פשעטל לבר מצוה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
פשעטיל לבר מצוה נייטיג געזוכט.
יא! איך זוך זייער נייטיג א פשעטל לבר מצוה, האט איינער אן איידיע ווי איך קען אזאנס געפונען ביטע מעלדן, אדער אז איר האט איינס, קאנט איר מיר אריינשיקן,
זארגט נישט איך וועל עס אביסל משנה זיין, בהוספת נופך, איך דארף נאר די חומר למחשבה! יישרכח.
זארגט נישט איך וועל עס אביסל משנה זיין, בהוספת נופך, איך דארף נאר די חומר למחשבה! יישרכח.
- שקר_הדייעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
- לאקאציע: ביים פרידזשידער
- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע: אין אייגן זעקל
שקר_הדייעט האט געשריבן:דאס הייסט "קאפויער".
און וואס קלערסטו יעצט, ווען דער בר מצוה בחור וועט זאגן דאס פעשטיל וועלן נישט זיין דארט כאטש עטליכע וואס וועלן זיך אנרופן: "העי, דער טאטע האט דאס גענומען פון אייוועלט..." ?
אז מען בעט אריינשיקן איז אריינשיקן אין אישי, נישט מפרסם זיין ברבים.
סארי ר' משה, נישט געמיינט פערסאנעל.
אויף מיין אחריות, דער בר מצוה בחור זאל היינט נאכט זאגן דעם פשט'ל און קיינער וועט נישט וויסן אז ס'איז פון דא.
1) וועגן קיינער הערט נישט אויס דער בר מצוה בחור
2) וויפיל פון אייך האב יעצט דורכגלערנט דעם פשטל?
איך האב א צווייטע פראבלעם, איך האב אויך א פאר פשטלעך געשריבן פאר בחורים עטליכע יאר צוריק, איך דארף אבער נישט אז דער בחור בעצמו (שוין היינט חתונה געהאט) זאל עס יעצט טרעפן דא
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am
אין כמה שו"ת ספרים איז אריינגעדרוקט ביי הלכות תפלין דער בר מצוה פשעטל שדרש המחבר עצמו או בנו, געווענטליך איז דאס גאר שיין און פאסענד.
צוויי דוגמאות: בית יצחק או"ח סי' יא (דער בי"צ בעהט דארט די לומדי תורה ויראי ד' זאלן דאס נוצן פאר א פשעטל לבניהם), חזון נחום סי' יב.
צוויי דוגמאות: בית יצחק או"ח סי' יא (דער בי"צ בעהט דארט די לומדי תורה ויראי ד' זאלן דאס נוצן פאר א פשעטל לבניהם), חזון נחום סי' יב.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am
אוהב חכמה האט געשריבן:אין כמה שו"ת ספרים איז אריינגעדרוקט ביי הלכות תפלין דער בר מצוה פשעטל שדרש המחבר עצמו או בנו, געווענטליך איז דאס גאר שיין און פאסענד.
צוויי דוגמאות: בית יצחק או"ח סי' יא (דער בי"צ בעהט דארט די לומדי תורה ויראי ד' זאלן דאס נוצן פאר א פשעטל לבניהם), חזון נחום סי' יב.
ייש''כ
אויב איינע אויף איי וועלט וויל בעטען די לומדי תורה ויראי ד' זאלן נוצן פאר א פשעטל לבניהם וואס זאל ער טוהן
שרייבט אפ אייער פשעטל און מאכט דערפון אן אשכול, קודם כל וועלן די לומדים ויראים עס לערנען דא.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 7
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 26, 2010 3:04 am