יאסעלע'ס יודישע לידער...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג ינואר 05, 2009 9:56 am

זאג נאר סאכדעס, פון די קלארקייט ביזטו צופרידן?

עוד יוסף חי פוון אדרת האסטע געהערט?

איך מיין איטס טיים פארדעם כהנא צוריקצוגיין צי זיינע גראז-ווארצלען (גרעס-רוטס), אין מאכן נאר טעיפס מיט מונה אין ר' ירמי' דמן, אויב נישט מיין איך אז ער האלט פאר א מעידזשער דאון טארן, דער עולם וועט זיך נישט לאזן צופיל רייטן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 06, 2009 2:20 pm

כ'האב שוין געהערט דעם סידי, און מער ווי איין מאל. כ'בין באמת נתפעל געווארן פונעם קלארקייט וואס איז אריינגעלייגט געווארן דערין.

דער ביכל איז אן ארבעט פאר זיך. דאס אשה מיינע איז געזיצן איבער א שעה צוגענאגעלט צום דיוואן (קאוטש ב'לייז) און געלייענט די ביאגראפיע. ווען זי האט געענדיגט און אויסגעדרוקט איר התפעלות, האב איך ארויסגענומען פונעם ספרים שראנק דעם ספר "נעים זמירות ישראל" פון בערל שווארץ: נאדיר, יעצט ליין דאס! דאס בוך איז געשטעלט אויף אלע חזנים, אבער פאקטיש איז א דריי-פערטל דערפון געווידמענט צו ר' יאסל'ן.

אגב, אין יענעם בוך איז אויך דא א שטיקל ענטפער אויף די קשיא וואס עמיצער האט דא געפרעגט וועגן די ציונות אין יאסעל'עס "אהיים" ניגון. ס'איז צו לאנג נאכצוברענגען, און כ'בין ניטאמאל מסכים מיט אים, אבער פאר א דעבאטע איז עס זיכער גוט. אין קורצן טענה'ט ער אז יאסעלע האט נישט איינגעזען דאס שעדליכקייט פון די ציונים, וויבאלד די זאכן האבן פאסירט אין זיינע צייטן און מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אלעס וואס מ'ווייסט היינט איבער ציונות.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג ינואר 06, 2009 2:56 pm

מאשקע האט געשריבן:אגב, אין יענעם בוך איז אויך דא א שטיקל ענטפער אויף די קשיא וואס עמיצער האט דא געפרעגט וועגן די ציונות אין יאסעל'עס "אהיים" ניגון. ס'איז צו לאנג נאכצוברענגען, און כ'בין ניטאמאל מסכים מיט אים, אבער פאר א דעבאטע איז עס זיכער גוט. אין קורצן טענה'ט ער אז יאסעלע האט נישט איינגעזען דאס שעדליכקייט פון די ציונים, וויבאלד די זאכן האבן פאסירט אין זיינע צייטן און מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אלעס וואס מ'ווייסט היינט איבער ציונות.


ס'גארנישט, אויף ר' יום טוב ערליך איז אויך געוועהן מאנכע וואס האבן געוואלט זאגען ציוניזם.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך ינואר 07, 2009 3:54 pm

bailout האט געשריבן:זאג נאר סאכדעס, פון די קלארקייט ביזטו צופרידן?

עוד יוסף חי פוון אדרת האסטע געהערט?

איך מיין איטס טיים פארדעם כהנא צוריקצוגיין צי זיינע גראז-ווארצלען (גרעס-רוטס), אין מאכן נאר טעיפס מיט מונה אין ר' ירמי' דמן, אויב נישט מיין איך אז ער האלט פאר א מעידזשער דאון טארן, דער עולם וועט זיך נישט לאזן צופיל רייטן.


1) יא

2) יא, עס איז א דיזעסטער אין ים הגדול.

3) ער קען זייער גוט מאכן, אבער ער זאל איבערגעבן דאס ביכל פאר א צווייטן.

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » זונטאג ינואר 11, 2009 6:59 pm

דאס איז די דעקל פונעם נייעם טעיפ
צוגעלייגטע
Cantor-Yossele-Rosenblatt_Yiddish.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 12, 2009 3:13 pm

יישר כוח שטיקל.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג ינואר 13, 2009 12:57 am

ביעלאוט

אזוי ווי כ'האב נאך נישט געהאט קיינע מעגליכקייטן צו עררייכן דעם נייעם טיעפ-ביכל, בין כ'געווארן זייער אויפגעשאקלט צו לייענען דיינע געשטיקעלטע ניגונים.

ספעציעל די טרעק נימער 9) איך בעט דיר די גרויסער שטארקער גאט וכו' כ'קען דאך די ניגון נאך פון אלס פיצל קינד, אבער נאר וויאזוי מען בייגט די מויל בשעת'ן עס זינגען, אן די ריכטיגע ווערטער.

כ'לייען וואס די שרייבסט, אין ס'גייט מיר אריין ווערטער אויף די ליידיגע פלעצער. ס'שטימט דאך ממש ווי א זייגער. דער ניגון באקומט דאך אזויפיל טעם אין פשט. אזאשש יעצט ווערט עס א נארמאלער ניגון. ביז איצטערט איז עס געווען נישט מער ווי עפעס א אינטערעסאנטער טניעה, עפעס א שטיקל קרעכץ.

ס'מיינט אז דער ביכל ברויך צו זיין זייער אינטערעסאנט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » דינסטאג ינואר 20, 2009 11:27 pm

עפעס א הרב 'מאנדל' א איבערזעצער פון קר"י האט עס שוין יאהר'ן צוריק אבגעשריבן.

ווי אויך א 'מעסינגער' א 'זעצער' פון מאנסי פאר מיר געדאכט, האט עס שוין אמאל באשריבן.

נאר דער 'כהנא' איז דער ערשטער וואס מאכט א פאר טולער דערפון.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 9:02 pm

הנה כ'האב נישט קיין אהנונג אויב איינער איז נאך אינטרעסירט דערין אבער איך האב א שטיקל הערה איך האב מיר אויך געמיטשעט כ'גלייב נישט וואס איך זעה עניוועי כ'מיין אז קיינער האט נאך נישט דערויף געענטפערט לכן


איך בעט דיך, די גרויסער שטארקער ג-ט,
וואס די האסט געהאלפן דיין פאלק אמאל,
ווען זיי האבן אין דער וויסטיג קיין וואסער געהאט,
האסטי זיי וואסער צוגעשיקט אן א צאל,

נו לאז שוין דיין נס, דא, מיט מיר אויך געשען,
לאז מיר פאר דורשט, דא , נישט שטארבן פערגייהען אך , אאאאאך אך אאך,
עס איז דאך זייער, זייער, א ביטערער פיין

א ........זעה איך דארט, גענומען איז די אויגן,
וואו איז דאס א .....................................
..................................................
........................ער איז אוועקגעפלויגן
אברונעם ים מיט וואסער זעה איך דארט

אין בית המקדש אין א טינקעל חדר
זיצט די אלמנה וואס זי עולליי(?).....
איהר בן יחיד'ל יודעלע וויגט זי כסדר
און זינגט צי צים שלאפן א לידעלע לו לו לו לו
אינטער יודעלעס וויגעלע שטייט א קלאר ווייסער ציגעלע
די ציגעלע איז געפארן האנדלן
דאס וועט זיין דיינע רוח
רוזשינקעס מיט מאנדלן
שלאפ'זשע יודעלע שלאף
רבותי, ביטע לייגט צו א יד איך ברעך זיך דא קאפ

יתגדל פון יאסעלע
אוי יארצייט ליכט
אין א ווינקל אליין
מיר ברענן דיר היינט
מיט הייסן געוויין
דיין פלאם זאל בעלייכטן פערגעסענע טעג
זאל גיסן א שיין אויף דעם טונקעלן וועג
צו געפינען א הארץ אין א הארץ וואס אמאל
האט געלעבט נאר פין רוח
יתגדל יתגדל
אוי יארצייט ליכט
אין א ווינקל אליין
דאס טוט אונז דערמאנען
ווי ליכטיג מיר זיינען
דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם
צו געדענקן אין אונזער הייליגן שטאם
צו וויינען צי קלאגן
אין ליכט פון דיין שטראל
מיט ביטערע טרערן
יתגדל יתגדל
אוי יארצייט ליכט
פערטרויערט פערטראכט
וועסטו אמאל ברענען פאר מיר בען א נאכט
יתגדל ויתקדש שמיה רבה
נאך טויזענטער יארן די יעצטיגע שעה
זאל קלינגן דיין קדיש מיין פאלק ווי אמאל
זאל קלינגן דיין קדיש
יתגדל יתגדל ויתקדש
שמיה רבה
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג אוגוסט 26, 2010 5:47 am

דורך ביקסאד אום פרייטאג יולי 09, 2010 3:58 am
פלאפי יוד האט געשריבן:ס'גארנישט, אויף ר' יום טוב ערליך איז אויך געוועהן מאנכע וואס האבן געוואלט זאגען ציוניזם.
האט ער דען נישט געטוישט אדער גאר ארונטער גענומען איין ניגון ?



דורך יוםטובערליך אום פרייטאג יולי 09, 2010 11:12 am
צוויי הגהות:

דאס וועט זיין "דיין בערוף" (נישט דיין רוח...)

און

וועסטו ברענען פאר מיר "ווען" א נאכט


אויסערדעם?



דורך טאבאקא אום דינסטאג יולי 13, 2010 7:22 am

נשמה
איך האב שוין אפגעשריבן "שולמית" אינעם אשכול אלטע אידישע לידער
אבער איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו קענסט מאכן אזא גראבן טעות ביי ראזשינקעס
דו שרייבסט "וואס זי עולליי"
יעדער וואס לייגט נאר צו א אויער הערט אז ער זינגט, זיצט די אלמנה "בת ציון אליין"
אגב, ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געקויפט די לחיים סידי, ווייל ער האט שוין דארט אפגעשריבן סיי ראזשינקעס און סיי יארצייט
ווי אויך שרייבט "סאכדעס" אפ יארצייט אין דעם אשכול
index ... =viewtopic

און צו סאכדעס, וואס פארפירסטו אזוי וועגן "טונקעלן", זיכער זאגט ער דונקעלן, אבער איך האלט אז מ'דארף עס אפשרייבן לויט די כוונה און אויף די אידיש ווי מיר רעדן און שרייבן היינט, ובפרט אז ס'טוישט נישט די מכוון
צום ביישפיל, ביי "אידישע מאמע", זאגט ער "פיר קיינע געלט" און ווי אויך "איין אלטיטשקע", ס'האט קיין שום פשט אזוי נאכצושרייבן
מ'דארף שרייבן "פאר קיין" און "א אלטיטשקע"
אגב, קענסטו מיר ביטע שיקן דעם לינק פון היידפארק וואס דו האסט דערמאנט, ס'דארף מיר צו זיין אינטרעסאנט, א דאנק פון פאראויס

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2010 4:54 pm

ביקסאד האט געשריבן:
פלאפי יוד האט געשריבן:ס'גארנישט, אויף ר' יום טוב ערליך איז אויך געוועהן מאנכע וואס האבן געוואלט זאגען ציוניזם.
האט ער דען נישט געטוישט אדער גאר ארונטער גענומען איין ניגון ?
יוםטובערליך האט געשריבן:צוויי הגהות:

דאס וועט זיין "דיין בערוף" (נישט דיין רוח...)

און

וועסטו ברענען פאר מיר "ווען" א נאכט


אויסערדעם?
יאך רעד פון א ליד אוואו ער האט גערעדט פון הייליגן לאנד און דער-ביי דער-מאנט וועגען די צה"ל סאלדאטן,
[עס זעהט עס אוואו ער רעדט זייענדיג אונטער די איינדרוק פון א באזוך דארט]
עס איז געווען אויף חבלי משיח אדער אויף די, רבי יו"ט שמחה ז"ל האט עס שפעטער אליין צענזורירט און ארום געטוישט.
ועמך כולם צדיקים

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 10:11 pm

טאבאקא האט געשריבן:און צו סאכדעס, וואס פארפירסטו אזוי וועגן "טונקעלן", זיכער זאגט ער דונקעלן, אבער איך האלט אז מ'דארף עס אפשרייבן לויט די כוונה און אויף די אידיש ווי מיר רעדן און שרייבן היינט, ובפרט אז ס'טוישט נישט די מכוון
צום ביישפיל, ביי "אידישע מאמע", זאגט ער "פיר קיינע געלט" און ווי אויך "איין אלטיטשקע", ס'האט קיין שום פשט אזוי נאכצושרייבן
מ'דארף שרייבן "פאר קיין" און "א אלטיטשקע"

מיט די ווערטער וואס איר דערמאנט דא זענט איר גערעכט, אבער דאס איז נישט קיין אלגעמיינער כלל. עס זענען דא זאכן וואס ס'איז בעסער אז מ'טוישט נישט נאר מ'לאזט עס ארגינעל אזוי ווי עס איז. אבער מ'דארף דערצו האבן גרויס עקספערטיז, צו וויסן וואס צו טוישן און וואס נישט.

געלינקטער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:08 am

תגובהדורך געלינקטער » דינסטאג ינואר 11, 2011 11:59 am

סאכדעס האט געשריבן:אין היידפארק איז געווען אן אשכול מיט די אידישע ניגונים פון יאסעלען.

טאבאקא האט געשריבן:אגב, קענסטו מיר ביטע שיקן דעם לינק פון היידפארק וואס דו האסט דערמאנט, ס'דארף מיר צו זיין אינטרעסאנט, א דאנק פון פאראויס

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp? ... m_id=11045

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג ינואר 17, 2011 7:29 am

קוק גוט אויף זיינע איבעריגע ווערטער, ס'זעהט נישט אויס ווי ער רעדט פון יענעם אשכול.

סאכדעס האט געשריבן:די ניגונים זענען זייער נישט גוט נאכגעשריבן. סייסט? עס איז גוט, אבער אין היידפארק איז געווען אן אשכול מיט די אידישע ניגונים פון יאסעלען. נו, פארוואס האט ער עס נישט געקענט א סערטש געבן, און האבן מער א פונקטליכע און קראנטע זאך.
לדוגמא, אין ניגון 5 האט מען דארט געהאט א גאנצע דיון וואס ער זאגט זאל גיסן א שיין אויפן 'טונקעלן' וועג אדער 'דונקעלן וועג. און ער שרייבט טונקעלן, אפילו מ'קען בפירוש הערן דעם ד'. און נאך און נאך, כאניש קיין געדולד זיך צו שטעלן אויף אלעם.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט