וכך הוה העובדא: ער איז אמאל, צווישען זיינע פילע וואנדערונגען כידוע, אנגעקומען קיין בעלזא, ווי עס שיינט וואלט דאס געדארפט זיין אין די צייטן פון מיטעלען בעלזא רב הרה"ק ר' יהושע'לע זי"ע. די חסידים האבען באמערקט אז ער גייט נישט אין מקוה כמנהג חסידים האבען זיי איהם אנגעפאנגן צו דערקוטשען און רודפ'ען אויף דעם... איז ער אריין צום רבי'ן זיך מתמרמר זיין אויף דעם און פרעגן. בתוך הדברים האט איהם דער רבי געפרעגט טאקע היתכן ער גייט נישט יעדן טאג אין מקוה זיך מטהר זיין לפני התפלה ווי עס פאסט פאר אן אדם גדול כמותך, זיי האבן דאך לכאורה רעכט? אזוי ווי ער האט דאס געהערט, האט ער מקבל געוועהן און איז געגאנגען זיך טובל'ען. נאך אלאנגע צייט און מ'זעהט ער קומט נישט צוריק איז מען געגאנגען זעהן וואס די אריכות איז. האט מען געטראפן דעם צדיק פארחלישט אין א קאלוזע בלוט! עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז אזוי ווי ער האט דאך כל ימיו מתאבל מרה געוועהן אויפן חורבן, איז ער געוועהן אנגעטאן מיט א זאק אונטער די קליידער וואס איז שוין געוועהן אריינגעוואקסען אין זיין פלייש פאר דעם האט ער יענע תקופה נישט געקענט זיך טובל זיין געהעריג. נאר אזוי ווי דער רבי האט איהם פארגעהאלטן האט ער פרובירט אראפצורייסן דעם זאק פון זיך ביז ער האט פון דעם געחלישט. ע"כ הסיפור.
ס'איז א פלא'דיגער מעשה. כ'זיך נישט דן צו זיין סברא'דיג צו ס'אמת אדער נישט, כ'זיך א מקור טאמער איינער ווייסט.