מערכה כבידה איבער גראבונגען אין ביה"ח אין אשקלון

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

מערכה כבידה איבער גראבונגען אין ביה"ח אין אשקלון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

"תבער כל הגולה כמדורת אש" - אזוי ליינט זיך דער דעקרעט וואס דער ביד"ץ העדה החרדית האט אונטערגעשריבן היינט אווענט נאך א שטורעמישע אסיפה, וואו עס האבן זיך באטייליגט אלע חברי הבד"ץ איבער די פרישע אפשטימינג פון דעם פרעימער ביבי נתניהו צו אויסרייסן א גאנצע בית החיים אין שטאט אשקלון און בויען אויף יענעם פלאץ אן עמערזשענסי רום.

אין די עדה החרדית קומען פאר די טעג פיבערהאפטיגע פארברייטונגען צו די מעכטיגע הפגנות וואס גייען זיך אט אט אנהייבן.

אתרא קדישא בראש פון הרב ר' דוד שמידל וועלכע שטייט שוין יארן בראש פון די מערכות אויף קברי ישראל גרייט זיך אין די טעג צוריקצוקערן צו די העדליינס. די אפיסעס ווערן אויסגעקערט פון הויפענס שטויב וואס האבן זיך אין איר אנגעזאמעלט נאך א לענגערע צייט וואס די סארט מערכות זענען אראפ פון טיש.
"נאר נאך א לאנגע מלחמה וועט זיך באמת ארויסשטעלן ווער עס איז דער בעל הבית אין די מדינה" זאגט פאר די פרעסע דארט.

היינט מיטאג איז פארגעקומען א גרויסע אסיפה ביי די עדה החרדית וואו די רבנים ובראשם דער גאב"ד שליט"א, אזוי אויך האט זיך באטייליגט ר' דוד שמידל און האבן באשלאסן ארויסצוגיין אין א מלחמה אויף אלע פראנטן.

בי"ד האט אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא וואו מ'רופט די ברייטע מאסן ארויסצוגיין פראטעסטירן מיט אלע כוחות.

אין די עדה החרדית זאגט מען "אויב האט בי"ד געשריבן אז גאנץ גולה וועט פארגיין אין פאקל, איז דאס נישט פשוט" זיי זאגן קלאר "דאס וועט זיך נישט ענדיגן ביי מחאות אין ארץ ישראל, עס זענען ערווארטעט שווערע פראטעסטן אין פראנט פון די איזרעלי אמבעסאדארס איבער די וועלט".

מקור: בחדרי חרדים
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אויב כ'מעג פרעגען: ווייס מען קלאר אז ס'איז קברי ישראל ?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לויט ווי עס קוקט אויס גייט זיין א מעכטיגע פראטעסט דא אין נ.י.
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נאר איינס??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

לאקשן;
אתרא קדישא האט פעסטגעשטעלט אז דאס זענען קברי ישראל.
און אפילו די אגודי'סטישע דעפוטאטן אין כנסת זענען אויך געווען שטארק דערקעגן.
לעצט פארראכטן דורך ארעסטאנט אום דינסטאג אפריל 13, 2010 4:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שוועמל האט געשריבן:נאר איינס??



גערעכט, עס קוקט אויס ווי עס גייט ווערן לעבעדיג (אזוי ווי אמאל און די גיטע צייטן)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לאמעך דעמאלטס גוט אנקוקן דעם אשכול, ווי לאנג ס'איז נאך דא.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גראפיסט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:לאמעך דעמאלטס גוט אנקוקן דעם אשכול, ווי לאנג ס'איז נאך דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

ארעסטאנט האט געשריבן:לאקשן;
אתרא קדישא האט פעסטגעשטעלט אז דאס זענען קברי ישראל.
און אפילו די אגודי'סטישע דעפוטאטן אין כנסת זענען אויך געווען שטארק דערקעגן.

ביסט זיכער אויף דעים?? איך ווייס נישט קלאר די מציאת- אבער איז נישט דא וואס האלטען אז עס איז דא סימנם וואס ווייזען אז ס'איז גויאישע קברים?
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

רעיא מהימנא האט געשריבן:
ארעסטאנט האט געשריבן:לאקשן;
אתרא קדישא האט פעסטגעשטעלט אז דאס זענען קברי ישראל.
און אפילו די אגודי'סטישע דעפוטאטן אין כנסת זענען אויך געווען שטארק דערקעגן.

ביסט זיכער אויף דעים?? איך ווייס נישט קלאר די מציאת- אבער איז נישט דא וואס האלטען אז עס איז דא סימנם וואס ווייזען אז ס'איז גויאישע קברים?

כ'וואלט געוואלט זעהן עפעס מער ווי פראפעגאנדע נאר א געהעריגע בירור,

- וויזוי האט אתרא קדישא מברר געווען אז ס'איז קברי ישראל,
- איז עס א 100% בירור אדער ס'איז נאך אלעם דא א ספק,
- וואס איז די הלכות פין מפנה זיין אין צי עס איז דא א מקום להקל נאך דערצו טאמער עס איז דא א ספק,

אדרבה לאמיר הערען עפעס פאקטען, איינער ווייסט? אדער יעדער שרייט נאך דעם צווייטען, דא אין קנ"א וועלען מיר זיך נישט לאזען פין פראפעגענדע מיר ווילען קלארע פאקטען אין וואס ס'שטייט אין די פוסקים סיי די מחמירים אין סיי די מקילים,
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וויכי!
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

לאקשען ברעט האט געשריבן:אדרבה לאמיר הערען עפעס פאקטען, איינער ווייסט? אדער יעדער שרייט נאך דעם צווייטען, דא אין קנ"א וועלען מיר זיך נישט לאזען פין פראפעגענדע מיר ווילען קלארע פאקטען אין וואס ס'שטייט אין די פוסקים סיי די מחמירים אין סיי די מקילים,

;l;p-
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אפיציעלע ערקלערנוג פאר אלע שרייבער מגיבים החשובים דא:

איך האב בכלל נישט געעפענט דעם אשכול על סמך עס זאל פארפירט ווערן א פאליטישע שמועס און זאל אריינפארן אין נושאים וואס געהערן צו .קא.איל

די נייעס האב איך נאר געשריבן אזוי ווי דאס איז א ברענעדיגע נושא וואס איז יעצט אויף די העדליינס אין ארץ ישראל האב איך געטראכט אז עס איז אינטערעסאנט פאר די ליינער דא. אזוי אויך איז ליידער ווייטאגליך אז די ביטערע גזירת חיטוטי שכבי איז ליידער צוריק אין קראפט דורך די ציונים ימ"ש.
אבער עס איז נישט אז על סמך דעם זאל יעצט דא פארוואנדעלט ווערן א שמועס ווער די עדה החרדית איז, צו דאס איז נישט בלויז פראפעגאנדע וכו'. למעשה האבן די רבנים הגאונים חברי הביד"ץ שליט"א אונטערגעשריבן אויף א קול קורא וואס רופט צו מאסן דעמאנסטראציעס וועגן די גזירה, און די אלע פאליטישע אנאליזן זאלט איר אזוי גוט זיין נישט שרייבן דא. און איך טוה מיך אנטשולדיגן אויב איינער האט ח"ו פארשטאנען אז דאס איז געעפענט געווארן ח"ו פוגע זיין בכבוד פון איינעם.

בתקוה להבנה.
הק' ארעסטאנט
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וויכי כ'מיין קענסט שוין איבער שרייבן נאכאמאל דיין תגובה.
פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2010 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל »

"תבער כל הגולה כמדורת אש"
כ'מיין אז מדורת אש איז נישט א פאקל.
אבוקה איז א פאקל.
מדורת אש איז עפעס וואס איז סאך סאך גרעסער און סאך מעכטיגער ווי א פאקל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מדורת אש = א ל"ג בעומר הדלקה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

קיינער ווייסט נישט אויף געוויס צי די קברים זענען יידישע אדער גויישע. כ'האב געהערט הרב מאיר פארוש זאגן אויף אן אינטערוויו אין ראדיא, אז ס'איז נישט קיין נפקא מינה וועמענס ביינער זיי זענען. זיין ארגומענט איז געווען: אויב מען וועט דא, אין ישראל בויען אויף גויישע קברים, וועלן די גויים אין אייראפע זיך דערלויבן צו בויען אויף יידישע בית-החיים'ס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך שטים איין.
איך וואלט מיך געוואגט צו זאגן אז גויישע קברים איז נאך ערגער, היכי דמי חילול השם? זיי וועלן זיך רייצן מיט די וועלט אז ישראלים גראבן אויף נישט-אידישע קברים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קאַראַהאָד
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2010 12:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאַראַהאָד »

אַרעסטאַנט, מיט די פולסטע כבוד צו דיין שיינעם איבערזעצונג פון אַ נייעס אויף בחדרי חרדים, און טאַקע אויך זייער שיין צו זעהן ווי געוויסע שרייבער האָבן אָנגעהויבן קאָכן אַ קאַשע אויף דעם "תבער כל הגולה כמדורת אש".

אָבער קען מיר איינער טרעפן דעם ברענעדיגן קעפּל אויף די פאַקטישע מחאה ואזהרה וואָס די חברי הבד"ץ עדה החרדית האָבן נעכטן אונטערגעשריבן!?
אטעטשמענטס
אונטערגעשריבענער מחאה ואזהרה פון עדה החרדית נעכטן ערב ר"ח
אונטערגעשריבענער מחאה ואזהרה פון עדה החרדית נעכטן ערב ר"ח
MACHUAH.jpg (57.02 KiB) געזען 4326 מאל
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

עס איז א ערעסנטער מערכה וואס דרויט פאר ביבי נתניהו צו פארלירן זיין בענקל!

הרב אלישיב שטעלט זיך צוזאמען מיט די עדה אונעם מערכה און דאס וועט מאכן אז זיין פארטיי וועט אויפלעזן די רעגירונג קאאליציע און עס וועלן ברויכן פארקומען פרישע וואלן.

ימים ידברו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צייטליך האט געשריבן:הרב אלישיב שטעלט זיך צוזאמען מיט די עדה אונעם מערכה און דאס וועט מאכן אז זיין פארטיי וועט אויפלעזן די רעגירונג קאאליציע און עס וועלן ברויכן פארקומען פרישע וואלן.

אגב

איך קאפירייט יעצט די קומענדיגע אנקעטע:
וואו קומט פאר מער וואלן? אין קרעטשמע אדער אין מדינת ישראל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

אריאל האט געשריבן:אויב מען וועט דא, אין ישראל בויען אויף גויישע קברים, וועלן די גויים אין אייראפע זיך דערלויבן צו בויען אויף יידישע בית-החיים'ס.

אויב איזעס גוים -פין וועלעכע גוים רעט מען?? פין גוים וואס האבען געלעבט טויזענט יאר ציריק. זענען דען דא מענשטען וואס זענען אייניקלעך פין זיי, וואס גייען טענה'נען אז מ'טאר ניש גראבען?? אין אויף דעם ארויף גייען זיי זאגען אז ממילא מעגען זיי שוין אויכעט גראבען אידישע קברים אין יאראפ??
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

איך האב אייך דאך געזאגט אז גאנץ גולה וועט ברענען א_ווי א פאקל.. אז איך האב געקענט ארויסשלעפן א תגובה'לע פון קאראהאד אין א מיטוואך טאג ווען ער איז אזוי פארנומען מיטן צייטונג, ברענט נישט גולה ווי א פאקל??!!...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

עס איז נישט אזוי שווער צו ערווארטן אז די ליטווישע גדולים און אגודיס'טישע רבי'ס וועלן זיך צושטעלן צו די מערכה, פארט איז דאך ביבי נישט נאכגעקומען די פארשריפטן פון די יהדות התורה פארטיי אז מ'זאל נישט גראבן דארט.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:לאמעך דעמאלטס גוט אנקוקן דעם אשכול, ווי לאנג ס'איז נאך דא.

מען דארף מאכן א אנקעטע
איך שטים, די נייעס קען בלייבן, אבער איינמאל מאן פראקלאמירט א פראטעסט אין אמעריקא דארף מען צושפארן (נישט אפמעקן) דעם אשכול, אין יעדן לינקן צו שרייבן ווייטער ביי קא. אל.

וואס האלט דר'ולם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”