דער אשכול איז גע-עפנט געווארן דורך ידידינו ווארד2007
הודעהדורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:09 pm
די קומענדיגע וואך זונטאג געפאלט די 100טע יארצייט פון הייליגן ערוגת הבשם
דער הייליגער ערוגת הבשם איז געבוירן י"א שבט שנת תרי"ג אין די שטאט טשארנא, צו זיין טאטן ר' עמרם.
אלס קינד ווען ער איז געווען צוזאמען מיט זיין זיידן הגאון רבי יוסף אב"ד טשעטשאוויטץ ביי ר' שמעלקא סעלישער, האט ר' שמעלקא געזאגט אויף אים "ביי דעם קינד איז נתקיים דער פסוק "לבעבור תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו".
ער איז געווען א תלמיד פון הג"ר מנחם כ"ץ (תלמיד החת"ס) ווי אויך פון זיין זיידן דער טשעטשאוויטץ רב, שפעטער האט ער געלערנט ביים הייליגן כתב סופר (דאכט זיך אין די זעלבע צייט ווי הג"ר יוסף חיים זאנענפעלד גאב"ד ירושלים).
דאס ערשטע מאל וואס ער איז געפארן צו א רבין איז געווען צום הייליגן דברי חיים, ער איז אנגעקומען נאך חצות היום, און געטראפן דעם דברי חיים שטיין מיטן טלית אויפן אקסל, און ער האט געטראכט צו זיך מעגליך אז חסידים דאווענען מנחה מיטן טלית און תפילין, שפעטער אבער האט ער געהערט ווי דער דברי חיים הייבט אן ברכות של שחר איז ער ארויסגעלאפן, און נישט געוואלט דארט בלייבן.
(שפעטער ווען ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דאכט זיך האט ער זיך מתרמר געווען אז אזוי האט ער נישט געקענט דעם דברי חיים)
בעיקר איז ער נאכדעם נתקרב געווארן צו חסידות דורכן ספר ייטב לב, ווי באקאנט איז עס געווען געדרוקט אן א נאמען פונעם מחבר, און ער האט אנגעהויבן נאכצוגיין ווער דער מחבר איז, און אזוי איז ער נתקרב געווארן.
דער ייטב לב האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען צו אים, און יענער האט זיך פארגעשטעלט ווער ער איז, האט אים דער ייטב לב געזאגט דו קוקסט אויס ווי פאר צוואנציג יאר צוריק, ווען יענער האט נישט פארשטאנען האט ער אים מסביר געווען, דער הומנער רב (דער ערוגת הבשם איז געווען רב א שטיק צייט אין הומנא) ווען ער קומט צו מיר קוקט ער אויס אנדערש, ווייל ער ווערט נתעלה מיט מדריגות, דו ביסט געבליבן דער זעלבער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק.
שפעטער איז ער אסאך געפארן צו די בעלזער רביים הרה"ק ר' יושע והרה"ק מהרי"ד, און ער ברענגט טאקע אין ספר אסאך דברי תורה פון זיי.
דער ערוגת הבשם איז געווען דער מוהל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
און ס'איז באקאנט אז דער ערוה"ב האט געבעטן דעם רבין ער זאל לערנען פאר אים משניות, זאגנדיג אז א גוטער פריינד קען אמאל א טובה טון מיט א פרק משניות.
א געוויסער צדיק האט געזאגט (אין מיין דער בעלזער רב מהרי"ד, נישט זיכער) אז ווען ער קען ווען נישט דעם מחבר פון ערוגת הבשם וואלט ער געזאגט אז ס'איז ווי דער נועם אלימלך.
לעצט פאראכטן דורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:13 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 396אוועטער
הודעהדורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:10 pm
אפס!
געב איך א סוירטש אזוי פאר נייגעריגקייט זע איך אז פון די משפחה רעדט מען שוין, נו דא האט איר א לינק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 441&hilit=
און א העתק הנוגע קצת לענינינו
אבי המשפחה ר' יוסף גרינוואלד אב"ד יאנושהאז, טאלטשאווא, וטשעטשאוויץ, נפטר תר"ל.
בנו ר' עמרם גרינוואלד מטשארנא תלמיד חביב להכתב סופר (סירב קבלת הרבנות במונקאטש) (כ"ח ניסן תר"ל)
בניו הרבנים:
ר' משה גרינוואלד אב"ד הומנא-קליינווארדיין-חוסט מחבר ספר ערוגת הבשם (ז' אב תר"ע)
ר' אליעזר דוד גרינוואלד דומ"ץ בסערדאהעלי-ואב"ד בצעהלים-ווישעווע-סאטמאר מח"ס קרן לדוד (ר"ח סיון תרפ"ח)
משפחת הערוגת הבשם: בניו:
ר' אברהם יוסף אב"ד מאקווא-חוסט-אונגוואר מח"ס אבני שיש (ט"ו טבת תרפ"ח)
בניו ר' יהושע אב"ד חוסט מח"ס חסד יהושע, ור' מאיר אב"ד טעטש
ר' יעקב יחזקי' אב"ד צעהלים-באניהאד-פאפא מח"ס ויגד יעקב (ב' אדר תש"א)
בנו ר' יוסף אב"ד פאפא מח"ס ויחי יוסף-ויען יוסף
ר' יקתואל יהודא אב"ד יארע מח"ס זכרון אב
בנו ר' עמרם צבי מח"ס
ר' לוי יצחק אב"ד צעהלים (חתן אחיו ר' אברהם יוסף) מח"ס הכנה דרבה
חתנו:
ר' אהרן זילבערשטיין (ב"ר דוד ישעי' מווייטצען) אב"ד קערעצקי-בעלעד (נשא מקודם את בתו מרת שרה יוכבד ובפטירתה נשא את בתו מרת מירל חי' הי"ד שהיתה נשואה מקודם לר הלל מאיר עהרענגרובער בנו של ר' אלעזר מרדכי אב"ד ווראנוב).
לעצט פאראכטן דורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 396אוועטער
הודעהדורך ווארד2007 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:12 pm
און אט דא האט איר א לינק תולדות בנו אב"ד צעהלים ז"ל
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... =viewtopic
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט! (קרעדיט: מיכאל שניצלער)
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
הודעות: 396אוועטער
הודעהדורך ביקסאד אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:27 pm
פאר בעלזא פלעגט ער פאהרן קיין שינאווא צו דעם דברי יחזקאל.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר שלשת אלפים
הודעות: 3157
הודעהדורך זושאלע אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:28 pm
זיין אייניקל דער פאפער רב בעל ויחי יוסף זצוק"ל פלעגט זאגן, אז שטענדיג פאלט אויס ז' אב, אינעם טאג פון די וואך וואס פאלט אויס ז' אדר יומא דהילולא פון משה רבינו.
מען זאל נישט געפרובט ווערן...
זושאלע
שר העשר
הודעות: 46
הודעהדורך זושאלע אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:34 pmביקסאד האט געשריבן:פאר בעלזא פלעגט ער פאהרן קיין שינאווא צו דעם דברי יחזקאל.
'שבת נחמו' האט דער ערוגת הבושם געהאט חזקה צו פארן קיין שינאווא.
אז ס' איז אמאל געווען א שאלה ביים שינאווער רב און ער האט געוואלט הערן נאך א דעת תורה, פלעגט ער צו זאגן, 'אויף שבת נחמו וועט דאך קומען חוסטער רב, וועלן מיר איהם דאמאלטס פרעגן.
מען זאל נישט געפרובט ווערן...
זושאלע
שר העשר
הודעות: 46
הודעהדורך נחמן נתן אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 11:03 pm
הגה"צ אב"ד ור"מ וויען שליט"א (וומסב"ג) האט מיט יאהרן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכען חיבור (צוויי כרכים) "תולדות ערוגת הבושם". העכסט רייך און באלערנד.
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך!
נחמן נתן
שר האלף
הודעות: 1808אוועטער
הודעהדורך ללמוד וללמד אום זונטאג יולי 18, 2010 3:02 pmנחמן נתן האט געשריבן:הגה"צ אב"ד ור"מ וויען שליט"א (וומסב"ג) האט מיט יאהרן צוריק ארויסגעגעבן א הערליכען חיבור (צוויי כרכים) "תולדות ערוגת הבושם". העכסט רייך און באלערנד.
טאמער כ'געדענק איז א גרויס חלק פון די תולדות געשריבען געווארן דורך זיין פעטער הגה"צ ר' משה ליב כ"ץ זצוק"ל הי"ד איידעם פון ויגד יעקב.
כ'האב היינט געהערט פון אן עלטערן איד אז פאפער רב זצ"ל האט פארציילט, איינמאל האט ער באזוכט א גרויסער דאקטאר, זאגט איהם דער דאקטאר, כ'האב אמאל אונטערזוכט איינעם גרינוואלד אין וויען צו האט דאס געקענט זיין משפחה מיט אייך? ענטפערט ער איהם, דאס איז געוועהן מיין זיידן [דער ערוגת הבשם]. זאגט איהם דער דאקטער: אויב אזוי וועל איך דיר פארציילן וואס האט מיט איהם פאסירט. ער האט דאן געדארפט דורכגיין אן אפאראציע, האט ער פארלאנגט אז מ'זאל איהם נישט איינשלעפען, ווייל ער וויל זיך נישט בידים ברענגען צו היסח הדעת פון דעם שויתי. ער האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך נישט רירן. און כך הוה במשך דעם גאנצען אפאראציע איז ער געלעגן בדבקות און האט זיך קיין ריר נישט געגעבען. זי"ע!
ללמוד וללמד
שר חמישים ומאתים
הודעות: 340
פארטיג נאך א רינגעלע אינעם השבת אבידה אונטערנעמונג