רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי ארי' לייב צינץ - הגאון מפלאצק זצ"ל - ג' אייר תקצ"ג

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 07, 2010 8:34 am

דער פלאצקער גאון איז גאר באקאנט בעולם התורני זייענדיג א גאון וחריף ומפורסם בחיבוריו, הויפטזעכליך איבער זיין בארימטע צוואה פון דרוקען זיינע חיבורים ווי ער האט פארשפראכען צו זיין א מליץ יושר פאר די וועלכע וועלן זיך אפגעבן דערמיט, ורבים נוושעו על ידו, יעצט אז דער יארצייט דערנענטערט זיך איז כדאי אביסל מעלה צו זיין זכרונו ולעשות נייחא לנשמתו הטהורה, זכותו הגדול יגן עלינו.

-

ר' ארי' לייב צינץ איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער ר' משה ב"ר יהודא לייב אייבשיץ ז"ל, ר' יהודה לייב איז געווען א ברודער מיט הגאון הגדול דער רבי ר' יהונתן זצ"ל (דער פלאצקער גאון האט זיך געטוישט האמען צו צינץ, זיינע ברודער זענען געבליבען מיטן נאמען אייבשיץ ווי ווייטער דערמאנט).

דער פלאצקער גאון האט מכהן געווען ברבנות אין פארשידענע שטעט ובסוף ימיו אוה למושב לו אין דער עיר ואם בישראל ווארשא הבירה, ווי ער האט געוואלט קענען זיצען על התורה ועל העבודה אומגעשטערט עד פטירתו ביום ג' אייר תקצ"ג ומנו"כ בבה"ח בווארשא.

טייל פון זיינע חיבורים האט ער נאך געדרוקט בחייו און טייל זענען געבליבען בכתב ידו נאך די פטירה וועלכע זענען שפעטער ערשינען לאור עולם ווי דערמאנט דורך אידען וועכלע האבן מקיים געווען צוואתו, גאר באקאנט איז געווען די משפחת זילבערבערג המפוארה פון ווארשא ביז צו הגאון ר' אברהם בנימין זילבערבערג אב"ד פיטסבורג ז"ל וועלכע האבן זיך אפגעגעבן בהדפסת חיבורי המהרא"ל צינץ זצ"ל.

צווישען די חיבורים ציילען זיך;
מקצוע בתורה
הגדש"פ ברכת השיר
יעלת חן
אילת אהבים
טיב חליצה
ועוד

אויך די ברודער פונעם גרויסען גאון; ר' נתן נטע ור' יהונתן אייבשיץ האבן זיך אפגעגעבן מיט די ספרים. פון צווישען די קינדער פונעם פלאצקער גאון איז געווען זיין זוהן ר' אהרן צינץ אב"ד טורבין ז"ל

די מציבה פונעם פלאצקער גאון אין ווארשא, ווי עס איז איינגעקריצט עפ"י צוואתו זיין וואונטש פון ארויסגעבן זיין חיבורים.
צוגעלייגטע
PlozkerGaonTumb.jpg
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מיטוואך אפריל 07, 2010 9:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 07, 2010 9:30 am

די קינדער פונעם פלאצקער גאון ווערן אויסגערעגנט אין עטליכע פון די חיבורים אינע מבוא דורך ר' יוסף ליבערמאן שליט"א, ווי פאלגענד;

א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
[ב. בנו ר' אברהם - למקורות אחרים לא היה לו בן בשם זה ]
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 07, 2010 9:44 am

ונעם זוהן ר' אהרן אב"ד טורבין איז געווען א זוהן ר' ראובן שלמה וועלכער האט געוואונט אין ווארשא, פאלגענד זענען קינדער פון ר' ראובן שלמה וואס איך האב דערווייל אידענטיפיצירט אינעם ווארשאווער ביה"ח, מי עטליכע בילדער.

א. בנו ר' דוב ידידי' המכונה בערל גאדיל צונץ - אשתו מרת ביילא ב"ר חיים שמואל
ב. בנו ר' יעקב ארי' לייב
ג. בתו מרת שרה רויזא
ד. בתו מרת חי' פעריל

אין די בריווען פונעל לעצטען ליובאוויטשער רבי טרעף איך א חסיד בשם ר' דוב ידידי' צונץ, וועלכער איז ווארשיינליך אן אייניקלף, אפשר האט איינער מער פרטים
צוגעלייגטע
photo.jpg
ReuvenShlomo.jpg
DovYedidiye.jpg
Descendant2.jpg
Descendant.jpg

איטשע
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 6:46 am

דער משפחה נאמען איז "צונץ", מיט א מלאופים אדער חולם, זעכער נישט מיט א יוד, אויף דייטש ליינט זיך עס Zons.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 6:57 am

איטשע האט געשריבן:דער משפחה נאמען איז "צונץ", מיט א מלאופים אדער חולם, זעכער נישט מיט א יוד, אויף דייטש ליינט זיך עס Zons.


און די ספרים ווערט דאס געדרוקט מיט א י', אויף פויליש אינעם ווארשעווער ביה"ח אויפן וועב-סייט שרייבט מען עס Zintz
צוגעלייגטע
21-39758.jpg

איטשע
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 7:09 am

אינטערסאנט, זיינע פראנקפורטער זיידעס האבן זיך יא גערופען "צונץ".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 7:23 am

קוק אויף די מציבות בייגעלייגט אין מיינע תגובות וועסטו אויך זעהן מיט א י'.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 8:31 am

כ'האב געזעהן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 08, 2010 2:23 pm

דא אין וויליאמסבורג געפונט זיך א משפחה צינץ, זענען זיי אייניקלעך?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 09, 2010 10:28 am

מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם פלאצקער גאון ווערן אויסגערעגנט אין עטליכע פון די חיבורים אינע מבוא דורך ר' יוסף ליבערמאן שליט"א, ווי פאלגענד;

א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
[ב. בנו ר' אברהם - למקורות אחרים לא היה לו בן בשם זה ]
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער


דא אין ספר אהל אברהם לתולדות ר' אברהם אביש מפראנקפורט ז"ל, ווערט אביסל באהאנדלט משפחת מרגליות המפוארה כולל דעם דערמאנטן ר' אורי לוי פייבל מרגליות ז"ל חתן מהרא"ל צינץ.

ר' אורי לוי פייבל ב"ר אליעזר מרגליות מראדום, בניו;
א. בנו ר' עובדי' משה מרגליות
ב. חתנו ר' פנחס מרגליות מראדום בן אחיו ר' אברהם אבוש מראדום.

דער מחבר פונעם 'אהל אברהם' ר' אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן ב"ר צבי יחזקאל מפלונסק ז"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס מרגליות מראדום הנ"ל חתן ר' אורי לוי פייבל חתן המהרא"ל צינץ.

אן אנדערער איידעם פון ר' פנחס מרגליות מראדום איז געווען ר' חיים מנחם מענדל הלוי קעסטענבערג מראדום זעה בייגעלייגט תולדותיו.
צוגעלייגטע
New Picture.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 13, 2010 10:19 am

פערגאנגענעם פרייטאג האב איך ערהאלטן דריי בלעטער פונעם ספר 'תולדות מהרא"ל צינץ' פון אלפסי, וועלכע רעדט איבער די קינדער פונעם פלאצקער גאון, זעה בייגעלייגט.

איך וועל מגיב זיין שפעטער מיט הערות, אויף דערווייל אויב איינער ווייסט מער איבער די שושלת אדמור"י קאשיווקא ודאוויד-הארדעק נכדי המהרא"ל צינץ, וואלט איך געווען נייגעריג מער פרטים.
צוגעלייגטע
toldos mhral tzinz.pdf
(325.32 KiB) דאונלאודעד 138 מאל

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג אפריל 13, 2010 11:13 am

מיללער האט געשריבן:פערגאנגענעם פרייטאג האב איך ערהאלטן דריי בלעטער פונעם ספר 'תולדות מהרא"ל צינץ' פון אלפסי, וועלכע רעדט איבער די קינדער פונעם פלאצקער גאון, זעה בייגעלייגט.

איך וועל מגיב זיין שפעטער מיט הערות, אויף דערווייל אויב איינער ווייסט מער איבער די שושלת אדמור"י קאשיווקא ודאוויד-הארדעק נכדי המהרא"ל צינץ, וואלט איך געווען נייגעריג מער פרטים.

ר' יו"ט ערליך אויף חבלי משיח #1 האט א ניגון וואס הייסט דאוויד-האראדאק, ער זאגט אז ער איז דארט ערצויגן געווארן.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג אפריל 13, 2010 12:59 pm

אין שכנות'דיגן אשכול פון ר' נתן שפיגלגלאס ז"ל האב איך אראפגעברענגט א מעשה וואס ר' נתן איז אויסגעהיילט געווארן פון די ביטערע מחלה ל"ע בזכות פון דרוקן א ספר פונעם מהרא"ל מפלאצק זי"ע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 13, 2010 1:46 pm

מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם פלאצקער גאון ווערן אויסגערעגנט אין עטליכע פון די חיבורים אינע מבוא דורך ר' יוסף ליבערמאן שליט"א, ווי פאלגענד;

א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
[ב. בנו ר' אברהם - למקורות אחרים לא היה לו בן בשם זה ]
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער


לויט דעם דערמאנטן חיבור 'תולדות מהרא"ל צינץ" לאלפסי, איז טאקע נישט געווען קיין זון ר' אברהם, נאר אן איידעם ר' אברהם הערצבערג ובז"ש האט די טאכטער חתונה געהאט צו ר' חיים דאווידזאהן אב"ד ווארשא.

מציבת ר' יעקב משה הערצבערג מווארשא נכדו של ר' אברהם חתן רבינו
צוגעלייגטע
YMHertzberg.jpg

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך אפריל 14, 2010 8:52 am

מיללער האט געשריבן:די קינדער פונעם פלאצקער גאון ווערן אויסגערעגנט אין עטליכע פון די חיבורים אינע מבוא דורך ר' יוסף ליבערמאן שליט"א, ווי פאלגענד;

א. בנו ר' אהרן אב"ד פינטשוב וטורבין חתן ר' יוסף אב"ד אוסטילא
[ב. בנו ר' אברהם - למקורות אחרים לא היה לו בן בשם זה ]
ג. בנו ר' יוסף
ד. חתנו ר' אורי לוי פייבל מרגליות
ה. חתנו ר' אברהם שיסקעס מבריסק (למקורות אחרים היה רק חתן אשתו)
ו. חתנו ר' מאיר טשעכנאווער
ז. חתנו ר' זאב ליפסקער

ר' יוסף אב"ד אוסטילא בן הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז זי"ע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 14, 2010 9:01 am

יישר-כח ר' מיילעך, אויך האט מיר ר' מיילעך מגלה געווען אז די קאשיווקא דינאסטיע האט געטראגן דעם משפחה נאמען 'גינזבורג', ר' שמואל מקאשיווקא איז געווען אן איידעם ביי ר' אהרן צינץ בן המהרא"ל.

בניו;
ר' יחיאל מיכל מקאשיווקא
ר' זאב וואלף מדאוויד-הארדעק

לר' יחיאל היה בן ר' שמואל השני מקאשיווקא, לו היה חתן ר' יעקב יוסף קאצינלנבויגן מקאנסטאנטין, האם הוא היה נכדו של ר' ייב"י?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך אפריל 14, 2010 11:14 am

כן!
ר' יעקב יוסף מקאנסטאנטין בן ר' ברוך מקאנסטאנטין בן ר' יוסף מאוסטילא הנ"ל .
ור' ברוך הנ"ל חתן ר' פנחס מאוסטראה בן רב ייב"י זי"ע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 06, 2010 2:01 pm

מיללער האט געשריבן:
ר' אורי לוי פייבל ב"ר אליעזר מרגליות מראדום, בניו;
א. בנו ר' עובדי' משה מרגליות
ב. חתנו ר' פנחס מרגליות מראדום בן אחיו ר' אברהם אבוש מראדום.

דער מחבר פונעם 'אהל אברהם' ר' אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן ב"ר צבי יחזקאל מפלונסק ז"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס מרגליות מראדום הנ"ל חתן ר' אורי לוי פייבל חתן המהרא"ל צינץ.

אן אנדערער איידעם פון ר' פנחס מרגליות מראדום איז געווען ר' חיים מנחם מענדל הלוי קעסטענבערג מראדום זעה בייגעלייגט תולדותיו.


היינט האב איך געטראפן א בילד פון שטאט ראדום און דער רב ווערט אידענטיפיצירט אלס 'הרב קעסנטבערג' בעת ער אדרעסירט יתומים פון א ארטיגע 'בית היתומים' דער בילד איז געכאפט געווארן בשנת תרפ"ג דורך אן אמעריקאנער פאטאגראפירער מיטן ציל צו שאפן געלט אין אמעריקא פאר די בית היתומים.

ווארשיינליך איז דער רב אינעם בילד דער ר' יחאל ב"ר חיים מנחם מענדל קעסנטבערג ראב"ד ראודם (זיין פאטער איז אויך געווען רב אין ראדום אבער זיין יונגער צורה לאזט מיר טראכטען אז דאס איז ענדערש דער זון)
צוגעלייגטע
New%20Picture.JPG
untitled.JPG

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 15, 2010 3:42 am

צוויי פארלוירענע תגובות

הודעהדורך מיללער אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 7:57 pm
אין דורות האחרונים לרב"צ א"ש מניו יארק טרעף איך אן ערך איבער ר' מנחם יהודא גוזיק ראב"ד אנשי מאקאווא בניו יארק ומלפנים אב"ד פוקיפסי ובעמח"ס נחמת יהודה

זיין מוטער איז געווען די טאכטער פון ר' אשר לעמל הלוי הנקרא ר' לעמיל מזעלין, און דורך איר איז ער געווען אן אייניקל פון מהרא"ל צינץ מפלאצק, ברויך מען דערגיין וויאזוי עס גייט דער סדר היחס.

הרב גוזיק איז געווען א מקורב צון ר' יהושע סיגעל דער שערפסער רב פוןניו יארק, ער האט אנגעפירט מיט די הספדים ביי די לוי' און אויך געהאט א חלק אין דרוקען זיין ספר שו"ת אזני יהושע.
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט


הודעהדורך מיללער אום פרייטאג יולי 09, 2010 1:14 pm
דערווייל זוכענדיג טרעפן מיר נאך א רב אין ניו יארק אן אייניקל פונעם פלאצקער גאון זעהט אויס ווי א משפחה קרוב צו הרב גוזיק, ר' פייביש פישל פלאטא א רב אין הארלעם ניו יארק, ערכו בתולדות אנשי שם.
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט


דא איז זעהט אויס געווען בילדער אין ביידע תגובות, אויב מעגליך הרב מסקרענטאן זאל צוריקלייגן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 10:47 am

געטראפן בדרך אגב נאך א פלאצקער אייניקל אויפן ווארשא בית עולם, דערווייל טרעף איך נישט קיין פרטים איבער דעם איד און זיין פונקטליכע יחוס צום פלאצקער גאון.

איש ישר באדם, תושב מביאלאסטאק
מופלג בתורה, משכיל מובהק בתנ"ך
הולף במישרים כל ימיו
ונהנה מיגיע כפו, שמו ר' ירוחם פישל
ב"ר צבי ליפשיץ
נכד של הרב הגאון מפלאצק
פתאום עלה המות בחלונותי', והובל
לווארשא, ובכה מצא מקום מנחותו
ביום ד' תשרי שנת תר"ע לפ"ק
יומתקו לו רגבו ועפרו
והמקום ינחם בניו ובנותיו
ומשפחתו
צוגעלייגטע
Lipchitz.jpg

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

פלאצק

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך מארטש 02, 2011 2:05 pm

כאב געזעהן אין א ספר וואס באשרייבט דעם חי' הרי"ם זצ"ל (מעגליך אין מאיר עיני הגולה) אז די חי' הרי"ם האט געלערנט ביים פלוצק'ער גאון
און ער איז אוועקגעגאנגען פון אים ווייל אמאל האט דער פלוצק'ער גאון פארגעלערנט און ס'געווען ארויסגעריסן א בלאט און דער פלוצק'ער גאון האט
פארגעלערנט דעם קומענדיגען בלאט [נישט באמערקענדיג אז ס'פעלט א בלאט] כאילו לא היה ע"כ המעשה,

כ'וויל וויסן צו איינער ווייסט פון וואס איך רעד און פונקטליך וואו ס'שטייט ווייל לפי עניית דעתי לייגט זיך די מעשה נישט אויפ'ן שכל
יש"כ למפרע
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

קורץ און שארף
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 10, 2011 1:02 pm

תגובהדורך קורץ און שארף » דינסטאג מאי 03, 2011 3:16 pm

כברענג ארויף דעם אשכול לכבוד די יארצייט וואס געפאלט אויס קומענדיגן שבת קודש הבעל"ט.

און די טעג קומט פאר די יערליכע קאמפיין פון די מכון וואס גיט ארויס זיינע ספרים, מנדב צו זיין ולזכות בהבטחתו המפורסמת קודם פטירתו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:44 pm

נאך אן אייניקל געטראפן אויפן ווארשא בית עולם (באדיבות ידידי ר' אברהם שלמה מקראסנא-וועטש תשוח"ח לו)

האשה מרת גאלדה שפרה ב"ר מרדכי אשר נכד הגאון החריף זצ"ל מפלאצק אשת ר' שלמה אפפענהיים נפטרה בשנת תרמ"ה. ווי עס שיינט איז איר פאטער ר' מרדכי אשר געווען דער פלאצקער אייניקל, איז די שאלה ווער איז דער ר' מרדכי אשר און ווער איז זיין איידעם ר' שלמה אפפענהיים?
צוגעלייגטע
74326494.XwJlNhnO.DSC_3169am.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 05, 2012 3:52 pm

נאך אן אייניקל אויפן ווארשא בית עולם, ר' אפרים ב"ר ארי' לייב מרגליות נו"נ למהרא"ל מפלאצק (לכאורה דרך חתנו הנ"ל ר' אורי לוי מרגליות)
צוגעלייגטע
EMargl.jpg

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 05, 2012 4:09 pm

כ'האב מיך אלץ געווינדערט, די הבטחה אז מען וועט דריקען די ספרים, האבעך אלס פארשטאנען, אז פשט איז, אז ער האט פשוט געוואלט אז עס זאל זיין זיינע ספרים בנמצא, און ער האט זיך אינטערגענומען צו פוילן א ישועה ווער עס וועט עס דרוקען.

אבער היינט אז די ספרים זענען שוין געדריקט, נאך מער יעדער צווייטער דרוקט עס, און אין אלע בתי מדרשים, און אין אלע שמות'ער דרייען זיך צענדליגער פון די ספרים, פארוואס זאל זיין א ענין עס צו דריקען? חוץ אז כ'וועל זאגן אז עס איז כגזירה היוצא מפי השליט, און וויבאלד ער האט צוגעזאגט, אפי' די סיבה פאלט אוועק, כאפט מען זיך צי צו זיינע ווערטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: זהב און איין גאסט