ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך בני היכלא » דאנערשטאג מאי 03, 2007 1:25 am
שמערל,
האסט מיר צוקוועקטש דעם מילץ, אביסל,
אבער נישט גערעכט, אויסדריקליך נישט,
ווען איז אינמיטן די "וואך", מיטוואך צופרי, צו מיטוואך נאכט, ניין,
ווידער מיטוואך פארמיטאג אדער נאכמיטאג, ווייטער נישט,
ווען יא, די רגע קטן פון בחצות לילה, האט דאך שוין די רבי פון כלל ישראל געפסקנט אי אפשר לצמצם, און געזאגט כחצות,
קען מען דאך אפילו אויף א רגע נישט זאגן יעצט איז מיטוואך, נו ווי קען חל זיין די חלות פון מיטוואך,
אלא מאי מיטוואך איז די מיטעלסטע טאג פון די וואך, איז הדרא קושי' לדוכתא דארף עס ווען הייסן, מיט-טאג,???? וחזר הדין,
נאר קען אפשר זיין, אז דעמאלטס וואלט אנשטאנען א געפערליכע פראבלעם, וויאזוי וואלט מען זיך אויסגעדריקט ווען מ'וויל זאגן "מיטוואך מיטאג"?, "מיטטאג מיטאג"?, אתמהההה...,
האבן זיך די חכמי וראשי הדור צוזאמגעזעצט בצירוף קוב"ה ושכינתי', און געטענהט אזוי, דאס איז דאך אמאל זיכער אז עס איז דא א מיט'ן אינם וואך, וואס איין איינציגער באשעפער ווייסט ווען דאס איז, איז פלגא עלי ופלגא עלך,
מיט דעם איז פארענטפערט, וואס מ'זאגט אינ'ם שיר פון "מעוז צור", לעת תכין "מ�ט�ב�ח", איז מיר אלץ קשה געווען, ווען האט דאס דער בוכ"ע מכין געווען, יעצט אבער אז מ'רעדט תורת לא-קשן איז לא קשה.
לעצט פארראכטן דורך
בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.