חכמה בגוים תאמין ? אלבערט איינשטיין דערציילט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איינשטיין

חכמה בגוים תאמין ? אלבערט איינשטיין דערציילט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינשטיין »

שלום עליכם! טייערע אידן, טייערע ברודער, און גוטע פריינט,

יא אידן זענען נאטורליכע ברודער, מיר שטאמען אלע פון איין טאטן אברהם, מיר זענען אלע אנגעהאנגן אינעם זעלבן דורות קייטעלע, וואס אירע רינגעלעך זענען אויסגעשפרייט אין אלע עקן פון די אוניווערס, און גוטע פריינט זענען מיר ווייל אז מיר זענען אנאנימע ווירטואלע מענטשן אן פנים'ער, אן קיינע גרימאסן, אן קיינע אנשטעלן, אן קיינע מינע'ס אויסגעגאסן, זענען מיר אויטאמאטישע גוטע פריינט! די קאלטע קאמפיוטער פארנעמט אסאך דעות, די ברייטע אינטערנעץ פארטראגט אסאך פארשידענהייטן, און אזוי ארום בלייבן אלע ברודערליך און צוגענגליך......

איצט: מיין היסטאריע ווייסט דאך יעדעס קינד, "אלבערט איינשטיין", ווער האט פון אים נאכניש געהערט! איינשטיין איז דאך דער גרויסע פיזיסיסט, דער גרויסער סייענטיסט, דער ריזיגער רעוועלוציאנער, די ערפונדער פון די רעלאטיווע לערונג, איינשטיין! האט געטוישט די מאפע פון די וועלט, ער האט גע'עפענט די וועלט צו נוקלאערע רעאקטארן, אטאמישע וואפן, מיט זיי האט מען געפארטיגט די בלוטיגע וועלט קריג, מיט איר האט די קאלטע קריג זיך אנגעווארעמט, דאס איז וואס האלט די וועלט געשפאנט, און אויף די העכסטע וואכזאמקייט, און זי איז אויף די גרויסע שאך ברעטל פון די וועלטס פאליטיק שפיל!

איך בין געוועהן א ריזיגע מאטעמאטישע פיליזאפף. איך האב געלעבט א פיליזאפישער לעבן, ווייל מיינע געבענטשטע געצייג אין מיין מח, האט מיר דאס ערלויבט, איך האב געוואונען א נאבעל פרייז אין פיזיקע, אבער דערנאך האב איך געגארט און געלעכצט צו קריגן אויך די נאבעל פרייז פאר שלום, וואס איז מיר קאטעגאריש צוריקגעווארפן געווארן, מען האט מיר אנגעהויבן פארצוווארפן-אז איך האב געבויעט די וועלטס חורבן, איך האב אנגעזייעט א קערנדל צו פארטיליגן נישט צו מאכן וואקסן, איך האב פארוואנדלט די וועלט אין א מער סכנה'דיגע פלאץ ווי איך האב איר געפונען, איך האב פראקטיצירט טויט און פארדארבנקייט!!!

סוף פון מיין לעבן, האב איך אסאך אינטערווענצירט ביי די גרויסמאכטן וואס האבן זיך מיט מיינע טרעפונגען געהאלזט, און ביי די סאסייעטיס וואס האבן געמיינט אז מיט מיינע שאפונגען וועלן זיי געוועלטיגן מער, אז זיי זאלן אפשאפן די איינשטיין טעאריע פון איר למעשה'דיגן באנוץ, אבער אויף טויבע אויערן, איז מיין געבעט געפאלן, זיי האבן טריאומפירט, מיט מיין חכמה, און געפאכעט די וועלט לענדער, און געפויסטעט זייערע הענט בלייכערהייט!!!

אלזא! איך בין דורכגעפאלן, מיינע שטודיעס האבן געברענגט מער שאדן ווי נוצן, בין איך צובראכן ווי א שארב געווארן א ווילדער אקטיוויסט, און עולה געוועהן קיין ישרא' ווי מיינע דארטיגע ברודער האבן מיר אויפגענומען מיט ברייטע ארעמעס, און געוואלט פיל כבוד צוטיילן, איז די כבוד אבער נישט געוועהן וואס איך האב געגלוסט, איך בין מיר צוריקגעפארן קיין ניו ג'ערסי און אויסגעלעבט מיין לעבן "אויף אביסעלע אמונה אין דעם גט'ליכן ג-ט, מיט וועם איך האב מיך געטראפן אין פילע געלעגנהייטן אין די טיפסטע סייענטיפישע לערנונגען, איך האב אים נישט געקענט אויסמיידן ווייל איך האב אים איבערראל געזעהן, איך האב געשפירט געטליכקייט דורך מיין טיפע פיליזאפיע,...איך האב מיך מיט דעם אביסעלע דערפרייט אויף מיין לעצטע וועג, און רואיגערהייט געאטעמט פון זיין לופט, ווילאנג ער האט מיר געלאזט!

יעצט טייערע ברודער! ווי חכמה קען ברענגן: בין איך א ביישפיל. אבער וואס גרעסערע חכמה קען ברענגן זענט איר תורה טרייע אידן די ביישפיל....איצט מוז איך טיפ אריינאטעמען, און זיך צו אייך שפעטער צוריקקערן...
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

רב איינשטיין, עס איז לעצטנס געדרוקט געווארן א שיחה פון רביה"ק מסאטמאר וואס רייסט אייך פערזענליך שטארק אראפ ,אלזא האף איך איר עט נישט ברוגז זיין
ווי אויך ווייס איך נישט פון וואו איר נעמט די חוצפה צו זאגן אז איר האט אויסגעלעבט אייערע יארן מיט אמונה אין גאט ב"ה, בשעת ווען דער רבי זאגט דארטן בפירוש פארקערט.
בכל אופן מאכט אייך היימיש, און הייבט אן אביסל משפיע צו זיין חכמה, דא הערשט א שטארקע פארלאנג דערנאך.
אגב, אז איר זענט שוין יא דא, אפשר זענט איר מיר מסביר בקיצור אייער טעאריע וועגן צייט? זייט כאב די ערשטע מאל געליינט דערפון אין צייט"ש פאר 2 יאר צוריק בערך, הער איך נישט אויף צו חלומען פון כאפן א נסיעה אויף צוריק... איך שפיר ספעציעל א הייליגן חוב עס צו טאן, ווייל איך מוז ראטעוען מיינע עלטער זיידעס און משפחה פון אומקומען אין היטלער'ס צייטן ה"י.
ענטפער שנעל ווייל יעדע מינוט שפילט א ראלע! עס איז א שאלה פון לא תעמוד על דם רעך!
לעצט פארראכטן דורך imzist אום דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הו האמיר אריינגעכאפט א העכטל דא.

אזאנס, אין ערשטן דעביו ארטיקל מיך אזוי צונעמען? הלא דבר הוא.

איינשטיין איינשטיין, פארבלייב דא מיט אונז, און זיי משפיע מהודך אויף אונז יושבי הקרעטשמע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שלום עליכם רב איינשטיין.

מיט פארגעניגן האב איך געליינט אייער באשרייבונג איבער אייער היסטאריע און אייערע געפילן לטוב ורע. עס קוקט מיר אויס ווי ער זענט פון די זאך קענער און היסטאריקער. איך וואלט טאקע געוואלט וויסן אויב עס איז אמת ווי איר שרייבט אז אלבערט איינשטיין האט אויסגעלעבט זיינע לעצטע יארן מיט אמונה אין ג-ט.

און פאר איך פארגעס. עס איז זייער שיין געשריבן און גוט אראפגעלייגט. כ'האב הנאה געהאט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
איינשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינשטיין »

טייערע ברודער,

איך זעה אז טייל זענען נישט אזוי באקאנט אין מיין פולסטן ביאגראפיע, וואס איזטאקע צו מיין באדויערן, קען איך עס אבער באגרייפן, ווייל איר זענט דאך אינגאנצן אין א אנדערע אריענטאציע, ווי וואס איך, אנדערע פרעגן זייער אויף מיין אמונה אין ג-ט, אנדערע ברענגן דעם סאטמאר רב אלס ראי' אויף מיין כפירה, דער סאטמאר רב האב איך נישט געקענט, ער האט מיר קיינמאל נישט באגעגנט, און אזוי ארום זיך נישט פונקטליך אריינגעטון צו דערגיין וויפיל מיין גלויבן האט ענטהאלטן אין זיך, דאס איז זעכער אז פון זיין הייליגן שטאנדפונקט, האט ער געהאט רעכט, ווייל איך האב נישט נישט געטיילט א אייניגע טייל אין זיין לויטערע "אמונה" ניין! פונדעסטוועגן אבער בין איך נישט געוועהן קיין אטעאיסט ווי מאנכע האבן מיר פארשטאנען, איך האב טיף טיף אנערקענט און געטראפן ג-ט איבעראל ווי איך האב נאר געקוקט, ווי איך וועל שפעטער ערקלערן, איך וויל צוערשט אביסעלע זיך פונאדערשמועסן, כאטש, וואס איך האב שוין געוועלט גיין ווייטער צום ציהל, מוז איך אבער די פאר פונקטן אויפקלערן.

איז אזוי: איך בין געבוירן אין דייטשלאנד אין יאר אכצן ניין און זיבעציג, וואס קומט אויס לויט די אידישע ציילונג צו יאר ה"א תרל"ט מיין פאמיליע איז געוועהן פון די אומרעליגיעזע אידישע מיין פאטער איז געוועהן א ביזנעסמאן,

שפעטער האבן מיר זיך געצויגן קיין שווייץ, ווי איך האב שטודירט און געלערנט אלגעמיינע חכמה און זיך געבילדעט אין פול מאדערנע שטודיעס, שוין פון אלס קליין קינד האב איך ארויסגעצייגט טיפע פארשטאנד אין מאטעמאטיק, און אין פיזיקע, איך האב זיך פארטיפט און שטענדיג באטראכט די וועלט און אלעס וואס זי טראגט אין זיך, איך האב געגלאצט אויף די הימל, און געקוקט צו דער ערד, און זיך פרובירט צו איר סוד זיך דערגרונטעווען.

איך האב ערהאלטן א דיפלאמע און יארע ניינצן הונדערט איינס, און א דאקטאר דיגרי אין יארע ניינצן הונדערט און פינעף, איך האב דאן געארבעט פאר די שוויצע פאטענט אפיס צו שפייזן מיין ארעמען זעהל און דאן אינמיטן די ארבעט אפגעשריבן די דריי באקאנטע צעטלעך ווי מיינע טיפסטע ערפונדונגען זענען דורך זיי צושפרייט געווארן ווען איך האב די מאמרים פובליצירט אין א לאקאלע חודשליכע אויסגאבע פאר סייענטיפישע שטודיעס.

איך האב מיינע פארשונגן צו די רעלאטיווע אויפטרעף געבויעט אויף די פעסטע יסודות פון גאליליע און נוטאן, מיט זייערע פעסטע שטעלונגען האב איך ווייטער געשפינט און אנגעקומען צום אויספיר אז צייט און פלאץ זענען טיף פארבינדן אזויווי לענג און ברייט זענען איינגעבינדן ווען מען רעדט פון שטח, און אזוי ארום געפונען אז ווען שאפונג ווערט פארוואנדעלט און מאס, ווערט אין רעזולטאט א אומגעהויערע מאס כח...עלמיר נאך צו דעם שפעטער צוריקקומען,

איך וויל אייך נישט באלעסטיגן מיט די פונקטליכע דעטאלן פון מיינע וואנדערונגען, און פלאגענישן, אבער אין קורצן איז מיין גלות וועג אזוי, איך בין דאן געפארן קיין דייטשלאנד ווי איך בין געוועהן א פראפעסאר, און געלערנט מיינע שטודיעס אין יונעווערסעטיעס, דאן בין איך צוליב מיין אידישע ראסע, וואס איז דאן אין יארע דריי און דרייסיג שוין באטראכט געווארן אלס שמוציג, געמוזט אנטלויפן קיין אמעריקע, ווי איך האב געהאפט אויף א בעסערן עתיד.

דארט בין איך געווארן א פראפעסאר אין פרינסטאן ניו דשערסי. און דערנאך האבן די אמעריקאנער זיך באנוצט מיט מיינע אויפטרעפונגען צו בויען די באמבעלעך, אין די מאנהעטן סוד.

אזוי ווי כאב שוין פריער ערווענט בין איך געווארן א אקטיוויסט אויף צו אפשאפן די אטאמישע געווער, און די וועלטס געיעג נאך איר, נאכן איינזעהן די גרויסע פעלער וואס איך בין באגאנגען מיטן העלפן פארוואנדלען די חכמה פון די וועלט אין איר טיפסטע אפגרונט, לויט ווי כאב שפעטער געהערט האט איינער פון די אידישע גרויסע מענטשן פון בני ברק ר' אברהם שייע קארעליץ אפגעשריבן א טיפע עסיי איבער די שרעקליכע גרויזאמע געווער וואס איך האב געהאלפן ערצייגן, און ער האט מיר פשוט באצייכנט ווי א וואנזיניגער פארשוין וואס האט נישט געוואוסט ריכטיג וויאזוי מען דארף מיט חכמה זיך באנוצן.

חיים ווייצמאן האט מיר דאן איינגעלאדענט צו ווערן פרעזידענט פונעם דאן יונגן יודן-שטאט, וואס איך האב אפגעזאגט, איך האב אים אבער געהלאפן בויען און שאפן די היברו אונעווערסאטי פון ירושלים...

איך בין דאן צוריקגעקומען קיין אמעריקע ווי איך האב אויסגעלעבט מיינע ביסל יארן מיט טראכטן פון ג-טס וואונדעליכע בריאה, וואס ער האט מאניפעסצירט איבעראל, איך האב געלעבט א באשיידן לעבן אויף ג-טס נאטור, אין א שטילער פראפייל, גאנץ איינפאך מיט ווייניג קערפערליכע געברויכן, און דאן ווען איך בין קראנק געווארן, רואיגערהייט ערוואטעט דאס טויט, אין אפריל פון יאר ניינצן פינעף און פופציג, איך האב דאס געטון מיט ג-ט אין מיין געדאנק

וועגן מיין אמונה סטאטוס וועל איך צוריקקומען נאך דעם וואך-ענדע, וואס מיר פייערן דעם גרויסן שבת, וואס ג-ט האט אונז געשענקט אלס מתנה, ווי מיר רוען צוזאם. אויף דערוויילע האטס מיר א גוט שבת.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שלום עליכם מר. (הרב?) איינשטיין, יהא בואכם לברכה.

ווי עס זעט אויס פלאנט איר דא צו געבן א שיעור איבער אייערע ערפינדונגען, וויל איך אייך בעטן איר זאלט אויך ערקלערן דעם באדייט פון א לעצטערן באריכט אז סייענטיסטן האבן אויפגעוויזן די ריכטיקייט פון א געוויסן יסוד אייערן דורך אן ''אטאמישן זייגער'', וואס גענוי איז אייער שיטה און וויאזוי האבן זיי דאס אויפגעוויזן.

א דאנק
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קרעטשמע האט באקומען און די לעצטערע פאר וואכן אסאך פיינע שרייבערס און שריפטשטעלערס,
אבער אזאנס מיין איך איז שוין לאנג נישט געווען..

איך גיי ניסלעך פאר דעם שרייבער דא.

די פארמאגסט א אויסטערלישן גוטן פעדער,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שלום עליכם הרב איינשטיין.
איך באגער צו הערן נאך און נאך, און איבערהויפט וואס פונקטליך זענען געווען איינשטיינס אויפטרעפונגען.

אגב, איר שרייבט אז איר זענט געבוירן צו אידישע עלטערן; אבער אין קעפל שרייבט איר חכמה בגויים תאמין, הא כיצד?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

ס'קומט גוטע צייטען חברה!
אזא שרייבער מאכט זיך נישט אפט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

אלבערט, מיט וויפיל יאר צעריק האסטו אנגעשטעלט אז דער באשראבונג זאל אריינקריכן אין קרעטשמע?
דער וועלט האט ניטאמאל געוויסט וואס פארא גוטע בעל חשבון דו ביסט געווען. יעצט קומען ארויס די רוזאלטס. הפלא ופלא!
צו וויסן נאך פאר 1955 פון איי וועלט. ווי אויך אויסצורעכענען וואס מגיבים וועלן שרייבן יארן שפעטער וועגן דעם רבי'נס שיטה....

קיפ איט אפ!
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלע מגיבים האבן רעכט, אזאנס איז א זעלטנהייט. נו, נישט בחנם רופט ער זיך 'איינשטיין'.
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

די שמועס פון רבי'ן איז געדריקט אינעם (לשה"ק) שובבי"ם באנד וואס איז היי יאר ארויסגעקומען אין די בעק איז דא א שמועס אינעם יארצייט טאג פון קדויו"ט ווי דער רבי זאגט דארטן 2 זאכן וועגן דעם איינשטיין וואס איז מיר געווען א חידוש:
איינס אז איינשטיין איז געווען א גרויסער כופר, דאס טייטש נישט סתם א פרייער איד נאר א כופר בשיטה, א שטייגער ווי שפינאזע והדומין לו ר"ל
צווייטנס, אז ער איז טאקע געווען א גרויסער מלומד, און פראפעסאר איינס אין די וועלט, אבער אין פריוואטן לעבן איז ער געווען א גרויסער שוטה אן ממש קיין פינטל שכל.
כידוע ביי די מינע מענטשן טרעפט זיך זייער אפט אזא פענאמען - עס ליגט מיר אויפן שפיץ צונג איך מיין פעדער כמיין פינגער אפאר גדולי ישראל פון די גרעסטע איך מיין אבער עס איז נישט קיין כבוד פאר זיי ספעציעל מיט די טיטלען וואס כאב פריער געשריבן ע"ך אשים בזה קנצין למילי ודו"ק
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

שלום עליכם, אלבערט!
יראתי בפצותי שיח להתחיל - וואו פאנגט מען אן און וואו ענדיגט מען ווען מען האט די זכי' צו שטיין אין דיאלאג מיט דעם גאון הגאונים, שר החכמה והמדע, מורינו ורבינו אלבערט איינשטיין ז"ל. איך בין איבערגענומען מיט הרגשים, עמאציאנעל אזש ביז טרערן, סקרוכן לויפן דורך מיידע גלידער אין האקן אריין איינס אין צווייטן אין וואולקאן אויפרייסן, דאס הארץ שטויסט בלוט ווי אינערן-ענערגיע אין א נוקלעארן רעאקטאר.
איי, אלבערט, אלבערט, כ'האב אזויפיל צו רעדן מיט דיר; אזויפיל ספיקות און פראגעס וועלכע שטורעמען שוין לאנגע יארן. וועסטו מיר געבן א געלעגנהייט נאכצולאזן פון דעם אנגעלייגטן מח-דרוק, ארויסצוגעבן די אנגעזאמלטע אקציע-פּאטענציאלן ביי די אַקסאָנען-שפּיצן אין די ניוראָנען, און פרעגן וואס ס'ווילט זיך מיר פון דיין פריש-רעסורעקטירטע פערזענליכקייט?
אבער ביז איך בין זוכה צו דעם אזוי-געגארטן אוידיענץ, האב איך עטליכע הערות אויף מעלת-כבודך, תמיהות וועלכע איך וויל פארשטעלן אויף די קורצע אויטאביאגראפיע וואס דו האסט דא פארצייכנט.
עס קוקט מיר אויס ווי דו זוכסט בכוונה צו פארדרייען דיינע ריכטיגע השקפות; דו ווילסט דא פארקויפן פאר'ן ציבור אז דו האסט געגלייבט אין אלוקית, און נישט נאר אין אלוקית, נאר זאגאר אז דעם שבת האט "ג-ט אונז געשענקט אלס מתנה." זייער שיין פון דיר אז קומענדיג דא צווישן חרדישע אידן שעמסטו זיך מיט דיינע אמת'ע השקפות, אבער צי האסטו נישט געוואוסט אז דו פארמאגסט דא אנהענגער וועלכע האבן דיר שטודירט און ווייסן דעם אמת? צי האסטו געמיינט אז אין דעם "דור פון אינפארמאציע" קען מען נישט פארקויפן אפענע שקרים?
אלזא, אין 1954 האסטו געשריבן אזוי:[ציטאט ארויסגענומען]
אן אנדערס מאל האסטו געשריבן דאס:[ציטאט ארויסגענומען]
די חוצפה וואס דו האסט מיט'ן זיך באקליידן באיצטלא האמונה איז אין לשער, ווען מען לייענט א בריוו וואס דו האסט געשריבן אין 1954 צו דעם פילאזאף עריק גוטקינד. דארטן שרייבסטו:[ציטאט ארויסגענומען]
נאך שרייבסטו:[ציטאט ארויסגענומען]
ילמדינו רבינו, וויאזוי קענסטו דערנאך קומען דא, און פארקויפן אז דו ביסט געווען א מאמין?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

imzist האט געשריבן:די שמועס פון רבי'ן איז געדריקט אינעם (לשה"ק) שובבי"ם באנד

מיר פלעגן דאס רופען ביים ארגינאלען נאמען(דישווארצע/רויטע בענדער)

עניוועיס, הער איינשטיין, יהא בואך לברכה.
און איך שטעל מיך פאר אז אייער אומקער דא צו אונזער באליבטער קרעטשמע איז פון די רעלאטיווע אויפטרעפן אייערע, אז טראץ וואס איר געפונט זיך שוין נישט אויף דער וועלט פאר עטליכע יארע איידער די קרעטשמע דא איז ערפונדען געווארען, מיט דעם אלעם איז אייער ארטיקל אויפגעשווימען דא אוואו פון אן אנדערן פלאנעט אראפגעווארפען.
דערביי וועלן מיר דא בעטן ביים ארענדאר אז ער זאל הענגן פלאקאטן איבע אלע ווענט פון דער קרעטשמע איבער דעם אנקומענדן שטערן. ר'עולם גארט פאר אזוינע שרייבער און מ'דארף זיי נאר מודיע זיין אז ס'איז דא. טאקע שפעט אבער זיי זיינען דא.
א גוט שבת
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך »

איינשטיין האט געשריבן:יעצט טייערע ברודער! ווי חכמה קען ברענגן: בין איך א ביישפיל. אבער וואס גרעסערע חכמה קען ברענגן זענט איר תורה טרייע אידן די ביישפיל....


הרב איינשטיין, איר זענט בעסער ווי גוט. אבער די פראגע איז צו דו ווילסט זיך טאקע אהערשטעלן ווי דעם ריכטיגן איינשטיין אדער ווילסט נאר ניצן זיין נאמען? אויב אלס א שיינעם שפיל, איז עס געוואלדיג, אבער אויב ביסטו דער ריכטיגער איינשטיין , וואלט ער דאך לכאורה קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט. האט ער דען געהאלטן אז תורה טרייע אידן זענען גרעסערע חכמה? וואלט ער דאך געזיצן און געלערנט...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה! אה!, א גרויסע שטערנדיל איז דא אריינגעפאלען אין די קרעטשמע, וואס איז ווערט אלע פרייזען, אין מיר דארפן זעהן אז מען זאל איהם דא האלטן אין נישט ארויס לאזן פין דא אין כסדר האלטן די גאנצע יושבי הקרעטשמע המעטירה געשפאנט, נאר איין זאך טוה איך האפן אז מען וועט קענען פין דא ארויסלערנען פאר אונז אלע א וויכטיגע לערער אין די ווינדליכע חכמה האלוקי וואס די רבש"ע האט אריין געלייגט אין די אלע זאכן ...

חזק ואמץ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
איינשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינשטיין »

טייערע פריינט,

אט זענען מיר צוריק פאראייניגט אונטער איין דאך, איך האב זיך געשראקן, אז עפעס בייז האט פאסירט, עס פריידט מיך צו זעהן, אז מיר קענען ווייטער אינאיינעם פארברענגן און פרובירן אנצוקניפן א ווייטערדיגע קשר, אין וועלכע מיר וועלן קענען אויסשמועסן פארשידנס, און לערנען איינער פון צווייטן, גלויבטס מיר איך האב אסאך מיט אייך מיטצוטיילן, און איך וויל פון אייך פיל פיל מער לערנען.

איך וויל שפעטער צוריקקומען באגריסן פערזענליך אלע וואס האבן מיר אזוי ווארעם אויסגעשטרעקט א האנט, איך וויל זיי שפעטער שטערקער דרוקן.

נאר אזוי ווי א שטיקל ריס האט פאסירט, וויל איך פאר א וויילע זיך אפשטעלן טראכטן, אזוי ווי ביי יעדע פאל, איז מיין סדר צו קלערן, און זיך באקלערן, און פרובירן צו דערגיין, אורזאכן פון געשאפענע פאלן, דאס זענען דאך פון די פאקטארן וואס ביישטייערן צו דער אינטעליגענץ פון א מענטשן, די מאס באטראכטונגען אזוי איז די מאס קלוגשאפט וואס מען שלעפט ארויס.

דער פאקט אז מען האט אונז פאר א וויילע אויסגעשלאסן, האט ביי מיר אנגעצונדן א רויט לעמפעלע! און מיין באוואוסטזיין האט מיר אנגעהויבן צו נודשען, און עגבערן, וואס אזאנס האט דא געקענט פאסירן, און איך האב מיין ווייטאג אויסגעשמועסט דא צווישן די ווענט פון אונזער פארברענגס-ארט. קלערנדיג אזוי צו מיר, וואס האט איינעם אפגעשראקן, וואס האט איינעם געקענט אהר'ן.

בין איך צו די מסקנא געקומען, און די מאס לערנונג וואס די שטעלע האט מיר געלערנט, ליגט אייער גאנצע סוד, דא ליגט אויסגעגאסן די באהאלטענע פארבארגענע סיקרעט פון אייער שטענדיגקייט, אייער פעסטע כאראקטער, איז אייער שטערקסטע געווער, אייער שטארקע פאנצער, איז אייער העכסטע מויער, וואס שיצט אייך פון פרעמדע אריינדרונגער אין אייער געזעלשאפט.

מיר האט אלעמאל דאס געוואונדערט, וויאזוי קען אזאנס זיין, דאס קלוגסטע פאלק, די פאלק וואס ציילט זיך צו די העכסטע שטופעס פון אינטעליגענציא, זינט היסטאריע דערציילט איבער אונז, און דאס איז פון ווען אן היסטאריע עקזיסטירט, זענען מיר געווען די וואס האבן באהערשט די קלוגשאפט, פון די חכמי ירושלים ביז די קלוגע פון אייראפע, פון איין עק וועלט ביזן צווייטן, ווען די וועלט איז נאך געוועהן פארטונקלט אינעם טונקעלן מיטל-אלטער, ביז היינט שוין א צווייהונדערט יאר נאך די רענעסאנס-די באלייכטערונג ערא. אלעמאל זענען מיר ארויסגעשטאנען מיט אונזער שארפע חכמה, און ברייטע פארשטאנד, נישט אומזיסט ציילן זיך נאך ביז היינטיגן טאג צווישן די מאכטפולסטע רעגירונג'ס קארידארן, א צענדליגע אידן.

איך דארף נישט און איך וויל נישט אט איצט פארברייטערן די שמועס איבער אונזער אייביגע חכמה, איך וויל נאר צוקומען צו די פראגע וואס עגבערט מיר, "ווי קומט דאס, אז טראץ דאס אלץ, האט איר מצליח געוועהן, צו האלטן אייער שטרענגע טראדיציע, און ריינע גלויבן"?!!, דאס איז וואס באגייסטערט מיר, שטענדיג ווען איך קלער וועגן דעם, דאס האלט מיין מויל אפן, און געפלעפט.

אזא קלוג פאלק, און האלט זיך אזוי אפגעזונדערט פון יעדעס ביסל מאדערנע וויסענשאפט ווען עס קומט צו די אוראלטער אמונה......

די איינציגע פארשטענדליכע אורזאך דערפאר איז, אייער פעסט געבויעטע פאנצער, און שפיציגע נאז לעכער אויף צו דערשמעקן, און דערשפורען דעם באלדיגן סכנה, וואס קען אייך באנעמען, איר שטייט דאן פעסט, איר זייט דאן מקריב אלס וואס איר פארמאגט, אייער גאנצע וויסנשאפט, און אייער נאטורליכע רייץ צו וויסנשאפט, און איר זאגט דעם מח'ל "ביז דא" פון דאנען און ווייטער ווארף איך מיך צוריק צו מיין טויזענטער יאריגע פשוטע גלויבן. און ג-ט פון מיינע עלטערן!! איך געפון דאס אין א ציטאט פון די געזאנג וואס משה מיט די אידן האבן אויפ'ן ים געזינגען, "אט איז מיין ג-ט, מיין פאטער'ס ג-ט וועל איך באשיינען", און אנדערע מיין מיין ג-ט איז מיין פאטער'ס, און איך האלט מיך צו דעם, איך בין א פאלגזאם קינד ווען עס קומט צו די גלויבן און רעליגיע....

וויסענשאפט איז באגרעניצט, עס האט צו טהאן מיט ערפארונגען, וואס קענען דערגרייכט ווערן פון אונזערע חושים,, וועגן דאון מעסטען און שאצען זיינען די אפעראציעס וואס באשימען די גרענעצען פון וויסענשאפט.

רעליגע! איז אומבאגרענעצט רעליגע האט צו טען מיט זאכן וואס זיינען אויסער דעם קרייז פון די וויסענשאט, די דערקענטעניש אז אויסער דעם קרייז פון וויסענשטאפט געפינט זיך א וועלט פון ערפארונגען, וואס ציט זיך אן קיין ענד, איז דער אנהויב פון רעליגיע, אזוי שנעל ווי דער מענש דערגרייכט די פארשטענדינש אז ער קען קיינמאל נישט דערגרייכן דעם ענד, אז עס איז נישטא קיין ענד, אז עס איז דא איין אומענדליכקייט, האט ער אריבער געשרפייזט דעם גרעניצץ פון וויסנשאפט און ער געפינט זיך שוין אויף דעם הויכן שטאפל פון רעליגיע וואס וועט אים זיכעררערהייט טראגן צו אמונה דערגרייכונגען,

וויסנשאפט איז קיין סתירה נישט מיט אמונה, ווייל די פעלדער פון די צוויי גייסטיגע אקטיוויטעטן זענען נישט די זעלבע! דאס איז די קרוין פון דעם גלויביגער איד, פון דעם אפילו וויסנשאפטליכער איד, וואס באגרייפט און כאפט די גרעניצן צווישן די צוויי, און ער האלט זיך ביי דעם, ער ווערט נישט אנציקט פון וויסנשאפט ווען עס גייט אויסער אירע גרעניצן....
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אלבערט: א הערליכער עסיי.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פרעג איך אייך, האט זיך נישט אויסגעצאלט די גאנצע רצוא ושוב?
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

עס האט זיך שוין איינמאל אויסגעצאלט!!!!
איך מיין זאלסט עס טוהן נאכאמאל...
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה ממש א מחי' עס האט זיך אויס געצאלט כפל כפליים זייטס ממשיך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

פשיהא!
---

איך האב עפעס אמאל געהאט געליינט אויף איינשטיין אז ער איז געווען א אוטיסטיק, און ער האט זייער שפעט אנגעהויבן רעדן. ס'איז אמת?
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

הו הא!
*******
הערשעל קנייהויז, זינט ווען איז די דעפינאציע פון דאס ווארט אוטיסטיק שפעט אנהייבן רעדן. אלל דעט איי נאו איז אוטיסטיק א פעלער אין מח, וואס האט נישט מיט פריער אדער שפעטער.

עיין ערך אוטיסט. נישט צו פארטוישן מיט אטעאיסט. חחח.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

הערשי קניהויז האט געשריבן:איך האב עפעס אמאל געהאט געליינט אויף איינשטיין אז ער איז געווען א אוטיסטיק, און ער האט זייער שפעט אנגעהויבן רעדן. ס'איז אמת?

זע דא.

טרעגער האט געשריבן:הערשעל קנייהויז, זינט ווען איז די דעפינאציע פון דאס ווארט אוטיסטיק שפעט אנהייבן רעדן. אלל דעט איי נאו איז אוטיסטיק א פעלער אין מח, וואס האט נישט מיט פריער אדער שפעטער.

לויט דעם די-עס-עם 4 (דער יעצטיגער אפיציעלער פסיכאלאגיע האנטבוך) קען "אוטיזם" דיאגנאזירט ווערן נאר אויב דאס קינד פארמאגט כאטש איין פון די פאלגנדע קריטעריאנען:
qualitative impairments in communication as manifested by at least one of the following:

(a) delay in, or total lack of, the development of spoken language (not accompanied by an attempt to compensate through alternative modes of communication such as gesture or mime)
(b) in individuals with adequate speech, marked impairment in the ability to initiate or sustain a conversation with others
(c) stereotyped and repetitive use of language or idiosyncratic language
(d) lack of varied, spontaneous make-believe play or social imitative play appropriate to developmental level

ווי איר זעט, "מוז" נישט זיין אז דאס קינד הייבט אן שפעט צו רעדן, אבער כדי צו ווערן דיאגנאזירט מיט אוטיזם מוז דאס קינד האבן געוויסע שפראך-פראבלעמען.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

פשי, זענען מיר בארייכערט געווארן. זייער שיין!

הערשי, קארל:

אוטיזם קען אפשר ווערן דיאנאזירט דורך סימפטאמען, וואס איינע פון זיי וועט געוויס זיין שוועריגקייטן מיט רעדן, און דאס איז פון די קריאטיריעס וואס מען ברויך פארמאגן צו ווערן קאטאגעריזירט אלס אוטיסטיק.

וואס מאכט אבער איינשטיין, אדער ניוטאן אלס אוטיסטיש ? דארט אין אינציקלאפידיע וואס איר צייכנט צו הער קארל, שרייבן זיי אז ווייל זיי די צוויי גרויסע פיליזאפן האבן טייל מאל זיך געקענט זייער זייער פארטראכטן אין זייערע שטודיעס, און פארשונגען, און ווייל אסאך מאל האבן פשוטע מענטשן נישט געקענט מיט זיי קאמיוניקירן מחמת ווייל זיי זענען געוועהן ראשם ורובם אין זייערע לימודים......אלא מאי-זענען זיי אוטיסטיק? און ווייל זיי האבן אמאל געקענט פארגעסן פון קערפערליכע געברויכן ווי עסן אדער אנדערע באדערפענישן, זענען זיי שוין קאנדידאטן פאר אוטיזם??!

איז איינס מיט איינס אן אוטיסט, פון היינט מאל אן....אוטיזם איז א פעלער, נישט קיין שטארקייט, א שטערקערע מח, א טיפערע טראכטער, ווערט שוין אן אוטיסט,

שוין לאנג וואס מאנכע טענה'ן אז גרויסע נשמות באהאלטן זיך אין אוטיסטישע קינדער, אבער גרויסע קעפ באהאלטן זיך אויך דארט? פארוואס נעמען אזוינע חכמים און זיי פארווארפן אלס אוטיסטן. איינשטיין האט געקענט רעדן, ער האט געהאלטן דרשות, ער איז געוועהן א פראפעסאר. ער האט געקענט ליינען און אפילו שרייבן אויך.....!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”