פרעסבורג: חברי הבי"ד מימי חת"ס ואילך ושאר אנשי השם

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

פרעסבורג: חברי הבי"ד מימי חת"ס ואילך ושאר אנשי השם

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 1:59 pm

אזוי ווי ס'איז אונז אויסגעקומען צאמצונעמען איבער די אידען אינעם בילדער אשכול, פאדערט זיך לפענ"ד א באזונדערען אשכול אויף צו צוטירן די לעבנסשטריכן פון די גדולים.
בתור הקדמה קצרה איז וויכטיג צו ברענגן די אופן ווי אזוי עס האט געארבייט די שטעלעס אין די בי"ד אין פרעסבורג. (און מן הסתם אויך אין אנדערע גרויסע שטעט)
די בית האט אנטהאלטן פיר מיטגלידער: 1) די רב ואב"ד, 2)די ראש בית דין, 3) די דיין, 4) די דיין וואס איז געוועהן יוצא ונכנס אלץ שטעלפארטרעטער ווען ס'האט איינער האט געפעלט.
די אויפנאמע פאר די שטעלע פון רבנות איז פארגעקומען אין א באזונדערע סיסטעם. אבער די צאמשטעל פונעם בי"ד איז געשעהן ממש ווי עס שטייט אין דער משנה. דהיינו, ווען דער ראש בי"ד איז נסתלק געווארן איז דער דיין געווארן אויפגענומען אלץ ראש בי"ד און דער ערזאץ דיין איז געווארן עמטליך דיין. און דאן האט מען אויפגענומען א נייער ערזאץ דיין.

לעת עתה ווען מיין צייט איז עטוואס קנאפ, וועל איך נאר אנהייבן מיט הגאון הצדיק ר' מרדכי טאסק. מיר בעטען ווער ס'האט צוצולייגען וועגן דעם גדול יבוא ויטל את השם.
הגאון ר' מרדכי טאסק האט געדינט אלץ ראש בי"ד און דער אלץ דיין האט געדינט הגאון המפורסם ר' דניאל פרוסטניץ-שטיינשניידער און הגאון ר' משה טריטש.
הגאון ר' משה טריטש זצ"ל איז אבער נסתלק געווארן בחייו פון די ראש בי"ד בשנת תקצ"א און מען האט דענסטמאל געשטעלט הגאון ר' זלמן באניהארד אלץ דיין.
מרדכי טאסק.jpg
חתימת הגאון ר' מרדכי טאסק ביחד עם הגה"ק החת"ס והגאון ר' דניאל פרוסטיץ (בדרך אגב, פסק זה הוא בנוגע ירושת ר' ישעי' מודארן אבי הגאון ר' יודא מורדארן מסיגוט)

מיר וועלן נאך בעזהשי"ת צוריקקומען צו די אלע גדולים נאר קודם אויף הגאון ר' מרדכי טאסק:
הגאון ר' מרדכי טאסק פלעגט כסדר מאכן סיומי ש"ס ברבים. זיין דרך איז אבער געוועהן אנדערש ווי ביי פילע גדולים יענע צייטן. געווענטליך פלעגט מען ביי אזא כינוס לתלמידי חכמים זאגן א הדרן און א פשעטל לכבוד המאורע. ער פלעגט אבער נאר מסדר זיין די שיטות הפוסקים אויף די לעצטע דף אין מס' נדה ברבים ותו לא מידי.
פארציילט מען אז אמאל ביי אזא סיום וואס איז געוועהן אויך בהשתתפות מרן הקדוש החת"ס זי"ע, ווי ער האט פארענדיגט מסדר זיין די שיטות האט די הייליגער חת"ס אנגעהויבן ברבים מסביר זיין: די שיטה וואס די ראש בי"ד האט צולייגט האט ער געוואלט דערמיט פארענטפערן די און די קושיא, און מיט דער שיטה האט ער דאס געוואלט פארענטפערן, א.א.וו. ביז די הייליגער חת"ס האט צאמגעשטעלט פון די ראב"ד'ס סידור השיטות א גאנצער פשעטל.
דארט ביי יענער סגל חבורה איז אויך געזעצן א ת"ח א מחבר ספרים וואס איז אבער געוועהן פארכאפט אביסל מיט מינות און השכלה. (ס'איז מקובל אז דאס איז געוועהן דער מחבר ספר מי באר.
פלוצלינג רופט זיך אן די הייליגער חת"ס און שרייט באש להבה ויראת ה': וואס העלפן אבער די אלע חידושים און חילוקים, דער עיקר איז דאך יראת שמים צו האבען עס זאל ליגען אויפן געזיכט פון מענטש מורא שמים פון פחד השי"ת, און האט שטארק מוכיח געוועהן אין דעם ענין, זייענדיג מרמז דערביי אויף דעם ת"ח אז תורה אן יראת שמים איז גארנישט.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 2:40 pm

הספדו של מרן רבינו החת"ס זי"ע על הגאון ר' מרדכי זי"ע.
[url]
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 1%d7%a7%22[/url]

קורת עיר פרעסבורג פון הרב גרינוואלד.
http://www.hebrewbooks.org/36926
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 6:43 pm

נוסח מצבתו מתוך ספר אבני בית היוצר שחיבר הגר"י ווייס אב"ד ווערבוי
צוגעלייגטע
נוסח המצבה של ר' מרדכי טאסק .gif

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 6:56 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:הספדו של מרן רבינו החת"ס זי"ע על הגאון ר' מרדכי זי"ע.
[url]
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 1%d7%a7%22[/url]

די אנגעגעבענע לינק פירט נישט צום באשטימטן עמוד, דא איז א בעסערע לינק http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 64&hilite=

אגב, איין דרשה פריער דארט אין חת"ס (צוויי עמודים צוריק) איז פון א הספד אויף ר' משה קאנישא זצ"ל אב"ד יינק ואח"כ בפרויענקירכן, וואס איז געווען אן איידעם פון ר' מרדכי טאסק, ער איז אוועק עטליכע חדשים פארן שווער, ר' מרדכי האט מאריך ימים געווען ביז כמעט בן תשעים כנכתב על מצבתו הנעתק לעיל. ר' משה קאנישא איז געווען א תלמיד פונעם חת"ס.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 07, 2010 1:41 pm

אז מען רעדט שוין פון די סיומי הש"ס פון ר' מרדכי טאסק, האב איך געזעהן אין תולדות סופרים א מעשה וואס איז געווען מיטן מחנה חיים אלץ קינד ביי א סיום הש"ס פון ר' מרדכי'ן
זעהט דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=103

בייגעלייגט א בילד פון די מצבה של ר' מרדכי (קרעדיט משפחות רבנים אין אונגארן ח"ב)

אגב, בנוגע די דיינים בימי החת"ס האב איך געזעהן ברענגען נאך אן אנדערע נאמען ר' משה שלום פרענקל וואס זאל האבן משמש געווען בדיינות בימי החת"ס, ווען איז דאס געווען? פאר רבי משה טריטש? (אויפן שטר הרבנות של החתם סופר געדרוקט אין אבני בית היוצר איז דא צווישן די חתימות פון ר' מרדכי טאסק און ר' דניאל פרוסטיץ א חתימה פון הק' משה שלום הלוי, איז דאס דער ר' משה שלום פרענקל?)
צוגעלייגטע
טאסק מצבה.jpg

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » זונטאג נובעמבער 07, 2010 4:40 pm

בןהרחמן האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון די סיומי הש"ס פון ר' מרדכי טאסק, האב איך געזעהן אין תולדות סופרים א מעשה וואס איז געווען מיטן מחנה חיים אלץ קינד ביי א סיום הש"ס פון ר' מרדכי'ן
זעהט דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=103

בייגעלייגט א בילד פון די מצבה של ר' מרדכי (קרעדיט משפחות רבנים אין אונגארן ח"ב)

אגב, בנוגע די דיינים בימי החת"ס האב איך געזעהן ברענגען נאך אן אנדערע נאמען ר' משה שלום פרענקל וואס זאל האבן משמש געווען בדיינות בימי החת"ס, ווען איז דאס געווען? פאר רבי משה טריטש? (אויפן שטר הרבנות של החתם סופר געדרוקט אין אבני בית היוצר איז דא צווישן די חתימות פון ר' מרדכי טאסק און ר' דניאל פרוסטיץ א חתימה פון הק' משה שלום הלוי, איז דאס דער ר' משה שלום פרענקל?)

יישר כחכם!
דאס איז זיכער אז ער ליגט אין די אלטע בית החיים. צו ווייסטו אויב זיין מציבה איז צווישען די וואס זענען פארבליבן? טאמער נישט, איז די בילד א יקר המציאות.

יא, איך האב אויך געזעהן דעם נאמען ר' משה שלום הלוי. כ'על דיר זאגען ווי. ווי עס שיינט האסטו אין דיין באזיץ דער אבני בית היוצר, דען דו האסטאך געברענגט פריער די נוסח המציבה. דארט איז אויך דא די נוסח המציבה פון דעם ר' משה שלום ממש פאר ר' משה טריטש. איך דענק אבער נישט אויסענווייניג וועלכע יאהר ער איז אוועק, ס'ליגט מיר נאר אין קאפ אז די נוסח המציבה איז ע"פ צוואתו "כן צוה". אויך חתמ'עט ער דארט אויף פארשידנס. עיי"ש (אבער ביי די צווייטע חלק ביי די תולדות פון חכמי פרעסבורג - ברענגט ער איהם נישט)

בנוגע די עובדא וואס דו צייכנסט אן, קומט אויס אביסל דברים סתראי מיט וואס די ווערבויער רב שרייבט אז ער האט קיין הדרן נישט געזאגט, נאר מסדר געוועהן די שיטות. אדער קען זיין אז בשעתן סידור השיטות האט זיך דער קליינער מפלפל געוועהן.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 07, 2010 7:14 pm

איך ווייס נישט אויב זיין מצבה איז געבליבן איך האב דאס גענומען ווי דערמאנט אויבן פון משפחות רבנים אין אונגארן, און דארט שטייט נישט צו די מצבה איז נאך דא היינט, עס קוקט גראדע אויס ווי אן אלטע בילד, (די מצבה פון ר' דניאל פרוסטיץ ווייס איך אז עס איך נאך יא דא היינט).

בנוגע רבי שלום משה סג"ל פרענקל, האב איך נאכדעם געזעהן אין 'אישים בתשובות חתם סופר' של רמא"ז קינסטליכער ביים ערך פון ר' משה טריטש, ווי ער שרייבט טאקע אז רבי משה טריטש איז געווארן דיין נאכדעם וואס רבי שלום משה פרענקל איז אוועק בשנת תקפ"ח,

און ביים ערך פון רבי שלום משה שרייבט ער טאקע אז ער האט גע'חתמ'ט אויפן כתב רבנות פונעם חת"ס צווישן די דיינים (ר' משה טריטש איז אויך גע'חתמ'ט אויפן כתב רבנות אבער זיין חתימה איז די לעצטע פון די אלע חותמים, משא"כ די חתימה פון רבי שלום משה פרענקעל איז צוזאמען מיט די אנדערע דיינים רבי מרדכי טאסק און רבי דניאל פרוסטיץ, זעה דארט אינעם בית היוצר וועסטו פארשטיין וואס איך מיין - ער איז אפילו גע'חתמ'ט פאר ר' דניאל זעהט אויס ער איז שוין געווען פריער דיין), אויך איז ער מעיר אויפן אבני בית היוצר אז ער האט געשריבן בטעות שנת פטירתו תקפ"ה, וצ"ל אדר"ח תמוז תקפ"ח.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 9:52 am

בןהרחמן האט געשריבן:בנוגע רבי שלום משה סג"ל פרענקל, האב איך נאכדעם געזעהן אין 'אישים בתשובות חתם סופר' של רמא"ז קינסטליכער ביים ערך פון ר' משה טריטש, ווי ער שרייבט טאקע אז רבי משה טריטש איז געווארן דיין נאכדעם וואס רבי שלום משה פרענקל איז אוועק בשנת תקפ"ח,

און ביים ערך פון רבי שלום משה שרייבט ער טאקע אז ער האט גע'חתמ'ט אויפן כתב רבנות פונעם חת"ס צווישן די דיינים (ר' משה טריטש איז אויך גע'חתמ'ט אויפן כתב רבנות אבער זיין חתימה איז די לעצטע פון די אלע חותמים, משא"כ די חתימה פון רבי שלום משה פרענקעל איז צוזאמען מיט די אנדערע דיינים רבי מרדכי טאסק און רבי דניאל פרוסטיץ, זעה דארט אינעם בית היוצר וועסטו פארשטיין וואס איך מיין - ער איז אפילו גע'חתמ'ט פאר ר' דניאל זעהט אויס ער איז שוין געווען פריער דיין), אויך איז ער מעיר אויפן אבני בית היוצר אז ער האט געשריבן בטעות שנת פטירתו תקפ"ה, וצ"ל אדר"ח תמוז תקפ"ח.

פשי! האסט מיך ארויסגענומען די ווערטער פון מויל! גענוי אין די צוויי ספרים האב איך נעכטען געקוקט און געוואלט דיר אנצייכנען.
נאר אינטערעסאנט וואס כ'האב באמערקט, אז ער ברענגט צו די תשובה פון חת"ס אין או"ח סי' ק"ה ווי בתוך הדברים ברענגט ער "והראה לי הרב ר' שלום פיורדא דיין דפה" און דער בעל ה"אישים" שרייבט אז ווי עס שיינט מיינט דאס דער ר' משה שלום (נישט שלום משה...) און לפי"ז איז ער מן הסתם אפשטאמיג פון פיורדא. מערקווירדיג איז אבער אז ביי הגאון ר' שלום אוללמאן אב"ד לאקענבאך ברענגט ער אויך ווי עס דערמאנט איהם מרן החת"ס, און ער רופט איהם גענוי מיטן זעלבען נאמען "ר' שלום פיורדא". עס איז נישט קיין סתירה, עס איז אבער מעקרווירדיג. (מיר טרעפן אויך אז דער חת"ס האט געשריבען צו צוויי ר' הרש קוניץ (ביידער האבען געשטאמט פון שטאט קוניץ - פוילן) - איך האב בילדער פון ביידנס מציבה - איינער איז געוועהן א תלמיד אב"ד בעלעד און דער אנדערער איז געוועהן פון פאקש א בעל בית א ת"ח זיידע פון מהרי"ץ דושינסקיא - מובא בבית יוסף להבה תולדות המהרי"ץ.) וכהנה וכהנה.
בדרך אגב, דוכט זיך איך האב געזעהן ערגעץ א העתקה פון די אריגינעלע כתב רבנות - אפשר אין פרדס משה.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 12:22 pm

אין יאר תקע"ג ברענגט אים דער חתם סופר אראפ אלץ 'ראב"ד דקהלתינו' (לעצטע שורה)


בילד



א קונטרס התקנות אינטערגעשריבן דורכן חתם סופר ובית דינו, ור' משה שלום פרענקל בתוכם (שנת תקפ"ל/תקפ"א ?...)


בילד




דא איז א בילד פון מציבת ר' דניאל פרוסטיץ נעבן חתם סופר
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 12:37 pm

פונקטליך האט געשריבן:אין יאר תקע"ג ברענגט אים דער חתם סופר אראפ אלץ 'ראב"ד דקהלתינו' (לעצטע שורה)

הגאון ר' מרדכי טאסק איז געוועהן ראב"ד נאך ביפאר די חת"ס, נאך אין צייט פון ר' משולם איגרא, און קען זיין נאך בימי מהר"ם ברבי. יא! אויף די נוסח המציבה (קרעדיט: בן הרחמן) שטייט דאך - ראב"ד דקהילתנו יותר מחמישים שנה!

אגב, די חת"ס האט אסאך געשריבען דעם "לפ"ק" אלץ חלק פון די יארגאנג. א שטייגער ווי די האסט געברענגט תקפ"ל דאס מיינט תק"פ לפ"ק

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 12:42 pm

יעצט נאכגעקוקט אין לוח - ח' שבט איז געפאלן מאנטיג אום תק"פ! אום תקפ"א איז עס געפאלען אויף א דאנערשטיג

אינטערעסאנט בין איך מדייק אז עס שטייט הק' משה סופר און נישט ווי געווענטליך משהק' סופר.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 12:46 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:יעצט נאכגעקוקט אין לוח - ח' שבט איז געפאלן מאנטיג אום תק"פ! אום תקפ"א איז עס געפאלען אויף א דאנערשטיג

קען זין אז די ל נאך תקפ" איז די ראשי תיבות פאר 'לפרט קטן'
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 4:19 pm

עז איז נישט א קען זיין, נאר דאס איז עס זיכער, און נישט נאר דער חת"ס פלעגט אזוי שרייבן מען טרעפט דאס זייער א סאך אין די פריערדיגע צייטן, זעהט אויס אז דאס איז געווען דעמאלס א אנגענומענע וועג פון שרייבן דעם לפ"ק (דער תקפ"ל וואס פונקטליך האט געברענגט איז לכאורה נישט דעם חת"ס ווערטער ער האט נאר נאכדעם קאנפירמירט אז עס געפעלט איהם דער נוסח און עס ראוי ונכון עפ"י דתוה"ק וע"פ שכל והיושר און ער האט זיך געפעדערט צו חתמ'נען דערויף).

די הק' משה סופר ולא משה"ק סופר אולי הוא רק טעות המעתיק שכתב אצל כולם הק' לפני שם החותם, אזוי ווי ער האט לכאו' אריינגעלייגט א איבריגע ספעיס ביי דת הק' שנראה דצ"ל דתה"ק (=דת תורה הקדושה) אדער האט ער משמיט געווען א אויבערשטרעכל וצ"ל ד"ת הק'.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 4:54 pm

ריכטיג! בן הרחמן! ווי מען זאגט "עס אלוועיס"

איך האב געטראפן די פאטאספאט פון די אריגינעלע כתב רבנות פון הייליגן חת"סץ איהר העט עס מוזען דאבל קליקען און פארגרעסערן צו קענען עפעס זעהן
91 כתב רבנות חת'ס.jpg


דארינטער איבערגעדרוקט דעם כתב רבנות און אויסגעשטעלט פונקט ווי די חתימות אין די אריגינעלע כתב.
92 כתב רבנות חת'ס.jpg


באמערקט איינע פון די חתימות "בער אפפענהיימער" - דאס איז דער מחבר פון "מי באר" וואס מיר האבען פריער ערווענט.
אינטערעסאנט, איך האב אמאל געזעהן א "מי באר" וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' הלל קאלאמייער מיט זיין אריגינעלע חתימה דערין. דאס איז מערקווירדיג זייענדיג דער אש להבה און תלמיד מובהק פון זיין הייליגן רבי'ן - איז צוזאמעם מיט יענע מעשה, מאכט עס דאס פאר די אנטיק הענדלער א יקר המציאות, און גיבט א תירוץ ארויפצושרויפן די פרייז כדרכם!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

אנשי השם

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 5:27 pm

רבי יוסף דוכס, מגיד מישרים וראש חבורת תפארת בחורים בפרעשבורג.

רבי יוסף נולד בפרעשבורג בשנת תקנ"ב, נתייתם מאביו ר' צבי בהיותו בן ארבעה בשנת תקנ"ו, אמו נישאת בשנית לרבי מיכאל אפענהיים,
בהיותו בן י"ג כיתת את רגליו לישיבתו של רבי מרדכי בנעט בניקלשבורג,
בשנת תקצ"ב נתקבל למלאות את מקום רבי ברוך בייע שנפטר אז כמ"מ וראש חבורת תפארת בחורים,
רעיו היו רבי פישל סופר ורבי נטע וואלף ליעבער שנתקבל מאוחר יותר לראב"ד,
נסתלק בליל שב"ק ט' כסליו תר"ו ונטמן בביה"ח הישן, (אחר שני חדשים נסגר הביה"ח).
הרב בעל נאות דשא מנייטרא היה מנכדי חתנו ר' שמואל אונגאר.

בשנת תשס"ד הוציאו לאור נכדיו האחים ר' יהודה צבי ור' מנחם עמרם בלום, את ספרו בית יוסף להבה מכת"י ע"י הוצאת מ"י.
‫תולדותיו והנהגותיו שנדפסו בראש הספר נעתקו מאבני בית היוצר עמוד פ' ואילך, למעלה ציינו רק ראשי פרקים משם.
ועמך כולם צדיקים

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 9:43 pm

כאשר זכיתי להשתטח על ציון קדשו של החתם סופר זי"ע לפני כחצי שנה, ראיתי שם מציבת הג"ר מרדכי טאסק ז"ל גם היום על ידו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 05, 2011 9:55 am

נותני מעות קדימה תושבי ק"ק פרעשבורג על הספר 'מוסדות תבל' נדפס בוויען שנת תק"פ, בראשות מרן החתם סופר וחברי בית דינו; ר' מרדכי טאסק, ר' שלום [משה] פרענקל ור' דניאל פרוסטיץ, ואנשי השם; ר' בער אפפענהיימ[ער] בעל מי באר, ר' אברהם הירש לבוב מראשי הקהילה ועוד ממשפחת לבוב.
צוגעלייגטע
pre.JPG

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 4:16 pm

א הערליכער לענגערער באשרייבונג איבער דאס שטאט פרעסבורג בכלל, און משפחת בית הסופרים בפרט, ווי אויך שיין באשריבן דעם באקאנטן טיילונג אין אונגארן.
זעה דא
לחיים ולברכה!

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

קורות ימי עיר פרעשבורג בימי המלכים הסופרים

תגובהדורך בונמס זיידע » דינסטאג ינואר 17, 2012 10:03 pm

המשף פון viewtopic.php?f=31&t=11908&start=25

פון ספוסמאן יוסף שרייבער וכו'
באמת וואלט זיך פארלאנגט א לענגערע אפהאנדלונג אויף די צביון פון פרעשבורג אין די תקופה פון מרן החת"ס, מיר אלע ווייסען מעשה תוקפו וגבורתו של החת"ס און עס קען זיך דאכטען אז אלעס איז עם געגאנגען דארט על מי מנוחות.

וואס איז ווייניגער באקאנט איז די ציפקע צרות וואס ער האט צומאל געליטען דארט, מען האט צוויי מאל געוועלט א ראש הקהל בניגוד לרצונו און זיין בארימטע ישיבה איז מער ווי איין מאל געווען בסכנת סגירה א דאנק מוסרים ואכמ"ל.
ווי דען איז דער פלאץ מאריך צו זיין? קעגען פראג און וואס דער נודע ביהודה זי"ע האט דארט געהאט אויס צו שטיין פון די הולכי קדומה, איז שוין פרעשבורג געווען א גן עדן פאר דער חתם סופר זי"ע. עטליכע ראשי קהילה האבען פרובירט מיט געוואלד ארויף צו צווינגען אויף דער חתם סופר וואס זיי האבען געוואלט, אבער זיי האבען פארט געהאט פאר אים גרויס דרך ארץ און זיך געמוזט אונטער געבען. איינע פון די זאכען האב איך אמאל געהערט איז געווען אז ער זאל זיי לאזען בויען א גימנאסיום און פרעשבורג, און דער חתם סופר האט אויס געפירט. נאכדעם איידער דער כתב סופר זי"ע האט ממלא מקום געווען זיין טאטע האבען די ראשי קהילה אים געשטעלט א תנאי אז ער מוז זיי דאס לאזען, און דער כתב סופר האט אוודאי זיי נישט געגעבען קיים רשות, איז דעריבער האט ער נישט געהאט קיין אפיציעלע שטאט קונסעס (כך שמעתי). אויב עס איז נישט אמת וועט איינער אונז אוודאי זאגען.
איך זאג נישט דער הייליגער חת"ס האט נישט אויסגעפירט, נאר מען זאל נישט מיינען ער איז דארט געזעצען על מי מנוחות.

קעגען פראג און וואס דער נודע ביהודה זי"ע האט דארט געהאט אויס צו שטיין פון די הולכי קדומה, איז שוין פרעשבורג געווען א גן עדן פאר דער חתם סופר זי"ע. עטליכע ראשי קהילה האבען פרובירט מיט געוואלד ארויף צו צווינגען אויף דער חתם סופר וואס זיי האבען געוואלט, אבער זיי האבען פארט געהאט פאר אים גרויס דרך ארץ און זיך געמוזט אונטער געבען. איינע פון די זאכען האב איך אמאל געהערט איז געווען אז ער זאל זיי לאזען בויען א גימנאסיום און פרעשבורג, און דער חתם סופר האט אויס געפירט. נאכדעם איידער דער כתב סופר זי"ע האט ממלא מקום געווען זיין טאטע האבען די ראשי קהילה אים געשטעלט א תנאי אז ער מוז זיי דאס לאזען, און דער כתב סופר האט אוודאי זיי נישט געגעבען קיים רשות, איז דעריבער האט ער נישט געהאט קיין אפיציעלע שטאט קונסעס (כך שמעתי). אויב עס איז נישט אמת וועט איינער אונז אוודאי זאגען.
רב ספוזמן היקר, מיט 'מקומו' מיין איך דען אינזער וועלטעל? נעוואדע קען מען מאריך זיין אבער עס מוז דאך נישט זיין אין א אשכול איבער ר בער פרענק'ס בארד... מען קען עפענען א אשכול פון קורות ימי עיר פרעשבורג בימי המלכים הסופרים.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך ינואר 18, 2012 2:54 am

א זייער אינטערעסאנטע פושקע געמאכט פון זילבער, איז לעצטנס געווען אין אקשען, וואס האט געהערט צו די פרעשבורגע חברה קדישא נאך בעפאר די צייטן פון חתם סופר.
אויפן פושקע שטייט אויסגעקריצט פון אויבן -נ' ח"ק ג"ח דק"ק פ"ב בש' התקון לפ"ק- דאס מאכט נדבת? חברה קדישא גמילות חסדים דקהלת קודש פרעשבורג בשנת ה' תקנ"ו לפ"ק.
אונטן שטייט "רחמנים בני רחמנים לפני מים אחרונים זכרון לפרנס יתומים".

נאכדעם שטייט אויסגעקריצט נעמען פון די חברים אינעם חברה קדישא.
וויפיל איך קען ליינען שטייט אזוי:
מענדל שאכרלס
אברהם דוד שאכרלס
יעקב שאכרלס
זלמן שאכרלס
איצק מודרן
אברהם אהרן טעבן
אהרן שפירא
ליזר אופ"ה [אופנהיים?].
יוסף ב"ר ליב קאך
צוגעלייגטע
New Picture (2).bmp
New Picture (2).bmp (230.75 KiB) געזעהן 4342 מאל
123.bmp
123.bmp (235.18 KiB) געזעהן 4342 מאל

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך ינואר 18, 2012 10:51 am

לפענ"ד וואלט מען געדארפט צאמשמעלצן די צוויי אשכולות.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=12435

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך ינואר 18, 2012 10:55 am

ייש"כ נחמן נתן פאר אנווייזען די ארטיקל
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך ינואר 18, 2012 10:57 am

ס'הייסט אז פארן בענטשען פלעגט מען גיבן צדקה?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך ינואר 18, 2012 11:14 am

ווילוויסן האט געשריבן: אונטן שטייט "רחמנים בני רחמנים לפני מים אחרונים זכרו לפרנס יתומים".

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך ינואר 18, 2012 11:40 am

ווילוויסן האט געשריבן:נאכדעם שטייט אויסגעקריצט נעמען פון די חברים אינעם חברה קדישא.
וויפיל איך קען ליינען שטייט אזוי:
מענדל שאכרלס
אברהם דוד שאכרלס
יעקב שאכרלס
זלמן שאכרלס
איצק מודרן
אברהם אהרן טעבן
אהרן שפירא
ליזר אופ"ה [אופנהיים?].
יוסף ב"ר ליב קאך

אויף ר' אברהם דוד שאכרלס האב איך געטראפן אין אישים לכאור' איז דאס איהם.
די נוסח המציבה: חד מחברא קדישא ... עוסק מנעוריו עד יום מותו במצות ביקור חולים ובקבורת המתים, וגם הי' כמה שנים גבאי דפקוח נפש (?? וואס מיינט דאס? הצלה, אדער גסיסה?), ונהרג בידי ערל יום ה' ב' אלול תקע"א
ועי' בחת"ס יו"ד סי' שלג ביום עש"ק שופטים תקע"א לפ"ק הביאו לכאן איש קדוש הנהרג בידי עכו"ם וכו' ר' דוד בר"י (יוסף) שאכרלס ז"ל הי"ד וכו'


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט