שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2020 11:44 pm

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

תגובהדורך אושפיזין » מיטוואך יולי 13, 2022 2:22 pm

וועלערא אנפאנג / סוף ניו דזשערזי 17 איז 4.21 גאלאן רעגולער
חינוך האט געזיגט!

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך יולי 13, 2022 11:59 pm

אושפיזין האט געשריבן:וועלערא אנפאנג / סוף ניו דזשערזי 17 איז 4.21 גאלאן רעגולער

שוין יעצט 4.16 די זעלבע אויך די סאנאקע ( די לעצטע געז סטעישן אויפן 17 פארן טרו-וועי
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

בלייב געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:16 am

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

תגובהדורך בלייב געזונט » מאנטאג יולי 25, 2022 8:30 pm

נעכטן אדורכגעפארן דעם ניו דשערסי 17, די ערשטע גאז סטאנציע און די וועלעראו זענען געווען ביי 3.95, אסאך אנדערע זענען געווען 3.99

אבער מען דארף וויסן, דער וואס איז ביליגער אויף רעגולער מוז נישט זיין ער איז ביליגער אויף פרימיום (93), וועלעראו אין געווען בערך 5.87 פאר פרימיום ווען אסאך אנדערע האבן געהאט פאר 5.56.

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5393
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 2:46 pm

א גוטן. מ'זעמיר שוין לאנג נישט דא געווען מיט פרישע נייעס אין די אינדוסטרי, אבער אדאנק א חבר מיינער מאנשי שלומינו הי"ו האט ער מיר צוגעוויזן צו דעם פראגראם, וועל איך עס דא מפרסם זיין. ותשח"חל.

די פראגראם הייסט Upside מען קען דאס דאונלאודען אין די עפפ סטארס, דוכציך די לינק פיהרט אהין. איינמאל מען דאונלאוד עס זאל מען אזוי גוט זיין און אריינלייגן די אינווייטינג איידי Y89Q6.

מען מוז עפענען אן אקאונט דורך אן אימעיל אדרעס, מען קען אויך דורך גוגל אדער עפל אימעיל וכדו'. אזוי ארום ווערט דער אקאונט אקטיוו און אלע טרענזעקשאנס וועט גיין דורך די אימעיל אדרעס.

וואס פארדינט מען?
וויאזוי באניצט מען זיך דערמיט?

מען פארדינט עטליכע צענט פער גאללאן, עס סעיווד זיך אהן אינעם אקאונט (פיגגי-בענק בלע"ז) און מען קען דאס מיט די צייט ארויסקעשן.

ווען מען האלט ביים זיך גיין אנפילן דעם טאנק גייט מען צום אפפ און מען זוכט אויב עס זענען דא "אפפערס" פאר די געגענט. עס גייט ארויפגעקומען אויפן מאפע די אייקאן פון יענע סטעישאן מיט די אפפער וואס זיי טראגן אהן. אמאל איז דאס 1 צענט פער גאללאן, און עס קען גיין ביז היבש ארויף. ספעציעל ביים אנהויב קענען זיי גיבן מער, א שטייגער ווי 12 צענט אדער גאר 30 צענט.

מען ברויך "אקצעפטירן" דעם אפפער, און מען האט צייט ביז 4 שעה עס צו ניצן. מען גייט צו יענע סטעישאן און מען פילט זיך אהן, מען ברויך זיכער מאכן צו האבן א רעסיט און די עפפ פארלאנגט מען זאל כאפן א בילד פונעם רעסיט, און דער עפפ וועט שוין צוזאם רעכענען וויפיל געלט עס קומט זיך אריינצולייגן אינעם אקאונט.

עס האט אויך אן אפציע פון אוירלי טשעק-אין. דהיינו, געוויסע סטעישאנס האבן די אפציע אז מען קען נאך איידער ארויפפארן אויפן סטעישאן מעלדן דעם עפפ וועלכע קרעדיט קארט מען גייט ניצן, זיי בעטן נאר די ערשטע 4 נומערן און די לעצטע 6 (אדער פארקערט?..) און תיכף נאכן ענדיגן דעם טראנזעקשאן וועט דער עפפ זיך פארשטענדיגן מיטן קארטל און מאכן די חשבונות.

עס קען נעמען עטליכע טאג געוויסע צייטן ווילאנג מ'זעט די געלט אינעם אקאונט, אבער עפ"י רוב ארבייט עס פיין.

טאמער שטייט אויפן רעסיט אז מען מען האט באקומען ביליגער צוליב א ריווארד וועט די עפפ אראפרעכענען ביז 3.5 צענט פער גאללאן.. סא טאמער די אפפער איז 1 צענט דאן באקומט מען גארנישט.. ממילא זאל מען זען אדער אז די ריווארד דיסקאונט זאל נישט שטיין אויפן רעסיט, אדער זאל די אפפער זיין העכער לכה"פ מיט 5 צענט פונעם ריווארד אז די שפיל זאל זיך לוינען.

(הוספה:
די גאנצע פראיעקט, גערופן 'קעש בעק' איז נאר ווען מען קויפט נאפט מיטן קרעדיט קארט, נישט מיט קעש.)

שרייבט אייך איין און האט הנאה.
לעצט פאראכטן דורך פליגל אום מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 8:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 9:55 pm

שכח פליגעלע
מען דארף עסן ערליך דאווענען פלייסיג און לערנען מיט אפעטיט!!!
(קרעדיט: מיין זיידע)


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט