פרשת רובאשקין - נייעס און אנטוויקלונגען

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

פרשת רובאשקין - נייעס און אנטוויקלונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גוטן טאג מיינע אלע קרעטשמע פריינד.

נעכטן האב איך ערהאלטן א טעלעפאון רוף פון מיינס א נאנטער ידיד און א נאנטער ידיד פאר איי וועלט ווי ער האט מיר דערציילט איבער זיין לענגערן וויזיט נעכטן ביי ר' שלום מרדכי רובאשקין וועלעכע זיצט אין תפיסה יעצט ווארטענדיג אויף זיין ענגדילטיגער פסק.

ער זיצט דארט אין תפיסה אונטער גאר שווערע אומשטענדן. און ווען איך זאג גאר שווערע מיינט עס שווערער ווי סיי וועלעכער ניו יארק'ער טורמע. (מער איבערן גאנצן באזוך און אלע איינצעלהייטן וועט מען אי"ה קענען ליינען אין די קומענדיגע וואכן)

ר' שלום האט געוויינט צו אום "פארוואס שטורעמט מען נישט קיין וועלט?" ער איז א טאטע פון 10 קינדער בליעה"ר, ער האט איין נישט געזינט ל"ע, אן אויטיסטיק קינד, די פראקורן פארלאנגען לעבן'ס-לענגליכע טורמע!! און אויב וועלן נישט געטוען ווערן קיינע שריט זאפארט וועט ער דאס חלילה קריגן. ה"י.

עס איז לעצטענס ארומגעגאנגען א פעטיציע וואס מ'האט געבעטן דעם עולם זאל אונטערשרייבן. ווער עס האט עס נאכנישט געשריבן ווערט געבעטן דאס אונטער צושרייבן וואס שנעלער.

עס זענען געליבן בלויז 10 טאג צו זיין ענגדילטיגער פסק! זיין לעבן הענגט דעראויף.

ביטע שיקט אריין א בריוו צום הויעכגעשעצטן ריכטער און זאגט איר וואספארא פיינער מענטש ר' שלום איז און וויפיל ער העלפט די קומיונעטי. אויך אז ער האט א משפחה פון 20 קינדער בליעה"ר פון וואס איינער איז נישט געזינט און זי זאל פראבירן צו געבן א גרינגערן פסק.

איר אינפארמאציע איז:
The Honorable. Linda Reade
Chief Judge
United States District Court
Northern District of Iowa
4200 C Street SW
Cedar Rapids, IA 52404

עס איז פיקוח נפש און פדיון שבוים. ווארט נישט לאנג. בלויז 10 טאג איז פארבליבן אום צו העלפן!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

שוידערליך!

גיט ביטע א שטיקל ענגלישע נוסח וואס צו שיקן (בערך).

מען קען נישט שיקן קיין אימעיל?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פונקטליך האט געשריבן:שוידערליך!

גיט ביטע א שטיקל ענגלישע נוסח וואס צו שיקן (בערך).

מען קען נישט שיקן קיין אימעיל?


איך וועל פראבירן צו שאפן אי"ה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז בעסער אז דו פארשאפסט נישט נאר א נוסח, נאר א "ארגיומענט", א זאך וואס א לויער, אדער איינער וואס איז גוט אין די פיעלד האלט אז די טענה קען העלפן.

נישט אז מ'זאל שיקן א ראנג ארגיומענט וואו ביי גראסמאן.

למשל שרייבן אז ער איז אומשולדיג קען זיין נישט גוט, ווייל טאמער האט מען עם געפינען שולדיג, קענסטו נישט זאגן אז ער איז אומשולדיג, קענסט זאגן אמת ער איז שולדיג, אבער האב רחמנות, אדער ער איז טאקע שולדיג, אבער ער האט עס געטוהן ווייל... אדער איז שייך צו זאגן אז די דזשורי האטעם געפונען שולדיג ווייל ער איז א יוד, וועגן האס, אדער אז אנדערע מענטשן זיין'ס גלייכן באקומען שוועכערע שטראפן...

בקיצור ברענג א סטראטעגיע, ווייל מיט א ראנג סטראטעגיע קענעס בעקפייערן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זיי בעטן מ'זאל סיינען פעטיציעס אנליין, ווי איז די סייט?
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

און נאכן סיינעם דעם פעטיציע נעמט א תהלים, האט אינזינען שלום מרדכי בן ????? זאל אויסגעלייזט ווערן בקרוב.

וכדברי צייטליך: עס איז פיקוח נפש און פדיון שבוים. ווארט נישט לאנג. בלויז 10 טאג איז פארבליבן אום צו העלפן! סיינט דעם פעטיציע און נעמט א תהלים.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

Hi,
I signed the petition "EQUAL AND FAIR JUSTICE FOR SHOLOM RUBASHKIN". I'm asking you to sign this petition to help us reach our goal of 30,000 signatures. I care deeply about this cause, and I hope you will support our efforts.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

שלום מרדכי בן רבקה
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דאס איז די סייט צו סיינען די פעטעציע'ס.

וויכי. איך וועל פראבירן צו ברענגען אויך עפעס ארגומענט'ס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

זייער ציל איז יעצט פאר 30,000 פעטיציע'ס און זיי האלטען יעצט ביי 25,845
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

איך האלט אז כלל ישראל דארף זיך מער אינטערסירען אין די קעיס וייל די גאנצע רדיפות אין די גאנצע שטינק אין די מידיע האט זיך אנגעהויבען דורך די אזויגעריפינע צער בעלי חיים גרופס
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

DONE האט געשריבן:די גאנצע רדיפות אין די גאנצע שטינק אין די מידיע האט זיך אנגעהויבען דורך די אזויגעריפינע צער בעלי חיים גרופס

פון ווי נעמסטו עס?
פון ק"מ?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

באקומען אין אימעל

JusticeforSholom needs Communication Tech for help in troubleshooting / setting up the SMS system

Preferably you will have:

Familiarity with Google Voice
Experience with a successful mass SMS service
Experience with data export from system (old) to system (hopefully a better one)
The programs we currently have are problematic- to expedite the work for Sholom this problem must be resolved asap

If you can help text 305-731-3890 ASAP



Judy Kaplan

Grassroots Coordinator

JusticeforSholom
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גאנץ א גוטער ארטיקל און אפהאנדלונג איבער די קעיס.

http://www.shmuley.com/articles/details ... _sentence/
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

יעצט באקומען.

*** Breaking news *** Askoonem arranged a one on one visit with Sholem Rabishkin who's in one of the worse jails in Cedar Rapids Iowa. They are reporting first hand unfairness to Rubashkin !! Worst then a serial killer !! He sits alone in a cell 24 7 he didn't eat a warm meal in 5 monthss he didn't have a hair cut in 5 months !! Klal Yisrrooel getting ready for a mass drive to wake up all !! Get ready
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

יוסי געשטעטנער האט ארויפגעלייגט אויף זיין וועב זייטל א אפהאנדלונג איבערן גאנצן נושא.

(כהאב עס נאכנישט געליינט)
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

רובאשקין'ס לויער האט געבעטן מ'זאל יעצט נישט שיקן קיין בריוון גלייך צום ריכטערין נאר אינטערשרייבן די אנליין פעטישן ביז ווייטערדיגע מעלדונגען.

קרעדיט: קול מבשר
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א גוט מארגן חברים וידידים.

ווי דערמאנט אונעם ערשטן תגובה האב איך יעצט א ידיד וואס איז אין אייאווא ביי רובאשקין און פראבירט צו זעהן וואס מ'קען העלפן. ווי ער זאגט מיר האט ער מוצ"ש און נעכטן זונטאג אסאך פאברענגט מיט רעבעצין רובאשקין און דורכגערעדט פארשידענע ענינים.

מרת. רובאשקין האט געבעטן אז איין זאך מיט וואס מ'קען זיי העלפן. ערשטענס דורך זאגן תהילים און תפלה. און צווייטענס איז דורך אריינשיקן אפאר דאללער פאר זייער פאנד וואס גייט פאר לויער געלט. "מענטשן באגרייפן נישט ווי נידעריג מיר האלטן יעצט" האט זי געוויינט "מיר זענען אלע יארן געווען געוואוינט צו העלפן אנדערע מענטשן, צו געבן צדקה. נישט נעמען" אבער זי האט נישט קיין ברירה און מוז אנקומען צום ברייטן ציבור.

"אפילו צוואנציג דאללער ($20) איז זייער גוט" אבי מ'זאל אריינשיקן עפעס געלט. פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול. יעדע פרוטה וואס מ'שיקט אריין פאר זייער פאנד וועט גענוצט ווערן פאר לויער'ס צו פייטן פאר מרדכי רובאשקין.

די אדרעססן זענען ווי פאלגענד:

Pidyon Shvuyim Fund
53 Olympia Lane
Monsey, NY 10952

אדער צו:

NCFJE Pidyon Shvuyim Fund
824 Eastern Parkway
Brooklyn, NY 11213

אויך קען מען יעצט הערן אויף 'קול מבשר' א אינטערוויו פון שמעון ראלניצקי מיט א זוהן פון ר' שלום מרדכי רובאשקין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

באקומען אין אימעיל

B"H

Dear Friends,



PLEASE CONSIDER VOLUNTEERING FOR THE JusticeforSholom CAMPAIGN!



As the sentencing of Rabbi Sholom Mordechai Rubashkin draws closer by the hour, a major campaign to alert the public to demand fair and equal justice for S.M. Rubashkin has been launched.



Efforts are underway to reach out to every law professor, retired judge, and former prosecutor to sign one of two letters addressed to Judge Reade.



Legal Scholars familiar with the case feel this is the best avenue we can pursue: TO CREATE AN OUTCRY BY ACADEMIC SCHOLARS!

We NEED YOU!



Please consider dedicating one hour (or more) a day for the next week.



The following volunteer positions are critically needed:

CALLERS – people to contact community leaders, former prosecutors, and media reporters. All pertinent information and details needed for the call will be provided.

DATA ENTRY- people to help with computer entry. Exact instructions will be provided

SPOKESPERSONS – people who can speak articulately and succinctly, explaining the basic facts of the case to prospect signatories.

RECEIVE PHONE CALLS – from the toll-free hotline for the Justice for Sholom campaign, and record the information being given to you

RESEARCH – people who can search the internet for email addresses and contact information for retired judges and former prosecutors.
If you have ANY time and capabilities for volunteering for one or more of the above positions, please respond by email to

[email protected]
or [email protected]



(Note! please state VOLUNTEER, and the position that you are volunteering for, in the Subject field of your email response)


Provide the following information:

Your name

Contact information (please specify best way and time to contact)

Cell

Email

Please specify best way and time to contact

What are your skills?

What would you like to do?

What are the exact times that you are available (EST)?

How much time can you give?





May your efforts and willingness to help Sholom Mordechai Rubashkin bring you much blessing.

Gratefully yours
,
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

קול קורא פון גדולי ישראל צו העלפן ר' שלום מרדכי רובאשקין נ"י

קרעדיט - ארעסטאנט.
אטעטשמענטס
קורא.JPG
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

Two Must-Reads !!!!!

Publicize these news articles about

SHOLOM RUBASHKIN



The Religion News Service has written a thorough account of the possible discrimination against Sholom Rubashkin: http://huff.to/clns3 in the Huffington Post.



And Edwin Black has written an exhaustive piece on the prosecution of this case: http://bit.ly/bpYfm4 in The Cutting Edge.



Now, let’s make sure the Justice Dept. hears what they are saying.



Edwin Black has said what many of us know to be true:

“It would be impossible to reinvestigate the details of this complex, years-long case. But this much is clear: Rubashkin and Agriprocessors have found themselves on the receiving end of extraordinary enforcement measures and prosecution that for many are hard to fathom.

Now, he is facing life imprisonment for financial crimes that have nothing to do with the illegal immigrant worker scandal that made headlines. In many ways, those financial crimes were caused by the government itself, apparently as the sole means by which federal sentencing guidelines could be dynamically goosed up.”





WHAT YOU CAN DO TO SHOW YOUR SUPPORT FOR SHOLOM RUBASHKIN:

1. Read this article by Edwin Black in The Cutting Edge News: http://bit.ly/bpYfm4.

2. Read the article by Religion News Service in The Huffington Post: http://huff.to/clns34.

3. Comment in support of Sholom Rubashkin. Our goal is to make it the most read and commented article on the Huffington Post site.

4. Send both articles to family, colleagues and friends, and ask them to read it, comment on it and forward it on.

5. Link to the articles on Facebook and Twitter.

6. Send the articles to Department of Justice Office of Intergovernmental and Public Liaison ([email protected]).

7. Sign an online petition available at http://www.justiceforsholom.org



Together, we can show the judge, prosecutors and the legal community that concerned citizens are watching the case of Sholom Rubashkin, and that he deserves “equal and fair ad
ministration of justice under the law.”
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער מצב מיט ר' שלום מרדכי בן רבקה איז אומבאשרייבליך, נאכען הערן אן ערשטהאנטיגע באריכט אינעם נושא שטעלט זיך ארויס אן אומבגלויבליכע בילד אשר תסמר שערות אנוש.

ר' שלום מרדכי איז שטענדיג געווען מפורסם אין די אידישע וועלט אלס א זעלטענער באשיידענער איד בעל מדות תרומיות וועלכער האט מיט זיינע אייגענע צוויי הענט באוויזען אויפצושטעלן דאס גרעסטע כשר'ע שלאכט הויז, מהודרת בכשרות און באוואוסט מיט איר קוואליטעט.

ער איז נישט געווען קיין יורש פון א מיליאנער אדער רייך געווארן פון א לאטערי וואס זאל אים ערמעגליכען צו אינוועסטירען און בויען אזא מעכטיגע פלענט, אבער בס"ד האט ער שווער געארבעט, געשאפן אסטראנאמישע הלוואות און מיט די ריכטיגע כשרונות באוויזען דאס אומגלויבליכע.

יעדער פארשטייט אז פארן אמעריקאנעם עקאנאמישען סיסטעם איז אזא פראיקעט ממש א חלום וואס ווערט פארוואורקליכט, אן ארבייטס-געבער דאהי אין אמעריקא, און דייקא אין פארם-לאנד ווי ארבעט איז שוואך, א פלענט מיט פול-קאלירטען ארבייטס קראפט נישט צו דעסקרימינירען און ערמעגליכען פאר יעדן שמויגער צו לעבן דעם אמעריקאנעם חלום.

ר' שלום מרדכי האט ערליך באצאלט זיינע הלוואות און צוביסליך אנגעהויבן צו פארדינען און נתעשר ווערן נאך די יארען הארעוואניע פון שווייס און בלוט, מיט דאס געלט האט ער נישט געקויפט קיין יאכט-שיף אדער אן עסטעיט אויף מיליאנערנס-אינזל, ער האט נישט פארמאגט קיין עליקאפטער און זיין פרוי האט נישט געטראגן קיין דיאמאנד רינגל ווערט מער ווי עטליכע טויזנט דאלער, ווי א ליידיגער אמעריקאנער גוי וואלט ווען געשפענדט זיין געלט.

פונקט פארקערט, באזוכער אינעם שטעטל פאוסטוויל זענען ערשטוינט געווארן פון זיין איינפאכען לעבנשטייגער, דאס געלט זיינע האט ער געווידמעט אויף צדקה וחסד אויף א מאסטשטאבליכען אופן, און אפי' אומות העולם האבן הנאה געהאט ווי ער פלעגט זיין אן אקטיווער שטיצער פאר די אייאווא קאמיוניטי נויטבאדערפיגקייטן אדער פאליטישע הילף, ער האט קיינמאל נישט געזאגט ניין פאר א טובה, פאר נאנט און ווייט.

עד שקפץ עליו רוגזו של פיט"א [ימ"ש] וחברי היוניאנס, וועלכע האבן געזעהן אין אים א געפאר אז אידען און אידישקייט ווערט פארשפרייט און זיי האבן געשוואורען דאס אפצושטעלן אויף יעדן פרייז, צו זיי זענען די שכנים און רעגירונגס באהערדע געקומען צו הילף, וועלכע האבן פון אנפאנג אן געקוקט מיט א קרום אויג ווי עס בויעט זיך א אידישען שטעטל אין 'זייער' לאנד (מיר אלע דא ווייסען וואס מ'האט אויסצושטיין פון גוי'אישע שכנים עאכו"כ אין ווייטען אייאווא ווי א איד איז א יקר המציאות) און זיי האבן זיך צוגעשטעלט שטילערהייט צו די מערכה.

אנגעהויבען האט זיך עס ווען די פעדעראלע רעגירונגס האט דורכגעפירט א בליץ-אקציע מיט א כלומר'שטן אימיגראציע פארלעצונגס קלאגע, און טאטאל קאליע געמאכט די ארבעט ווען זיי זענען אנגעקומען מיט העליקאפטערס און מאשין-געווער צו נעמען די לאטיינישע אימיגראנטן אונטער אויספארשונג. נישט פארגעסן אז אין אמעריקא איז דא מיליאנען אזעלכע אימיגראנטען אין יעדע שטאט און דארף, גייט נאך אין די נייעס און פרובירט צו טרעפן ווען די רעגירונג האט אפגעשפארט א קאמפאני פאר נישטיגע 400 ארבייטערס, און נאך אויף אזא אומדערהערטע וועג, די יוסטיץ מיניסטעריום זעלבסט האט אויסגעפארשט שפעטער די אקציע האלטענדיג אז דאס האט שוין איבערגעצויגען דעם שטריקל.

אין אנהויב זענען די באשילדיגונגען געווען פילפאכיג; צוואנגס-ארבייט, פעלשן דאקומענטן, מינדעריעריגע ארבייטסגעבונג, און אלעס ארום לעיבאר געזעצן, און דערווייל ווילאנג די אויספארשונג גייט אן איז דער פירמע פארקריפלט, מ'ארבייט נישט געהעריג, עס איז נישטא קיין סעילס, דער נאמען רובאשקין שטינקט אלס א פאלנער שווינדלער און קרימינאל וואס די רעזולטאטן לאזן נישט ר' שלום מרדכי באצאלן זיינע לאונס.

די זאך שלעפט זיך, די חובות וואקסען, און ר' שלום מרדכי האט זיך נישט ווי צו ווענדען, די אייגענע ברודער קוקען אים אן ווי א מיליאנער וואס איז נתעשר געווארן דורך שווינדלערייען "לאז אים אפזיצען זיינע פאר יאר" עס איז נישט מיין פראבלעם.

לימים האבן די אלע לעיבאר און אימיגרעישאן קלאגעס אנגעהויבן ארויסצוקומען מיט די אמת'ע קאלירען, און צורינען ווי א זייפען בלאז, לא דובים ולא יער, נישט קיין שווינדלער נישט קיין גנב, ר' שלום מרדכי איז נישט באגאנגען קיין ספעציעלע עבירות און מ'וועט אויף די קלאגעס נישט קענען אפשפארן דאס געשעפט און אוועקלייגען דעם רובאשקין וועלכער האט באוויזען צו באקעמפן די יוניאנס און די רשעות'דיגע פיט"א (צער בעלי חיים וואטשדאג גרופע).

היצט איז געקומען די רייע אויף זיי ווייסע-קראגען קרימינאלען ווי; פראוד, בענק פראוד, מעיל פראוד וכל שום וחניכא דאית ליה, וואס איז? ער באצאלט דאך שוין נישט יעצט עטליכע יאר פאר די בענק מפני שאין לו, אנשטאט לייגען אזא קאמפאני אין באנקראט און פרובירען צו ראטעווען די נכסים, לאזט מען די קאמפאני פונקצואנירען וואס זאל אנזאמלען נאך חובות און מ'עפנט אן אינוועסטיגעישאן אויף וויאזוי ער האט ארויסגענומען די הלוואות.

לשבר את האוזן וועלן מיר געבן א משל; ווען איינער אפלייט פאר א קרעדיט-קארד פרעגט מען אים זיין יערליכע געהאלט און נאך עטליכע פינאנציעלע שאלות, געווענליך בעטן זיי נישט קיין באווייז ספעציעל פאר איינעם וואס האט א גוטע קרעדיט, ווען עס קומט אבער און ער באצאלט נישט משום איז סיבה שיהי' איז געווענליך זוכט נישט די באנק צו עפענען אן אינוועסטיגעישאן ווייל קיין געלט וועלן זיי אזוי נישט צוריקזעהן און עס וועט זיי נאר קאסטן געלט, ענדערש מאכט מען א סעטלמענט און פטור אנ'עסק.

טאמער אבער זאל ח"ו די באנק וועלן 'צופיקסען' דעם באטרעפנדן עפענען זיי אויף א קרימינאלע אינוועסטיגעישאן און קוקען אריין צו אלעס איז געווען אמת אין זיין אפליקאציע, אויב האט ער ליגנט געזאגט איז דאס פראוד, האט ער דעם אפליקאציע געשיקט ביי מעיל, מעיל פראוד, ארויסדערווישט פון די באנק אן האלוואה, בענק פראוד, און אזוי ווייטער, און אויף יעדן מאל וואס ער האט געסווייפט דעם קארטל איז ער באגאנגען אן עבירה און היצט אז ער קען נישט באצאלען האט ער דורך אלע פון די דערמאנטע עבירות שאדן געמאכט געלט פאר די באנק און וואס העכער די סכום איז איז ער א גרעסערער גנב.

ביי ר' שלום מרדכי איז דאס נישט אויף א קרעדיט קארטל פון 250 דאלער, נאר פון הלוואות פון מיליאנען וואס נאכדעם וואס די זעלבע רעגירונג האט אים קאליע געמאכט די ביזנעס אויף קלאגעס פון וועלכע זיי האבן אליינס צוריקגעצויגען, האט ער דאס נישט געקענט באצאלן, האבן זי באוויזען צו טרעפן פארשידענע מיסברויכען אין זיינע לאון-אפליקאציעס וואס ווען מען רעכנט איבער און איבער די אלע שמות הנרדפים פון פראוד קעגן יעדן דאלאר שאדן וואס די באנק האט ווערט דאס ווי א בארג וואס האט נישט קיין עק.

אבער נישט דאס איז דער קלימאקס, דער אמעריקאנער יוסטיץ לאזט שטראפן און שטראפ-אורטיילען אין די אויגען פון א ריכטער, דאס הייסט אויף די זעלבע חטא קען איינער קריגען 5 מאנאטן טורמע און א צווייטער 5 יאר טורמע, געוואונדן אין די פארטיידיגונגס קרעפטן אדער ווי שארף דער פראקוראר איז און אלטימאטיש וויאזוי דער ריכטער איז מחליט.

אז עמיצער מיט די עוולות וואס דער פראקוראר האט כלומר'שט קעגן אונזער ר' שלום מרדכי זאל אים דראען לעבנסלענגליכע טורמע, איז פרעצעדענטלאז! דאס האט נאך אמעריקא נישט געזעהן, מענטשן זיצען פארדעם איין יאר ביז פינף יאר, אונטער נארמאלע באדיגונגען און אפי' היים-ארעסט אדער פראובעישאן איז אויך נישט אומדערהערט און דא בעט די פראקוראר לעבנסלענגליכע טורמע פאר א טאטע פון צעהן קינדער! עס שרייעט פון אלע ווינקלען וואספארא אומ'יושר דא ווערט אפגעטאן לעיני השמש בצהרים, און עס איז נישט שווער צאמצושטעלן דעם פאזל וואס שטייט אונטערדעם.

דערצווישען האט ער נישט ערהאלטן קיין בעיל, ער זיצט 23 שעה א טאג אין א קעמערל, שוין פינף חדשים וואס ער האט נישט געגעסן קיין ווארעמס, זיך נישט געשוירען, עס לאזט זיך נישט גלייבען אז מ'רעדט נישט דא פון יאפאן, נאר על אדמת אמעריקא דער מלכות של חסד, חסד לאומים חטאת, ווי פאר אזעלכע חסד.

ווען דאס פאסירט להבדיל ביי די שווארצע געמיינדע וואלט אזא איינער ווי על שארפטאן געשלאגן קאפיטאל און איבערגעדרייעט די שטאט, א פאליטישאן וואלט זיך געשעמט צו אידענטיפיצערן מיט אזא געמיינע געפירעכטס, ליידער ווען עס קומט צו א היימישער איד איז אלעס שא-שטיל.

מיר קענען נישט און טארן נישט שטיין אין א זייט, עס איז נישט נאר א ענין פון מציל נפש 'כאילו' קיים עולם מלא, עס איז עולם מלא ממש, מיר טארן נישט צולאזן אז דער יוסטיץ דא זאל נישט מיטיילען די זעלבע רעכטן פאר א רעליגיעזן איד ווי לכה"פ דער גוי פון וואל סט.

מיר קענען העלפן מיט געלט און תפלה, אנו לי-ה ולי-ה עינינו, זאל דער אייבירשטער זיך מרחם זיין אויף אלע אידען, ויקרא לשבוים דרור ולאסירים פקח קוח, ר' שלום מרדכי בן רבקה יצא במהרה לחפשי ויתחדש כנשר נעוריו, וכולנו נזכה לגאולה האמיתית והשלימה בביאת בן דוד גואלנו
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך אפריל 21, 2010 12:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

מ'קען הערן א פרישע באריכט איבערן גאנצן יעצטיגן מצב פון ר' שלום רובאשקין אויף קול מבשר נומער 1/1/4 פון די מעין מעניו.

גלייכצייטיג מעלדט ער אז מ'זאל "בשום אופן" נישט שיקן בריוון גלייך צום ריכטערן! .

מיללער האקט אריין...
-------------------------

שכוח מיללער פאר די באשרייבונג.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הרב מילער, האסט מיר אויפגעשטורעמט!
דער מציאות פון גלות אמעריקא פראסקעט אין פנים! נישטא וואס צו רעדן, די ווייסע אנטעסעמיטן דארט אינעם ווייטן אייווא קוקן שוין לאנג ארויס דערויף, זיי האבן נישט געקענט זעהן ווי אידישיקייט וואקסט זיך דארט אזוי שיין.

נישט לאנג צוריק האבעך געליינט אויף א וועבזייטל א גרויליג ארטיקעל איבער וואספארא "מאפיא" די רובאשקין פאמיליע איז, כ'בין עס גרייט צו שיקן פריוואט, אבער דא אויף א איידעלע פארום קען אזא ארטיקעל נישט ארויפגיין, ס'איז פול מיט שמוץ און בלבלום אויף רובאשקין וואס זיי שעמן זיך נישט צו זאגן אז זייער אינפארמאציע קומט פון רובאשיקן'ס א קאמפעטישאן, ליידער יענע סארט אידן, כ'מיין אינעם ווייטן דעטרויט.

דערווייל לאמיר נישט אויפהערן מתפלל זיין פאר ר' שלום מרדכי בן רבקה, און אינאיינוועגס דארף מען אפשר לייגן אן op-ad אינעם ניו יארק טיימס צו סיי ווי, זאל זיך די וועלט א שאקעל טאן, ווער ווייס וואס די רשעים פלאנירן ווייטער?

שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”