לקוטים וענינים על יו"ט שבועות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

לקוטים וענינים על יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א טעם פארוואס מ'לייגט בלימען, האבעך געהערט אלץ אינגעל, ווייל אויפן בארג סיני איז געווען בלימען, און אלץ זכר שטעלן מיר היינט ארויס בלימען,

נאך א טעם וואס איך טראכט יעצט,
פשוט, די בלימען סוחרים זאלן אויך האבן א סיזען, יעדער געשעפט האט דאך זיין סיזען, שטעלט דיך פאר ס'זאל נישט זיין קיין בלימען שביעות, וויאזוי וואלטן זיי חתונה געמאכט די קינדער און אייניקלעך,
און ווי קען מען דאס אויסלאזן, פון ווי וואלט די 'ווייצענע לעידיס עקזולערי' זיך אויפגעהאלטן אויב נישט דורך דאס, כ'מיין דאס אידאך זייער עיקר הכנסה,

א פרייליכען יו"ט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

צייטליך, א שיינע טעם, אז מ'טראכט פון יענעם, אינאיינוועגס, האט מען שוין וואס צו שרייבן דא.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ערנסט גערעדט, איז מען דן די פירות האילן, אין יו"ט שבועות דעריבער לייגט מען ביימער, אבער לכאורה אז מ'איז דן די פירות, צו וואס ברענגט מען דעם בוים?, נאר אז מ'וויל וויסן וואס די פרי איז, ברענגט מען דעם בוים און דער שורש,
(רביה"ק מסאטמאר זי"ע)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מען פירט זיך אויסצושפרייטן, רויזן און שמעקעדיגע גראז, אין די הייזער און מען שטעלט ביימער אין בית המדרש (רמ"א ).


א טעם פארוואס מען שפרייט אויס גראז.
ווען דער אויבערשטער האט אראפגענידערט צו געבן די תורה אויפן בארג סיני, פון דעם גרויסן קדושה, האט אנגעהויבן צו וואקסן אויפן בארג שמעקעדיגע גראז און בלומען, פאר א זכר צו דעם, שפרייט מען אויס שמעקעדיגע גראז און בלומען אין די הייזער
(אבני המקום - אות לב').


א טעם פארוואס מען שפרייט אויס רויזן.
עס שטייט אין מדרש רבה (פ' אחרי, פ' כ"ג אות ג'), ר' עזריה האט געזאגט "א משל" אין נאמען פון ר' יודא ב"ר סימון, א קעניג האט געהאט א שיינעם גארטען מיט פארשידענע פרוכט, און ער האט דאס איבער געגעבן פאר א באדינער אז ער זאל דערויף אכטונג געבן נאך א צייט איז דער קעניג געקומען קוקן וואס עס טוט זיך מיטן גארטען, האט ער עס געטראפן אנגעפילט מיט דערנער, האט זיך דער קעניג זייער אויפגערעגט, און ער האט געהייסן מ'זאל ארויסרייסן אלע דערנער פונעם גארטען, אין מיטן שניידן האט דער קעניג באמערקט זייער א שיינעם שמעקעדיגע רויז, ער האט דאס גענומען און געשמעקט, און געזאגט, וועגן דעם רויז וועט מען נישט ארויסרייסן ווייטער די דערנער פונעם גארטען. דער נמשל איז, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן מ'זאל אפהיטן די תורה, ביי די ערשטע ý26þ דורות האט דער אויבערשטער געקוקט, און געזען אז זיי זענען זינדיג, האט ער זיי געשטראפט, דער אויבערשטער האט געוואלט חרוב מאכן די וועלט, וויבאלד אבער די אידן האבן געזאגט "נעשה ונשמע" (גלייך צום שמעקעדיגן רויז) האט זיך דער אויבערשטער בארואיגט און ער האט געזאגט אז וועגן דעם וועט ער נישט חרוב מאכן די וועלט, זאגט דער הייליגער בני יששכר זצ"ל, לויט דעם פארשטייט מען דעם מנהג ישראל צו באקרוינען די תורה שבועות מיט רויזן.

א טעם פארוואס מען שטעלט אויף ביימער.
שבועות משפט מען די פרוכט פון די ביימער, און מ'דארף מתפלל זיין עס זאל וואקסן גוטע פרוכט, כדי מען זאל געדענקען שטעלט מען די ביימער אין בית המדרש ווי מ'דאווענט
(מג"א סק"ה).
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

ותצפנהו שלשה ירחים, באגם מים, אויסגעקומען שבועות, ודי. (ספרים)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די מדרש זאגט טאקע אז פון ז' אדר ביז ז' סיון די דריי חדשים איז משה רבינו געוועהן באהאלטן, יענעם טאג האט זיך געטון א מהפיכה אין הימל די מלאכים האבן געוויינט אז מ'דארף ראטעווען משה, עיי"ש, אבער מכח די נס פון יענעם טאג איז יעדעס יאר דעם טאג דער יו"ט וואס מ'פרייט זיך אלץ זמן מתן תורתינו, כאטש וואס מ'קען זיך שטעלן אז ו' סיון איז נישט געוועהן זמן מתן תורתינו לפי קשיות המ"א, אבער וויבאלד ס'איז געוועהן די נס הצלה פון משה רבינוף איז דאס אויך זמן מתן תורתינו,
(רביה"ק מסאטמאר תשט"ז עיי"ש שהאריך)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די נעמען פון דעם יום טוב.
דער יו"ט האט ý4þ נעמען, א) שבועות, ב) עצרת, ג) חג הבכורים, ד) מתן תורה, דער סימן איז - ש'ב'ע'ת.
(גר"א ז"ל)

חג השבועות
די תורה רופט אן דער יום טוב "חג השבועות". אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות לד): ואחחג שסטבכעית תלחעגשעזה לאךט בלהכלולרוי קאצהיר חהטלהים. אויך שטייט אין פסוק (דברים טז): ואעטשעהיתט חחג שסטבכעוית לחה' אבליקזיךט.
די גמרא זאגט דער טעם, ווייל שבועות טייטשט וואכן, און יו"ט שבועות קומט נאך די ציילונג פון די זיבן וואכן.

אין ספה"ק אהבת שלום שטייט ווייל אלע הייליגע זאכן איז מיט די נומער 7 ווי צום ביישפיל די זיבעטע טאג פון די וואך איז שבת, און די זיבעטע יאר איז שמיטה, און נאך די זיבעטע שמיטה איז יובל. און אויך דער יו"ט "שבועות" איז נאך 7 וואכן ציילען ספירה, צו ווייזן די קדושה פון דעם יו"ט.

נאך א טעם שטייט און ספר טור ברקת ווייל ביי מתן תורה האבן די אידן געמאכט א 'שבועה' צו די רבוש"ע אז זיי וועלן האלטן די תורה. און אויך די באשעפער האט געמאכט א 'שבועה' אז ווי לאנג די אידן וועלן האלטן די תורה, וועט ער זיי נישט פארלאזן.

נאך א טעם: מרמז צו זיין אז דער שטן און די מקטריגים זענען צוריקגעהאלטן געואורן אין דעם טאג ווי חז"ל דערציילן. טעמי המצוות לר' מנחם הבבלי
אין די נאמען שבועות איז מרומז אלע נעמען פון יו"ט ש'בועות ב'יכורים, ע'צרת ת'ורה (זמן מתן תורתינו).
(הגר"א מווילנא ז"ל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

:חג הקציר

עס שטייט אין פסוק (שמות כג): ואחחג החקלטצהיר בלהכלולרוי מחעגשזיךט אגשסזר תלהזארחע בלחשלעטדזה דאס איז די צייט וואס מען שניידט אפ די נייע תבואה וואס האט געוואקסן די יאר.

אין ספורנו ווערט געברענגט אז די עיקר פון יעדען יו"ט איז צוגעבען א לויב פאר'ן אויבערשטען אויף די גוטע זאכן וואס ער טוט אונז, און די עיקר הצלחה פון די נייע שניט ווענדט זיך זייער אסאך איו די וועטער צווישען פסח און שבועות א.ד.ג. דערפאר האט מען געמאכט דעם יו"ט שבועות צוגעבען א שבח והודיה, פאר'ן אויבערשטען, אז די שניט פון די יאר איז געלונגען, און דערפאר הייסט עס טאקע חג הקציר.

אין רמב"ן שטייט זייער ענליך, אז די עיקר וואס מ'איז געגאנגען עולה רגל זיין, איז צו לויבן דעם אויבערשטען אויף די גוטע זאכן וואס ער טוט אין פעלד, און דערפאר זענען אלע ימים טובים איינגעטיילט אין די זמנים פון פעלד, פסח - וואקסט די תבואה. שבועות - שניידט מען. און סוכות נעמט מען עס אריין אין שטוב, און דערפאר הייסט דער יו"ט שבועות חג הקציר, ווייל דער יו"ט איז טאקע וועגן די נייע שניט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יום הביכורים
עס שטייט אין פסוק (במדבר כח): ולבאיוים החבלהכלולרהים בלאהחקארהיבאכזם מהנאחטה חגדטשסטה לחה' בלאשסטבולעויתויכם, זאגט רש"י אז דאס גייט ארויף אויף די ערשטע מנחה פון די נייע תבואה, וואס דאס איז געווען די שתי הלחם, און די שתי הלחם ווערט אויך אנגערופן "ביכורים", ווייל פאר דעם האט מען נישט מקריב געווען קיין מנחה פון חדש.
אויך האט מען דעם יו"ט אנגעהויבן צו ברענגען די ביכורים קיין ירושלים. דער צייט פון ברענגען "ביכורים", איז פון שבועות ביז סוכות מיט ליינען די פרשה פון ארמי עובד אבי. אדער ביז חנוכה אן ליינען די פרשה.
אין שפת אמת שטייט אז וועגן דעם הייסט עס ביכורים ווייל דאס איז א לשון פון באנייען, און אין דעם יו"ט שבועות ווערט באנייט די גאנצע בריאת שמים וארץ, ווייל די תורה ווערט געגעבען נאכמאל פאר די אידן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עצרת

אין די גמרא ווערט דער יו"ט בדרך כלל אנגערופן "עצרת". דער מאקויר דערפון איז פון תרגום אויפ'ן פסוק ביום הביכורים וגו' שטייט "בלטעחצארטתויכוין".

דער רמב"ן שרייבט (בפר' אמור) אז וועגן דעם ווערט דער יו"ט אנגערופען 'עצרת' ווייל אזוי ווי שמיני עצרת דער איז דער לעצטער טאג יו"ט פון סוכות, אזוי אויך דער יו"ט שבועות איז אזוי ווי דער לעצטער טאג יו"ט פון פסח, ווייל די ימי הספירה זענען אזוי ווי חול המועד, קומט אויס אז שבועות איז עצרת פסח.

ענדליך צו דעם שטייט אין שפת אמת פארוואס דער יו"ט ווערט אויך אנגערופען עצרת, ווייל ראש השנה ענדליך ווערט יעדעס יאר באנייט די גאנצע בריאה, און דערנאך מאכט מען א יו"ט סוכות וואס מ'איז מקריב די ע' פרים, וואס דאס איז מרמז אויף די 70 פעלקער. און נאך די אלע ימים טובים מאכט מען איין טאג שמיני "עצרת" וואס דאס איז מיוחד ספעציעל נאר פאר די אידן אליין, די זעלבע זאך איז ביי דעם יו"ט, נאכדעם וואס מ'איז שוין דורך דעם יו"ט פסח, און אויך שוין געציילט ספירה זיבן וואכן, זאגט דער אויבערשטער איין טאג וויל איך האבן פאר מיר עקסטער, איך מיט די אידן אליין, און וועגן דעם הייסט דער יו"ט עצרת צו ווייזן אז דעם טאג האט דער אויבערשטער אפגעשיידט פאר די אידן אליין.

ענליך צו דעם שרייבט דער קדושת לוי, מיט די הקדמה, אז מ'זעהט ווען איינער ענדיגט א מסכתא מאכט מען א סיום, לכאורה דארף מען פארשטיין וואס מאכט ער עפעס יעצט א שמחה, ס'איז דאך שוין נאך די מצוה, נאר דער טעם דערפון איז לויט ווי רש"י ברענגט דער טעם פון שמיני עצרת, א משל צו א קעניג וואס האט געמאכט א סעודה פאר אלע זיינע שרים עטליכע טעג, ווען מ'האט גענדיגט מיט די סעודות, האט דער מלך געזאגט, יעצט וויל איך מאכן נאך איין קליינע סעודה, אז ס'זאל בלייבן גוט אין זכרון, די זעלבע איז ביי שמיני עצרת, זאגט דער אויבערשטער נאך די אלע טעג סוכות וויל איך נאך איין טאג פאר א יו"ט און דאס איז שמיני עצרת, זאגט דער קדושת לוי, אז דא ביי שבועות הייסט דער יו"ט שבועות, ווייל מיר האבן יעצט גענדיגט די מצוה פון ספירת העומר, און דער אויבערשטער זאגט איך וויל נאך בלייבן מיט ענק עטליכע טעג, איז דאס די זעלבע בחינה ווי שמיני עצרת, דערפאר רופן חז"ל דעם יו"ט עצרת.

נאך א טעם ברענגט דער קדושת לוי ביי יעדן יו"ט איז דא מצוות היום וואס צוטוהן אין דעם טאג ווי מצה און עסן אין די סוכה. אבער שבועות איז נישט דא א ספעציעל מצוה וואס צו טוהן, איז די איינציגע זאך וואס איז אנדערש ווי אלע טעג, איז דאס אז מען טאר נישט ארבעטען און טוהן א מלאכה, נאר מען דארף זיין איינגעהאלטען פון די ארבעט, וועגן דעם ווערט דער יו"ט אנגערופען "עצרת" וואס דאס איז די טייטש "איינגעהאלטען" ווייל דאס איז די איינציגע מצוה פון טאג.

נאך א טעם ברענגט דער קדושת לוי לויט ווי דער רמב"ן טייטש דעם פסוק מחה תלטעהירול ולמחה תלאעוירארול אזת הטאחהגבטה עחד שסזתלזחאפלטץ, אז ס'איז דא ווען ס'קומט אריין פאר א מענטש א התעוררות צו עבודת הבורא ברוך הוא, דארף ער זעהן תיכף צומאכן א כלי דערפאר, דאס הייסט טוהן א מצוה א.ד.ג. כדי ס'זאל בלייבן פון די התעררות, דאס טייטש דער רמב"ן מה תעירו וכו' - אויב ס'קומט א התעוררות פאר א מענטש, איז עד שתחפץ - דארף מען מאכן דערפאר א כלי (חפץ מלשון כלי), זאגט דער קדושת לוי אז בשעת מתן תורה איז אראפ געקומען אויף די אידן א געוואלדיגע התעוררות, און משה רבינו האט געזוכט א גוטע זאך ס'זאל בלייבן פון די התעוררות, האט ער נאכנישט געטראפען א מצוה, ווייל ס'איז געווען פאר מתן תורה, האט ער געטראפען די מצוה אז מ'זאל זיין איינגעהאלטען און נישט צוגיין צום בארג, די מצוה איז געווען א כלי אז די התעוררות זאל בלייבן, ממילא לזכר דעם הייסט דער יו"ט עצרת - איינגעהאלטען לזכר פון דעם.

דער בני יששכר ברענגט אראפ די ווערטער פון קדושת לוי (מאמר שם החג) און ער פרעגט דערויף, אז היינטיגע צייטן אז ס'איז יא דא מצוות מיט וואס צו מאכן א כלי, אויב אזוי פארוואס הייסט עס היינטיגע צייטן אויך מיט'ן נאמען עצרת? נאך מער פרעגט ער, אז די נאמען עצרת שטייט דאך נישט אין די תורה, נאר חכמינו ז"ל האבן דאס צוגעגעבען, אויב אזוי איז דאך זייער שווער צו זאגן דעם טעם ווייל אין זייערע צייטן איז דאך שוין זיכער געווען מצוות מיט וואס צו מאכן א כלי? נאר - ערקלערט דער בני יששכר - דער טעם פארוואס ס'הייסט עצרת איז, ווייל פסח ביינאכט קומט אראפ א גרויסע השפעה פאר אידן, אבער אזוי ווי דאס קומט אראפ פון זיך אליין און נישט דורך אונזער ארבעט, בלייבט עס נישט איבער אויף נאך פסח, נאר ס'גייט אוועק פון אונז, האט דער אויבערשטער געהייסען ציילען ספירה און טוהן פארשידענע זאכן אז מיר זאלען אליין דורך אונזערע מעשים זוכה זיין צו די השפעה און די אורות וואס קומן אראפ, און דאס וואס מיר זענען זוכה דורך אונזרע מעשים בלייבט יא איבער אויף אייביג, און וועגן דעם הייסט דער יו"ט עצרת. ווייל דאס איז א לשון פון איינהאלטען, אז די אלע השפעות וואס מיר זענען זוכה אין דעם יו"ט בלייבט איבער ביי אונז אויף אייביג.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זמן מתן תורתינו
ביים דאווענען רופען מיר דעם טאג "זמן מתן תורתינו". דער טעם דערפון איז ווייל די אפיקורסים זאגן אז מ'האט נישט געגעבען די תורה אין דעם טאג, נאר שבת קודש, וועגן דעם רופט מען עס זמן מתן תורתינו, צו ווייזן אז מיר האלטען נישט ווי די צדוקים, נאר מיר האלטען יא אז אין דעם טאג האט מען געגעבען די תורה.
אין קדושת לוי שטייט אז "זמן מתן תורתינו" מיינט דאס יעדער איז זוכה היינט צו א פרישע קבלת התורה לויט ווי ער האט זיך צוגעגעגרייט, דאס איז פשט מתן תורתינו - אונזער תורה.
דער כלי יקר שרייבט אז די טעם פארוואס עס ווערט נישט דערמאנט און די תורה אז ו' סיון איז דער "זמן מתן תורתינו", ווייל דער אויבערשטער האט נישט געוואלט אז א מענטש זאל טראכטן אז נאר און די טאג באקומט מען די תורה, ווייל א מענטש דארף טראכטן אז יעדן טאג קען מען זוכה זיין מקבל צו זיין די תורה, און א יעדן טאג דארף מען מקבל זיין די תורה פון דאסניי, אזוי ווי די גמרא זאגט "בכל יום יהיה בעינך כחדשים".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פארוואס ווערט עס אנגערופן "שבועות".
א) "שבועות" איז א לשון פון שווערן, מיר האבן געשוואוירן פארן אויבערשטען, אז מיר וועלן אים נישט אויפטוישן מיט א צווייטן ח"ו, און דער אויבערשטער האט געשוואוירען פאר די אידן אז ער וועט זיי נישט אויפטוישן מיט א אנדערן פאלק
(אור החיים הק' פ' יתרו)

ב) "שבועות איז אויך טייטש וואכן, אז צום יום טוב שבועות, דארף מען זיך צוגרייטן אין די ý 7 ספירה וואכן.
(מדבר קדמות מע' ש' אות ז')

*

פארוואס ווערט עס אנגערופן "חג הבכורים".

ביכורים איז טייטש ערשט געצייטיגטע "תבואה" און "פירות", ווען דער בית המקדש איז געשטאנען איז געווען א מצוה צו ברענגען א קרבן "שתי הלחם" וואס איז געמאכט געווארן פון די ערשט געצייטיגטע ווייץ, און פון דעמאלטס אן און ווייטער האט מען שוין געמעגט מקריב זיין א קרבן מנחה פון נייע ווייץ, אויך איז געווען א מצוה פאר יעדן איד וואס האט געהאט א פעלד, וואס עס איז געוואקסען פון די שבעת המינים, האט ער געדארפט ארויף טראגן אין בית המקדש די ערשט געצייטיגטע פרוכט, די עיקר צייט פון ברענגען די ביכורים איז געווען פון שבועות ביז סוכות, ווייל דעמאלטס האט מען געקענט זאגן די פרשת הביכורים.

* * *

פארוואס ווערט עס אנגערופן "עצרת".

א) ווייל שבועות איז אזוי ווי "שמיני עצרת" פון סוכות, און די טעג פון פסח ביז שבועות איז ווייל אזוי ווי "חול המועד".
(רמב"ן פ' אמור)

טעם ב'.
ב) אין א יעדן יום טוב דארף מען טאן ý2þ זאכן, א) די מצוה פון יו"ט (למשל, עסן אין די סוכה) ב) מ'טאר נישט ארבעטן, שבועות איז נישט דא קיין ספעציעלע מצוה וואס מ'דארף מקיים זיין, נאר מען דארף זיין צוריקגעהאלטן פון ארבעטן, וועגן דעם ווערט אנגערופן דער יום טוב "עצרת" א לשון פון צוריקהאלטן.
(קדושת לוי)

* * *

פארוואס ווערט עס אנגערופן "זמן מתן תורתנו".
ווייל דאס איז דער יום טוב וואס אונז האב מיר זוכה געווען מקבל צו זיין די תורה הקדושה פון אויבערשטען, דורך זיין געטרייער קנעכט משה רבינו.
* * *
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות


א) מיר געפונען אין שיר השירים אז די תורה איז צוגעגליכן געווארן צו מילך און האניג אזוי ווי דער פסוק זאגט (שיר השירים ד' י"ח) דבש וחלב תחת לשונך און דאס גייט ארויף אויף די תורה וואס אידן לערנען, דערפאר אלס א זכר עסען מיר מילך און האניג אין טאג פון מתן תורה.
(כל בו)

ב) ווייל ביז מתן תורה זענען די אידן נישט געווען מצווה אויף שחיטה, טריפות, בהמה טמאה, און בשר בחלב, דערפאר ווען מען האט געגעבן די תורה, און די אלע זאכן זענען אסור געווארן פאר אידן צו עסן, האבן זיי נישט געטארט נוצן די זעלבע כלים וואס מען האט געקאכט און געגעבן אין זיי טריפות, און כשר'ען האט מען נישט געטארט ווייל שבועות איז דעמאלס געפאלן אום שבת, האבן דאך די אידן גארנישט געקענט עסן נאר מילכיג'ס, דערפאר אלס א זכר צו דעם, עסן מיר אויך מילכיג'ס אין דעם טאג.
(גאולת ישראל)

ג) ווייל ווען מען עסט מילכיג'ס און דערנאך פליישיג'ס איז די הלכה אז מען טאר נישט עסן מיט'ן פליישיג'ס דאס זעלבע ברויט וועלכעס מען האט געגעסן צוזאמען מיט מילכיג'ס, מוז מען דאך האבן צוויי ברויטן, דעריבער איז דאס א פאסיגער רמז אויף די שתי הלחם וואס מען האט געברענגט (מניף געווען) אין יו"ט שבועות. (דאס זעלבע ווי מען נעמט צוויי תבשילין אום פסח ביינאכט אלס א זכר צום קרבן פסח אין קרבן חגיגה).
רמ"א סי' תצ"ד סעי' כ')

ד) ווייל פאר מתן תורה איז אסור געווען פאר די אידן (וועלכע האבן געהאט דעם דין פון א בן נח) צו עסן מילך וועלכעס קומט פון א לעבעדיגע בהמה אלץ אבר מן החי, און הערשט נאך מתן תורה איז דאס מותר געווארן פאר אידן, ווייל דער פסוק איז משבח ארץ ישראל אלס ארץ זבת חלב ודבש וואס פון דעם איז א ראי' אז מען מעג עסן מילך, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת בכורות (דף ו' ע"א), דערפאר עסען מיר שבועות מילכיג'ס אלס א זכר צו מתן תורה וואס דורך דעם איז מילך מותר געווארען.
(חתם סופר)

ה) ווייל בשעת מתן תורה זענען די אידן דערהויבן געווארן צו א גאר הויכע מדריגה, און דורכדעם איז געווען פסקה זוהמתן זיי האבן מער נישט געהאט קיין יצר הרע, פונקט אזוי ווי די מלאכים וועלכע האבן נישט קיין יצה"ר, דערפאר אלס א זכר אז אין דעם טאג זענען מיר געווען אין די זעלבע מדריגה ווי די מלאכים, עסן מיר מיליכיג'ס און פליישיג'ס (לויט א טייל פוסקים מוז מען נישט ווארטן אום שבועות דעם זעלבן שיעור צווישען קעז און פליישיג'ס ווי מען ווארט א גאגץ יאר) אזוי ווי די מלאכים וועלכע האבן געגעסן ביי אברהם אבינו מיליכיג'ס און פליישיג'ס.
(נועם אלימלך)

ו) ווייל דער מדרש (מד"ר במדבר פ"א ח') רעכנט אויס זעקס נעמען פאר דעם בארג סיני און איינס פון זיי איז גבנונים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אין תהילים (ס"ח ס"ז) הר אלקים הר בשן הר גבנונים וגו' למה תרצדון הרים גבנונים ההר חמד אלקים לשבתו, דערפאר עסן מיר גבינה און מאכלי גבינה (קעז און מאכלים פון קעז) אלס א זכר צו דעם בארג סיני וואס ווערט אנגערופן גבנונים וועלכעס איז פון זעלבען לשון ווי גבינה.
(הרה"ק ר"ש מאוסטרופאלע)

ז) ווייל די ספרים הקדושים שרייבן אז די (שס"ה) דריי הונדערט פינף אין זעכציג טעג וואס עס זענען דא אין א יאר זענען אנטקעקן די (שס"ה) דריי הונדערט פינף און זעכציג מצוות לא תעשה וואס עס זענען דא אין די תורה, דאס מיינט אז יעדער טאג פון יאר איז אנטקעגען אן אנדערע מצוות לא תעשה פון די תורה, און לויט דעם חשבון קומט אויס אז דער טאג פון יו"ט שבועות איז אנטקעגן דעם לאו פון לא תבשל גדי בחלב אמו, דערפאר עסען מיר אין דעם טאג מילכיג'ס און פליישיג'ס און מיר גיבן אכטונג נישט עובר צו זיין אויף דעם איסור פון בשר בחלב, און דורכדעם איז מען מקיים די מצוה וואס איז אנטקעגן דעם טאג.
(שערי תשובה)

ח) ווייל חלב איז מרמז אויף חסד (ווייס איז מרמז אויף חסד) און א רמז איז דא דערויף פון פסוק ל'הגיד ב'בוקר ח'סדך איז ר"ת חלב, און דער ענין פון מתן תורה איז אויך געווען אן ענין פון חסד, אזוי ווי דער תוי"ט זאגט א טעם פארוואס ביי די ברכה אויף די תורה זאגט מען ברכו את "ה'" המבורך וואס דאס איז דער שם הוי'ה וואס עס איז מרמז אויף רחמים - חסד, און ביים בענטשן זאגט מען נברך אלקינו וואס דאס איז דער שם אלוקים וועלכעס איז מרמז אויף דין?, נאר דער ענין איז ווייל דאס עסן אויף וועלכען מען בענטשט איז נישט מצד החסד נאר מצד הדין, ווייל אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש איז ער מחויב כביכול אים צו געבן שפייז ער זאל קענען לעבן, פארדעם זאגט מען ביים בענטשן אלקינו צו ווייזן אז דאס עסן איז מצד הדין, משא"כ ביי ברכת התורה וואס דאס איז מצד החסד נישט מצד הדין, ווייל מצד הדין איז דער אויבערשטער נישט מחויב געווען אונז צו געבן די תורה, זאגט מען ברכו את ה' המבורך וואס דאס איז הוי' שם הרחמים והחסד, קומט דאך אויס אז דאס געבן די תורה איז נאר דורך די מדה פון חסד, דערפאר עסען מיר אין דעם טאג פון קבלת התורה מאכלי חלב וועלכעס איז אויך מרמז אויף חסד. (בני יששכר)

ט) נאך א רמז איז דא אויף מילכיג'ס אום שבועות, ווייל נעבן דעם פסוק ווי עס שטייט די מצוה פון ביכורים ראשית ביכורי אדמתך תביא בית ה' אלקיך, וואס דאס איז נוהג אין יו"ט שבועות, תיכף דערנאך שטייט דער לאו פון בשר בחלב - לא תבשל גדי בחלב אמו, דערפאר אלס א רמז עסט מען שבועות מילכיג'ס אוך דערנאך פליישיג אכטונג געבנדיג אויפ'ן לאו פון בשר בחלב.
(של"ה)

י) נאך א רמז געפונען מיר אין איינעם פון די פסוקים וועלכע רעדן פון יו"ט שבועות דאס איז דער פסוק מ'נחה ח'דשה ל'ה' ב'שבועותיכם וואס די ר"ת דערפון איז מחלב א רמז אויף מאכלים וואס זענען געמאכט פון מילך.
(מטה משה פ' תרצ"ב)

יא) נאך א רמז איז דא אויף עסן מילכיג'ס אום שבועות ווייל חלב איז בגימטריא פערציג (40), גענוי אזויפיל וויפיל די טעג וואס משה רבינו איז געווען אין הימל נאך קבלת התורה.
(ספר מטעמים)

יב) ווייל מילך איז א מאכל פון שפלות, דערפאר עסט מען מיליכג'ס אין טאג פון מתן תורה, צו ווייזן אז די תורה האלט זיך נאך ביי דעם וואס האט די מדה פון ענוה און שפלות, אזוי ווי די גמרא (תענית דף ז' ע"א) דרש'נט אויף דעם פסוק הוי כל צמא לכו למים מה מים מניחין מקום גבוה והולכים למקום נמוך אף דברי תורה אין מתקיימים אלא במי שדעתו שפלה.
(הרה"ק ר"פ מקאריץ)

יג) ווייל מיר געפונען אין מדרש כשאמרו מלאכי השרת תנה הודך על השמים א"ל הקב"ה אתמול אכלתם בשר בחלב והיום אתם רוצים לקבל את התורה, (ענדליך צו דעם געפונען מיר אין מדרש רבה פרשת יתרו, אויפ'ן פסוק ומשה עלה אל האלקים, אז ווען משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אין הימל נעמען די תורה האבן די מלאכים אים געוואלט אנגרייפן און צוריק האלטן פון נעמען די תורה, האט דער אויבערשטער געמאכט די צורה פון משה רבינו ענליך צו די צורה פון אברהם אבינו, און האט צו זיי געזאגט, צו שעמט איר זיך נישט פון אים, איז דען דאס נישט דער דאזיגער וואס איר האט אראפגענידערט צו אים און געגעסן אין זיין הויז, די מפרשים טייטשן אז דאס מיינט מען ווען זיי האבן געגעסן ביי אברהם אבינו בשר בחלב), קומט דאך אויס אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם וואס די מלאכים האבין געגעסן בשר בחלב, פארדעם עסן מיר שבועות קודם מילכיג'ס און דערנאך פליישיג'ס צו ווייזן אז מיר היטן יא די תורה און דעם איסור פון בשר בחלב, נישט אזוי ווי די מלאכים און דורכדעם איז אונז געגעבן געווארן די תורה.
(באר היטב סי' תצ"ד)

יד) ווייל עס שטייט אין ספר רקנט"י א טעם פארוואס די תורה האט גע'אסר'ט צו עסן קודם פליישיג'ס און נאכדעם מיליכיג'ס, און פארקערט האט די תורה נישט גע'אסר'ט, ווייל עס איז ידוע אז חלב איז מרמז אויף מדת החסד און בשר איז מרמז אויף דין, אין מיר פסק'ענען דאך איבעראל אז תתאי גבר (דאס אונטערשטע איז גובר אויפ'ן אויבערשטען) פארדעם אויב מען וועט עסן קודם פלייש און דערנאך מילך וועט זיך דאס אונטערשטע וואס דאס איז די פלייש גובר זיין אויף די מילך פון אויבן, און עס וועט אויסקומען אז מען איז ח"ו מגביר מדת הדין אויף מדת הרחמים, פארדעם טאר מען נישט עסן קודם פלייש און נאכדעם מילך, און פארקערט מעג מען יא, ווייל דעמאלס איז מען מגביר חסד אויף דין, און מיר געפונען אין די גמרא (כתובות דף ק"ד ע"א) אז די מענטשן ווערן אנגערופן תחתונים און די מלאכים עליונים, קומט אויס אז ביי מתן תורה ווען די מלאכים האבן זיך געקריגט מיט משה רבינו ווער עס זאל באקומען די תורה איז דאס געווען א מחלוקה צווישן די עליונים און די תחתונים, ווער עס איז גובר אויף וועמען, די מלאכים האבן געוואלט עס זאל זיין עילאי גבר און די אידן תתאי גבר, דעריבער מיט דעם וועלן מיר פארשטיין וואס דער אויבערשטער האט געענטפערט פאר די מלאכים ווען זיי האבן גע'טענה'ט תנה הודך על השמים, "אתמול אכלתם בשר בחלב" ווייל לכאורה איז דאך טאקע שווער פארוואס האבען די מלאכים געגעסן בשר בחלב, נאר מען קען ענטפערן אז זיי האבן קודם געגעסן מילך און דערנאך פלייש וואס דעמאלס איז נישט דא קיין איסור, נאר דאס איז אבער נאר גוט ווען מיר האלטן תתאי גבר, אזוי ווי מיר האבן פריער געברענגט דעם רקנט"י, משא"כ אויב מען האלט עילאי גבר טאר מען נישט עסען קודם מילך און דערנאך פלייש ווייל מען איז דאך מגביר די דינים, ממילא לויט דעם פארשטיין מיר זייער גוט וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די מלאכים "אתמול אכלתם בשר בחלב", ווייל דער פשט איז אזוי צו זאגן, בשלמא אויב איר לאזט די אידן מקבל זיין די תורה זענט איר דאך מודה אז תתאי גבר, דעמאלס איז ניחא פארוואס איר האט געגעסען קודם מילך און דערנאך פלייש, אבער אויב איר וועט נישט לאזן די אידן נעמען די תורה האלט איר דאך אז עילאי גבר, האט איר דאך נישט געטארט עסען קודם מילך און דערנאך פלייש, און דערפאר עסען מיר אין טאג פון קבלת התורה קודם מילך און דערנאך פלייש כדי צו ווייזן אז תתאי גבר וואס דורכדעם האבן מיר מקבל געווען די תורה.
(הרה"ק ר"ר מענדל'ע מרימנוב זצוק"ל, הישר והטוב ח"ב)

טו) ווייל די טבע פון מילך איז אז עס האלט זיך נאר אין פשוט'ע כלים, אזוי ווי ערדענע כלים וכדו', נישט אין די טייערע כלים אזוי ווי למשל זילבערנע און גאלדענע כלים, דאס זעלבע איז אויך מיט די תורה, די תורה האלט זיך נאר ביי די פשוט'ע און ארימע מענטשן, אזוי ווי די חז"ל זאגן הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה, ע"כ עסן מיר אין טאג פון מתן תורה מילכיג'ס, מרמז צו זיין אויף דעם צוזאמענהאנג פון די צוויי זאכן.
(עוללות אפרים)

טז) ווייל די חכמי המחקר (פארשערס, דאקטורים) זאגן אז אין מילך געפונט זיך די גרעסטע מאס ערנעהרונגס קראפט פון אלע מאכלים, אזויווי מיר זעען ביי די פיצלעך קינדער אז זייער גאנצע חיות איז פון די מילך וואס זיי זייגען, ווייל דאס איז א כלליות'דיגער חיות וואס פארמאגט אין זיך סיי די כוחות פון עסן און סיי פון טרינקען, און דאס זעלבע איז אויך מיט לימוד התורה וואס האט אין זיך כלליותדיגן רוחניות'דיגן חיות, אנדערש פון אלע מצות וועלכע האבן יעדעס איינע נאר א פרטיות'דיגן ענין, משא"כ לימוד התורה איז כולל אין זיך אלע מצות, אזויווי חז"ל זאגן ותלמוד תורה כנגד כולם, דערפאר עסן מיר אין טאג פון מתן תורה מילך וועלכעס איז אין דעם ענין דומה צו די תורה.
(אמרי נועם)

יז) ווייל עס איז דאך ידוע אז משה רבינו איז געבוירן געווארן אין טאג פון ז' אדר, און דער פסוק דערציילט אין פרשת שמות, אז יוכבד די מוטער פון משה רבינו האט אים באהאלטן דריי חדשים און נאך דריי חדשים פון זיין געבוירן, האט זי אים אריינגעלייגט אין א קאסטן, און ווען בתי' בת פרעה איז זיך געגאנגען באדן האט זי אים ארויס גענומען און געוואלט געבן פאר די גוי'ישע מינקת צו זייגען און משה רבינו האט נישט געוואלט זייגן נאר פון א אידישע פרוי ווייל ער איז געווען אנגעברייט צו רעדען מיט די שכינה, און לויט'ן חשבון קומט דאך אויס אז דאס איז געווען אין טאג פון ז' סיון דריי חדשים נאך ז' אדר, דערפאר עסן מיר אין דעם טאג מאכלים פון מילך צו דערמאנען דעם זכות פון משה רבינו וועלכער האט נישט געוואלט זייגן פון קיין גוי'ישע פרוי.
(ילקוט יצחק)

יח) ווייל עס איז ידוע אז בשעת אדם הראשון האט געזינדיגט איז ער נתקלל מיט ל"ט קללות, און פארדעם איז דא ל"ט מלאכות וואס א מענטש דארף ארבעטן כדי זיך צו קענען שפייזן, וואס אויב אדם הראשון וואלט נישט געזינדיגט וואלט מען זיי נישט געדארפט האבן אויף זיך מפרנס צו זיין, און דערפאר איז נישט דא קיין שום עסנווארג צו וועלעכען מען זאל קענען צוקומען אהן דעם וואס מען זאל דארפן טהון איינס פון די ל"ט מלאכות, אויסער מילך וואס אין דעם איז נישט דא קיין מלאכה, ווייל די הלכה איז אז אויב מען מען מעלקט אריין די מילך אין א כלי מעג מען דאס מעלקן אפילו אום שבת ממילא איז מילך נישט אין כלל פון די ל"ט מלאכות, און אויך איז ידוע וואס די גמרא זאגט אז בשעת מתן תורה איז געווען פסקה זוהמתן עס איז אפגעטוהן געווארן פון זיי די זוהמא פונעם חטא פון אדם הראשון, דעריבער זענען זיי דאך דעמאלס אויך ארויס פון די ל"ט קללות פונ'ם חטא פון אדה"ר און דערפאר האבן די אידן דעמאלס אויך נישט געדארפט קיין שום מלאכה זיך צו שפייזן און זיי האבן געגעסן נאר מן ווייל דאס איז הא בהא תלי', דעריבער אלס א זכר צו דעם מעמד קבלת התורה וואס דעמאלס האט מען נישט געדארפט טוהן קיין שום זאך פון די ל"ט מלאכות, עסן מיר מילכיגס וואס ביי דעם איז אויך נישטא קיין איינע פון די ל"ט מלאכות.
(אמרי נועם)

יט) ווייל אום שבועות ענדיגן מיר די גרויסע און הייליגע מצוה פון ספירת העומר, דעריבער אזויווי מען איז זיך נוהג אז ווען מען ענדיגט א מצוה אדער מען ענדיגט א מסכתא מאכט מען א סעודת סיום, אזוי פאסט זיך ווען מען ענדיגט אזא גרויסע מצוה ווי ספירת העומר צו מאכן א גרויסע סעודה, נאר געווענדליך איז אין סעודה אלא בבשר אבער שבועות מוז מען דאך סייווי עסן א פליישיגע סעודה לכבוד יו"ט, וועט זיך דאך נישט אנזען אז מען עסט די סעודה צוליב דעם סיום פון ספירת העומר, דערפאר עסין מיר אן עקסטערע סעודה פון מילכיגס אלס א סעודת סיום פון ספירת העומר וועלכעס זאל זיין אנמערקבאר.
(מדרש פנחס)

כ) ווייל די גמרא זאגט אין מסכת פסחים (דף ס"ח ע"ב) הכל מודים דבעצרת בעינן נמי לכם, אום שבועות איז יעדער מודה אז מען דארף זיך מענג זיין אויך מיט גשמיות'דיגער הנאה פון עסן און טרינקען וכדו', ווידער זאגן די חז"ל אז בזמן הזה אז עס איז נישט דא קיין מזבח איז דער טיש פונ'ם מענטש במקום מזבח און דער מאכל איז במקום קרבן, קומט דאך אויס לכאורה אז עס איז נישט שייך מקיים צו זיין בזמן הזה דעם לכם ווייל דער מאכל איז דאך במקום קרבן וועלכעס איז דאך לה', דעריבער האט מען איינגעפירט אז שבועות ווען עס איז בעינן נמי לכם זאל מען עסן מילכיגס פון וועלעכען מען קען נישט ברענגען קייו קרבן קען דאך דאס נישט זיין לה', אזוי ארום איז מען מיט דעם מקיים דעם ענין פון לכם.
(ספרים)

כא) ווייל מאכלי חלב האבן אין זיך שטארקע ערנעהרונג קראפט, און דאס ווערט געגעבן אלס א רפואה פאר שוואכע מענטשן, און מיר ווייסן דאך אז תורה מתשת כוחו של אדם, דעריבער עסן מיר אין טאג פון קבלת התורה מאכלי חלב ווייל אין יענעם טאג ווען די אידן האבן מקבל געווען אויף זיך דעם עול תורה זענען זיי געווארן אפגעשוואכט ווי אויך מיר וואס מיר לערנען תורה זענען אפגשוואכט, פון די תורה, דערפאר עסט מען מאכלי חלב אלס א רפואה.
(ספר מטעמים)

כב) עס שטייט אין פסוק אין שיר השירים "שתיתי ייני עם חלבי" א רמז צו פסח און דערנאך שבועות, ווייל די פיר כוסות וויין דינען צו ווייזען חירות אז מיר זענען באפרייט געווארען פון מצרים מיט די פיהר לשונות והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי, אבער דער ריכטיגער חירות איז נאר ווען מען איז מקבל די תורה ווי די משנה זאגט אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, קומט אויס אז דער חירות פון פסח ווערט ערשט בשלימות שבועות, און דאס איז מרומז אין פסוק "שתיתי ייני עם חלבי" די יין פון פסח מיט די חלב פון שבועות.
(אמרי נועם)

כג) ווייל די טבע פון מילך איז אז עס ווערט שנעל זויער, מילך איז נאר גוט ווען עס איז פריש, מרמז צו זיין אזוי אויך תורה מוז מען יעדען טאג פריש לערנען און זיך נישט פארלאזען אויפ'ן נעכטיגען לערנען אזוי ווי מילך איז גוט נאר פרישע מילך, מען מאכט דאך אויך קידוש אויף וויין שבועות דערנאך עסט מען די מאכלי חלב איז "שתיתי ייני עם חלבי" ווייל וויין האט א פארקערטע טבע אז וואס עלטער עס איז, בעסער איז עס, מרמז צו זיין ביידע ענינים, אז מ'דארף אלעמאהל איבערחזרן די אלטע תורה וואס מ'האט געלערנט אבער אויך אלע טאג לערנען פרישע נייע ענינים פון תורה אזוי ווי וויין וואס איז גוט אלט און ווי מילך וואס איז גוט פריש.
(ספרים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ומשה עלה אל האלקים. פירש"י, כל עליותיו בהשכמה היו. ס'איז ידוע אז דאס וואס משה רבינו האט זוכה געוועהן מער ווי אלע יודען אז די תורה איז געגעבען געווארן פונקט דורך איהם, איז, ווייל ער איז געוועהן דער גרעסטער עניו פון אלע, ווי דער פסוק זאגט והאיש משה עניו מאד מכל האדם, ער האט אויסבאהאלטען זיינע מעלות און מדות פון יעדען איינעם, און דעריבער ווען ער האט געדארפט ארויף גיין אין הימל צום באשעפער, האט ער עס געטוהן בהשכמה – בסוד, ווען מענטשען זעהען נישט. דאס איז פשט, ומשה עלה אל האלקים, וויל רש"י מסביר זיין פארוואס פונקט משה, זאגט רש"י, כל עליותיו, דאס וואס ער איז נתעלה געווארן ארויף צו גיין איז, ווייל בהשכמה היו, ער האט זיך אויסבאהלטען בהשכמה, צוליב זיין גרויס עניוות.
(ברית אברם)


כה תאמר לבני ישראל ... אתם ראיתם את אשר עשיתי למצרים וגו' ועתה אם שמוע תשמעו בקולי. מען קען זאגן א כוונה, לויט ווי די גמרא זאגט, אז רבה האט יעדן טאג פאר'ן לערנען, געזאגט פאר זיינע תלמידים א מלתא דבדיחותא, ליסטיג צו מאכן די תלמידים, אבער נאכדעם איז ער מיט די תלמידים געזעצען באימה וביראה ביים לערנען, ווייל ווען א מענטש איז טרויעריג, איז דער קאפ נישט גענוג אפען אויפצונעמען לערנען, האט ער זיי קודם געוואלט משמח זיין. לפי זה, קען מען דאס מפרש זיין אין די פסוקים, כה תאמר לבנ"י אשר עשיתי למצרים, אתם ראיתם וגו' וואס דאס איז א זאך פון שמחה (ווייל מען איז ארויס פון מצרים) ווי א מלתא דבדיחותא, ועתה יעצט, אז איך האב אייך שוין אויפגעלעבט, אם שמוע תשמעו בקולי קענט עטץ צוהערען דאס לערנען.
(בני יששכר)


כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל. זאגט די גמרא, "בית יעקב", אלו הנשים, און "בני ישראל" מיינט מען די מענער, איז שווער, פארוואס זאל מען פריער רעדן צו די ווייבער. נאר ווי באוואוסט, זענען די מאמעס די וואס זענען אינדערהיים מיט די קליינע קינדער, און זיי זענען די ערשטע מחנך צו זיין די קינדער צו תורה און מצות. פארדעם זאגט דער פסוק, כה תאמר לבית יעקב, אלו הנשים, ותגיד, אז זי זאל זאגן, לבני ישראל, צו די יודישע קינדערלעך ווי אזוי זיך צו פירן.
(מהרש"א)


אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל. זאגט רש"י לא פחות ולא יותר. מען קען זאגן בדרך רמז, ווייל ס'איז ידוע ווי די מוסר ספרים זענען מגנה די מדה פון גאות, ווי די ערגסטע פון אלע מדות רעות, און תורה קען מען נאר קונה זיין אויב מען האלט זיך בענוה, אבער ווען עס קומט צו עבדות השם, און דער שטן פריווט דיר צו מאכן אן עניו, און זאגן "ווער בין איך צו גיין דאווענען פאר'ן באשעפער, אדער לערנען תורה", דאן מוז מען זיך אננעמען במדת גאות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ויגבה לבו בדרכי ה', און זיך מחזק זיין, אז השי"ת וויל יא דיין עבודה און דיין תורה. דאס האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה רבינו פאר מתן תורה, "אלה הדברים", "לא פחות" מען זאל זיך נישט האלטן צו נידריג, "ולא יותר", אבער נישט מער ווי מיט דאס ביסל גאות פון "ויגבה לבו בדרכי ה'", ווייל נאר ביי אן עניו האלט זיך די תורה הקדושה.
(עטרת שלמה)


די גמרא זאגט אין מס' פסחים (דף ס"ח ע"ב), אז ר' יוסף האט געזאגט אי לאו האי יומא כמה יוסף איכא בשוקא, אויב נישט דער טאג פון קבלת התורה וואלטן געוועהן אסאך יוסף'ס אין די גאס. איז דאך א פלא, אז ר' יוסף וואס ער איז געוועהן אזא גרויסער עניו, זאל אויף זיך אזוי זאגן. נאר כידוע, אז יעדער איד דארף מקיים זיין אלע תרי"ג מצות, איי עס זענען דאך דא אזויפיל מצות וואס נישט יעדער איינער קען מקיים זיין, ווי למשל, א ישראל קען נישט מקיים זיין די מצות פון כהנים, ווערט געברענגט אויף דעם, אז צוליב דעם ווערן מענטשן מגולגל א פאר מאל, יעדעס מאל אויף אן אנדערן מצב, כדי אז דורך די אלע גלגולים וועלן זיי מקיים זיין די גאנצע תורה. עס איז אבער דא נאך עצות, איינס דורך אחדות, אז אלע אידען האלטן זיך צוזאמען, ווערט פאררעכענט וואס איינער טוט, אויך פאר'ן צווייטען, נאך אן עצה איז דא, דורך לימוד התורה, ווי די גמרא זאגט כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה. און ביי מתן תורה איז געוועהן ביידע עצות, ווייל אויפ'ן פסוק ויחן שם ישראל זאגט רש"י, כאיש אחד בלב אחד, און מ'האט אויך באקומען די תורה אין וואס עוסק צו זיין, דאס זאגט ר' יוסף, אי לא האי יומא, וואלט איך געמוזט מגולגל ווערן אסאך מאל, אבער האי יומא, דער טאג פון מתן תורה, וואס האט געברענגט אחדות און לימוד התורה, איז גורם אז איך קען מקיים זיין די גאנצע תורה אויף איינמאל.
(קדושת ציון)
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

די מגן אברהם פרעגט פארוואס זאגט מען ו' סיון זמן מתן תורתינו אונז פסקנן דאך ווי ר' יוסי אז בז' בסיון ניתנה תורה לישראל
איז דא אסאך תירוצים אויף דעהם
די רבי זי"ע בעל דברי יואל ענטפערט א שיינע תירוץ אז משה רבינו איז געבוירין ז' אדר און 3 חדשים האט זיך געענדיגט ו' סיון, ממילא דעמאלטס האט מען עהם אריינגעלייגט אין וואסער און ער איז ניצול געווארן, און אן משה רבינו ע"ה וואלט נישט געווען קיין קבלת התורה, ממילא קען זאגן ו' סיון זמן מתן תורתינו
לעצט פארראכטן דורך פויער אום זונטאג יוני 08, 2008 2:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

מנהג ישראל איז צו זאגן רות אין שבועות
די פשוטע טעם איז ווייל דוד המלך ע"ה איז נפטר געווארן שבועות (תוספות חגיגה יז.) ממילא קומט אויס אז ער איז אויך געבוירן שבועות, וויל מען אויסרעכענן זיין יחוס,
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

מנהג ישראל נישט צו שלאפן שבועות ביינאכט און זאגן תיקון ליל שבועות
די פשוטע טעם איז מתקן צו זיין וואס די יודן זענען פארשלאפן פאר קבלת התורה און משה רבינו האט זיי געדארפט אויפוועקן
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

עם איז אן ענין מחדש צו זיין אום שבועות חידושי תורה, ווייל שבועות איז
די חתונה צווישן די תורה און כנסת ישראל, און פונקט ווי דער עיקר פון
חתונה האבן איז אז מען זאל מקיים זיין די מצוה פון פרו ורבו, דאס זעלבע
אויך זאל מען שבועות מחדש זיין חדושי תורה, כדי צו פארמערן די תורה
וואס איז דער עיקר תכלית וואס מען האט געגעבן די תורה פאר די אידן.
דברי יואל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

דער רמ"א זאגט אז בשעת מען ליינט אין די תורה, פירן זיך די מדקדקים
זיך צו שאקלן, גלייך צו די תורה וועלכע איז געגעבן געווארן מיט א ציטער.
ריש סי' מ"ח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

רי הפטורה זאגט מען די נבואה פון ספר יחוקאל מעשה מרכבה,
אין זוהר הקדוש שטייט דער טעם, ווייל יחזקאל הנביא האט דאס געזען שבועות.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

שבועות איז ראש השנה פאר די פירות פונ'ם בוים, דערפאר איז דער מנהג
אז מען ברענגט אריין די ביימער און בית המדרש אז מען זאל אויף זיי מתפלל
זיין, דער תרגום יונתן זאגט אז דער עונש אויב מען איז נישט נזהר אין דעם
איסור פון בשר בתלב איז, אז די פרוכט פונ'ם בוים וועלן נישט זיין קיין גוטע
פרוכט, דערפאר עסן מיר מילכיג און דערנאך פליישיג צו ווייזן אז מיר זענען
יא נזהר אויף דעם איסור פון בשר בחלב ממילא זאלן די פירות וואס זייערע
ר"ה איז היינט געבענטשט ווערן פון השי"ת.
חתן סופר
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קודם א גרויסן יישר כח זיידעניו, איינמאל פאר אלעמאל.

בנוגע די זמן מתן תורה, וואס די אנשי כנסת הגדולה האבן מחדש געווען, איז אינטרעסאנט אז אין די גאנצע גמרא פון שבת, ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון שבועות, די איינציגסטע מאל איז אין די גמרא אין פסחים סח, אז ר' אלעזר האט געזאגט אז כו"ע מודי אז בעצרת בעינן נמי לכם, מ"ט יום שניתנה בו תורה היא, און שפעטער די גמרא פון ר' יוסף אי לאו האי יומא כמה יוסף איכא בשוקא.

דער נודע ביהודה אין צל"ח פרעגט אויף תוס', אז ר' אליעזר בזמן שמקדשין ע"פ ראי' האט געקענט שבועות געפאלן ה' סיון אויב ניסן איז א חסר, אבער רב יוסף איז שוין געווען בזמן הלוח, איז עס אייביג געפאלן ו' און ז', זאגן טאקע די מפרשים, די באקאנטע תירוץ, אז יום שניתנה בו תורה, איז נישט תלוי בימות החודש, נאר 50 טעג פון עומר, ווען דאס איז נאר, איז עס יום שניתנה בו תורה, ווייל די תורה האט דאך נישט געשריבן קיין טאג אין חודש, אנדערש ווי אלע ימים טובים.

[די פלא איז נאר, אז יענעם יאר איז נישט געווען נישט קיין ספירה, נישט קיין עומר, און נישט קיין יו"ט שבועות, און אויך איז עס געווען 51 טאג, און דאס איז דאך געווען משה הוסיף יום א' מדעתו, וואס די מגן אברהם דערמאנט ביי זיין קשי', פארוואס מ'זאגט ו' סיון מתן תורתינו, נאכן ענטפערן אז מ'מיינט יום טוב שני של גלוית, און די חתם סופר זאגט דאך אז די קדושת יו"ט שני פון שבועות איז העכער פון אלע יו"ט שני'ס, ווייל, שבועות האט מען דאך קיינמאל נישט געהאלטן ב' ימים, אף בזמן שביהמ"ק הי' קיים, ווייל מ'האט דאך אייביג געוואוסט ווען ס'גייט זיין, נאר משום לא פלוג, האט מען דא געגעבן א מתנה נאך א טאג יום טוב, הוסיף משה יום א' מדעתו, און נישט אלס ספיקא דיומא].

די משנה אין סוף מגילה, ווי מ'רעכנט אויס אלע קריאות פון ימים טובים,מיט די פאסיגע פרשיות אין די תורה וואס רעדט פון די עניני היום, זאגט די משנה בעצרת קורין בשבעה שבועות, אין די גמרא אבער ווערט געברענגט א ברייתא, ווי אחרים האלטן אז מ'ליינט, בחודש השלישי, וואס האט שוין א שייכות מיט קריאת התורה, אזוי ווי רש"י זאגט אויפן פלאץ, און די ר"ן אויפן רי"ף, און די רי"ף רמב"ם רא"ש און אלע ראשונים תוס' שרייבן אז לנו בני חו"ל קורין בחודש השלישי ביום הראשון, ובשבעה שבועות ביום שני, ס'קוקט אויס פון די משנה און די ת"ק פון די ברייתא, אז ער האט געהאלטן אז שבועות האט גארנישט מיט מתן תורה, [אינטרעסאנט נאר אז די הפטורות איז לויט ביידע תנאים, בשייכות פון מתן תורה, אלוק מתימן יבוא, און מעשה מרכבה דיחזקאל, לויט רשי"ס פשט].

ס'איז טאקע דא אזא שיטה, די ריב"ש אין די תשו' שרייבט, אז שבועות האט גארנישט מיט מתן תורה, וועגן דעם ווערט עס נישט דערמאנט אין די תורה, ווייל ס'האט נאר מיט 50 טעג פון עומר, און מתן תורה איז ז' סיון, און שבועות קען אויספאלן אין ה' סיון לפי הראי', און דאס וואס מ'זאגט ביים נוסח התפלה זמן מתן תורתינו, זאגט ער דאס איז נאר נאכן רעכענען עפ"י הלוח, וואס דאן געפאלט עס אויס פונקט אין די זעלבע טאג, לכאורה איז שווער פון די גמרא אין פסחים ביי ר' אליעזר און די גמרא אין מגילה ביי אחרים, וואס דאן האט מען נאך גערעכנט עפ"י הראי' און דאך שטייט יום שניתנה בו תורה.
אויך איז שווער אז די נוסח התפלה שטאמט דאך פון די אנשי כנסת הגדולה? דאס קען אבער זיין, אז מ'טרעפט אסאך זאכן וואס קומט זיכער פון שפעטער, ווי די אלע נוסחאות וואס מ'בעט אויף בנין ירושלים וביהמ"ק ומשיח, וואס בזמן הבית, האט מען אלעס געבעטן אויף אויפהאלטן דאס פלאץ און השראת השכינה דארט.

און ס'איז נישט קיין קשי', אויב איז עס ה' סיון וויאזוי איז עס מתן תורה, ווייל מתן תורה איז תלוי בחמשים לעומר און נישט אין יום החודש כנ"ל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעלין בקודש
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דערפאר ווערט די יו"ט אנגערופן חג הביכורים, לויט די גמרא (שבת פ"ח) אז א צדוקי האט געזען רבא אזוי שטארק פארטיפט אין לערנען, אז ער האט נישט באמערקט ווי ער קוועטשט אויף זיין פינגער מיט'ן פוס אז עס רינט בלוט. האט יענער געזאגט, "עמא פזיזא אתון דקדמיתו פומייכו לאודניכו". איר זענט א ווילדע-איילענדיגע פאלק, שוין זינט קבלת התורה ווען איר האט געפעדערט אייער מויל פאר די אויערן און געזאגט דעם "נעשה" איידער'ן "נשמע". די זעלבע דו, ביסט אזוי פארטיפט אין לערנען אז די באמערקסט גארנישט אז עס רינט פון דיר בלוט.
זאגט דער חתם סופר זי"ע, אז די ווארט ביכורים מיינט אז עס ווערט שנעל געצייטיגט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעי' כח) כביכורה בטרם קיץ, אז עס איז געצייטיגט געווארן פאר'ן צייט. דערפאר הייסט די יו"ט חג הביכורים, אלס לויב פאר די אידישע קינדער וואס האבן געפעדערט און געזאגט נעשה ונשמע.
--
דער ווילנער גאון זי"ע זאגט, אז אין די ווארט שָבעֹת (אן די וואו'ן) איז מרומז אלע נעמען פונעם יו"ט: שבועות, בכורים, עצרת, תורה.
--
אלע ימים טובים דארפן האבן א רמז אין יו"ט שבועות. ויבאלד דאס איז די זמן מתן תורה, און אין די תורה איז אריינגערעכנט אלע ימים טובים.
ראש השנה: וקול שופר חזק מאוד שטייט ביי מתן תורה, און ר"ה בלאזט מען שופר.
סוכות: ווייל אין סוכה זיצט מען תחת כנפי השכינה, אזוי ווי ביי מתן תורה. און אויך אז שבועות איז נאר נאכ'ן ציילן 7 וואכן אזוי ווי די זוה"ק ברענגט אז דאס ווייזט אויף די ז' ימי הבנין, און דער ענין פון נטילת לולב איז אויך די זעלבע כוונה.
פסח: אזוי ווי עס ווערט געברענגט פון אריז"ל אז שבועות איז די אכטע טאג פסח אזוי ווי שמיני עצרת ביי סוכות.
יום כיפור: חז"ל זאגן אז פאר 3 מענטשען איז מען מוחל די עונות, איינע פון זיי איז א חתן, און וויבאלד מען איז מוחל פאר דעם חתן, איז מען דאך אוודאי אויך מוחל פאר די כלה. חז"ל ברענגען אז "ביום חתונתו זה מתן תורה". קומט אויס אז שבועות איז געווען א חתונה, און כנסת ישראל איז דאך די כלה, איז מען אונז מוחל די עונות. דאס איז די רמז אויף יום כיפור אין שבועות, ווייל יוה"כ איז מען אויך מוחל עונות.
קדושת לוי
--
די מעלה פון יו"ט שבועות איז גרעסער פון אלע ימים טובים, ווייל דאן קומט מען אן צום שלימות פון אלע תרי"ג מצוות צוזאמען. משל למה הדבר דומה, אזוי ווי מען זעהט אז א דאקטער הייסט אפקאכן פאר א קראנקן א געקעכטס פון אסאך סארטן פליישן, און פון די קרעפטיגקייט פון פעטקייט פון אלע פליישן, ווערט דערפון א מעדיצין וואס שטארקט דעם גאנצן קערפער.
אזוי קען מען פארשטיין דעם גרויסקייט פון דעם טאג פון זמן מתן תורתינו. ווייל אז אין יעדן יו"ט איז דא געציילטע מצוות מיט מצה, לולב וכדו'. און אויף יעדע מצווה מאכט מען די ברכה וואס איז שייך דערצו, על נטילת לולב, אדער על אכילת מצה. אבער די זמן פון איין מצוה, איז קיינמאל נישט אינעם זמן פון דעם צווייטן מצוה, און דבר בעתו מה טוב.
אנדערש אבער אין די יו"ט פון קבלת התורה, וואס דאן ווערט נכלל אלע תרי"ג מצות צוזאמען, טועמיה חיים זכו, לא תחסר כל בה!
תפארת שלמה
--
כאטש מען זאגט אז כל המועדות בטלין, אלע ימים טובים וועלן לעתיד לבא בטל ווערן, אבער שבועות נישט. און די סיבה איז פשוט, ווייל פונקט ווי די הייליגע תורה איז אויף אייביג, אזוי אויך די יו"ט שבועות וואס קומט צוליב מתן תורה, וועט קיינמאל נישט בטל ווערן. און דערפאר דער וואס איז עוסק בתורה לעבט לאנג.
כף החיים
--
ראש השנה איז די יום הדין פאר אלע עניני העולם ווייל דאן האט מען געמשפ'ט אדם הראשון. סוכות איז נידונין על המים ווייל דאמאלס איז ניסוך המים. פסח נידונין על התבואה ווייל מען ברענגט מנחת העומר. די זעלבע יו"ט שבועות וואס אין דעם טאג האט מען געגעבן די תורה פאר'ן אידישן פאלק, דאס איז די יום הדין פאר די קבלת התורה פון יעדן יחיד, און דאן ווערט באשטימט פאר יעדן מענטש צו וועלכע דרגה ער זאל אנקומען בעסק התורה.
הר"ן בדרשותיו
-
יו"ט שבועות משפט מען יעדן פאר די ביטול תורה דורכן יאר. של"ה הקדוש
-
יעדעס יאר שבועות באשטימט מען פאר יעדן מענטש וויפיל חשקות און הבנת התורה ער זאל באקומען ביז נעקסטע יאר שבועות. נאות דשא
-
איך האב מורא פון יום טוב שבועות, מער פון ראש השנה! ווייל ראש השנה משפ'ט מען אויף פרנסה. "נו, א בילקע ארויף, א בילקע אראפ... אבער שבועות איז דאך א יום הדין אויף חיי נפש", וויפיל תורה און רוחניות מען וועט איינזאפן היי יאר. דערפאר איז די פחד גרעסער!"
הרה"ק רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש
-
מען דערציילט אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע האט אמאל שבועות געזאגט: ריבונו של עולם. דעם היינטיגן טאג האב איך פיל מער ליב ווי ראש השנה. ווייל ראש השנה ביזטו א בחינה פון א מלך, מיר זענען דיר ממליך "מלוך על כל העולם כולו בכבודיך". א מלך קען דאך אבער נישט מוחל זיין אויף זיין כבוד, ווייל מלך שמחל על כבודו, אין כבודו מחול.
אבער שבועות, זמן מתן תורתינו, ביזטו א בחינה פון א רבי. קענסטו דאך מוחל זיין אלע חטאים ועונות, ווייל רב שמחל על כבודו איז כבודו מחול. דעפאר קענסטו אונז מזכה זיין בדין אין דעם משפט איבער רוחניות, אז מיר זאל'ן אלע האבן א גוטע רוחניות'דיגע יאר.
--
פארוואס הייסט נישט די יו"ט זמן קבלת תורתינו? אזוי ווי עס שטייט אין פרקי אבות: משה "קיבל תורה מסיני".
ווייל מתן תורה איז געווען חודש סיון, און דערפאר האט עס א שייכות מיט'ן זמן, אבער קבלת התורה איז דאך שייך יעדן טאג, בכל יום ויום יהיו בעיניך כחדשים.
נאך א תירוץ: ווייל די נתינת התורה איז טאקע געווען די זעלבע פאר יעדן, אבער קבלת התורה נישט, ווייל נישט אלע האט באקומען די זעלבע מאס, נאר יעדער לויט זיין הכנה און זיינע השגות...
הרה"ק ר' שמחה בונים מ'פרשיסחא זי"ע
--
הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם (פסחים סח:)
איך האב געהערט אין נאמען פון מוה"ר מענדל זצלה"ה מרומנאב, אז אין עצרת האבן די אידן מקבל געווען די תורה, און טאמער וואלטן די אידן נישט מקבל געווען דעם תורה וואלט די וועלט געווארן תוהו ובוהו. זענען דאך די אידן די וואס האלטן אויף די וועלט.
דאס מיינט מען אז "בעצרת בענין נמי לכם," אז די וועלט דארף צוקומען "לכם", צו די אידן, ווייל אן זיי איז קיין וועלט נישטא.
אור לשמים
--
די תוה"ק איז געגעבן געווארן אן דעם אז דער שטן זאל וויסן דערפון (שבת פ"ט.). בשעה שירד משה מלפני ה' בא השטן ואמר לפניו, רבש"ע תורה היכן היא וכו'. פרעגט דארט תוס', ווי קען דען זיין אז דער שטן האט נישט געוואוסט פון די מעמד קבלת התורה? חז"ל זאגן דאך אז בשעת מתן תורה איז די קול געגאנגען פון סוף העולם עד סופו און אלע אומות העולם האבן געכאפט א ציטער ביז בלעם האט זיי געזאגט ה' עוז לעמו יתן וכו'. און די תירוץ איז, אז דער אויבערשטער האט פארדרייט דעם שטן בשעת מתן תורה וכו'. און חז"ל זאגן למה נקרא שמה תושי', לפי שניתנה בחשאי מפני השטן.
דער אר"י הק' זאגט, אז די תורה איז געגעבן געווארן אום שב"ק, און אםם שבת אנטלויפן דאך די קליפות און באהאלטן זיך בנוקבא דתהום רבא ווייל זיי קענען נישט אויסהאלטן דעם הייליגקייט פון שב"ק, ולית שולטנא אחרא בכולהו עלמין בר מינה. דערפאר איז דער שטן נישט געווען דערבייי.
שער בת רבים
--
מען קען מסביר זיין דעם ענין פון כפיית הר כגיגית. ווייל לכ"ע איז בשבת ניתנה תורה. און די מפרשים פרעגן דאך, אז וויבאלד קבלת התורה איז געווען געצוואונגענערהייט, האט דאך נישט חל געווען די קנין. אבער ווייל עס איז אויסגעפאלן שבת, און באלד אין יענעם טאג האבן די אידן געהאלטן שבת, מוז דאך זיין אז זיי האבן פון אייגענעם ווילן מקבל געווען דעם תורה, ווייל אויב נישט האבן זיי נישט געטארט האלטן שבת, מדין נכרי ששבת חייב מיתה.
שער יששכר מונקאטש
--
מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט דערציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים רבי ר' מענדעלע מרימנאוו זי"ע. אמאל שבועות האט ער געשיקט דעם משמש ר' הערש זי"ע אויסרופן, אז ווער עס האט נישט מקיים געווען די עשרת הדברות זאל ארויסגיין פון ביהמ"ד. דער הייליגער ראפשיצער רב איז אויך געקומען אויף יו"ט צווישן די חסידים, און איז ארויס פון שוהל. נו, אז דער עולם האט געזעהן אז ער איז ארויס, האט שוין קיינער נישט געוואגט צו פארבלייבן אין שוהל, און דער רבי ר' מענדעלע איז געבליבן אן קיין מנין...
האט ער געשיקט נאכאמאל דעם משמש ר' הערש אויסרופן, אז ווער עס נעמט זיך אונטער פון היינט און ווייטער מקיים צו זיי די עשרת הדברות, קען צוריק אריינקומען...
מציון יסעדך
--
ר' אלי' ראטה ז"ל דערציילט: אמאל שבועות פארטאגס האט הרה"ק ר' שלמה'קע זוועהיל'ער אים געזאגט: יעדע'ס יאר פרעגט הקב"ה די נשמות ישראל אויב זיי ווילן אננעמען די הייליגע תורה, און זיי ענטפערן נעשה ונשמע. איצט פרעגט הקב"ה אויך די נשמות פון די אידישע קינדער אויב זיי ווילן אננעמען די תורה. לאמיר צוזאמען זאגן "נעשה ונשמע"!
שיח זקנים ח"ו
--
און ווער עס איז זוכה אויך היינטיגע צייטן זיך אויסצולייטערן ער זאל זיין כולו טוב אן קיין אחיזת הרע כלל, אזוי ווי עס האבן זוכה געווען רבים וכן שלמים, מרן האר"י והרח"ו, והר"ר אלעזר אזקרי, און שפעטער דער בעל אור החיים מרן חיים בן עטר, און קדושת מרן הריב"ש טוב מיט זיינע תלמידים, און האבן זוכה געווען צו הערן מעמד הר סיני קול גדול ולא יסף, מתרגמינן ולא פסק, קולות וברקים וקול שופר משמיע אנכי ד' אלקיך מפי עוטה אורה...
חומש היכל הברכה פ' בשלח
--
אויב דער מענטש איז זוכה און ער גרייט זיך אן מיט די נויטיגע הכנות צו דעם הייליגן טאג פון יו"ט שבועות, קען ער דאן הערן דעם קול ה' ווי דער כביכול אליין רופט אויס דעם "אנכי ה' אלקיך."
קדושת לוי פר' יתרו.
--
די קולות האבן זיך נישט אויפגעהערט, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (יתרו) אז עס שטייט "קול גדול ולא יסף" עיי"ש. און עס שרייבן די תלמידי בעש"ש הק' אז ווער עס איז זוכה דערצו, קען היינט אויך הערן די קולות פון אנכי ולא יהיה לך.
שומר אמונים
--
ומן העפר אשר יהיה בקרקע גו' ונתן את המים (ה, יז)
פון דא זעהט מען אז לערנען תורה אליין, אן מצרף זיין ענוה דערצו, איז נישט גענוג. "ומן העפר" א רמז פאר ענוה און שפלות רוח, "ונתן אל המים" דארף מען צושטעלן צום תורה, וואס איז נמשלה למים. (מה מים יורדין ממקום גבוה וכו'.)
בעש"ט הק' זי"ע
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

איך ווייס נישט צו דאס איז דער פלאץ צו פרעגן, אבער אולי וועל איך פון דא באקומען א ענטפער
שבועות איז מנהג ישראל צו עסן מילכיג, מיין שאלה איז, איז דא א ענין ביי די סעודה צופרי צו עסן דערנאך א פליישיגע סעודה, אדער איך קען ממשיך זיין די סעודה פארווע אדער אינגאנצן מילכיג, און דאס זאל זיין מיין יום טוב צופרי סעודה?
ביטע ענטפערן מיט מקורות

יישר כח
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”