מיר זענען צוריק אפען + סך הכל

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

מיר זענען צוריק אפען + סך הכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

וואו איר זעהט האבן מיר שוין ב"ה ענדליך גע-עפענט אלע פארומס פאר ביזנעס און מען קען שוין שרייבן אווי פריער.

מיר האבן האפענטליך פאראכטן זינט דער לעצטער אפדעיט רוב לינקס צו ארבעטן, אזוי אויך האבן מיר פאראכטן רוב לינקס וואס ווייזן עטליכע אשכולות אויפאמאל, און דערין אויך אז די אקטיווע טאפיקס אפציע זאל ארבעטן, די זייגער קוקט שוין אויך אויס אביסל נארמאלער, (עמער זעהן אויף ווי לאנג), אויב זעהט איר נאך עפעס וואס ארבעט נישט כשורה, ביטע שרייבט עס אינעם צייטווייליגן קרעטשמע פארום ביי די אנגעצייכענטע אשכול.

איצטערט ווילן מיר אראפלייגן א סך הכל פון וואס איז פארגעקומען און וואס די פלענער זענען אויפן צוקונפט. (פאר געוועזענע קענט איר קוקן דא און דא)

ווי יעדער פון ענק ווייזט שוין, פאר ארום דריי וואכן צוריק אין א מיטוואך פארנאכט האט זיך די סערווער אויף וואס די אידישע וועלט וועבסייט איז געליגן צוזאמגעלייגט און אינטערגעגאנגען א פלוצלימדיגע אינטערגאנג, לויט גאו דעדדי (די קאמפאני ביי וועם די סערווער איז געווען אנגעהאנגען) האבן זיי פראבירט עס צוריק צו ברענגען צום לעבן אבער עס האט נישט געהאלפן, (מעגליך גאר געשאדט), איך שיהיה ארום צוועלף ביינאכט האט מען אנגעהויבן ארבעטן דערויף, א גאנצע נאכט האט מען נאך געארבעט עס צוריק צו שטעלן, ארום פינף פארטאגס האב איך באקומען די ידיעה אז זיי האבן אויפגעגעבן און זיי האבן מיר עס נישט געוואלט ארויסגעבן, נאר פאר אן אפצאל האבן זיי געטוהן א גאנצע טובה און עס אריין געלייגט אין אן יו עס בי אינקלאוזשער און עס צוגעטשעפעט צו די נייע סערווער, דאס האט זיי אויך גענומען א גאנצען טאג.

גלייך אינדערפרי האבן מיר זיך פארבינדן מיט פארשידענע עקספערטן וואס מיר זאלן טוהן, אין די זעלבע צייט האב איך גענומען ארבעטן אויף די צייטווייליגע פארומס, דאס ערגסטע פון אלעם אז איך האב נאר געהאט א בעקאפ פון דריי און האלב וואכן צוריק, וואס באמת וואלט איך ווען געדארפט האבן א בעקאפ פון א מינומום יעדע וואך, (חטאתי, עוותי, פשעתי. קלאפ, קלאפ, קלאפ. עס וועט בלי נדר מער נישט פאסירן), דאס צוריק שטעלן א בעקאפ פון די סייט האט גענומען אסאך צייט צוליב כמה סיבות, ווצבש"פ די אינפארמאציע איז אין אידיש וואס זענען נישט קיין גלייכע אויתיות וואס פארשטיין זיך מיט אלע סיסטעמען גלייך, צווייטענס די סייט איז געווען צוזאמם געשטעלט פון דריי באזונדערע פראגראם'ס און דא זענען מיר געבלייבן נאר מיט איינס, און דעריבער קענען געוויסע טאקע נישט ניצן זייער געוועזענע פעססווארדס ווייל נישט אלעס איז געבליבן צוזאמען.

דאס האט גענומען כמעט א וואך ארויף צו ברענגן, אין די זעלבע צייט האבן עטליכע עקספערטן כסדר געארבעט אויפן אלטן סערווער און פראבירט ארויס צו שלעפן דערפון וואס מער, מען האט ב"ה קודם צוריק געברענגט אלע פיילס, עטעטשמענטס, בילדער און אוועטער, די עיקר עבודה איז אבער געליגן אין די דאטע באזע'ן וואו עס ליגן אלעס וואס מען שרייבט דא, אבער וי עס שטעלט זיך ארויס האט דאס די מערסטע געליטן, און מען האט די ערשטע שטיק צייט גארנישט געטראפן, אבער מען האט נישט אויפגעגעבן.

די ארבעט פון ריקאווערן דעטע איז זייער א שווערע און לאנגע ארבעט, איצטערט נאך קנאפע דריי וואכן ארבעטן דערויף האלטן מיר כמעט ביי אלף, נישט ממש, מיר האבן ב"ה ריקאווערט כמעט די גאנצע וויקיפידיע, אבער גארנישט קיין ערענסטע אינפא פון די פארומס עטליכע קעפלעך פון געוויסע אשכולות און דא און דארט א פארוואפענעדע שטיקל אינפארמאציע אבער קיין שום דבר ממש, ווי מיר שטייען היינט זעהט נישט אויס ווי עס וועט נאך עפעס ווערן אויסגעקוועטשט דערפון אבער מיר האבן א גרויסן גאט און מיר פראבירן ווייטער, אבער מיר קענען דערויף נישט בויען, מוזן מיר אנהייבן פון טראכטן תכלית און א פלאן אויף ווייטער.

דער פלאן אויף ווייטער.

ווי ענק זעהן האבן מיר במשך די נאכט מוצ"ש אפדעיטעד די פארומס סאפטוועיר צו די לעטעריגע ווערסיע, און דאס גייט אי"ה זיין א שטארקע פונדאציע אויף צו בויען ווייטער, מיר האלטן אינמיטן צוזאם שטעלן א פולער נייער וועבסייט געויעט אויף די סאפטוועיר אבער עס וועט זיין פול מער פון פארומס אין ארטיקלן, עס וועט אי"ה קענען זיין גאר א שיינער אויסעהאלטענער מקום אויף די טמא'נער אינטערנעט, מיט מער מעגליכקייטן ווי פריער און מער אינפארמאציע ווי איר וועט אי"ה אליין זעהן בקרוב, עס האלט שוין טאקע אינמיטן געבויעט ווערן אבער עס קען נאך נעמען עטליכע וואכן ווילאנג מיר וועלן זיין פארטיג דערמיט, (איבערטייטשען אויף אידיש נעמט אויך צייט).

וויכטיגע לעקציעס וואס מיר האבן געלערנט.

א דאטע באזע מוז ווערן בעק'ד אפ כאטש איינמאל א טאג, און אפי' מער אויך און אויף צוויי פלעצער. איצטערט טוהן מיר עס יעדע נאכט.

קיינמאל נישט האוסטען א גרויסע וויכטיגע וועבסיט אויף א פלץ וואו מען קען נישט באקומען די סערווער לאחר המעשה.

נישט אנהאלטן א גרויסע וועבסייט אן מאכן געלט (פארוואס ווייל כ'שטעל זיך פאר אז ווען עס וואלט געווען געלט אין די קאסע וואלטן מיר געהאט א בעקאפ מער אפטער).

דעריבער גייענדיג פאראויס גייען מיר אי"ה אריבער צו א בעסערן ארט וואו די סייט'ס סערווער וועט ליגן און ווערן בעק'ד אפ טעגליך אדער מער, און מיר האבן די סערווער ווען מיר דארפן.

אזוי אויך וועלן מיר מיטן אויבערשטענס הילף זיך מער פארלייגן אז די סייט זאל אריינברענגען אפאר דאלער עס זאל כאטש באצאלן אביסל פון וויפיל עס קאסט אפ אויפצוהאלטן, ןמכאן הקריאה יוצא, ווער עס טוט זיך אדווערטייזן אויף אנדערע פלעצער זאל ביטע נעמען און באטראכט פון אדווערטייזן דא און האבן א חלק און מחיה זיין טויזענטער אידן, און ווער עס ווייסט פון איינעם וואס זוכט צו אדווערטייזן זאל ער אים רעקקאמענדירן דא, נאכאלעמען אז איר לייענט דאס לייענן דאס אויך אייערע צוקונפטיגע קליענטן, און ווער נישט זאל כאטש פראבירן צו שטיצן די וואס אדווערטייזן דא און זאגן אז ער האט עס געזעהן אויף אייוועלט, מיר וועלן אי"ה מפרסם זיין מער וואס נענטער מיר וועלן קומען צום נייעם סייט.

ווען מיר וועלן מופן אי"ה וועט מען אויך פארמאכן די טויערן אויף א שטיק צייט האפענטליך אויך נאר איבערנאכט, און מיר וועלן מעלדן אלע פרטים גענוג פריה.

איצטערט עטליכע ווערטער פאר דו וואס קענען זיך נאכנישט אריינסיינען, (כ'גיי עס שרייבן אין באלד און גרויסע אותיות ווייל נישט יעדער קען ליינען אזעלעכע קליינע אותיות זעהט אויס)

אויב קענט איר זיך נישט אריינסיינען און עס זאגט אז די פעסווארד איז נישט גוט דאן דריקט אויף "איר האט פארגעסן אייער פעסווארד", די סיסטעם וועט אייך שיקן אן אימעיל מיט א "לינק" וואס איר מוזט קודם קליקן אז עס זאל ארבעטן, ווען איר קליקט די לינק וועט עס ארויפברענגען א מעסעדזש אז עס איז אקטיווירט געווארן, הערשט דאן מאכט זיכער אז איר קאפירט די גאנצע פעסווארד פון די אימעיל און סיינט זיך אריין דערמיט, דערנאך קענט איר טוישן די פעסווארד אין די באנצוער קאנטראל צימער.

אויב איר האט אלעס געטוהן און זיכער געמאכט אויסצופאלגן פונקטליך ווי עס שטייט און עס האט פארט נישט געארבעט דאן שיקט מיר אן אימעיל, פארוואס זאג איך אייך דאס ווייל פון די צענדליגער און צענדליגער אימעיל'ס וואס זענען אנגעקומען האבן זייער פיל פשוט נישט נאכגעטוהן וואס מען האט געדארפט, עס איז נישט זייער שולד קען זיין מען האט עס נישט געונג גוט ארויס געברענגט, נישט אז כ'האב א פראבלעם ארויסצוהעלפן אין אימעיל נאר היות איך קען נישט זיין צוגעבינדען א גאנצען טאג דערצו (כ'מוז דאך פרנסה אויך) קען דורך גיין עטליכע שעה אן וואס כ'זאל ענטפערן און די באנוצער ווערן נערוועז, דעריבער מאכט זיכער אז איר פראבירט אלעס, אבער האט נישט מורא מיר צו שיקן אן אימעיל אויב עס ארבעט פארט נישט, אדער אויב איר האט סיי וואס פאר אן אנדערען פראבלעם, אויסער אז מען זאל געבן רשות כתיבה וואס דאס טוהן די מנהלים.

מיר וועלן אי"ה אפדעיטדן דעם עולם ווי נאר מיר וועלן האבן עפעס מער.

מיט דאנק און אנטשולדיגונג.

המכונה ארענדער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הודו לה כי טוב כי לעולם חסדו!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח ארענדאר, זאלסט געבענשט ווערן מיט כל טוב.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איינער האט עפעס אן אויסדרוק פון דאנקבארקייט וואס מיר האבן נאכנישט גענוצט אויף אונזער ארענדער ירום הודו?

מען קען אריינשיקן אין אישית, די בעסטע אויסדרוק וועט באקומען א חודש פריי איינטריט אין אידישע-וועלט...

----
מר. ארענדער, יישר כח פארן רופן און מעלדן די גוטע נייעס, איך האב פונקט נישט געקענט אויפהייבן, און נאכדעם איז שוין געווען צו שפעט צוריקצורופן. א גוטע נאכט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

קרעמער האט געשריבן:איינער האט עפעס אן אויסדרוק פון דאנקבארקייט וואס מיר האבן נאכנישט גענוצט אויף אונזער ארענדער ירום הודו?

שיק אריין אפאר גרינע (נישט די ניק... נאר די עכטע) דאס האט נאך קיינער נישט געטוהן דאכט זיך.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, אוי ביסטו גערעכט, ס'נישט די ווערטער וויזוי זיך צו באדאנקען פאר ארענדער...

אבער איין זאך יא, וואו איך זעה צווישן זיינע ווערטער רעדט ער פון אדוויטייזן.

אי"ה די נייע סייט גייט זיין סאאאך מער פלעקסיבל, און ס'וועט זיין גרינגער דאס ענין בנוגע אדוויטייזמענט.

ווער ס'ווייסט איינער וואס וויל עדוויטייזן, זאל זיך פארבונדן מיט ארענדאר, אדער מיט מיר, און יא! ס'ברענגט גאר גוטע רעזולטאטן.

געדענקט, די איינציגסטע וועג בדרך הטבע ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן וואס ס'האט פאסירט, איז צו האבן א אייגענע סערווער, מיט א גוטע בעק-אפ סיסטעם, און ס'קאסט א סאאאאך געלט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

וועלקאם בעק!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

א גרויסן ישר כוח ארענדער, און ספעציעל פארן מיר געבן ספעציעלע ראט ווען מיר זענען נאך געווען אין גלות קרעטשמע.

---

פארוואס קען מען נאכנישט עפענען אשכולות אין דזשורנאל?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

ווען כ'האב געקוועטשט דעם קנעפל האב איך מיר אונטערגענומען צו שרייבן א "תגובה מהירה". דערפאר וויל איך מיר אנטשולדיגן פאר ארענדער, כ'מיז מיר יאגן, א ווארט איז א ווארט:

א גרויסען יישר כח, ארענדער!! דער גרויסער גאו-דעדי אין הימל זאל דיר האלטן אינאיין העלפן צו גיין פאראויס, אן קיין שום נוטיגן בעק-אפ אין לעבן, הצלחה וברכה בכל מעשי ידיכם! אמן!

(זאג נאר, ס'מאכט סענס?...)

איין מער זאך: כ'זוך צו עפענען א ביזנעס צו קענען אדווערטייזן דא, עני סאדזשעסטינס?...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

א ריזן דאנק ארענדער פאר די שווערע ארבעט, ווי אויך פארן מיר שיקן מיין אימיעל אדרעסע נאכן ווערן אויסגעשלאסן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אפילו מ'האט שוין געטוהן פריוואט דארף נאך אלץ זיין "ובתוך רבים אהללנו"

א גרויסן יישר כח אייך חשוב'ער ארענדער!

זאל אייך השי"ת בענטשן בכל מילי דמיטב, אמן
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ארענדאר. חוץ אונזער נעכטיגער שמועס מוז איך ברבים זאגן א גרויסן יישר כח. מענטשן זאלן פארשטיין אז ווען איך בין געזיצן אין קאנטרי ארום א טיש מיט אינגעלייט און פאברענגט געשמאק איז ארענדער געווען פארנומען צו ארבייטן אויף די סייט. געשריבן און געמעקט, געפרעגט און געקאלט. און אלעס פאר די מאגערע געהאלט פון... אךךךך! וואס געהאלט, ווען געהאלט? פאר גארנישט!!

אשריך ארענדאר!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
פארוואס קען מען נאכנישט עפענען אשכולות אין דזשורנאל?
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

יישר כח ארענדער!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פארוואס קען מען נאכנישט מעקן? כ'האב בטעות געעפענט צוויי מאל די זעלבע אשכול.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

די קוקיס זענען עפעס נאכאלץ נישט מסודר, כ'דארף אריינסיינען פון פריש יעדעס מאל כ'קום פון אימעיל. א דאנק.

נאך איין 'קליינ'יקייט, אויב מעגליך, גרעסער צו מאכן די ניקס פון דער זייט, כימי קדם. א באנק.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארענדאר,

אויב איך מעג פרעגן, מילא די דאטאבעיס איז געגאנגען פייפן ווייל דאס ליגט דאך גענצליך אויפן סערווער, אבער די 'פיילס' פון די FTP וואלסטו דאך געברויכט האבן לאקאל, נישט?

דארט אין די פיילס ליגט דאך דער גאנצער קאוד פונעם סייט וואס מען האט געטוישט און בעארבעט ביים אנהויב, סא מוז דאס ליגן ערגעץ לאקאל אדער ביים פראגראמער, טא פארוואס קען מען נישט ארויפשטעלן די לעצטערע ווערסיע און אלעס איז צוריק צום אלטן???
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלונימער »

יישר כח!
זייט געזונט און שטארק!
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

איך האב כמה וכמה קשיות צו פרעגן:
1. פארוואס איז דא 25 תגובות אויף א פעידזש אנשטאט 20 ווי ביי די אלטע ז"ל
2. ביי די בוקמארקס אויף מיין בב האב איך געהאט געסעיווט אסאך אשכולות. און יעצט ארבעט נישט קיין איין לינק דערפון.
3. אסאך האב איך געטראפן דורך סוירטשן אבער עס איז דא אסאך וואס נישט. ואלו הן:
מקום קבורת אהרן הכהן, הסלע שהוציא מים, מגדלו של האיש חסיד
די אידישע 'לאוער איסט-סייד' אין ניו יארק
מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים
שידוך שליסן, תנאים, חתונה אמאליגע טעג
מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 9
טאגבוך קיץ תש"ע - כלבו השלם
אינטערעסאנטע אימעיל'ס פון ר' מרדכי יצחק סאמעט
די היסטארישע לענדסלייד אין העווערסטראו 1906‫
אין מלחמה מיט די קריכער'ס‬...
"‫איבער געלעבט די קריג"


וואס פון די זענען דא אסאך וואס זענען עלטער ווי 3 וואכן פון פארן קראך. און דאך זענען זיי נישט צום געפינען.
און בעיקר באדויער איך קרעמער'ס טאג בוך.
ווער עס קען העלפן זאל זיך ווארעם אנרופן.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אייניגע האט געשריבן:3. אסאך האב איך געטראפן דורך סוירטשן אבער עס איז דא אסאך וואס נישט. ואלו הן:
מקום קבורת אהרן הכהן, הסלע שהוציא מים, מגדלו של האיש חסיד
די אידישע 'לאוער איסט-סייד' אין ניו יארק
מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים
שידוך שליסן, תנאים, חתונה אמאליגע טעג
מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 9
טאגבוך קיץ תש"ע - כלבו השלם
אינטערעסאנטע אימעיל'ס פון ר' מרדכי יצחק סאמעט
די היסטארישע לענדסלייד אין העווערסטראו 1906‫
אין מלחמה מיט די קריכער'ס‬...
"‫איבער געלעבט די קריג"

האסט עס כאטש געקאפיט און צוריקגעברענגט?
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

איך האב עס געסוירטשט דא אין אייוועלט און געטראפן. איך פארשטיי אז עס איז דא.
נאר די לינק אדרעסס האט זיך געטוישט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך וויל אויך נעמען א טייל און די לויב רייד
רעדן קענען יעדער אבער טון איז נישט ביי יעדן די זעלבע באדייט
על כן אדבר בך נכבדות פאר אונזער ארענדאר זאל לעבן געזונטערהייט
נאר א אייגענער ווייסט זיין יגיעה און פארשטייט
דעריבער שעצן מיר זיין ארבעט מיט פיל דאנקבארקייט
און מיר האפן אויף ווייטער אז נאך מער וועט זיך דערקענען זיין שטארקייט
רב אונים ואמיץ כח תמיד זאלסטו ווערן מיט גוטע ברכות באגלייט
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

ארענדער. אשרי לך ואשרי בך!

יו אר די מעעען! טענקס פאר די שווערע הארעוואניע מיר קוקן ארויס ווי מען קען דיר צוריק באצאלן.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

וואס הייסט ווי מען קען אים באצאלן?? דו ווייסט... יעדער ווייסט, און דאס איז און אמת׳ן געווען די חידוש מיט וואס מ׳איז ארויסגעקומען נאכן קראך!
אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

שמעלקא טויב האט געשריבן:פארוואס קען מען נאכנישט עפענען אשכולות אין דזשורנאל?
שמעלקא טויב האט געשריבן:פארוואס קען מען נאכנישט מעקן? כ'האב בטעות געעפענט צוויי מאל די זעלבע אשכול.


וועט בקרוב צוריק גיין ווי פריער.

האניג האט געשריבן:די קוקיס זענען עפעס נאכאלץ נישט מסודר, כ'דארף אריינסיינען פון פריש יעדעס מאל כ'קום פון אימעיל. א דאנק.

נאך איין 'קליינ'יקייט, אויב מעגליך, גרעסער צו מאכן די ניקס פון דער זייט, כימי קדם. א באנק.

אי"ה אויפן נייעם סייט בקרוב.

שוועמל האט געשריבן:ארענדאר,

אויב איך מעג פרעגן, מילא די דאטאבעיס איז געגאנגען פייפן ווייל דאס ליגט דאך גענצליך אויפן סערווער, אבער די 'פיילס' פון די FTP וואלסטו דאך געברויכט האבן לאקאל, נישט?

דארט אין די פיילס ליגט דאך דער גאנצער קאוד פונעם סייט וואס מען האט געטוישט און בעארבעט ביים אנהויב, סא מוז דאס ליגן ערגעץ לאקאל אדער ביים פראגראמער, טא פארוואס קען מען נישט ארויפשטעלן די לעצטערע ווערסיע און אלעס איז צוריק צום אלטן???


שתי תשובות בדבר.

איינס, מען קען טאקע אבער די גאנצע סיסטעם איז געווען צוזאמען געשטעלט מיט דריי אנדערע סאפטוויער, דהיינו דזשומלא, פי עיטש פי בי בי, און וויקימידיע, איצטערט זיי צוריק צוזאמען צושטעלן וואלט גענומען פיל לענגער און מער קאמפלעצירט, צוליב זייער אנגעבינדענקייט אין די דעטע בעיס.

צווייטענס, א המשך פון די ערשטע, מיר זענען אויסגעוואקסן די נוצבארקייט פון די אלטע סעט-אפ און שוין לאנג געהאט אין פלאן איבער צומאכן, איצטערט איז עס געקומען לידי מעשה, כאטש געצווינגענערהייט.

אייניגע האט געשריבן:איך האב כמה וכמה קשיות צו פרעגן:
1. פארוואס איז דא 25 תגובות אויף א פעידזש אנשטאט 20 ווי ביי די אלטע ז"ל
2. ביי די בוקמארקס אויף מיין בב האב איך געהאט געסעיווט אסאך אשכולות. און יעצט ארבעט נישט קיין איין לינק דערפון.
3. אסאך האב איך געטראפן דורך סוירטשן אבער עס איז דא אסאך וואס נישט. ואלו הן:
מקום קבורת אהרן הכהן, הסלע שהוציא מים, מגדלו של האיש חסיד
די אידישע 'לאוער איסט-סייד' אין ניו יארק
מקחם של צדיקים: היסטארישע חפצים
שידוך שליסן, תנאים, חתונה אמאליגע טעג
מדינת ישראל שטורעמט אקטיוויסטן-שיף; אומגעברענגט 9
טאגבוך קיץ תש"ע - כלבו השלם
אינטערעסאנטע אימעיל'ס פון ר' מרדכי יצחק סאמעט
די היסטארישע לענדסלייד אין העווערסטראו 1906‫
אין מלחמה מיט די קריכער'ס‬...
"‫איבער געלעבט די קריג"


וואס פון די זענען דא אסאך וואס זענען עלטער ווי 3 וואכן פון פארן קראך. און דאך זענען זיי נישט צום געפינען.
און בעיקר באדויער איך קרעמער'ס טאג בוך.
ווער עס קען העלפן זאל זיך ווארעם אנרופן.


דאס איז צוליב ווייל די סטרוקטשער פון די לינק'ס זענען געטוישט געווארן, פארדעם האט אויך נישט געארבעט אלע אנדערע לינק'ס, יענ'ס האב איך טאקע פאראכטן, ס'איז מיר ארויס פון קאפ צו טראכטן פון בוקמארק'ס, אי"ה ווען מען וועט מופן וועל איך יענע אויף פארעכטן. (עס נעמט עטליכע שעה צו פארעכטן און די סייט מוז ווערן אראפגעברענגט א ווי מוצ"ש דאן האט מען געטוהן אנדערע זאכן אויך, האט זיך עס געלוינט אפצושפארן די פארומס, די פראגע איז צו פארדעם אליינס לוינט זיך.)
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”