* חודש אלול

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

* חודש אלול

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 10:06 pm

אלול איז דער לעצטער חודש פון יאר. דעריבער האבן די חכמים באשטימט דעם דאזיגן חודש אלס די צייט תשובה צו טוהן אויף די עבירות פון גאנצן יאר, כדי מען זאל נישט אריינקומען אין דעם הייליגן טאג פון ראש השנה, וואס איז דער יום הדין, פארשמירט צוליב די שלעכטע מעשים וואס מען איז באגאנגען.
(של"ה הקדוש)

א רמז דערויף קען מען זעהן פון די משנה (ראש השנה דף י"ח ע"א) על ששה חדשים השלוחין יוצאין וכו' על אלול מפני ראש השנה, די שלוחי בית דין גייען ארויס מודיע זיין פאר די מענטשן פון גולה וועגן ראש השנה. קען מען זאגן דעם רמז, אז די שלוחים פון בית דין של מעלה גייען ארויס מעורר צו זיין די אידן תשובה צו טוהן אין חודש אלול, איידער עס קומט אן ראש השנה.
(ספרים)

פאלגענד איז אן איבערזעצונג פון דעם לשון פון הייליגן ספר "סדר היום", וואס ער שרייבט וועגן חודש אלול: ראש חודש אלול דארף יעדער מענטש נאכפארשן זיינע מעשים און זיך צוריקקערן צום הייליגן באשעפער, ווייל עס איז אן עת רצון, ווען דער באשעפער נעמט אן די תשובה סיי פון דעם יחיד און סיי פון דעם ציבור. חודש אלול איז די צייט ווען דער אויבערשטער איז איבערגעבעטן געווארן צו די אידן נאך דעם חטא העגל, ווען משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אין הימל אין די לעצטע פערציג טעג.

אין די טעג פון אלול פארמערט מען סליחות און תחנונים. מען שטייט אויף אינדערפרי, יעדעס ארט לויט איר מנהג. עס איז פארשפרייט דער מנהג אויפצושטיין יעדע נאכט א שעה אדער צוויי איידער עס הויבט אן צו טאגן, און מען זאגט סליחות ביז אינדערפרי יעדער איינער לויט זיינע כוחות.

אויף חודש אלול שטייט אין פסוק, "אני לדודי ודודי לי", וואס איז די ראשי תיבות אלו"ל, ווייל עס איז די צייט ווען דער אויבערשטער זוכט אונזער ליבשאפט, און ער שטרעקט אויס זיין רעכטע האנט אנצונעמען די תשובה פון מענטשן.

ערב ראש חודש דארף יעדער פאסטן, און עס איז נישט ווייניגער חשוב ווי יעדן ערב ראש חודש, וואס רוב ערליכע אידן פאסטן דעמאלס, בפרט ערב ראש חודש אלול, ווען מען גרייט זיך צו שטיין ביים משפט אויף אלע מעשים, סיי אויף די שגגות און אונסין, און סיי אויף די זדונות, און ווי אזוי קען א איד זיך אוועקשטעלן פאר'ן האר פון דער וועלט בשעת ער ווייסט ווי גרויס עס איז דער פחד פון יום הדין. דעריבער איז די בעסטע צייט זיך צוצוגרייטן 30 טעג פריער, אזוי ווי די חז"ל זאגן (פסחים דף ו' ע"א) שואלין ודורשין קודם החג שלשים יום, איז דאך אוודאי געוויס אז אין חודש אלול דארף מען תשובה טוהן סיי אויף די ענינים וואס זענען נוגע אים אליין, און סיי אויף די ענינים וואס זענען נוגע צווישן אים און די גאנצע שטאט וואו ער וואוינט. אויף יעדע זאך איז דא א גזר דין צום גוטן אדער ח"ו פארקערט.
וועגן דעם דארף יעדער מענטש זיך מעורר זיין 30 טעג פאר ראש השנה, וואס איז פון ראש חודש אלול, אויסצורוימען דעם חמץ (דער יצר הרע) פון זיין אייגענעם הארץ, און ער זאל נישט איבערלאזן אפילו א קליינעם טייל פון דאזיגן חמץ, און וויבאלד עס איז א שווערע ארבעט דאס צו טוהן, דארף מען אנהייבן 30 טעג פריער, כדי מקיים צו זיין דעם פסוק "מעט מעט אגרשנו מפניך".

און אזוי וועט דער אויבערשטער העלפן אז מען וועט זיך קענען רייניגן אין די דאזיגע 30 טעג פאר ראש השנה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2008 2:23 pm

חמשה עשר באב
פון חמשה עשר באב, הייבן זיך שוין אן די הייליגע טעג, ווייל לויט ר' אליעזר האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט כ"ה אלול, און פון ט"ו אב ביז כ"ה אלול איז דא פערציג טעג, און פערציג טעג איידער א מענטש ווערט געבוירן רופט מען אויס אין הימל וואס עס וועט זיין מיט דער קינד, אזוי אויך פערציג טעג פאר'ן יום הבריאה רופט מען אויס ווי אזוי עס וועט זיין די יאר. וועגן דעם קען מען זיך שוין אויסבעטן פון ט"ו באב, אז די קומענדיגע יאר זאל זיין א גוט יאר. בני יששכר

דער מהרי"ל ברענגט א מנהג אז פון ראש חודש אלול, ווען מען שרייבט א בריוו, שרייבט מען ביים ענדע פונעם בריוו, א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה". און וויבאלד די הייליגע טעג הייבן זיך שוין אן פון ט"ו אב, דעריבער זענען דא וואס פירן זיך צו שרייבן א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה" פון ט"ו אב.

ערב ראש חודש אלול
יעדער ערב ראש חודש איז א צייט פון תשובה, ווייל דאס איז דער לעצטער טאג פונעם חודש, וועגן דעם איז דאס א זמן תשובה צו טון אויפ'ן גאנצן חודש, ובפרט ערב ראש חודש אלול, כדי צוצוגרייטן דאס הארץ צו תשובה. מטה אפרים

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן "יום כיפור קטן" ערב ראש חודש אלול, אפילו די וואס זאגן נישט יעדן ערב ראש חודש. אויך זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן אין דעם טאג. עס איז דא א מנהג אויסצוזאגן גאנץ ספר תהילים ערב ראש חודש אלול. אויב ראש חודש אלול געפאלט זונטאג טוט מען די אלע זאכן דעם דאנערשטאג פריער.
חודש אלול
דער טעם פארוואס אנהייב פון חודש אלול געפאלט אייביג אויס אין פרשת שופטים, ווייל חודש אלול איז די צייט פון תשובה וואס יעדער יוד דארף אריינקוקן אין זיך, זען וואס מען דארף פארעכטן, און דער אנהייב פון תשובה איז, אז מען זאל שטעלן ריכטער און פאליציי וואס זאלן אכטונג געבן אויפן מויל, אויגן און אויערן, דאס מיינט, אז מען זאל אכטונג געבן אויף זיי נישט צו רעדן, נישט צו זען און נישט צו הערן וואס מען דארף נישט, נאר וואס מען מעג, און אויב טרעפט זיך אז מען האט פארגעסן און מען האט יא גערעדט אדער געזעהן און געהערט וואס מען האט נישט געטארט, זאל מען זיך באשטראפן מיט א קנס ווי למשל געבן צדקה וכדו', אזוי וועט מען שוין מער אכטונג געבן אויף זיך.
דעפאר קומט אנפאנג אלול אויס אין פרשת שופטים, ווייל דארט שטייט: "שופטים ושוטרים תתן לך" קען מען טייטשן, דו זאלסט זיך אליין מאכן פאר א שופט און דו זאלסט אליין זיין דיין אייגענע שוטר, דאס הייסט אז דו זאלסט זיך אליין באשטראפן, אויב דו וועסט ח"ו זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און אזוי וועסטו תשובה טון ווי עס דארף צו זיין. דעריבער לייענט מען די פרשה אנהייב חודש אלול וואס דאס איז א חודש פון תשובה.
בני יששכר

דער אויבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע יודישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טון און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אויבערשטער אריינברענגען און אריינדרינגען אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אויבערשטן, און מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטון.
דאס לערנען אונז חז"ל אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא" איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אויבערשטן, און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ, און מען פאר רעכט די מעשים פון א גאנץ יאר.
(בני יששכר חודש אלול)

א יעדער יוד ווייסט אז ווען עס קומט חודש אלול טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז, אז א גאנץ יאר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דעם אויבערשטן און אויספאלגן די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז.
לויט דעם קען מען מפרש זיין דעם פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנן עַל בְּתוּלָה" ווייל חודש תמוז און חודש אב ווערן אנגערופן "עֵינָי", און דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". זאגט דער פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגען פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טון ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער. עבודת ישראל

