ניגוני של ר' יצחק (אונגר)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ניגוני של ר' יצחק (אונגר)
ר' יצחק אונגר איז א באוויסטע קאמפאוזער פון ווארימע חסידישע ניגונים וואס איז אויפגעכאפט אין די גאנצע חסידישע וועלט איבערהויפט אין ויזניץ... זיינע שטייטע ניגונים זענען עפעס מורא'דיג,ער האט שוין ארויסגעגעבן צענדליגע טעיפס פון זיינע ניגונם וואס איך פארשטיי פשוט נישט פארוואס ס'איז נישט אויפגעכאפט (אדער בעסער געזאגט - פארקויפט געוואן).
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
ר' יצחק איז פון די יחידים וואס גיבן נאך היינט ארויס ניגונים וואס עס קען זיך דאכטן אז זיי זענען פארפאסט געווארן פאר הונדערט יאר צוריק, מיט א ריכטיגן אידישן טעם און א טעם זקנים.
פילע פון זיינע ניגונים ווערן געזינגען איבער די וועלט און מען האט גאר קיין אהנונג נישט אז זיי קומען פון אים.
אבל דא עקא, אז ער גיט ארויס זיינע ניגונים אין אלבומ'ס וועלכע זענען זייער שוואך באארבעט, סיי די רעקארדינג און סיי די מוזיק (ד"מ, נישט נאר די ניגונים זענען פון הונדערט יאר צוריק, נאר אויך די אלבומס זעען אויס ווי זיי זענען פון דעמאלס).
אבער באמת וואלט טאקע געווען א געלונגענע זאך ווען איינער פון די ארויסגעבער פון חסיד'ישע (נישט חסידיק) מוזיק וואלט איבערגעארבעט זיינע ניגונים און זיי מיט שיינע מוזיק און מענטשליכע זינגער. עס וואלט זיכער געווען א סוקסעס, און די ניגונים וואלטן זיכער געווארן מער אויפגעכאפט ביים היימישן ציבור.
איך אליינס, זינג אסאך פון זיינע ניגונים ביים שבת טיש במשך די יאר

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
מען האט שוין יא ארויסגעגעבן א סידי מיט די ניגונים פון ר' יצחק איבערגעארבייט מיט פולע בענד און היינטיגע 'חסידישע' מוזיק, למעשה האט עס געקאסט מערר וויפיל מען האט פארדינט אויפן פראיעקט אזוי אז עס איז פארגאנגען די אפעטיט פון די ארויסגעבערס ארויס צו קומען מיט א פרישע אלבום, בשעתו האב איך געכאפט א שמועס מיט'ן ארעינזשער ה"ה ר' אליעזר הערש ראזענפעלד, כ'האב דעמאלטס געפרעגט צו וואס פעלט אויס אריינצולייגען אזוי פיל געלט (איך בין געווען בשעת מען האט רעקארדירט די בראס, ער האט געניצט די בעסטע פון די בעסט אין די אינדוסטרי) דעמאלט האט ער נאך געהאפט (אדער גע'חלומ'ט) אז עס וועט זיך לכה"פ אויסצאלן... דער פשוט'ער סיבה איז "ווען קיינער וואלט ווען נישט געמאכט קיין קאפיס דערפין....."
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
כאיל תערוג - א מורא'דיגע הארציגע ניגון וואס מען זינגט אין ויזניץ, בעיקר ביי באטע'ס, פרעג סיי וועלכע ויזניצע בחור אדער אינגערמאן וועט דיר וויסען צו זאגן פון וואס איך רעד.
איך מיין אז די אינטערוויאו איז געווען אין בקהילה...
איך מיין אז די אינטערוויאו איז געווען אין בקהילה...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
דו רעדסט וועגן ר' יצחק אונגאר? זיינע טעיפס זענען געווען פון מיינע פעיווארייטס אלס קינד. סיי זיין סדר טעיפ - ווי פריילאך האט שוין דערמאנט - און סיי זיינע אנדערע טעיפס (תורה? שבת?). כ'האב בכלל נישט געוואוסט אז ער מאכט נאך היינט ניגונים.
דאכט זיך אז "לעשות רצונך אלקי חפצתי" איז זיינס. אויך די באקאנטע "שבח יקר וגדולה" איז זיינס, מיין איך. א הערליכע "ושויתי" געדענק איך. אויך א "נכספה". וואס נאך?
דאכט זיך אז "לעשות רצונך אלקי חפצתי" איז זיינס. אויך די באקאנטע "שבח יקר וגדולה" איז זיינס, מיין איך. א הערליכע "ושויתי" געדענק איך. אויך א "נכספה". וואס נאך?
An article a day keeps the babies away
אפלאועד עס צו http://www.yousendit.com און לינק אהער דעם לינק אזוי ווי אל מאנסיי טוט
איך האב אריינגעלייגט אפאר ניגונים פון ר' יצחק'ס סידי 'עורה' וואס איז ארויס אפאר יאר צוריק, אויף די לינק אבער היות איך בין א שטארקע מתנגד פון נאכמאכן טעיפס און סידי'ס בעט איך אז ווער עס האט הנאה דערפון זאל מוחל זיין און גיין קויפן די סידי... (אויב איך מעג בעטן אין די יעצטיגע עקאנאמיא...)
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 917
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
- לאקאציע: אויפן לבנה
יהיה כן האט געשריבן:אפלאועד עס צו http://www.yousendit.com און לינק אהער דעם לינק אזוי ווי אל מאנסיי טוט
איך בין א מעמבער אויף yousendit וועגן דעם עקספייערט נישט מיינע לינקס אויב די ביזט נישט קיין מעמבער וועט עס אפלויפן נאך 7 טעג
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
די בעסטע סייט צו אפלאודען מוזיק און ווידעאו איז http://www.divshare.com , סיי ווייל ס'עקספייערט נישט און סיי ווייל מ'קען עס גלייך הערן/זעהן און מ'דארף נישט דאונלאודען (ווענדט זיך וועלכע סארט פיייל).
An article a day keeps the babies away
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 605
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm
ווער האט נאר געהערט דעם יונגל זינגען:
"אוי (מיט א קרעכץ) כאאשר זכינו, אוי כאאאשר זכינו, אוי יואוי לסדר... אואואותו.... כן נזכה, כן נזכה, אוי כייייייין נזכה, כן נזכה, נזכה לעשותו...."
"פון איין פענסטער הערט מען קידוש, דער צווייטער די מה נשתנה
פון איין פענסטער די הגדה, מיט ניגונים שיינע
דער אויבערשטער נעמט צאם די בית-דין של מעלה, און זאגט זיי הערט גוט אויס
ווי מיינע קינדער דערציילן זיינע ווינדער, פון קדושה גייען זיי אויס"

זיס - ברענגסט ארויף הרגשים וואס מען קען ניטאמאל באשרייבן, דער דומם דער קאמפיוטער קען ניטאמאל ארויסברענגן ריכטיג דאס שיינקייט, שטייענדיג ביים נעילת החג טיש, ציקוועטשט ווי ס'גיסט זיך ים'ען שווייס פון אלע פנים'ער און ר' יצחק שטייט דארט לעבן רבי'ן שליט"א און זינגט זיך אזוי הארציג - כן נזכה אוי כן נזכה לעשותו... דאס הארץ צוגייט פאר בענקעניש... לשנה הבאה בירושלים!!!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
elmonsey האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:אפלאועד עס צו http://www.yousendit.com און לינק אהער דעם לינק אזוי ווי אל מאנסיי טוט
איך בין א מעמבער אויף yousendit וועגן דעם עקספייערט נישט מיינע לינקס אויב די ביזט נישט קיין מעמבער וועט עס אפלויפן נאך 7 טעג
איך בין נישט קיין מעמבער - ווער עס וויל די פיילס וואס איך האב ארויפגעשטעלט, זאל עס אראפנעמען פאר עס עקספייערט (דהיינו פאר 7 טעג...)
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה