שושלת משפחת ליכטענשטיין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היינט האט מיר איינער צוגעוויזען אינעם ספר 'דעת חת"ם סופר' (שהו"ל הרב ר' בנציון הכהן שטראסער שלט"א דומ"ץ נייטרא-ב"פ, נכד החת"ס) ביים סוף איז געדרוקט עטליכע אינטערעסאנטע מכתבי קודש פון הגרעק"א און מרן החת"ס, אין צווישען האט ער שלשה כתובים איבער ר' ברוך בענדיט ליכטענשטיין דיין בוועטש אביהם של הגה"ק ר' הילל מקאלאמייא ור' יעקב קאפל מראדיוויץ ז"ל.

עס שיינט אז ר' בענדיט איז נישט געזונט געווען און ער האט געוואלט גיין קיין קארלסבאד לצרכי רפואה, ולרש אין כל צו באצאל די הוצאות הרפואה, האט ער זיך אפגעשטעלט אין פראג צו שאפן געלט, דערויף האט דער הייליגער חת"ס געשיקט א בריוו צו ר' אלעזר הורוויץ אב"ד וויען אז ער זאל שרייבען א בריוו צום נגיד ושר ר' לעמיל (?) פון פראג אז ער זאל ארויסהעלפן, אויך דער פרעשבורגער דיין ר' דניאל פרוסטיץ האט געשיקט א בריוו דערוועגן קיין פראג.

למעשה, רגלוהו דאינש עריבין ביה און פון הימל האט מען געפירט אז ר' ברוך בענדיט איז נישט ווייטער געפארן נאר דארט אין פראג איז ער שטארק קראנק געווארן ובני העיר נטפלו עמו, ביז צו זיין פטירה והובא למנוחות בפראג הבירה על אם הדרך.

לאחר פטירתו שרייבט ר' הילל קאלאמייער א הערליכער דאנק-בריוו פאר די תושבי העיר על כל החסד וואס זיי האבן געטאן מיט זיין פאטער ז"ל, די דריי בריווען איז ווי דערמאנט דארט אריינגעדרוקט, ווי אויך דער נוסח המציבה פון פראג, ער איז נפטר געווארן כ"ח חשון תקצ"ח.

מיט די בריווען ציעט דער מו"ל ארויס עטליכע מסקנות וועלכע זענען געווען לוטה בערפל איבער ר' ברוך בענדיט ל"ש מוועטש, קודם אז ער איז נישט געווען רב נאר דיין אין וועטש און אויך אז ער ליגט אין פראג און נישט אין וועטש ווי אנדערע האבן געמיינט.

למעשה, מיר דאכט אז דער ביה"ח אין פראג איז קאי וקיים ולא שלטו בו ידי הנאצים ימ"ש, ווייסט איינער צו מ'האט אמאל אפירגעזוכט די מציבה פון ר' ברוך בענדיט? עס איז דאך פארהאן טויזענטער אייניקלעך, און פראג איז גרינג צוצוקומען, אפשר ווייסט איינער מער פרטים?
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

דער מחבר פון ספר בית הילל (תרנ"ג - מונקטש) וואונדערט זוך פאר וואס ר' ברוך בענדיט ל"ש מוועטש איז באגראבן אין פראג. די בריווען ענטפערן די קשיא.

אין מליצי אש (השמטה לחודש שבט אות תרנ"ח) שטייט בשם מוה"ר הילל ווינבערגער אז ער איז באגראבן לעבן די בעל נודע ביהודה.
אגב, דארט ווערט דעם מעשה דערציילט פארקערט, אז "כשהיה חולה בקארלסבאד צוה שלאחר פטירתו יובילוהו לפראג".
אטעטשמענטס
ספר בית הילל (תרנ"ג - מונקטש)
ספר בית הילל (תרנ"ג - מונקטש)
ספר בית הילל (תרנ"ג - מונקטש)
ספר בית הילל (תרנ"ג - מונקטש)
מליצי אש (השמטה לחודש שבט אות תרנ"ח)
מליצי אש (השמטה לחודש שבט אות תרנ"ח)
Untitled.jpg (18 KiB) געזען 4416 מאל
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' אברהם שלמה,
דער דאטום 'כ"ה מרחשון' איז אויך א טעות לויט די דערמאנטע בריווען, דער ריכטיגער טאג איז 'כ"ח חשון'.

ווער האט דעם 'דעת חת"ם סופר' (ח"ב) אז מ'זאל דא קענען האבן די בריווען?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ידידינו החשוב אברהם שלמה הי"ו, בעט אין זיין בלאג אויב איינער גייט אדער ווייסט פון א צווייטען וואס גייט זיין אין פראג דעם קומענדיגען זומער, זאל זיך מעלדן צו אים אויב ער איז מסכים אפירצוזוכען די מציבה פון ר' ברוך בענדיט ל"ש הנ"ל אבי הרה"ק ר' הילל מקאלאמייא זצ"ל.

ולמצוה גדולה יחשב

-

אין אן אנדערע פאוסט ברענגט אברהם שלמה עטליכע סערטיפיקאטן וואס דער לעגענדארער עושה חסד דר. מאנטעלא (מאנדל) האט געטאן בשעת די קריג ווען ער האט ארויסגעגעבן בירגערשאפט-פאפירען פון סאלאוואדאר (א לענדל אין זיד-אמעריקא) ובתוכם פאר א גאנצע משפחה ממשפחת ליכטענשטיין.

דער אבי המשפחה שיינט צו טראגען דעם נאמען 'ישעי' ליכטענשטיין' געבוירען אין קאלאמייא אין יארע 1878 און זיין פרוי ערנעסטינא (?) געבוירען אין Saszlekence (?), ווייסט איינער ווער די משפחה איז?
אטעטשמענטס
RetrieveAsset_aspx_(2).jpg
RetrieveAsset_aspx_(2).jpg (26.47 KiB) געזען 4305 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האט מיר א חשובער איד, נצר למשפחת ל"ש הנכבדה, מעורר געווען אז דער בילד און סערטיפיקאט איז פון ר' ישעי' ב"ר ברוך בענדיט ליכטענשטיין מביסטריץ, ר' בענדיט איז געווען א זון פון ר' הילל מקאלאמייא זצ"ל.

מען קען צולייגען חומר איבער ר' ברוך בענדיט און ר' ישעי', ווער עס ווייסט עפעס.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מיללער האט געשריבן:האט מיר א חשובער איד, נצר למשפחת ל"ש הנכבדה, מעורר געווען אז דער בילד און סערטיפיקאט איז פון ר' ישעי' ב"ר ברוך בענדיט ליכטענשטיין מביסטריץ, ר' בענדיט איז געווען א זון פון ר' הילל מקאלאמייא זצ"ל.

מען קען צולייגען חומר איבער ר' ברוך בענדיט און ר' ישעי', ווער עס ווייסט עפעס.


דאס קומט ענדערש לפענ"ד אין די אשכול פון ר' הלל קאלאמייער ווי איך האב שוין אביסל ציטירט די יחוס המשפחה.
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

פאר וואס אין קאלאמייא?
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום מאנטאג אוגוסט 09, 2010 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

אברהם שלמה האט געשריבן:פאר וואס האט ער געבוירען אין קאלאמייא?

זיין פאטער הגאון ר' ברוך בענדיט די זוהן פון ר' הלל האט דאך געוואוינט אין קאלאמייע און געדינט דארט אלץ דיין.
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

עס איז גאר אינטערעסאנט אז זיין פרוי איז געווען 26 יאר יינגער פון אים ?!  איז דאס א זוו"ש?
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

א בילד פון הגה"צ רב יוסף שמואל ליכטענשטיין הי"ד אב"ד סילאדי-טשעה בן הגה"צ רב שמעון ליכטענשטיין זצ"ל הי"ד אב"ד לעכניטץ
אטעטשמענטס
Yosef_Shmuel_Lichtenstein.png
Yosef_Shmuel_Lichtenstein.png (24.56 KiB) געזען 4118 מאל
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

איינער וויסט דעם ערשטער נאמען פון הרבנית פאנעט אשת הגה"צ רב חיים צבי ליכטענשטיין זצ"ל הי"ד אב"ד בוטשום ?
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום דינסטאג אוגוסט 10, 2010 3:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

איינער וויסט דעם ערשטער נאמען פון הרבנית פאנעט אשת הגה"צ רב חיים צבי ליכטענשטיין זצ"ל הי"ד אב"ד בוטשום ?


עמעצער האט מיר דאס געשיקט.

dror1818

נושא: מרת חי' הינדא בת הגאון מוה"ר יחיאל מאיר פאנעט

תוכן: בשבועות האחרונים התמכרתי לחיפוש השורשים של משפחתי ואני מרותקת לפורום הזה ולחיפוש קרובים.
אני צאצאית של שושלת פאנעט (פנט) ומרותקת לגלות על השושלת, ואולי המסמך הזה יעזור לך? http://chabadlibrarybooks.com/pdfpager. ... 8&pgnum=72


דא איז א בילד פון מרת חי' הינדא אשת הגה"צ רב חיים צבי ליכטענשטיין זצ"ל הי"ד מיט דריי פון איר קינדער, קריינדל ע"ה הי"ד יעקב משה ז"ל ואשר שמואל הי"ד.
אטעטשמענטס
Butchemer_family_Photo.jpg
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום פרייטאג אוגוסט 20, 2010 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אברהם שלמה טייערער,
איז ר' שמעון ליכטענשטיין מפראג ב"ר יהודא ל"ש, פון די משפחה?

חיבר ספר שש המערכת עם הסכמות חשובות ממרן החת"ס והגר"ן טריביטש ועוד, שימש כמרא דאתרא בבית מדרש ע"ש ר' ישראל פרענקלס על מקומו של הגר"א פלעקלס בעל תשובה מאהבה וראב"ד פראג.
http://www.hebrewbooks.org/6675
אטעטשמענטס
30-6675.jpg
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

מיללער, איך וויס נישט. מער אינפארמאאציע אויף זיין משפּחה קען הילפען.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:אברהם שלמה טייערער,
איז ר' שמעון ליכטענשטיין מפראג ב"ר יהודא ל"ש, פון די משפחה?

אין בית עקד ספרים http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 41&hilite= עפנט ער דעם ר"ת פון ל"ש אלץ ליכטנשטדט נישט ליכטנשטיין, (באוצר החכמה כתב ליכטנשטאט).
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

עמעצער האט מיר דאס געשיקט.

האם כוונתך לר' שמעון ליכטנשטאדט Melitz 12/08/10 19:36

אמנם במסך החיפוש של Hebrewbooks מופיע מחבר הספר שש המערכת
כ-שמעון ליכטענשטיין אך בספר עצמו הוא מופיע כ-שמעון ל"ש שמוזכר במספר מקומות, כמו למשל בקטע מהספר הורה גבר כ-שמעון ליכטנשטאדט.
פרטים על כמה וכמה ממשפחת ליכטנשטאדט מפראג מופיעים בספר משפחות ק"ק פראג על פי מצבותיהן הנמצא באתר Hebrewbooks ובעוד כמה ספרים רלוונטיים באתר.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צווישען די קינדער פון ר' יעקב קאפל ליכטענשטיין (אחיו של ר' הילל מקאלאמייא, ואביו של ר' ב"ב מקראסנא זצ"ל) איז געווען ר' מרדכי ליכטענשטיין אב"ד טשירטש, ממלא מקום חותנו ר' משה מאיר גאלדבערג אב"ד טשירטש,

אויף קברים.קאם איז פארהאן די מציבה פון א געוויסער הרב משה מאיר גאלדבערג ב"ר צבי מפעטריקאוו פלך מינסק, בשעתו האט ידידינו מרן מפארשלאפען יצ"ו געוואלט קלערן אז דאס איז היינו הך, און אני הדל האט שוין תיכף אויפמערקזאם געמאכט אז דאס איז נישט מסתבר, עי' פה בהלינק הדין-ודברים:
http://kevarim.com/rabbi-moshe-meir-golberg/

למעשה האט מיר א ידיד אפגעשריבען אבסיל תולדות פון דעם ר' משה מאיר מטשירטש וחתנו ר' מרדכי ל"ש, וואס וועט זיין אינטערעסאנט פאר די השלמה פון 'שושלת משפחת ל"ש', איך בין מעתיק לשונו מער/ווייניגער פונעם כותב, רק תקנתי הלשון באיזהו מקומן משום וגיל"ו ברעדה.

אל מע''כ הרב מסקרענטאן שליט''א

בעלותי על האתר "קברים.קאם" מצאתי ראיתי קברו של הרב משה מאיר גאלדבערג ז''ל על מה שהגיב הרב המתנמנם פארשלאפען בלע''ז שהוא הוא הרב מטשירטש ונשא ונתן עם כבודו בזה

והנה הרב המתנמנם תרדמה גדולה נופלת עליו וחלמא טבא חזי כי הנה הרב מטשירטש הי' הר''ר משה מאיר ז''ל הכותב המכתב לסיגוט (הערת יד"מ: באיזה מכתב מדובר?) והי' מחותנו של מהרי''ק מבעטלאהן זצ''ל חותנו של בנו הרה''ג ר' מרדכי ל''ש זצ''ל מ''מ בטשירטש [חותן ר' ברוך ל''ש (בן אחיו הרה''צ ר' אשר אנשיל זצ''ל בן המהרי''ק מבעטלאן) אביו של הרה''ג ר' יצחק ל''ש ז''ל יליד טשירטש].

והנה מעולם לא שמעתי כי רמ"מ הנ"ל היגר לארה''ב או למקומות אחרים (פלך אצל מינסק בבעלערוס - ווייס רוסלאנד- שע''כ אפי' לשיטתי' ולו יהיבנא כל טעותי' הי' שם אח''כ כי המכתב לסיגוט נכתב בשנת תרמ''ח והספר הנדפס במינסק בשנת תרס''ב ) וכמו''כ לא שמעתי מעולם שהי' מח''ס ואם יתעקש המתעקש ויאמר לא ראינו אינו ראי' אבל אדרבה קבלתי להיפך שנפטר בטשירטש במחוז סעראס בסלאוואקיי אצל סטראפקאאוו ובערדישאוו הסמוך לגאליציע ושמנו''כ.

ואיידי דאזכירו אספר בשבחו הרה''צ ר' משה מאיר זצ''ל הי' ת''ח גדול ומפורסם בשעתו וחסיד נלהב לרביה''ק מצאנז זי''ע והוא הוא אשר נתן על שכמו משרת העיר טשירטש שהי' בגלילותיו ( וגם כהיום הנסיעה מטשירטש לצאנז הוא פחות מחצי שעה כי טשירטש שוכן ממש אצל המצר של גאליציע בדרומה של צאנז ) והפך את העיר בזמן קצר וכו' .

אם כי מעולם לא הייתי בטשירטש מונח בזכרוני שנפטר ונקבר שם ועל מקומו נבחר חתנו הרה''צ ר' מרדכי ל''ש ז''ל שגם יסד ישיבה גדולה בטשירטש ( עי' בספריו של א פוקס אודות ישיבת טשירטש ) וחתנו הרה''צ ר' ברוך (בענדיט) ז''ל עזר לו והי' ר''מ עם חותנו ז''ל ובנו ר' יצחק ז''ל שהי' גאון ובקי נפלא בכל הש''ס רוב תורתו קיבל שם בישיבת זקינו בטשירטש וסביר וקיבל מפי אביו וזקינו ודייק וגמיר שמעתתי' מפי רבותיו כרחבא דפומבדותא

יש לי עוד הרבה להאריך אבל היות כי איני רגיל בטייפינג וקשה עלי הדבר וגוזל לי הרבה זמן ע''כ אקצר

ובקיצור הדבר הוא כי כי ר' ברוך הנ"ל יליד קאלאמיי הי' לו צרות בטשירטש שלא הי' לו אזרחי המדינה וברח לקאשוי לכמה שנים והתנהג שם ברבנות כאבותיו הק' (עי' שם הגדולים לגדולי הגר חלק ג' קאשוי) והי' שם בידידות עזה עם הרה''ק מהרא''ש מסטראפקוב זי''ע עד שחטפוהו הרשעים הארורים ימ''ש בשלהי קייטא תש''א לפ''ק והעבוריהו יחד עם כל ב''ב ועם עוד הרבה מאחב''י שלא הי' להם אזרחי המדינה לעבר הגבול הרוסי במחוז קאמעניץ פאדאלסק ושמה נשחטו במיתות משונות ביום ד' אלול תש''א הי''ד ארץ ארץ אל תכסי דמם.

ומכל משפחת ר' ברוך לא ניצל רק בנו ר' יצחק ז''ל שהי' דר בעת ההיא באונגארן בקליינוואדיין שנתחתן שם ונשא בתו של הרה''צ ר' חיים ליפשיץ ז''ל דומ''ץ בקליינווארדיין ונכדו של האדב''ע ויש''מ זי''ע .

-
עתה נחזור לענין ראשון ר' מרדכי שימש ברבנות בטשירטש עד שחיסלו העיר והרגו כל משפחתו וברח לנפשו לנייטרא לבית בתו כלתו של הרב בעל נאות דשא אב''ד נייטרא ז''ל שהודות השתדלנותו של הרב חמ''ד ווייסמאנדעל הי' שם מקום פליטה עד סוף השואה שגם עליהם עבר כוס התרעלה ונעקד''ה ביום ח''י תשרי תש''ה לפק הי''ד. ובניסים נמלטה בתו הרבנית ברכה ע''ה אשת ר' חיים ידידי' אונגאר הי''ד בנו של הרב מנייטרא ובז''ש נשאת להרב דוד גראס ז''ל אב''ד טאב אביו של הרבני ר' מרדכי גראס הי''ו חתן הרה''ח ר' חי''ל פר''מ ז''ל ראה''ק.

לסיכום מכל משפחת הרב ר' מרדכי ל''ש אב''ד טשירטש בהמהרי''ק ז''ל נשאר רק ב' משפחות הנ''ל היינו משפחת ר' יצחק ל"ש ומשפחת הרב מטאב ז''ל.

ומנכדי הרב ר' משה מאיר גאלדבערג ז''ל הרב מטשירטש הידועים לי הוא משפחת הרב גאלדבערגער ממעדיער ז''ל שהם מתייחסים א''ע באח''ב ר' משה מאיר מטשירטש ז''ל כן אמר לי בנו הרב ר' יונתן בנימין שליט''א אב''ד ביקאווסק ובע''מ שו''ת אבני חפץ חדב''נ מהר''ש מבאבאוו ז''ל ודי בזה כעת.


תשוח"ח לידידי שעל-אף שה'טייפן' קשה לו ואינו רגיל בו, עכ"ז הראה לנו אות ידידות ובא בקצרה ובארוכה לתולדות הרבנים החשובים נשמתם עדן, זכות כל הצדיקים והישרים יגן עליו ועלינו להתברך בברכת כוח"ט ושנת גאולה וישועה.

כו"ח פה סקרענטין יצ"ו פלך פאנסילוואניע בגלות ארה"ב
הק' יעקב דוב מיללער
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

וועגן הגאון ר' ברוך בענדיט אין די פנקס חברה קדושה דפראג.
http://lichtensteinheritage.blogspot.co ... aniel.html
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מסקרענטאן, א דאנק אייך פאר די חידושים, דאס איז פון די זיסטע הנאות ווען זעט אז מ'האט געגרייזט און צו דעם ווערט מען געוואויר דעם ווארהייט.

גיט איבער א דאנק פאר אייער אנאנימער פריינט המאיר עינינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בריוו פון קראסנא רב זצ"ל צו בלאך (ייש"כ פארשלאפן פארן אוצר)
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 1/mode/2up

ער דערמאנט דארט איבער א בריוו פון ר' יעקב משה שווארץ מקראלי ז"ל
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מגילת יוחסין למשפחת ליכטנשטיין, (ועוד כמה ענינים מיחוס המשפחה ובתוכם נוסח המצבה של ר' בענדיט דיין בוועטש), בירחון צפונות.
כפי הכתוב שם נכתב המגיו"ח ע"י ר' שלמה זלמן ל"ש אבי רב"ב מוועטש.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 95&hilite=
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קבלתי מידידי הנ"ל, הרוצה בעילום שמו, תשוח"ח לו (הדברים בסוגריים הם הוספות מדילי הקטן):

לכבוד'ן בעפארשטייענדען הינדערט צוויי און זיבעציגסטע יארטאג פון הרה''צ ר' ברוך [בענדיט ליכטענשטיין] דיין האמת מק''ק וועטש ז''ל אבי האחים הקדושים [ר' הילל] מקאלאמיי ו [ר' יעקב קאפיל] מבעטלאהן זי''ע וועלעכעס געפאלט זיך דעם פרייטאג כ''''ח חשון שיק איך דיר א מכתב פון הרב זעליגמאן דעליטש אב''ד וועטש ותלמידו של מרן החת''ס זי''ע בנוגע די ירושה פון ר' ברוך ז''ל וואס ער האט געהאט מיט זיך בעת פטירתו אין פראג און עס האט זיך געפארעט דערמיט *ר' רפאל שיפהאף [שולהאף] מפראג און האט אנגעפרעגט דעם וועטשער רב ער זאל פרעגן דעתו הגדולה פונעם היילגן חתם סופר זי''ע וכאשר יורה כן יעשה.

למעשה האט דער חת''ס אנגעוויזען פאר הרב זעליגמאן וויאזוי מסדר צו זיין דאס ענין ווי אויך בנוגע די מצבה וכו' ולאות הסכמה אז דער חת''ס איז טאקע דער וואס האט בייאויפטראגט ר' זעליגמאן צו שרייבן בשמו האט דער חת''ס אליין צוגעשריבן און געחתמעט בשולי המכתב . די מכתב איז געדריקט אין די נייע תשו' בית הילל.

דרך אגב, אזוי איבערקוקענדיג איז מיר געפאלן א פחד די לעצטע ווערטער פונעם הייליגן חת''ס וז''ל וככל דכתוב ומפורש לעיל כן יעשה "וה' עמנו" עכ''ל כידוע דרשנט די גמ' ביי דוד המלך אויף די ווערטער וה' עמו - שהלכה כמותו בכל מקום - א קליינע גילו פון זיך אליין בשנה האחרונה לימי חייו הקדושים.


[* דער וועטשער רב ר' זעליגמאן רופט אים שולהאף, און דער חת"ס שרייבט אים שיף-האף, אולם מצאתי זכרו בשו"ת תשובה מאהבה ח"ב להגאון ר' אליעזר פלעקלס ראב"ד פראג סי' רצ"ח ששואל את הגר"א פלעקס שאלה בהלכה וחותם א"ע בשם 'רפאל שולהויף' ובמקום אחר מצאתי שהחה חתן בתו של הגאון ר' זלמן עמריך מפראג בעמח"ס ששה זרעוני ערוגה]
אטעטשמענטס
Delitch.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

[quote="מיללער"]היינט האט מיר איינער צוגעוויזען אינעם ספר 'דעת חת"ם סופר' (שהו"ל הרב ר' בנציון הכהן שטראסער שלט"א דומ"ץ נייטרא-ב"פ, נכד החת"ס) ביים סוף איז געדרוקט עטליכע אינטערעסאנטע מכתבי קודש פון הגרעק"א און מרן החת"ס, אין צווישען האט ער שלשה כתובים איבער ר' ברוך בענדיט ליכטענשטיין דיין בוועטש אביהם של הגה"ק ר' הילל מקאלאמייא ור' יעקב קאפל מראדיוויץ ז"ל.[/quote]


היינט האב איך באמערקט אין ספר 'רב שלום' לר' שלום אדלער מסערעדנא, אז זיין מוטער מרת ריזל איז אויך געווען א טאכטער פונעם וועטשער דיין ר' ברוך בענדיט ליכטענשטיין הנ"ל, הייסט דאס אז אויך די אדלערס זענען ליכטענשטיין אייניקלעך, איר מאן האט געהייסן ר' מנחם אדלער ער איז אוועק אינגערהייט, ובזווג שני האט זיך חתונה געהאט מיט ר' יהודא א"ש אב"ד סאבראנץ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי הוא זה?

גענומען פון דא:
http://books.google.com/books?id=FGRAAA ... &q&f=false
אטעטשמענטס
8H1CAIV261HCACGKB84CALE5Y5LCAWZFFQTCA6D5DGTCA6UX783CAS1RJV9CANZG7Q3CA5TITRMCAV7LY5PCA52MYYLCARUSTDICAXI3LZKCATWZY2QCAOMRXM0CAX3Q83ECAH21D1ZCAHX1IUCCAN6ZMN2.png
8H1CAIV261HCACGKB84CALE5Y5LCAWZFFQTCA6D5DGTCA6UX783CAS1RJV9CANZG7Q3CA5TITRMCAV7LY5PCA52MYYLCARUSTDICAXI3LZKCATWZY2QCAOMRXM0CAX3Q83ECAH21D1ZCAHX1IUCCAN6ZMN2.png (4.2 KiB) געזען 3840 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:מי הוא זה?

גענומען פון דא:
http://books.google.com/books?id=FGRAAA ... &q&f=false


דער ברודער וועלכער ווערט דארט דערמאנט אלס א 'מסית ומדיח' איז עמיצער איגנאץ (יצחק) ליכטענשטיין וועלכער האט געדינט אלס רב אין א קליין אונגאריש שטעטל 'טעפא-סעליא' און האט ל"ע מחליט צו ווערן א מיסיאנער צו קריסטנטום רח"ל, ימח שמו וזכרו:
http://en.wikipedia.org/wiki/Ignatz_Lichtenstein
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”