גייט טאקע דאס העלפן פאר די רופאבליקענס ??? דארע מ'גייט פשוט רוקן אנדערש מיט די זעלבע זשענדערונג ?
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס איר פארשטייט נישט וואס @צל האט געשריבן? די באשלוס איז געווען אין געריכט דורך 4 דעמ ריכטער ארויסצוווארפן די מאפע און 3 לטובת די מאפע.
די ספעשאל מעסטער איז אויפגענומען געווארן דורך א רעפובליקאנער ריכטער, וועט מען דארפן ציווארטן און זעהן וואס זיין מסקנא וועט זיין. אבער עס וועט לכאורה געבן פון 3 ביז 5 אפורטוניטיס פאר די רעפס.
enjoy האט געשריבן:די לעגיסלאטור איז אויך געווען רוב דעמעקראטן ..
גייט טאקע דאס העלפן פאר די רופאבליקענס ??? דארע מ'גייט פשוט רוקן אנדערש מיט די זעלבע זשענדערונג ?
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס איר פארשטייט נישט וואס @צל האט געשריבן? די באשלוס איז געווען אין געריכט דורך 4 דעמ ריכטער ארויסצוווארפן די מאפע און 3 לטובת די מאפע.
די ספעשאל מעסטער איז אויפגענומען געווארן דורך א רעפובליקאנער ריכטער, וועט מען דארפן ציווארטן און זעהן וואס זיין מסקנא וועט זיין. אבער עס וועט לכאורה געבן פון 3 ביז 5 אפורטוניטיס פאר די רעפס.
אויף די ערשטע האלב ביזטו מכובד צו ברענגען עניטינג אויף די לעוועל פון פשוט מאכן טראמפ פרעזידענט דורך אנטדעקן די גאנצע אימעיל סומאטוכע.
קורץ קורץ, נישט פארדרייען די טעמע. אויב זיי האבן געמאכט טראמפ דעמאלט האבן זיי יעצט געמאכט ביידען, א וואש-אוט. און אויך, והוא העיקר, איז נישט די שמועס דא פון עקספלאסיוו אינוועסטיגעטיוו סחורה, וואס זיי האבן אסאך, און זיי לאזן טאקע רוב מאל די טשיפס פאלן ווער דעי מעי, מען רעדט פון אריינווארפן אין א רוטינע נייעסל אביסל נארמאלע קאמאן סענס אן קיין פאליטישע נגיעות אפילו ווען עס איז קלאר לטובת די רעכטע זייט. איך ליין זיי גענוג און די לינקע נגיעות במישרין ובעקיפין שרייט ארויס פון יעדע נייעס. אזעלכע ליינס כנ"ל, נאך דערצו פון אייגענעם דעת אן קיין קוואוט וכדומה, אין אזא סארט נייעס, איז גאר גאר זעלטן כידוע ליודעים.
גייט טאקע דאס העלפן פאר די רופאבליקענס ??? דארע מ'גייט פשוט רוקן אנדערש מיט די זעלבע זשענדערונג ?
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס איר פארשטייט נישט וואס @צל האט געשריבן? די באשלוס איז געווען אין געריכט דורך 4 דעמ ריכטער ארויסצוווארפן די מאפע און 3 לטובת די מאפע.
די ספעשאל מעסטער איז אויפגענומען געווארן דורך א רעפובליקאנער ריכטער, וועט מען דארפן ציווארטן און זעהן וואס זיין מסקנא וועט זיין. אבער עס וועט לכאורה געבן פון 3 ביז 5 אפורטוניטיס פאר די רעפס.
י ניו יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס האט געאורטיילט אז די נייע קאנגרעסיאנאלע מאפע באשטעטיגט דורך די סטעיט לעגיסלאטורן און אונטערגעשריבן דורך גאווערנאר - איז אומקאנסטיטוציאנאל. די מאפע אין רעדע גיט אין א געווענליכע יאר 22 קאנגרעס זיצן פון די 26 קאנגרעס זיצן, פאר די דעמאקראטן טראץ וואס רעפובליקאנער באקומען געווענליך ארום פערציג פראצענט פון די וואוטס אין ניו יארק.
די אורטייל איז א שטארקע שאק פאר דעמאקראטן וויבאלד די ניו יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס פארמאגט זיבן דעמאקראטן און בלויז איין רעפובליקאנער.
דאס קומט בלויז עטליכע טעג נאך וואס פלארידע האט באשטעטיגט זייער נייע מאפע וואס גיט 20 פון די 28 קאנגרעסיאנאלע זיצן פאר די רעפובליקאנער.
אין אהייא זענען די דעמאקראטן געווען סוקסעספול אין דריי באזונדערע געריכטן צו קלאסיפיצירן די רעפובליקאנער באשטעטיגטע מאפע אלס אומקאנסטיטוציאנאל, אבער וויבאלד די קאורטס האבן נישט געגעבן אנווייזונגען וועגן א נייע מאפע, האבן די רעפובליקאנער פשוט געווארט ביז די פריימערי סעזאן, און דאן איז זייער דזשערימענדערט מאפע (די מאפע גיט אין א גוטע יאר פאר רעפובליקאנער, 13 פון די 15 קאנגרעסיאנאלע זיצן) אריין אין אפעקט. דא אין ניו יארק אבער, האט די ני יארק סטעיט קאורט אוו אפיעלס אפוינטעט א ׳ספעשל מעסטער׳ וואס ער גייט איבערשרייבן די מאפעס. אין אנדערע סטעיטס (ווי אין נארט קאראליינע) ווען א קאורט אפוינטעט ספעשל מעסטער האט איבערגעשריבן די קאנגרעסיאנאלע מאפע, איז עס געווען באלאנסירט און ווארשיינליך דא אין ניו יארק וועט עס אויך געשען.
די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן די מידטורם סעזאן מיט אן אויבערהאנט, ס׳איז זיי געלונגען צו שרייבן דזשערימענדערט מאפעס (קאליפארניע, ניו יארק, אילינוי, ארעגאן און נאך) אין עטליכע סטעיטס און זיי האבן אויך געהאט מזל אין געריכטן (נארט קאראליינע, אלאבאמא, אהייא) איבער רעפובליקאנער מאפעס. אבער די רעדל האט זיך איבערגעדרייט, די רעפובליקאנער סטראטעגיסטן און לויערס האבן זיך ארויפגעשארט די ערמל און אנגעהויבן אריינשארן געווינסן אויף רעכטס און לינקס; אין די בלויע מערילאנד וואו די רעפובליקאנער האבן צובאקומען נאך א זיץ, אין פלארידא וואו דעסענטיס האט נארוואס אונטערגעשריבן א מאפע וואס צושמעטערט די דעמאקראטן, אין ניו יארק וואו א דעמאקראטישע געריכט האט נארוואס געאורטיילט קעגן די דעמאקראטן, אין אהייא וואו די רעפובליקאנער האבן פשוט געמאכט א חוזק פון די דעמאקראטן, אין אלאבאמא וואו די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז אזוי נאענט צו די מידטורם וואלן קעגן מען נישט טוישן די מאפעס.
די דאזיגע מידטורם סעזאן איז נישט קיין גוטע ענוויירעמענט פאר די דעמאקראטן, אבער די דזשערימענדערט רעפובליקאנער מאפעס איבערן לאנד מאכט זייער צושטאנד נאך ערגער. די דעמאקראטן האבן פרובירט צו שפילן די דזשערימענדער געים, אבער די רעפובליקאנער האבן זיי געוויזן אז זיי זענען בעסערע סטראטעגיסטן.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א געריכט אין פלארידע האט ארויסגעווארפן די רעפובליקאנער באשטעטיגטע מאפע.
ס'גייט יעצט גיין צו די רעפובליקאנער געפירטע סויפרים קארט אין פלארידע ווי די ערווארטעטע אורטייל איז נישט באקאנט.
די סיבה פארוואס די ריכטער האט ארויסגעווארפן די מאפע איז בלויז ווייל ס'צוטיילט די 5'טע דיסטריקט.
NEW: FL circuit judge Layne Smith, a Scott/DeSantis appointee, strikes down North Florida portion of GOP congressional map that dismantles Rep. Al Lawson's (D) #FL05. This could save Dems one seat, moving map from 20R-8D to 19R-9D. Rs likely to appeal.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
דער געריכט איז בלויז געווען איבער איין זיץ אין צפון פלארידע אלס צונעמען וויילער כח פון די שווארצע, די דעמאקראטן פלאנען עקסטער צו סוען טעמפא מיט ארלאנדא אלס פארטייאישע דזשערימענדערס.
עסקנים האלטן אז דער פלארידע סופרים קאורט וועט מסתמא טרעפן א תירוץ צוריקצושטעלן די מאפע.
געזעצגעבער אין מיזורי האבן געשטימט אין א מערהייט פאר די נייע סטעיט מאפע אין סגייט יעצט צי די רעפובליקאנע גאווערנער ווי סאיז ערווארטעט אז ער זאל עס אינטערשרייבן.
די נייע מאפע פון די קארט געשטעלטע ספעשל מעסטער אין ניו יארק איז א בלוט באד פאר דעמאקראטן, אנשטאט די 22-4 וואס די דעמאקראטן האבן פראבירט איז עס 15-5 מיט 6 סווינג דיסטריקטן.