איי-וועלט כשרות אפטיילונג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
ישתו ענווים וישבעו
לחיים!! ענדליך האט זיך א רב המכשיר גענומען די מיה צו קוואליפיצירן די כשרות פון פארשידענע אלקאהאלישע געטראנקן אויף א ברייטן פארנעם
זעט דוגמא:
http://kosher-alcohol.com/Default.asp?P ... ntId=72354

הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
לחיים טובים ולשלום!
אוי ווי לאנג מיר קוקען שוין ארויס אויף דעם!
אבער ווי ס'זעט מיר אויס פון דיין לינק איז עס נישט קיין השגחה אויף קיין ברוינפן, ס'איז בלויז א מדריך א שטייגער ווי דאס וואס מ'האט שוין געברענגט אין די ברוינפען אשכול פון אנדערע כשרות ארגענעזאציעס, און ס'זאגט וועלכע ברוינפן'ס דארפן נישט קיין הכשר.

ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
כשרות
צובאקומען א ידיעה פארוואס מען דארף א הכשר, און ווי ווייט מען דארף נאכגיין יעדע זאך פאר מען נעמט אריין אין מויל, אין 6 מינוט רופט 212-444-9899 #27
פאכמאן האט געשריבן:וויינשטאק האט געשריבן:א זאך מיט א פארלעסליכע הכשר וואס מהאט נאכנישט געהערט קיין סקאנדלן דערויף איז גלאט כשר!!!
אויב אזוי, דאן איז די דרשה פונעם מאגרוב'ער פאר דיר געאייגנט. שמעו ותחי נפשכם.
לאו דוקא פאר דיר מר. וויינשטאק, פאר אייער דיין איז עס עכ"פ זיכער געאיינגענט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
לדעתי מאכט מען א שטיקעל טעות, ס'נישט אז מ'קען קיינעם נישט געטרויען, נאר מ'טאר נישט סתם אזוי געטרויען איינעם ווייל מ'ווייס אז ער האט א זיבן רייעדיגע עטרה! ס'קען אמאל זיין אז דער רב המכשיר ווייס אליין נישט ווי קאמפלאצירט ס'איז דער פראדוקט אויף וואס ער לייגט זיין זיגעל.
ואגב דאגב, סתם אזוי אראפצורייסן רבנים ובעלי מכשירים וועט נאר פארערגערן די סיטואציע, אדרבה, ווען מ'ווייזט ארויס אז מ'וויל הערן וואס זיי זאגן, נישט נאר שרייען היתכן, וועלן די ערליכע בעלי מכשירים אייך מער ווייניגער געבן הסברים אויף אלעם.

- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
אין איינע פון די אשכולת רעדט מען וועגן תנובה מילך האבעך זיך דערמאנט פון א בילד וואס ליגט שוין ביי מיר א לענגערע צייט.
אין מיין גראסערי העכער די מילך שאפע ליגט א בריעוו פון מרן הגאון הרב וואזנער שליט"א, ס'זעהט אויס ווי א תעודת הכשר פאר מהדרין תנובה, אבער כ'האב זיך געוואונדערט ווי רב וואזנער קומט צו געבן א הכשר, א זאך וואס כ'האב דערווייל נאכנישט געהערט. אבער נאכן גוט אפליינען דעם בריעוו קומט ארויס גאר אן אנדער בילד.
אט איז ווארט ביי ווארט דער בריעוו:
איינער זעהט דא עפעס א הכשר וכו'? לפי ראות עיני איז עס א מכתב ברכה אז מ'זאל מצליח זיין מעמיד צו זיין כשרות, אבער מ'הענגט עס אויף אין געשעפט, און דער קונה מיינט אז הרב וואזנער געט דעם הכשר, און פארוואס זאל מען עס נישט קויפן?!
אזוי זעמיר ליידער אויס היינט.

כבוד הרבנים השלמים הגאונים
ועדת מהדרין תנובה לאי"ט
אחרשה"ט בכבוד, בשביעות רצון שמעתי כי התמניתם בתפקיד חשוב לפקח על ייצור החלב וכו' אשר צריך להיות בגדר מהדרין. יה"ר שתעמוד לכם תורתכם ויראתכם לעשות ולפקח להביא רבים מאחב"י לכשרות אמת, ויה"ר שאל יצא ח"ו מכשול מתח"י, והקב"ה יעזור לכם ויברך את מעשה ידיכם, ובכל אשר תפנו תצליחו למען תוה"ק וקדושת ישראל.
ע"ז באעה"ח
מצפה לרחמי ה'
חי"ק
איינער זעהט דא עפעס א הכשר וכו'? לפי ראות עיני איז עס א מכתב ברכה אז מ'זאל מצליח זיין מעמיד צו זיין כשרות, אבער מ'הענגט עס אויף אין געשעפט, און דער קונה מיינט אז הרב וואזנער געט דעם הכשר, און פארוואס זאל מען עס נישט קויפן?!
אזוי זעמיר ליידער אויס היינט.
פארלאפענע וואך האט א געוויסע "העלט פוד" געשעפט אין וויליאמסבורג פארטיילט פאר די קונדן א געוויסע סיריעל מיטן נאמען "GO LEAN CRUNCH" פון די פירמע "KASHI". אויפן שאכטל (עס איז אביסל קלענער ווי א קארן פלעיקס שאכטל) שטייט בלויז די OU סימבאל.
וואו קען מען נאכקוקן די כשרות דערפון, און אויב מען מעג דאס אין מויל נעמען?

-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
פון די פראדוקטן וואס דער עולם איז זיך מקיל צו נוצן אָן -אדער בלויז מיט מינימאלן- הכשר זענען: קאווע, טיי, צוקער, זאלץ און עפל סיידער. (און אין אייראפע אויך פארשידענע פרוכט זאפטן ווי פון די פירמע "מיניט מעיד" א.ד.ג.).
א הויפט אורזאך דערצו איז, ווייל אמאל האט מען געוואוסט אז די זאכן האבן נישט קיין ערנסטן חשש (סיידן אום פסח).
איז אינטרעסאנט צו איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון א רב, וואס אילוסטורירט ווי ווייט היינט איז אלעס כעמיש געמישט, און מ'קען זיך אויף גארנישט פארלאזן, בלויז אויף סייעתא דשמיא וואס דאס האט נאר אן ערליכער רב.
פאר פסח האט אים איינער געפרעגט צו מען מעג פארקויפן "מעל" אין די חמץ.
בפשטות וואלט מען געזאגט, אן אפענע פעקל קען אפשר זיין א שאלה אז ס'איז מעגליך צוגעקומען עטוואס וואסער דערצו וכדו'. אבער א פארמאכטע וואס קען זיין די פראבלעם?.
האט ער אבער נישט אזוי גע'פסק'עט, ווייל היינט צו טאג "בליטש" מען דאך די ווייץ. ממילא איז דא אן ערנסטן חשש חימוץ.
ווידער האט איינער געפרעגט אויף "הייוון" (ייסט). וואס בפשטות איז דאך דאס נישט קיין פראגע. וואס הייסט? דאס איז דאך שאור.
אבער ניין! היינט צו טאג איז די הייוון סינטעטיש, און עס האט מיט "זויערטייג" איינגעשטויסן פונקט ווי "אראנדזש סאדע" מיט מאראנצן...
עכ"פ מ'מעג עס געהעריג פארקויפן!
איר פארשטייט?
א הויפט אורזאך דערצו איז, ווייל אמאל האט מען געוואוסט אז די זאכן האבן נישט קיין ערנסטן חשש (סיידן אום פסח).
איז אינטרעסאנט צו איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון א רב, וואס אילוסטורירט ווי ווייט היינט איז אלעס כעמיש געמישט, און מ'קען זיך אויף גארנישט פארלאזן, בלויז אויף סייעתא דשמיא וואס דאס האט נאר אן ערליכער רב.
פאר פסח האט אים איינער געפרעגט צו מען מעג פארקויפן "מעל" אין די חמץ.
בפשטות וואלט מען געזאגט, אן אפענע פעקל קען אפשר זיין א שאלה אז ס'איז מעגליך צוגעקומען עטוואס וואסער דערצו וכדו'. אבער א פארמאכטע וואס קען זיין די פראבלעם?.
האט ער אבער נישט אזוי גע'פסק'עט, ווייל היינט צו טאג "בליטש" מען דאך די ווייץ. ממילא איז דא אן ערנסטן חשש חימוץ.
ווידער האט איינער געפרעגט אויף "הייוון" (ייסט). וואס בפשטות איז דאך דאס נישט קיין פראגע. וואס הייסט? דאס איז דאך שאור.
אבער ניין! היינט צו טאג איז די הייוון סינטעטיש, און עס האט מיט "זויערטייג" איינגעשטויסן פונקט ווי "אראנדזש סאדע" מיט מאראנצן...
עכ"פ מ'מעג עס געהעריג פארקויפן!
איר פארשטייט?
-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
איך האב שוין געהאט אפגעבראטן די קאווע באנדלעך אויפן יו"ט פסח הבעל"ט, זעה איך אינעם "בליץ" ווי ר' יושע כ"ץ זאגט אז ס'קען זיין אן ערנסטן חשש ווייל די פאבריקן מישן אריין אויך דיקעפינעטעד באנדלעך, און דאס ווערט געמאכט מיט ווייץ.
כאטש איך שפיר אז די קאווע האט דעם געהעריגן מאס קאפין, טרוי איך זיך נישט צו פארלאזן דערויף, און בפרט מיט א חשש חמץ. און מ'וועט אי"ה נוצן היי-יאר געקויפטע קאווע מיט א גוטן הכשר.
איך בין עס מפרסם לתועלת הציבור אז מ'זאל וויסן נישט צו נוצן 'אליין געבראטענע באנדלעך' סיידן מען ווייסט אויף זיכער אז עס איז נישט דיס-קאפינירט.
וה' ישמרנו ממשהו חמץ, ויהי' לנו ולכל ישראל חג כשר ושמח.

איין עולה וואס די מכשירים טוהן איז, לפי עניות דעתי, דאס וואס זיי זענען נישט מפרסם די שאלות וועלכע האבן זיך געמאכט מיט די פראדוקטן.
דהיינו, אויב אויף א געוויסע אייטים האט מען זיך געדראפט פארלאזן אויף שיטות המקילים וכדומה וואלט עס געדארפט ערגעץ וואו דאקומענטירט ווערן, כדי אז די גאס זאל האבן די מעגליכקייט און מחליט זיין כפי רצונם.
איך רעד נישט פון ארומגיין און הענגען צעטלעך אויף אלע גאסן אז ס'איז דא א שאלה, איך רעד פון א וועב-זייטל אדער על כל פנים ווען מ'פרעגט עם זאל ער דאס זאגן בפה מלא.
ווען נישט איז ער אין מיינע אויגן פונקט אזוי חשוד ווי דער בעה"ב און מאנופעקטורער, אפשר נאך מער.
און, צום שלוס, אויב ס'איז גענוג א גרויסע שאלה אז דו האסט מורא טאמער וועט מען וויסען וועט מען עס נישט קויפן, דאן טו-בעד! דו טארסט נישט איינרעדן די וועלט אז הכל כשר וישר ויאכלו ענוים וישבעו למהדרין מן המהדרין. דאס איז שקר און אונאה און הכשלת הרבים.

פארשריבן האט געשריבן:איך האב שוין געהאט אפגעבראטן די קאווע באנדלעך אויפן יו"ט פסח הבעל"ט, זעה איך אינעם "בליץ" ווי ר' יושע כ"ץ זאגט אז ס'קען זיין אן ערנסטן חשש ווייל די פאבריקן מישן אריין אויך דיקעפינעטעד באנדלעך, און דאס ווערט געמאכט מיט ווייץ.
כאטש איך שפיר אז די קאווע האט דעם געהעריגן מאס קאפין, טרוי איך זיך נישט צו פארלאזן דערויף, און בפרט מיט א חשש חמץ. און מ'וועט אי"ה נוצן היי-יאר געקויפטע קאווע מיט א גוטן הכשר.
איך בין עס מפרסם לתועלת הציבור אז מ'זאל וויסן נישט צו נוצן 'אליין געבראטענע באנדלעך' סיידן מען ווייסט אויף זיכער אז עס איז נישט דיס-קאפינירט.
וה' ישמרנו ממשהו חמץ, ויהי' לנו ולכל ישראל חג כשר ושמח.
נעכטן ביי א חוה"מ שיעור, האט ר' יושע בתוה"ד מסביר געווען, אז 'דיקאפינעיטעד' בונדלעך קענען ווערן געפראסעסד אויף צוויי אופנים, איינס איז דורך וואסער, וואס דאן איז נישט דא קיין חשש חמץ, אדער דורך קעמיקלס וואס איז געמאכט פון חמץ. דער חילוק צווישן די צוויי אופנים איז אז מיט וואסער ווערט פארלוירן דער קאפין וואס קומט ארויס, משא"כ ביי די קעמיקל פראסעס קען מען פארקויפן די רויע קאפין באזונדער אויפ'ן מארקעט.
דער חשש איז בעיקר פאר די וואס קויפן רויע בונדלעך אויפ'ן מארקעט, אן קיין מושג מהיכן מוצאו, וואס דאן קען זיין אויסגעמישט געהעריגע בונדלעך מיט 'דיקאפינעיטעד'. אבער די וואס קויפן רויע בונדלעך מיט א גוטן הכשר איז לכאורה קיין פראבלעם.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35252
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
.א כשר חזער פיסל, גלאט בית יוסף, אין א סופערמארקעט אין קווינס.
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... arket.html

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]