רבי יהודה (יודעלע) הורוויץ זצ"ל מדזיקוב-ירושלים-לונדון - י"א סיון תשמ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

רבי יהודא הורוויץ זצ"ל מדזשיקוב - י"א סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

א פלא אייז ביז היינט איז נאך נישט מו געצייכענט דאהי איבער'ן צדיק מופלא, החכם מכל אדם, עמוד העבודה, וגאון הגאונים בנגלה ובייחוד בנסת"ר ב' המשמעויות. ה"ה הרה"צ ר' יהודה האראוויטץ זצ"ל בהרה"צ ר' אלתר אלי' יחזק' ראב"ד דזיקוב זצ"ל.

אוועק און שנת תשמ"ח ביים זעלבן טאג'ס פטירה פונ'עם ירושליימער'ן רב דער מנחת יצחק זצ"ל

עס איז פארהאנן גאר א סאך שיינע ווערטער און ווערטליך כיד ד' הטובה עליו וכמסורת הקודש אשר לו מבית ראפשיץ דזיקוב, וואס אויכעט דברי תורה בשמו וביותר הגהותיו עלי ספר בכל פינה ומחנה.

היות, אז זמני אין אתי לעת עתה כעת כרגע, האב איך נאר צו געצייכענט זעיר שבזעיר ראשי פרקים בכדי פארפרייטער'ן דעם שמוע'ס ובפרט היינט ביומא דהילולא שלו.

אי"ה עוד חזון למועד בעזרת כל אחד ואחד מהחברים הנה.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

תיקון קטן:
שם אביו: רבי אלתר יחזקאל אליהו הי"ד
נלב"ע: בשנת תשמ"ט
געווען דומ"ץ אין קלויזנבורג.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

גראדע האב איך פונקט אויך געטראכט צו שרייבן איבער איהם, בפרט וואס איך האב נאך זוכה געוועהן כמה פעמים בימי ילדותי זיך אנצו ווארמען אין די הייליגע שאטען פין די צדיק מופלא ונסתר, באמת א שיינע דאנק הרב כתר ישועה.

איין זאך וויל יעצט דא שרייבן, אין מעלה זיין את זכרוני, אז וואס עס ליגט מיר נאך אין די ביינער, וואס לעולם לא אשכח את זאת, דאס איז געוועהן ווען איך בין אויסגעקומען צו זיין אין לונדון זימער תשמ"ז, האב איך זוכה געוועהן צו דאווענען ביי איהם פרייטיג צו נאכט, אין נאכן דעווענען האט מען קיינעם נישט אריינגעלאזט צו קענען הערן קידוש, [ער האט נישט געוואלט זיין רבי כידוע, בנוסף וואס ער איז שוין געוועהן גאר שוואך], אין היות אונז זענען געוועהן אויסלענדישער, האט מען אריינגעלאזט מיין טאטע, אין אזוי האב איך זוכה געוועהן מיט צו האלטן בקודש פנימה, ביז נאך קידוש, וואס עס ליגט מיר נאך אין די ביינער, איז ווי אזוי ער איז געזוצען אין אנגעהויבן צו זינגען די באקאנטע וויזניצער "גוט שבת", מיט א רגש קודש,[ער איז דאך געוועהן א אייניקעל פין די הייליגע אהבת ישראל וואס אביו הק' ר' אלטער מדזי'קוב הי"ד איז געוועהן דיין איידעם], אין די פנים האט געפלאמט מיט א אש קודש, אה! איז דאס געוועהן א מעמד נורא וואס דאס ליגט מיר אין די ביינער ממש א זכי' .

אגב איז כידוע האט ער נישט גערעדט סוף ימיו מרוב קדושתו ואכמ"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מומחה יוחס האט געשריבן:איז ווי אזוי ער איז געזוצען אין אנגעהויבן צו זינגען די באקאנטע וויזניצער "גוט שבת", מיט א רגש קודש,[ער איז דאך געוועהן א אייניקעל פין די הייליגע אהבת ישראל וואס אביו הק' ר' אלטער מדזי'קוב הי"ד איז געוועהן דיין איידעם]
דער אמרי חיים האט ערשט איין געפירט צו זינגן דעם גוט שבת ליד נאך די צווייטע וועלט קריג (ימים מקדם עמוד נ"ד).

הרה"ק רבי יהודה'לע איז געווען א איידעם ביי זיין פעטער דער אמרי חיים.
ועמך כולם צדיקים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

היינט איז אויך די יארצייט פון הרבנית הצדקת המפורסמת מסאטמאר ז"ל
א דבר בעתו
הה"ק ר' יודעלע זי"ע האט איינמאל געזאגט א בדיחותא
צוויי פרויען פירן די גאנצע וועלט
גאלדע מאיר פירט איין האלבע וועלט
און די סאטמארע רביצין פירט די אנדערע האלבע וועלט....
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מען מעג חאטשדיג זאגן להבדיל ..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב א ספר כבתה השלהבת, ארויסגעקומען אין ירושלים א יאר נאכן פטירה תש"נ.
עס באשרייבט עטליכע תורות אין סיפורים והספדים באגלייט מיט שיינע בילדער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלדד »

די שענסטע ספר מזכרונותיו - מעשיות וואס ר' יודא'לע זי"ע האט פארציילט און איז פארשריבן געווארן בשעת מעשה דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מתוא"י איז די ספר זכרון יהודא
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מומחה יוחס האט געשריבן:אגב איז כידוע האט ער נישט גערעדט סוף ימיו מרוב קדושתו ואכמ"ל


ס'איז נישט אזוי זיכער אז דאס איז די סבה פון זיין נישט רעדן, ער האט געהאט א סטראוק און ס'איז אים שווער אנגעקומען דאס רעדן, בעיני ראיתי אמאל שבת בייטאג ביים עולה זיין צו די תורה בערך תשמ"ז מ"ח, ווי ער האט געמאכט די ערשטע ברכה, אבער נאכן ליינען האט ער נישט געמאכט די ברכה זייענדיג אפגעשוואכט איז ער נישט געוועהן בכח צו מאכן די צווייטע ברכה, בכלל האט ער אין די לעצטע 2 - 3 יאר כמעט נאר געדאוונט במחשבה, ווייל די דיבור האט אים אפגעשוואכט,

אבער עכ"ז איז דא א מקום צו זאגן אז ער האט נישט געוואלט רעדן, ווייל אפי' ווען ער איז געוועהן בכח צו רעדן האט ער ממעט געוועהן בדיבור אין די לעצטערע צייטן,

דו האסט דערמאנט דעם ליל שבת ביים זינגען, דער מנהג איז געוועהן אז נאכן דאווענען האט מען אויסגעדרייט זיין בענקל צום ציבור און מ'האט געזינגען "גוט שבת" און דערנאך דעם "חקו ממתקים" יעדע וואך פלעגט ער לאזן טרערן ביים זה דודי וזה רעי בנות ירושלים...., אונז קינדער פלעג מיר זיצן אויף דער ערד צופיסנס פונעם רבי'ן... איי זיסע הייליגע זכרנות, די לעכטיגע צורה מיט דעי פחד'יגע אויגן...

אונז פלעג מיר אריין גיין מיט א קוויטל ווען דער רבי איז געלעגן אין בעט, רוב מאל האט ער נאר צוגעשאקלט צום גבאי'ן (ר' שלמה טויסיג פון אים אליין קען מען שרייבן א קאפיטל) אויב איז אונז געלונגען צו הערן פון רבי'ן א ווארט ווי כתיבה וחתימה טובה איז געוועהן א שמחה עד לב השמים,

דער רבי האט זייער געגליכן תמימי לב, אין לאנדאן איז געוועהן א איד ר' משה ארי' ראזנבערג ז"ל (פאטער פון ר' חיים בנציון - בתים מאכער) ר' יודא'לע האט זייער געגליכן זיין תמימות און ערליכקייט, ומשום הכי פלעגט ער כמעט יעדע וואך באקומען דאס בענטשן פרייטאג צונאכטס ביים טיש, אבער נישט יעדע וואך האט מען אריין געלאזט אידן, בדרך כלל מוצאי שבת איז געוועהן א זמן וואס מ'האט געקענט דורך גיין זאגן א גוטע וואך,

איך געדענק איין יאר ר"ה האט מען געבויעט א שאטער אין הויף פונעם אכסניא (ר' פיניע ב"ר עליש ענגלענער) יענע יאר בין איך געוועהן ר"ה ביינאכט ווען מ'האט געזינגען ארשת שפתינו נאכן דאווענען, די בכיות און די הרגש איז געוועהן זייער גרויס, א שאד איך בין נאך געוועהן צו יונג תופס צו זיין מער וואס איך זעה און איך הער,
יש לספר הרבה ועוד חזון
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

יאך פלעג אסאך נאש'ען פון זין משמש ר' מרדכי גענוט פון בני ברק דער דבר בעתו לוח שליט"א. עס איז כדאי אריין צו קוקן און זיינ'עם קונטרס'ל 'בית לחם יהודה' - ג' שנים במחיצת שלהבת הקודש רבי יהודאל'י ז"ל. דארט ווערט צו געצייכענט גאר שיינע עובדעל'עך אויף אן אותענטיש'ן סגנון וואז'ע געט אן געפיעל כאילו עתה יצאת מבית מוהר"י.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אייניגע בילדער פון ר' יודעלע זצ"ל.
אטעטשמענטס
אין א דביקות
אין א דביקות
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיט חותנו האמרי חיים זצ"ל בעת שריפת חמץ.
דערנעבן שטייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ב"ב
אטעטשמענטס
zikuv1 (Custom).JPG
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאכן מקוה פרייטיג נאכמיטאג כאפנדיג א ציגארעטל.

ער פלעגט אסאך רייכערן, ס'יז פארהאן שיינע בילדער מיט א לולקע.
אטעטשמענטס
נאכן מקוה פרייטיג מיטן ציגארעטל...
נאכן מקוה פרייטיג מיטן ציגארעטל...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיט הנגיד ר' פיני ענגלענדער זיין מכניס אורח.
דער ר' פיני איז פון די גרויסע שישקעס אין לונדון און א געוואלדיגער מכניס אורח וואס האט שוין געהאט אין זיין שטוב רוב רובם רבנים ורביים מדורינו.
אטעטשמענטס
zikuv4.JPG
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי א מסיבה.
ווערן געזען הרב ר' חיים קרייזווירטה, מהר"ש מבאבוב, ר' יודעלע, ר' שמעלקא פינטער זצ"ל.

אונטער ר' יודעלע זעהט מען ר' שלמה טויסיג משב"ק, ור' פיני ענגלענדער.
ווער דערקענט די איבריגע?
אטעטשמענטס
zikuv5 (Custom).JPG
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צו די רעכטע האנט פון מהר"ש מ'באבוב: ר' וואלף רייכבערג
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

גאנץ רעכטס איז פיניע אייזען, לעבן עם איז -דאכציך- שיע גרעבער, גאנץ לינקס איז זיסקינד לאנדא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יהיה כן האט געשריבן:היינט איז אויך די יארצייט פון הרבנית הצדקת המפורסמת מסאטמאר ז"ל
א דבר בעתו
הה"ק ר' יודעלע זי"ע האט איינמאל געזאגט א בדיחותא
צוויי פרויען פירן די גאנצע וועלט
גאלדע מאיר פירט איין האלבע וועלט
און די סאטמארע רביצין פירט די אנדערע האלבע וועלט....