תשובה
חודש אלול איז דא אן עת רצון פון הימל מקבל צו זיין די תשובה, א רמז צו דעם קען מען זען פון דעם פסוק: "ואשר לא צדה והאלוקים אנה לידו ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה" (אויב איינער הרג'עט בשוגג זאל ער אנטלויפן צום ערי מקלט), די ווערטער "א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך" זענען ראשי תיבות אלול, מרמז צו זיין אז חודש אלול איז א חודש וואס איז אן עת רצון מקבל צו זיין די תשובה אויף די עבירות וואס מען האט געטון א גאנץ יאר, אויך איז דער פסוק מרמז אז אפילו אויף עבירות בשוגג דארף מען אויך תשובה טון. אריז"ל

עס שטייט אין פסוק (שיר השירים): "א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י" ראשי תיבות, "אלול". דאס איז טייטש אז די יודן זאגן: איך קוק כביכול אויף מיין פריינד - דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער זאגט איך קוק נאר אויף די יודן, און דער וועג וואס מען ווערט נאנט צום רבונו של עולם איז נאר דורך תשובה.
דאס איז א רמז אז חודש אלול איז דער חודש וואס יודן טון תשובה און דערנענטערן זיך צום באשעפער, און דער באשעפער דערנענטערט זיך צו די יודן:

אויך ווערט געברענגט א רמז, אז די טעג פון אלול זענען טעג וואס מען דארף זיך מתקן זיין, דורך תשובה תפלה און צדקה, דאס איז מרומז אין פסוק: "ומל ה' אלוקיך את לבבך ואת לבב זרעך" און א'ת ל'בבך ו'את ל'בב" איז ראשי תיבות אלול. וואס איז א רמז אויף תשובה. דער פסוק א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף תפלה. דער פסוק "א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים" איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף צדקה. אזוי ווי מיר זאגן ראש השנה און יום כיפור ביים דאווענען, ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

תקיעת שופר ראש חודש אלול
מען האט מתקן געווען צו בלאזן שופר ראש חודש אלול ווייל נאכדעם וואס די יודן האבן געזינדיגט אין מדבר מיט'ן עגל, און משה רבינו האט גע'פועל'ט ביים אויבערשטן ער זאל מוחל זיין די יודן, איז משה רבינו ארויף אויפ'ן בארג כדי מקבל צו זיין די צווייטע לוחות, און מען האט געבלאזן "שופר" אז אלע יודן זאלן וויסן אז משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג פון וואו ער וועט נישט אראפקומען ביז פערציג טעג און פערציג נעכט, כדי מען זאל זיך מער נישט טועה זיין צו מאכן נאך אן עגל ח"ו. אלס זכר אויף דעם בלאזט מען יעדן ראש חודש אלול שופר.

תקיעת שופר כל החודש
מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול צו דערמאנען אז מען דארף תשובה טון, ווייל די שופר האט אין זיך א כח אויפצוטרייסלען א מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו" (עמוס ג-ו) אויב מען בלאזט שופר אין שטאט וועט דען די פאלק נישט ציטערן?

נאך א טעם: כדי לערבב השטן - צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל נישט וויסן ווען עס איז ראש השנה.

דער ישמח משה זאגט נאך א טעם, ווייל דער בית יוסף שרייבט אין אורח חיים (סימן תכ"ב) אז די צוועלף לשונות פון הלל וועלכע שטייען אין קאפיטל ק"נ "הללו קל בקדשו", זענען קעגן די צוועלף חדשים פונעם יאר, און דער זעקסטער לשון פון הלל, וואס דאס איז קעגן חודש אלול איז "הללוהו בתקע שופר".

דער דרכי משה ברענגט א רמז אז עס שטייט אין פסוק (תהילים פא-ד) "תקעו בחדש שופר" איז משמע אז מען זאל בלאזן שופר א גאנצע חודש.

הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע האט אמאל געזאגט "ווי אזוי קענען מיר דען אנכאפן אין האנט דעם שופר פון גרויס ציטערניש פון דעם הייליגן טאג? נאר וויבאלד חז"ל האבן מתקן געווען צו בלאזן שופר א גאנצן חודש פריער, געוויינען מיר זיך אביסל צו, צו די הייליגע עבודה"!

בדיקת תפילין ומזוזות
אסאך ערליכע יודן פירן זיך חודש אלול בודק צו זיין זייערע תפילין און מזוזות. אויך זוכט מען נאך אנדערע מצוות וואס מען קען אריין כאפן אדער מתקן זיין, כדי מיט דעם צו קומען אנגעגרייט צום יום הדין.

תהלים בחודש אלול
עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן צען קאפיטלעך תהלים יעדן טאג פון חודש אלול, ווייל אז מען זאגט פון אנהייב חודש אלול צען קאפיטלעך יעדן טאג קומט אויס אז מען ענדיגט צוויי מאל תהלים ביז ראש השנה, וואס דאס איז 300 קאפיטלעך, און דאס באטרעפט אזוי פיל ווי דאס ווארט "כַּפֵּר" לעמך ישראל. מטה אפרים

ביים צאנזער רב זי"ע האט מען זיך געפירט צו זאגן גאנץ חודש אלול יעדן טאג נאכן דאווענען אכצן קאפיטלעך תהלים, און ערב שבת האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים. אנדערע האבן א מנהג אויסצוזאגן יעדן טאג א ספר פון תהלים.

די ליקוטי מהרי"ח ברענגט א רמז אויף מרבה זיין באמירת תהילים אין חודש אלול, ווייל עס שטייט אין פסוק ויאמרו לאמר אשירה לה', און ו'יאמרו ל'אמר א'שירה ל'ה' איז ראשי תיבות "אלול" מרמז צו זיין אז מ'דארף לויבן דעם אויבערשטן מיט שירות ותשבחות אין חודש אלול, און דער ספר תהילים איז שירות ותשבחות וואס דוד המלך האט פארפאסט לכבוד דעם רבש"ע.


ארבעים יום לתשובה
פארוואס האבן מיר באקומען פונקט פערציג טעג תשובה צו טון פון ר"ח אלול ביז יום כיפור?
ווייל ווען די יודן האבן געזינדיגט מיט'ן עגל, איז משה רבינו ע"ה ארויף געגאנגען אין הימל דאס דריטע מאל ראש חודש אלול, אין די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כיפור, האט דער אויבערשטער מוחל געווען די יודן, און האט געגעבן די צווייטע לוחות, דעריבער זענען געבליבן די פערציג טעג, א צייט פון תשובה וואס דער אויבערשטער איז מוחל אויף עבירות.

נאך א טעם: כדי מען זאל תשובה טון אויך אויף די עבירה פון דעם עגל וואס די יודן האבן געמאכט "פערציג טעג" נאכדעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה.
כף החיים

נאך א טעם: צו פארגעבן אויף די עבירה פון די מרגלים וואס זיי זענען געגאנגען "פערציג טעג" און דערנאך האבן זיי גערעדט שלעכטס אויף ארץ ישראל. דערפאר טוט מען תשובה "פערציג טעג".

א רמז: די ווערטער אנ'י לדוד'י ודוד'י ל'י, וואס זענען ראשי תיבות "אלול" זענען אויך סופי תיבות בגימטריא פערציג, דאס איז מרמז אז די פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור זענען די טעג וואס מען קען ווערן נאנט צום אויבערשטן.

לדוד ה' אורי
פון ר"ח אלול ביז נאך שמיני עצרת, זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן נאכ'ן דאווענען דעם קאפיטל תהלים "לדוד ה' אורי". עס זענען דא וואס זאגן דאס נאך שחרית און נאך מנחה. און אנדערע פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל נאך שחרית און נאך מעריב.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 12:06 pm

היתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו, לולא האמנתי לראות בטוב ה' בארץ חיים קוה אל ה', אני לדודי ודודי לי!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג אוגוסט 09, 2010 11:14 pm

גבאי ביהמד האט געשריבן:היתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו, לולא האמנתי לראות בטוב ה' בארץ חיים קוה אל ה', אני לדודי ודודי לי!
the SCY is the limit

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אוגוסט 28, 2011 11:40 am

א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י !

אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:57 pm

ראשי תיבות "אלול"

תגובהדורך שינאווע חסיד » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:41 pm

אנה לידו ושמתי לך [שמות פרק כא פסוק יג]
אחד לחטאת ואחד לעולה [ויקרא פרק ה פסוק ז]
אנשים לפנינו ויחפרו לנו [דברים פרק א פסוק כב]
את לבבך ואת לבב [דברים פרק ל פסוק ו]
אכל לחם ויטב לבך [מלכים א פרק כא פסוק ז]
איש לאחיו ואיש לרעהו [ירמיהו פרק לד פסוק כו]
אבן לפנה ואבן למוסדות [ירמיהו פרק נא פסוק כו]
אני לדודי ודודי לי [שיר השירים פרק ו' פסוק ג]
אחד לצדיק ולרשע לטוב [קהלת פרק ט פסוק ג]
איש לרעהו ומתנות לאביונים [מגילת אסתר פר ט פסוק כב]
אנחנו לך ומהללים לשם [דברי הימים א פרק כט פסוק יג]

אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:57 pm

סופי תיבות "אלול"

תגובהדורך שינאווע חסיד » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:46 pm

הוא וכל עבדיו וכל [שמות פרק יב פסוק ל]
לא יחל דברו ככל [במדבר פרק ל פסוק ג]
ויבא אל ביתו וישאל [שמואל ב פרק יב פסוק כ]
ויצא אל אביו אל [מלכים ב פרק ד פסוק יח] (מעשה השונמית)
ובא אל מקדשו להתפלל [ישעיהו פרק טז פסוק יב]

אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:57 pm

ר"ת אלול שלא כסדרן

תגובהדורך שינאווע חסיד » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:13 pm

ואקח אתה לי לאשה [בראשית פרק יב פסוק יט]
לחם וסעדו לבכם אחר [בראשית פרק יח פסוק ה]
ויבא אברהם לספד לשרה [בראשית פרק כג פסוק ב]
אברהם לספד לשרה ולבכתה [בראשית פרק כג פסוק ב]
ולקחת אשה לבני ליצחק [בראשית פרק כד פסוק ד]
לפניך ולקחת אשה לבני [בראשית פרק כד פסוק ז]
ותתן אתה ליעקב לאשה [בראשית פרק ל פסוק ט]
אשר לאבינו ומאשר לאבינו [בראשית פרק לא פסוק א]
אחי ושאלך למי אתה [בראשית פרק לב פסוק יח]
ושאלך לאמר למי אתה [בראשית פרק לב פסוק יח]
לאמר למי אתה ואנה [בראשית פרק לב פסוק יח]
ואני אתנהלה לאטי לרגל [בראשית פרק לה פסוק יב]
ואחיך להשתחות לך ארצה [בראשית פרק לז פסוק י]
וישאלו איש לרעהו לשלום [שמות פרק יח פסוק ז]
לאהרן אחיך לכבוד ולתפארת [שמות פרק כח פסוק ב]
לחם לא אכל ומים [שמות פרק לד פסוק כח]
לא אכל ומים לא [שמות פרק לד פסוק כח]
לד' וגורל אחד לעזאזל [ויקרא פרק יז פסוק ט]
ונפלו איביכם לפניכם לחרב [ויקרא פרק כו פסוק ז]
לכם לציצית וראיתם אתו [במדבר פרק טו פסוק לט]
לאברהם ליצחק וליעקב אל [דברים פרק ט פסוק כז]
לתת להם ולזרעם ארץ [דברים פרק יא פסוק ט]
ובר לבב אשר לא [תהלים פרק יח פסוק כג]
לד' והתחולל לו אל [תהלים פרק לז פסוק ז]
לעבדיך והושיעה לבן אמתך [תהלים פרק פו פסוק טז]
ורחב לבב אתו לא [תהלים פרק קא פסוק ה]
ויתן אותם לרחמים לפני [תהלים פרק קו פסוק מו]
אני לפתח לדודי וידי [שיר השירים פרק ה פסוק ה]
ודמה לך לצבי או [שיר השירים פרק ח פסוק יד]
את לבי לדרוש ולתור [קהלת פרק א פסוק יג]
ונתון את לבי לכל [קהלת פרק ח פסוק ט]
להשמיד להרג ולאבד את [מגילת אסתר פרק ג פסוק יג]
אני ועמי להשמיד להרוג [מגילת אסתר פרק ז פסוק ד]
ותתחנן לו להעביד את [מגילת אסתר פרק ח פסוק ג]
למלך אחשורוש וגדול ליהודים [מגילת אסתר פרק י פסוק ג]
ליהודים ורצוי לרב אחיו [מגילת אסתר פרק י פסוק ג]

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:18 am

חוץ די ר"ת דארף עס אויך האבען א משמעות און א שייכות מיט אלו'ל

און אוודאי נישט פארקערט ווי לדוגמא להשמיד להרג ולאבד את ...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 07, 2013 10:05 am

קהלת האט געשריבן:חוץ די ר"ת דארף עס אויך האבען א משמעות און א שייכות מיט אלו'ל

און אוודאי נישט פארקערט ווי לדוגמא להשמיד להרג ולאבד את ...

נישט מער ווי גערעכט.
אגב אלול מיטן כולל איז בגימטריא חיי"ם.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:42 pm

סאיז שוין ערב ראש חודש
כתיבה וחתימה טובה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט