משפחת הסופרים - נכדי ר' פישל סופר מפ"ב ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 23, 2010 8:32 pm

מציבת הרה"ח ר' יואל חיים סופר ב"ר מרדכי אפרים פישל אב"ד שארוואר ב"ר אליעזר זוסמאן אב"ד פאקש בעמח"ס המקנה, בעיר פעטראוואסעלא
צוגעלייגטע
Sofer.jpg

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג יוני 04, 2010 7:21 am

אין די טעג (כ'דענק נישט פונקטליך ווען, אבער זיין קרוב ר' פישל סופר אין קרית יואל האט מנדב געווען יעצט די קאווע לע"נ) יארצייט פון הגאון ר' יוסף לייב בן הגאון ר' זוסמאן סופר אב"ד פאקש, ומח"ס ילקוט סופר עה"ת, ליקוטי סופר על תרי"ג מצות. היות שלא הניח אחריו זש"ק וועלן מיר מעלה זיין זכרונו הטהור.

ילקוט אליעזר עה"ת איז א ליקוט פון מדרשים?

א שיין בילד פון ר' יוסף לייב (קרעדיט ללמוד וללמד)
צוגעלייגטע
יוסף לייב בהר אליעזר זוסמאן אבד פאקש,.jpg
יוסף לייב בהר אליעזר זוסמאן אבד פאקש,.jpg (31.9 KiB) געזעהן 4845 מאל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » פרייטאג יוני 04, 2010 9:32 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:אין די טעג (כ'דענק נישט פונקטליך ווען, אבער זיין קרוב ר' פישל סופר אין קרית יואל האט מנדב געווען יעצט די קאווע לע"נ) יארצייט פון הגאון ר' יוסף לייב בן הגאון ר' זוסמאן סופר אב"ד פאקש, ומח"ס ילקוט סופר עה"ת, ליקוטי סופר על תרי"ג מצות. היות שלא הניח אחריו זש"ק וועלן מיר מעלה זיין זכרונו הטהור.

ילקוט אליעזר עה"ת איז א ליקוט פון מדרשים?

ר' יוסף ליב סופר האט נישט מחבר געווען ילקוט אליעזר נאר ילקוט סופר עה"ת און דאס איז טאקע א ליקוט פון מאמרי חז"ל בבלי ירושלמי מדרשים וכו' וכו' אויף די פרשיות התורה, איינגטיילט ביי יעדע סדרה אויף דריי חלקים א) לברית מילה ב) לנישואין ג) להספד, אז ווען א רב אדער בעל דרשן דארף זאגן ביי איינע פון די דריי סארט געלעגענהייטן זאלער האבן ביי יעדע סדרה א ליקוט ממאמרי חז"ל וואס האבן צו טוהן מיט יענעם ענין.

ילקוט אליעזר האט מחבר זיין פאטער ר' אליעזר זוסמאן סופר אב"ד פאקש, און עס טאקע אויך א ליקוט מאמרי חז"ל אבער נישט אויף סדר הפרשיות, נאר בדרך ערכים לפי סדר א-ב.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג יוני 04, 2010 9:38 am

ישר כוח בןהרחמן פארן אויסקלארן, כ'האב אמאל געזעהן, כ'דענק נישט אין וועליכע פון די צוויי, הים ראה וינס, מה ראה, מקלו של משה. ס'איז מיר געווען א חידוש ווייל ס'איז שוין דא דריי מדרשים דערויף ידוע לכל פון וואס מ'הערט כסדר, און דאס האבעך קיינמאל געהערט, ב"ה אז מ'האמיר דאן געזאגט א חידוש דערויף.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » פרייטאג יוני 04, 2010 10:42 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:אין די טעג (כ'דענק נישט פונקטליך ווען, אבער זיין קרוב ר' פישל סופר אין קרית יואל האט מנדב געווען יעצט די קאווע לע"נ) יארצייט פון הגאון ר' יוסף לייב בן הגאון ר' זוסמאן סופר אב"ד פאקש, ומח"ס ילקוט סופר עה"ת, ליקוטי סופר על תרי"ג מצות. היות שלא הניח אחריו זש"ק וועלן מיר מעלה זיין זכרונו הטהור.

זיין יארצייט איז היינט כ"ב סיון.
דא האט איהר נוסח מציבתו:
46.gif
46.gif (30.98 KiB) געזעהן 4793 מאל

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג יוני 06, 2010 11:05 am

מיללער האט געשריבן:מציבת הרה"ח ר' יואל חיים סופר ב"ר מרדכי אפרים פישל אב"ד שארוואר ב"ר אליעזר זוסמאן אב"ד פאקש בעמח"ס המקנה, בעיר פעטראוואסעלא

קוקנדיג די בילדער פון זענטא ביה"ח האב איך געטראפן די מצבה פון הרבנית צירל אשת ר' פישל סופר אב"ד שארוואר, די מוטער פון ר' יואל חיים הנ"ל.

אפשר האט זי געהאט קינדער אין זענטא אז זי איז אהינגעקומען וואוינען לעת זקנותה?
צוגעלייגטע
36-08.jpg

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג יוני 07, 2010 1:26 pm

ס'היינט די יארצייט פון הגה"ק ר' חיים סופר זצוק"ל בעל מחנה חיים.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג נובעמבער 01, 2010 8:20 am

מצבת הגה"ק בעל מחנה חיים זצ"ל בפרעשבורג
צוגעלייגטע
Machne Chaim.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 11, 2011 12:09 pm

בני המחנה חיים;

1) ר' יעקב שלום מ'פעסט בעמח"ס תורת חיים
2) ר' משה דוד אב"ד סאסרעגן
3) ר' יוסף צבי אב"ד שאמשאן
4) חתנו ר' נח צבי אולמאנן אב"ד אנטווערפן (מציבתו נמצא באשכול על ביה"ח באנטווערפן)

ר' ישראל פריינד רב האחרון בסאסרעגן היה חתנו ומ"מ של ר' משה דוד הנ"ל בן המחנה חיים, מלפני ר' משה דוד היה רב שם ר' הילל פאללאק תלמידו של הגה"ק בעל חת"ס זצ"ל, האם היה קשר משפחתי ביניהם?

כהיום ישנו אחד מן האחים האדמורי"ם ממשפת רובין (ממוזשאי, סוליצא) שקורא א"ע אדמו"ר מסאסרעגן, האיך קשור לר' ישראל פריינד?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג ינואר 11, 2011 2:49 pm

ר' יעקב ישראל ישורין פון סאסרעגן האט געהאט א ביהמ"ד אין סאסרעגן פון זדוטשוב'ע חסידים, זייענדיג א זדוטושב'ע אייניקל האט ער משמש געוועהן באדמור"ת אין דעם ביהמ"ד, די קידנער שרייבן אין איינע פון די ספרים (דארטן ווי עס ווערט געשריבן זייער יוחס "זרע קודש מחצבה" ווועלכע איז א מקור פאר רוב רבי'שע יוחס) אפאר בלעטער מיטן נאמער גליוני יושר, שטייט דארט אז ר' יעקב ישראל ישורין האט געבעטן רשות פונעם מרא דאתרא ר' ישראל פריינד צו ער מעג זיך באזעצן דארט אין סאסרעגן, האט ער גענפערט אז יא, נאר מיט קליינע תנאים,
עכ"פ ר' ישראל פריינד, מיט רובין האבן נשיט קיין שייכות,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:51 pm

איך האב שוין איינמאל קאמענטירט אבער עס איז נישט אדורך, כמענה למבוקשי, ר' משה דוד סופר בנו של המחנה חיים איז טאקע געווען אן איידעם ומ"מ פון זיין שווער ר' הילל פאללאק אב"ד סאסרעגין.

דער מחנה חיים האט געהאט נאך צוויי זון אויסער די אויבנדערמאנט, כמפורט ב'תולדות סופרים' לר' יוסף צבי סופר משאמשאן הנ"ל

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג ינואר 13, 2011 10:49 pm

איך געדנק פון בערך 45 יאהר צוריק א סוכות איז דא געווען א סאסרעגענער רב פון א"י און איינגעשטאנען ביים אויווארער רב ז"ל. מעהאט דענמאלטס געזאגט אז דער איז געווען א געוועזענער שוואגער מיטען אויווארער רב אלטס אויך זיין אן איידעם און דעיזש פאר די צווייטע וועלט מלחמה.

האט דאס שייכות מיט דעם סאסרעגענער רב פון וועמען מערעדט דא?
the SCY is the limit

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג ינואר 14, 2011 3:50 am

על פי חשבון רעדט איהר פון רבי דוד יהודה פריינד במ"ס אלופי יהודה ב"כ עה"ת - דרוש, גם פרדס דוד, נפטר כ"ג ניסן תשמ"ה.
וועלכער איז געווען א איידעם [בזוו"ש] ביי רבי אהרן דוד קאהן אבי הרבי מתולדות אהרן זצ"ל.

ער האט איבער געלאזט לפי ידיעתי איין טאכטער אשת הרב מנחם מענדל לעמבערגער מ'מאקאווא בירושלם,
זיין רביצין איז היינט חתונה געהאט צו דעם פוסק הדור במ"ס שבט הלוי רב דשכונת זכרון מאיר ור"מ ישיבת חכמי לובלין.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:27 pm

מציבת המהר"ם סופר בטיסא פירעד
צוגעלייגטע
Rabbi-02.jpg

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך פאברואר 22, 2012 2:42 pm

פרישע ספר ארויס פון דריק, ספר המֶקנה (מיט א חיריק)

זייער א שטארקע ספר בעולם הקנינים, מקיף אלע סוגיות הש"ס בברירות גדול, פון ר' זוסמאן סופר ז"ל

לעצטענס איבערגעדריקט דורך נכדי המחבר, ר' יוסף יודא סופר ובנו ר' יחזקאל אליעזר מרדכי אפרים פישל

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מיטוואך פאברואר 22, 2012 3:46 pm

חותם פון ר' זוסמאן בהר"ר פישל סופר ז"ל
צוגעלייגטע
IMG_2300.JPG

מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

תגובהדורך מאנסיאנער » זונטאג מארטש 25, 2012 1:52 pm

יוסלמאן האט געשריבן:בלטערענדיג אין משפחת סופרים האמיר געזעהן אז ווען הגה"ק רבי חיים איז נסתלק געווארן און מ'האט אים געפירט קיין פרעשבורג כידוע, האט די חב"ק אים געוואלט לייגן בתוך אנשים פשוטים מטן אמתלא אז ער האט נישט געוואוינט אין שטאט. איז זיין ידיד הגאון בעל נהרי אפרסמון געפארן קיין פרעשבורג משתדל זיין ביי די חב"ק, ער האט געזעהן אז ס'גייט נישט האט ער געבעטן מ'זאל אים לייגן לעבן די נפלים זאגענדיג אז פונקט ווי זיי לא טעמו טעם חטא אזוי קען מען אויך זאגן אויפ'ן מחנה חיים. און זיי האבן אים טאקע געלייגט ביים עק און שפעטער איז ס'פלאץ טייער געווארן און ת"ח ובני תורה האבן דארט געקויפט חלקות.

איך האב לעצטענס געהערט די מעשה אביסל אנדערש פון א אייניקל:
דער מחנה חיים כידוע איז געווען פון די שארפסטע לוחמים קעגן די נעאלאגן. ביי די באקאנטע אסיפה וואס די כתב סופר האט צוזאם גערופן, איז ר' חיים ארויפגעשפרינגען אויפן טיש אין געשריגן מי לד' אלי אין אזוי איז געשעהן די טיילונג, ווען דער מחנה חיים איז נסתלק געווארן האבן די חברא קדישא וועלכע זענען געווען פון נעאלאגן זיך געוואלט נוקם זיין אין אים אין זיי האבן אים געלייגט נעבן די נפלים אין קיין איינער פון די חב''ק האט נישט מוצא שנתו געווען
זכותו יגן עלינו
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מיטוואך יולי 04, 2012 9:37 am

ווייסט איינער ביי וועם ר' יעקב שלום סופר זצ"ל בעל תורת חיים בן המחנה חיים איז געווען א איידעם?

