אינטערעסאנטע זאך איז געווען ווען ס'איז געווען די שוויין-פלו, מ'איז זיך צאמגעקומען די גאנצע משפחה א שבת נאכמיטאג, און די ניס - וואס איז וואקסינירט - האט זיך נישט גוט געפילט,אבער זי האט זיך געשפילט געהעריג מיט אלע קינדער, א טאג שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז זי האט די פלו, איך בין געווארן נערוועז אז מיינע קינדער האבן עס געקעטשט ווייל ס'איז געווען שרעקליך קעטשי, אבער וואונדער איבער וואונדער זיי האבן עס קיינמאל נישט באקומען!, אויך די אנדערע ניסעס וואס זענען נישט געווען וואקסינירט האבן עס נישט באקומען. ס'איז ממש געווען א איפכא מסתברא!
די מאמפס האבן קיינער פון מיינע דריי קינדער אויך ב"ה נישט באקומען. וכן יעזור ה' להלאה.
(טשיקען פאקס האבן מיינע קינדער יא געהאט, אבער מיין נעפיו וואס איז וואקסינירט האט עס פונקט אזוי געהאט...)
.....עד כאן לשונו.......

לעצט פארראכטן דורך לאקשען ברעט אום מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 12:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
יואל ווייס האט געשריבן:און אמאל איז געווען אן עקסידענט, די קאר האט זיך גענומען ברענען און איינער האט נישט געקענט ארויסקומען ווייל ער איז געווען צוגעבינדן מיט זיץ-גארטלעך... בינדט אייך נישט איין מיט סיט-בעלטס!
יואלי, ליצנות אחד דוחה מאה וואקסינען..... כ'מיין תוכחות...... עם ...... וואטעווער
אין א חוץ פין דעם לויט מיין אינפארמאציע האט די מעשה קיינמאל נישט פאסירט,
אין א חוץ פין דעם טאמער ס'געווען א פייער וואלט עס פארברענט די סיט בעלטס וואלט ער רואיג געקענט ארויס גיין,
אין א חוץ פין דעם טוה דורעך די זאך אין נאכדעם רעד ווייל טאמער די רעדסט פאר די ווייסט דעמאלץ ווייסטו נישט וואס די רעדסט, אין אז די ווייסט נישט וואס די רעדסט איז דא א חשש אז די וועסט נאך וואקסיאנירען דיינע קינדער............ רחמנא לשיזבן
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
איז אזוי; איך בין נישט קיין דאקטער און כ'פלאן נישט צו ווערן.
איך בין נישט עכט נייגעריג וואס אלע סטאודיס זאגן, ווייל צו פארשטיין די זאכן ריכטיג דארף מען זיין א דאקטער.
דארום וועל איך בע"ה ווייטער פאלגן דעם קינדער דאקטער, ווארום אזוי האט די תורה געהייסן!
אויב קענסטו באיינפלוסן מיין דאקטער, אדרבה! ולמצוה גדולה יחשב. (איך קען באשטיין די קינדער זאלן מיר ווייניגער וועקן ביינאכט...)
מנהלים ביטע שמעלצן די וואקסינען אשכולות.

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,
הרב לאקשען ברעט, אויב דו ווילסט באמת דער עולם זאל גלייבן וואס דו זאגסט און עס נעמען ערנסט, מאך עס נישט אזוי מרה שחורה'דיג און באבי'ש, נאר רעד צו דער זאך. און מאך נישט צוואנציג אשכולות מיט א שווערע אנזעצעניש.
באמת,
ווילסט באאיינפלוסן מענטשן צו איגנארירן די וואקסינאציעס, טרעף א בעסערע וועג.
מרה שחורה.... באבי'ש.....שווערע אנזעצעניש......, זאג נאר יונטי וואס גייט פאר מיט דיר פארוואס ווערסטע אזוי שנעל אנגעזעצט ? ווי עס שיינט ביסטו שווער וואקסיאנירט, די עצה פאר דיר איז אז פאר די נעקסטע 60 טעג זאלסטו עסען נאר ראשזינקעס מיט פאפיטעס אין טרינקען נאר מילגרוים זאפט, נאך זעכציג טעג זיי מגיב דא מיט די רעזולטאטען, הצלחה רבה.
ווינקל האט געשריבן:איז אזוי; איך בין נישט קיין דאקטער און כ'פלאן נישט צו ווערן.
איך בין נישט עכט נייגעריג וואס אלע סטאודיס זאגן, ווייל צו פארשטיין די זאכן ריכטיג דארף מען זיין א דאקטער.
דארום וועל איך בע"ה ווייטער פאלגן דעם קינדער דאקטער, ווארום אזוי האט די תורה געהייסן!
אויב קענסטו באיינפלוסן מיין דאקטער, אדרבה! ולמצוה גדולה יחשב. (איך קען באשטיין די קינדער זאלן מיר ווייניגער וועקן ביינאכט...)
מנהלים ביטע שמעלצן די וואקסינען אשכולות.
ווינקעלע טייערער, וואס די סטאדיס זאגען דארפסטו נישט זיין נייגעריג, אבער פאר די געזונט פין דיינע קינדער ברויכסטו יא זיין נייגעריג,
ווען די אינוועסטירסט געלט אין א מיוטשעל פאנד אין איינער זאגט דיר אז עפעס טויג נישט דערמיט, אפילו יענער איז נישט קיין ספעציאליסט אויף דיני ממונות וואלסטו נערוועז געווארען אין אנגעהויבען צי גריבלען וואס עס גייט פאר ........ איא .........
פארוואס זענען אונדזערע באליבסטע אין טייערסטע אנדרעש, קינדער זענען מער ווערד ווי געלט אין די אלץ טאטע וואלסט געדארפט נערוועז ווערען אין עס אביסעלע אדורעך טוהן נישט פלוצלונג ווערען אזוי פאלגזאם צים דאקטער.....
- צום זאך
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
- לאקאציע: רעסט עריע
לאקשען ברעט האט געשריבן:צום זאך האט געשריבן:איך קען נאר אזויפיל זאגן, אז אין פאל ס'מאכט זיך ח"ו אז די טשיילד אביוז אגענטור טשעפעט זיך אן אויף איינעם וועלן זיי נאכקוקן אויב די קינדער'ס אמיוניזעישאן רעקארד'ס זענען אפדעיטעד. עס קען שאפן קאפ וויי טאמער נישט.
זיי קענען פאר דעם אליינס גארנישט טוהן, הוילע שטותים
ליין איבער ביטע. א דאנק
צום זאך האט געשריבן:לאקשען ברעט האט געשריבן:צום זאך האט געשריבן:איך קען נאר אזויפיל זאגן, אז אין פאל ס'מאכט זיך ח"ו אז די טשיילד אביוז אגענטור טשעפעט זיך אן אויף איינעם וועלן זיי נאכקוקן אויב די קינדער'ס אמיוניזעישאן רעקארד'ס זענען אפדעיטעד. עס קען שאפן קאפ וויי טאמער נישט.
זיי קענען פאר דעם אליינס גארנישט טוהן, הוילע שטותים
ליין איבער ביטע. א דאנק
איבער געליינט
אין כ'זאג נאכאמאל אז דאס איז נישט קיין פראבלעם ס'איז היינט דא טויזענטער עלטערען וואס געבען בשיטה נישט קיין וואקסינען אין זיי ווייסען דערפין, דאס וועט לכאורה נישט שווערער מאכען די מצב
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
ווייל ווען ח"ו איינער פילט נישט גוט, גייט מען צו גוגל און מען סירטשט אלע סטאדיעס אויף דעם, מען קויפט גראזן און מען שמירט... אפססס ניין! אלע נארמאלער מענטש נעמט דעם תהלים'ל און מען גייט צום דאקטער, און טוט וואס דער דאקטער הייסט. אויב איז עס מער ווי רוטין זאך, פרעגט מען אויך א סעקאנד אפיניען. קיינמאל טוט מען נישט וואס די צייטונגן/סטאדיעס שרייבן.
אויב זענען אלע דאקטורים פארקויפט בלינד פאר אפאר טאלער, דאן זאלסטו פאסטן יוה"ק אפי' ווען דער דאקטער זאגט אז סאיז א סכנה ווייל.... ער וויל נאר מאכן זיין געלט אויף די מעדיצינען.....
אויב זענען אלע דאקטורים פארקויפט בלינד פאר אפאר טאלער, דאן זאלסטו פאסטן יוה"ק אפי' ווען דער דאקטער זאגט אז סאיז א סכנה ווייל.... ער וויל נאר מאכן זיין געלט אויף די מעדיצינען.....
ווינקעל כ'זאג נאכאמאל וואס כ'האב פריער געזאגט אין פארשטיי אז ביי אזא זאך ווי וואקסינאציעס וואס ס'טוט זיך וועגען דעם אזא שערוריה וואלט עס געדארפט אינצינדען א רויט לעמפעל ביי א אחריות'דיגע עלטערען, ליידער זעה איך אז רוב פין די וואס געבען נישט האט זיך איינער פין די משפחה אדער פריינד גוט אפגעבריט...... די קשיא איז פארוואס דארף מען ווארטען ביז איינער בריט זיך אפ ס'איז אסאך בעסער זיך צי לערנען פין יענעם'ס עקספיריענס,
- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
לאקשען ברעט האט געשריבן:ווינקעל כ'זאג נאכאמאל וואס כ'האב פריער געזאגט אין פארשטיי אז ביי אזא זאך ווי וואקסינאציעס וואס ס'טוט זיך וועגען דעם אזא שערוריה וואלט עס געדארפט אינצינדען א רויט לעמפעל ביי א אחריות'דיגע עלטערען, ליידער זעה איך אז רוב פין די וואס געבען נישט האט זיך איינער פין די משפחה אדער פריינד גוט אפגעבריט...... די קשיא איז פארוואס דארף מען ווארטען ביז איינער בריט זיך אפ ס'איז אסאך בעסער זיך צי לערנען פין יענעם'ס עקספיריענס,
און דער רויטער לעמפל הייסט? טון וואס דער דאקטער הייסט!
פרעג נאך א דאקטער אויב ביסט נישט רואיג.
ווינקל האט געשריבן:מעגליך.צום זאך האט געשריבן:ווינקל, יתכן אז דאקטורים טוען עס אויפן פארלאנג פון די העלט דעפט.
דער היימישער דאקטער ווערצבערגער פון קרית יואל, ווען איינער פרעגט אים וועגן די וואקסינען, הייסט ער עס געבן! ער זאגט אז די זארגן דערוועגן, איז שטותים און לאקשן! (ברעט?)
מיין תירוץ דערויף איז:
ווערצבערגער
שמערצבערגער
ער ווייסט נישט וואס טיצעך מיט זיך
ר' לאקשן,
מיט אזא גערעדאכץ קומט אין ערגעץ נישט אן
ווער ס'קען ר' אברהם יושע ווערצבערגער ווייסט אז ער האט שוין גאר גוט אן השגה אין דאקטעריי עכ"פ מער ווי לאקשן ברעט זיכער
זייט וויסן אז ער פירט אן די קינדער אפטיילונג אין די בארימטע קלאמביע שפיטאל אין מאנהעטן
נישט אז איך זאג אז ער איז זיכער גערעכט איבער וואקסינאציעס אבער צו געבן א זאג אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט אים פשוט ווייל ער האלט נישט ווי דיר, מיט דעם וועג קומט מען נישט אן
קענסט ברענגן אנדערע בארימטע דאקטורים לצידך

די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!