נישט מלמד זכות צו זיין אויף די מרשעת גאלדע, אבער כאמיך גע'ישוב'ט צו שרייבן 'להבדיל' ווייל סוכ"ס ניצט מען דאס ווארט נאר בין ישראל לעמים, אבער אז דו האסט געשריבן תבוא עליך ברכה


אלדד האט געשריבן:די שענסטע ספר מזכרונותיו - מעשיות וואס ר' יודא'לע זי"ע האט פארציילט און איז פארשריבן געווארן בשעת מעשה דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מתוא"י איז די ספר זכרון יהודא


כמעט זיכער, דער ספר הייסט 'יהודה מחוקקי' נישט 'זכרון יהודה' כ'דארף עס ערגעץ האבן ביי מיר אריינגעסקענט דעם גאנצן קונטרס
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

יהיה כן האט געשריבן:כמעט זיכער, דער ספר הייסט 'יהודה מחוקקי' נישט 'זכרון יהודה' כ'דארף עס ערגעץ האבן ביי מיר אריינגעסקענט דעם גאנצן קונטרס

נו, אהער דערמיט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פון לינקס צו רעכט, הרב מרדכי זיסקינד לאנדא (חתן של ר' ישעי' וואלף לעוו) ר' שלמה טויסיג משב"ק, ר' פניע ענגלענער,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

שוועמל האט געשריבן:אייניגע בילדער פון ר' יודעלע זצ"ל.

ווי באקאנט איז די בילד אויסגעדרייט, ער האט געלייגט תפלין אויפן לינקע האנט.
אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלדד »

יהיה כן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
אלדד האט געשריבן:די שענסטע ספר מזכרונותיו - מעשיות וואס ר' יודא'לע זי"ע האט פארציילט און איז פארשריבן געווארן בשעת מעשה דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מתוא"י איז די ספר זכרון יהודא


כמעט זיכער, דער ספר הייסט 'יהודה מחוקקי' נישט 'זכרון יהודה' כ'דארף עס ערגעץ האבן ביי מיר אריינגעסקענט דעם גאנצן קונטרס

איך ווייס קלאר אז די ספר הייסט זכרון יהודא עס איז געשריבן געווארן דורך כ"'ק האדמו"ר מראזלא שליט"א (הרה"צ ר' ישעי' משלום פייש ראטטענבערג שליט"א בהרה"צ ר' ישראל מקאסאני זי"ע - א ברודער פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן בארא פארק און כ"ק אדמו"ר מפארשיי שליט"א) מרשימת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מתולדות אברהם יצחק.
איך געדענק בשעתו ווען די ספר איז ארויגעקומען איז עס געווען אזא 'גאָד גאָאִינג אייטעם' אז נאך אפאר טאג איז עס שוין נישט געווען צו באקומען אין די געשעפטן... איך וועל פראבירן צו אריינסקענען די שער בלאט בקרוב!
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלדד »

דא איז די שער בלאט
אטעטשמענטס
שער בלאט פון ספר זכרון יהודא
שער בלאט פון ספר זכרון יהודא
Untitled.jpg (55.26 KiB) געזען 5960 מאל
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלדד »

דף מתוך הספר... אנטשולדיקט אז ס'איז נישט קלאר, מען קען נישט ארויפשטלען צו גרויסע עטעטשמענט'ס.....
אטעטשמענטס
דף מתוך הספר
דף מתוך הספר
Untitled1.jpg (55.24 KiB) געזען 5954 מאל
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נעה, איך האב געזעהן א פריערדיגע דרוק נישט אזוי שיין ווי די , מען האט עס זעט אויס איבערגעדרוקט שיין
וואס איך האב גהאט איז געווען צוזאמען מיט מכתבים פון הגה"צ ר"מ מענדלזון פון קוממיות, מען האט עס געטיילט ביי עפעס א חתונה
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”