כפי ידיעתי האט זיין שווער געהייסן קרויס - אין איינע פון די הקדמות באדאנקט ער זיך פאר זיין שוואגער הנגיד ר' משה קרויס מניר מאדע (מנו"כ שם) אויך א שוואגער לימא פריעד. אין ניר מאדע האט געוואינט א משפחה קרויס ווייסט איינער מער פרטים איבער די נאמען פון ר' יעקב שלום'ס שווער?

כפי ידיעתי איז דאס די משפחת קרויז פון משפחת הרב מאודווארי וראצפערט

אויך איז הרב ממאטעסדארף ז"ל פון ב"פ געווען אן אייניקל פון די משפחה

אויך איז דא א משפחת קרויס אין ב"ב נכדים מהנ"ל

אויך איז דא אין וומ"ס הר"ר פנחס קרויס פון צעהלים ער האט געהאט א ברודער ר' שאול יחזקאל קרויס אייניקלעך פון א זון פון יעקב שלום'ס שווער

עכ"פ קען איינער געוואויר ווערן דעם נאמען פון חותן הבעל תו"ח?
תודה למפרע
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » זונטאג יולי 15, 2012 1:51 pm

מאקאווער האט געשריבן:ווייסט איינער ביי וועם ר' יעקב שלום סופר זצ"ל בעל תורת חיים בן המחנה חיים איז געווען א איידעם?

כפי ידיעתי האט זיין שווער געהייסן קרויס - אין איינע פון די הקדמות באדאנקט ער זיך פאר זיין שוואגער הנגיד ר' משה קרויס מניר מאדע (מנו"כ שם) אויך א שוואגער לימא פריעד. אין ניר מאדע האט געוואינט א משפחה קרויס ווייסט איינער מער פרטים איבער די נאמען פון ר' יעקב שלום'ס שווער?

כפי ידיעתי איז דאס די משפחת קרויז פון משפחת הרב מאודווארי וראצפערט

אויך איז דא א משפחת קרויס אין ב"ב נכדים מהנ"ל

אויך איז דא אין וומ"ס הר"ר פנחס קרויס פון צעהלים ער האט געהאט א ברודער ר' שאול יחזקאל קרויס אייניקלעך פון א זון פון יעקב שלום'ס שווער

עכ"פ קען איינער געוואויר ווערן דעם נאמען פון חותן הבעל תו"ח?
תודה למפרע

געהערט פון א' מהמשפחה איז משפחת קרויז אודווארי נישט פון די משפחה.
און אז דער שווער פון תורת חיים האט כמדומה געהייסן ר' נפתלי הערש קרויס פון אוהעל וואו דער קאשויער רב הגה"ק רבי שאול בראך און דער נירמאדע רב רבי שמואל בראך זענען געווען איידעמער ביי אים.
אין קדויו"ט החדש איז דא געדרוקט דריי בריוו צו ר' לייבוש קרויס פון אוהעל דאס איז געווען אויך זיין זון.
האחים קרויס ע"ה הנ"ל ואחותם אשת הרה"ח ר' אברהם ברוך בראווער ע"ה זענען בני ר' זאב ב"ר ישעי' ב"ר נפתלי הערש קרויס הנ"ל.
ר' חיים קרויס מב"ב (מו"ל כמה ספרים חשובים) איז א זון פון ר' ישעי' הי"ד ברודער פון האחים קרויס הנ"ל.

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » זונטאג יולי 15, 2012 8:32 pm

סיגוט האט געשריבן:געהערט פון א' מהמשפחה איז משפחת קרויז אודווארי נישט פון די משפחה.
און אז דער שווער פון תורת חיים האט כמדומה געהייסן ר' נפתלי הערש קרויס פון אוהעל וואו דער קאשויער רב הגה"ק רבי שאול בראך און דער נירמאדע רב רבי שמואל בראך זענען געווען איידעמער ביי אים.
אין קדויו"ט החדש איז דא געדרוקט דריי בריוו צו ר' לייבוש קרויס פון אוהעל דאס איז געווען אויך זיין זון.
האחים קרויס ע"ה הנ"ל ואחותם אשת הרה"ח ר' אברהם ברוך בראווער ע"ה זענען בני ר' זאב ב"ר ישעי' ב"ר נפתלי הערש קרויס הנ"ל.
ר' חיים קרויס מב"ב (מו"ל כמה ספרים חשובים) איז א זון פון ר' ישעי' הי"ד ברודער פון האחים קרויס הנ"ל.


שלום עליכם הרב מסיגוט

כפי ידיעתי איז משפחת קרויז מאודווארי\ראצפערט יא פון די זעלבע משפחה נאר פון אביסל העכער

אחים ר' שאול יחזקאל ע"ה ולהבחל"ח ר' פנחס נ"י ולהבחל"ח אשת רא"ב בראווער ואשת הרב מפאקש זענען בני ר' זאב קרויס מסענפעטער ב"ר ישעי' קרויס מניר מאדע בן הרבני הנגיד נפתלי הירצקא קרויס מניר מאדע בן הרבני הנגיד חיים אליעזר קרויס שהי' תלמיד מהר"ם בנעט

און ר' חיים אליעזר הנ"ל האט געהאט דריי זון איינער נפתלי הירצקא הנ"ל און א זון ר' אתמר אפרים קרויס (ווארשיינער (קיש ווארשייני) בגלילות איהעל) וואס משפחת אודווארי זענען מצאצאיו און אויך איז דער אלטער מאטעסדארפער רב ר' שמואל זצ"ל'ס פאטער געווען אן איידעם ביי ר' אברהם מנחם קרויס א זון פון ר' איתמר אפרים הנ"ל און נאך א דריטער ברודער דוךצעך מיר ר' מאיר קרויס (ווארשיינער)

און ר' נפתלי הערצקא הנ"ל איז געווען דער שווער פון ר' יעקב שלום סופר זצ"ל בעל מחנה חיים מפעסט עטליכע ראיות דערצו

דער תורת חיים באדאנקט זיך אין איינע פון די הקדמות פאר זיין שוואגער הרבני הנגיד ר' משה קרויס גיסי מניר מאדע און אויף זיין מציבה אין נירמאדע שטייט משה בן ר' נפתלי הערצקא (נפטר בשנת תש"ג בן צ"ג שנה) - אשת ר' יעקב שלום האט געהייסן רבקה בת ר' נפתלי הרצקא (אזוי שטייט אינעם פנקס פון בודא) ר' יעקב שלום האט געהאט א זון ר' נפתלי הערצקא - לכאורה נאך זיין שווער (לכאורה איז נישט מעגליך אז ר' שאול בראך איז געווען א שוואגער מיט ר' יעקב שלום ווייל ר' שאול בראך'ס ווייב האט אויך געהייסן רבקה)

אינעם ספר ישבב סופר פון ר' יעקב שלום אויף מסכת סנהדרין זעי איך אויך אז זיי שרייבן אזוי ווי מיר אין זיינע תולדות

בשנת תרל"ז נשא אשה מרת רבקה ע"ה, בתו של נגיד ומוקיר רבנן, אשר השיא בנותיו לתלמידי חכמים מפורסמים, ה"ה הרבני הנכבד ר' נפתלי הרצקא קרויס ז"ל מניר-מאדע וכו'


לכאורה איז ר' נפתלי צבי פון אויהעל מיט ר' נפתלי הרצקא פון ניר-מאדע צוויי באזונדערע מענטשן קען זיין אז ער איז א זון פון איינע פון די ברודערס פון ר' נפתלי הערצקא - כזעי אין שאול בחיר ה' שטייט אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון סופר מקראקא

וצריך עוד לברר הדבר כשמלה

פאר מער קענט איר מיר קאנטאקטן אויף אימעיל

galitziya.mail@gmail.com

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג יולי 15, 2012 8:42 pm

יארצייטן האט געשריבן:
בשנת תרל"ז נשא אשה מרת רבקה ע"ה, בתו של נגיד ומוקיר רבנן, אשר השיא בנותיו לתלמידי חכמים מפורסמים, ה"ה הרבני הנכבד ר' נפתלי הרצקא קרויס ז"ל מניר-מאדע וכו'


לכאורה איז ר' נפתלי צבי פון אויהעל מיט ר' נפתלי הרצקא פון ניר-מאדע צוויי באזונדערע מענטשן קען זיין אז ער איז א זון פון איינע פון די ברודערס פון ר' נפתלי הערצקא - כזעי אין שאול בחיר ה' שטייט אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון סופר מקראקא

וצריך עוד לברר הדבר כשמלה

פאר מער קענט איר מיר קאנטאקטן אויף אימעיל

galitziya.mail@gmail.com


קוק טאקע אין שאול בחיר ה' אז ר' שאול בראך'ס רביצין האט געהייסן רבקה טאקע א קושיא - נו וויאזוי פארענטפערט מען דא דעם פלאנטער? אויך זעי אין חכמי טראנסילוואניה אז ר' שאול'ס שווער האט געהייסן נפתלי צבי - אפשר איז נפתלי הערש מיט הערצקא די זעלבע זאך? אבער ווי קומט אז ביידע רעביצינס האבן געהייסן רבקה ? א חוץ אז ר' שאל'ס ווייב האט געהאט אן אנדערן נאמען און הנ"ל איז א טעות? אפשר איז ר' נפתלי הערצקא געווען א קוזין מיט ר' נפתלי הערש? אינטערעסאנט אז ביידע זענען געווען נגידים און ביידע האבן גענומען איידימער בחורים תלמידי חכמים מפורסמים?? וצ"ע
צוגעלייגטע
untitled.JPG
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 10, 2013 2:34 pm

מיללער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:פון ר. צו ל.: רבי יונתן שטייף זצ"ל; רבי נתן שיק ז"ל; הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט); רבי צבי יהודה שטייף (בן רבי יונתן) ז"ל הי"ד; (דער לעצטער:) אומבאקאנט.


כ'האב יעצט באמערקט אז ר' נחמן נתן האט געשריבען "הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט)" און קיינער האט אים נישט אויסגעבעסערט מן הסתם מחמת חוסר ידיעה, דעכר בילד איז פון ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן-סופר ז"ל ראב"ד פעסט ומלפנים אב"ד טשוס הנקרא בפי כל 'דער טשוזער רב' חיבר ספר עטרת פ"ז.

דער טשוזער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' קאפל רייך, אבער ער איז נאך אוועק פאר די קריג, א' דר"ח אייר תש"ב, זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט די קריג און האבן געדרוקט זיין חיבור הנ"ל.

הרב ר' פישל מבראנזוויל חבר מערכת מורשת חכמי אמעריקא, שטעלט צו דעם פאלגנדען בילד, דאס בילד איז פון בודאפעסט אינעם קוזינצי שוהל ביי א מסיבת הכנסת ספר תורה, עס ווערן געזעהן אויפן אויבן-אן פון לינקס צו רעכטס:
דער דערמאנטער טשוזער רב ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן ראב"ד בודאפעסט, ר' אברהם פרוידיגער פון די ראה,ק אין בודאפעסט און הג"ר קאפל רייך אב"ד בודאפעסט (דער ערשטער רעכטס איז מר. בעלא ווייס דער נדבן פונעם ס"ת)
צוגעלייגטע
1234.jpg
1234.jpg (38.96 KiB) געזעהן 7210 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 14, 2014 2:21 pm

מיללער האט געשריבן:דער בילד איז פון ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן-סופר ז"ל ראב"ד פעסט ומלפנים אב"ד טשוס הנקרא בפי כל 'דער טשוזער רב' חיבר ספר עטרת פ"ז.

דער טשוזער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' קאפל רייך, אבער ער איז נאך אוועק פאר די קריג, א' דר"ח אייר תש"ב, זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט די קריג און האבן געדרוקט זיין חיבור הנ"ל.


מציבת הגרמא"פ זצ"ל על הביה"ח בעיר בודא (קרעדיט; יציב פתגם)
בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 23, 2014 11:54 am

מיללער האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אז מדערמאנט נכדי ר' פישל מפרעשבורג, האב איך געזעהן אינעם ניי ערשינענעם ספר 'סופר המלך' ווי ער רעכנט אויס די אייניקלעך ששימשו ברבנות, איז פארהאן דארט איינער ר' משה ב"ר עמרם פישער מיינק (פון שטאט יינק) וועלכער איז געווען רב אין די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם אייניקל, ווען איז ער געקומען קיין אמעריקא, וואס איז געווען די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, צו עקזעסטירט נאך אזא קהילה, איז פארבליבען פון אים ערליכע דורות אא"וו?


איך האב געטראפן אז ער איז שפעטער געווארן רב אין קהל בני משה דעטרויט, עי' בקובץ אפריון שנת תרפ"ד כמה חידו"ת ממנו.
ווער עס האט אינפארמאציע איבער אים אין שיקאגא קען זיך אנריפען.


אין 'תולדות סופרים' וועלכע איז געדרוקט געווארן בשנת תשכ"ג ווערט ער שוין דערמאנט לאחר פטירתו, און אויך אז ער איז געווען רב אין דעטראיט, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט זיין ברודער 'הקצין ר' יעקב שלום פישער מדעטרויט' נאך בחייוו, און נאך א ברודער ר' יואל חיים פישער רב בארה"ב.

ווי עס שיינט האט די משפחה געהאט עטליכע מיטגלידער ברחבי ארה"ב אין די בראשית יארען און פאר אונז וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסען ווי די אייניקלעך האלטן היינט.

ווידער בנוגע ר' משה'ס רבנות אין שיקאגא האב איך געטראפן אין
אוצר ישראל בערך 'שיקאגא' ווי ער דערמאנט די קהילה 'אגודת אחים אנשי אונגארן' נוסדה בשנת 1884-תרמ"ד,ובערך בשנת 1903 תרס"ג האבן זיי גערופען ר' משה פישער צו ווערן רב, דאס איז באמת גאר פרי פאר אן אונגארישער רב צו קומען קיין אמעריקא.

ווי עס קומט מיר אויס איז ר' משה אריבער בשנת תרפ"ג קיין דעטרויט צו די דערמאנטע קהל בני משה, וועלכע איז געווען באקאנט אלס די 'אונגארישע שוהל' דארט.

דא איז פארהאן א בילד פון ר' משה (נישט ווי איך האב זיך געראכטען).


פרטים על ר' משה [יהודה] פישער ב"ר עמרם מיינק:
http://www.agudasachimnsc.org/history/i ... tory3.html

בילד
Rabbi Moses Yehudah Fisher was born into a scholarly family in Paks, Hungary. His father was Rabbi Amram Fisher, Rabbi Amram Fisher was born in 1853 to his father Rabbi Akiva Fisher, a student of the Chasam Sofer. He studied by his father, by Rabbi Oinchos Elya Ostreicher – Ozlreiner (the Dayan of Oyven Yashan), by Rabbi Dr. Azriel Hildesheimer, by Rabbi Avraham Eliezer Zev Alt (Rabbi of Kobersdorf), Rabbi Chaim Tzvi Monheimer (Rabbi of Ungvar), and by the Shevet Sofer. He was the son-in-law of Rav Eliezer Zusman Sofer, Rabbi of Halash and Paks. After his marriage in 1873, he became a Dayan in Halash with his father-in-law and in 1878 was appointed to head the Beis Din of DenDek. In 1879 he was appointed as head of the Beis Din of Yanak. There he remained until his passing on 18 Nissan 1925, buried in Yanak. In 1966, his bones were exhumed and reinterred in Jerusalem on Har Hamenuchos. He wrote Divrei Amram, included in the back of his father’s book Ateres Akiva.

His sons were:

Rabbi Mordechai Efraim Fishel Fisher, head of the Beis Din of Sharash – Potok and a student of the Shevet Sofer,
Rabbi Yosef Betzalel Fisher, Rabbi of Vochterlitz,
Rabbi Moses Fisher, our Rabbi,
Rabbi Akiva Fisher, Dayan in Kin-Sent-Miklos and a student of the Daas Sofer,
Rabbi Simcha Yoel Fisher who was Rabbi in Deva and Chicago at Congregation Ohavah Tzedek on Claremont Avenue.
His son-in-law was Rav Elozor Singer, a Dayan in Rima Sambat and a student of the Daas Sofer.

Rabbi Moses Fisher studied under Rabbi Yeshaya Zilberstein, the Dayan of Viatzen, and under his grandfather Rabbi Eliezer Zusman Sofer, the Dayan of Paks.

In 1895 our congregation contacted the great Rabbi Simcha Sofer, known as the Shevet Sofer of Pressburg, Bratislava, to provide our Synagogue with a full-time Rabbi. Rabbi Sofer found no one who was more suitable and competent for this post than his pupil Rabbi Moses Fisher, on whom he had conferred ordination. The Rabbi was welcomed at a festive gathering to Agudas Achim. Speakers included his father, Rabbi A. Fisher, Rabbi Dr. Felsenthal of Oak Park Temple, and Rabbi Abraham Braude of Congregation Anshe Shalom.

Rabbi Fisher devoted all of his time to the task of improving and consolidating our congregation and the greater Jewish community of Chicago. Thanks to his active work, the congregation soon began to grow, and in 1903 its membership built a large synagogue on Marshfield Avenue and Polk Street.

At that time, when Chicago Jewry was just beginning to grow and expand, Rabbi Fisher participated in the development of Orthodox Jewry in the city, helping with all his energy and sincerity to strengthen it and to direct the course of those institutions which sought to administer to those who were deficient in Jewish faith and Jewish knowledge.

Rabbi Fisher was instrumental in founding the Home for the Aged, of which he was the director, the Federated Charities, for which he also acted as director, the Mount Sinai Hospital, Hebrew Theological College, and other institutions. In addition to these great causes, he devoted a large part of his time to Adas Bnai Yisrael, an Orthodox youth organization, the goal of which was to attract the Jewish youth to the Jewish people and Jewish traditions. Rabbi Fisher was also a participant in the Zionist movement.

Not only a Hebrew sage but a man of considerable secular knowledge as well, Rabbi Fisher was a scholar in the best sense of the term. He was a very prominent civic leader, helped build this community and contribute a great deal to its development rendering great services in every field of communal life. Always a conscientious man, he had a serious attitude towards work In 1923 Rabbi Fisher left Chicago to become Rabbi of Congregation Bnai Moshe in Detroit which he served until his passing.

In an article in the Daily Jewish Courier, a Yiddish newspaper printed in Chicago, Rabbi Fisher told reporters that “I regret that I must leave the Jewish community of Chicago, which has many large Jewish institutions. I refer particularly to the Hebrew Theological Seminary, where I had hoped to educate my children. I envy the rabbis and civic leaders who are privileged to continue their work for Jewish knowledge. I hope that G-d will give me an opportunity to build such institutions in my new circle of influence.”

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 23, 2014 2:27 pm

מיללער האט געשריבן:הרב ר' פישל מבראנזוויל חבר מערכת מורשת חכמי אמעריקא, שטעלט צו דעם פאלגנדען בילד, דאס בילד איז פון בודאפעסט אינעם קוזינצי שוהל ביי א מסיבת הכנסת ספר תורה.
בילד

עס ווערן געזעהן אויפן אויבן-אן פון לינקס צו רעכטס:
דער דערמאנטער טשוזער רב ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן ראב"ד בודאפעסט, ר' אברהם פרוידיגער פון די ראה"ק אין בודאפעסט און הג"ר קאפל רייך אב"ד בודאפעסט (דער ערשטער רעכטס איז מר. בעלא ווייס דער נדבן פונעם ס"ת)

קוקט נישט אויס ווי הג"ר קאפיל רייך מבודאפעסט זצ"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט