ניאגרא פאלס וואקאציע

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

ניאגרא פאלס וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ווער קען מיר ארויסהעלפען מיט אינפא איבער ניאגרא פאלס וואקאציע

1) ווי אזוי לוינט זיך צו פארן מיטן באן אדער דינגען א קאר (פארשטייט זיך כרעד ווען מען נעמט מיט קינד\ער)

2) ווי לוינט זיך איינצושטיין וועלעכע האטעל, שיין פאר א ביליגע פרייז, לוינט זיך צו צאלן אביסל טייערער פאר א שענערע האטעל? גיט דאס צו צום וואקאציע?

3) איז דא א בית המדרש אין געגענט מיט מנין?

4) ווי קען מען גיין דארט, אויסער קוקען אויף די וואסער פאלס?, סדא וואס צו טוהן פאר קליינע קינדער דארט (2-3 יאר)

און בכלל ווער עס האט עני עקספיריענס איבער ניאגרא פאלס וואקאציע בעט איך זאל מיט טיילן דא
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך בין שוין דארט געווען כמה פעמים אבער איין מאל פאר א געהעריגע וועקאציע, און איינגעשטאנען און מעריעט האטעל אויף די קאנאדע זייט און געפארען דאווענען יעדן טאג אויף באפעלאו, עס איז דא אינטערסאנטע זאכען אזוי ווי דא חוץ די וואסער, א בטעניקל גארדען און נאך און נאך, איך בין געפארען מיטן ערעפלאן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

איין זאך איז זיכער אז ווען די גייסט איז עס נאר אויף די קנעדישע זייט סאיז אסאך שענער.

פלעצער איז דא דארט אן א שיעור... איך בין זיכער אז ווען די קימסט דארט אן און די פרעגסט זיך נאך גייסטו גלייך האבען פלעצער צו גיין  
Normal is just a setting on the washing machine
be smart
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך be smart »

therer is shul in niagra with minyan every day 3 minutes drive form the marryot
Address: 5595 Drummond Road Suite 4
Niagara Falls, ON L2G 4L2 Canada
Phone: 905-356-7200
Fax: 905-353-1855
Web: http://www.JewishNiagara.com
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

צים פינטעל האט געשריבן:4) ווי קען מען גיין דארט, אויסער קוקען אויף די וואסער פאלס?, סדא וואס צו טוהן פאר קליינע קינדער דארט (2-3 יאר)

די פארסט וואקאציע? נעמסט מיט דיינע קינדערליך?
כמיין אז דו וועסט האבן א בעסערע וואקאציע דאהי, און שיקן דיינע קינדער אין חדר\סקול.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

be smart ווען איך בין דארט געווען איז נישט געווען קיין מינין און ניאגרע פאולס, איך האב מיך זייער אסאך נאכגעפרעגט, איך בין געווען דארט איבער 10 יאר ציריק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

אז די פארסט מיט דיינע קינדער קען די באן זיין זייער געשמאק, ווייל מען דארף נישט איינזיצען אויף איין פלאץ די קינדער קענען ארום לויפען אין זיך שפילען, אזוי אויך איז דא אזוי ווי א לאנטש רום מיט טישעלעך אין בענק ווי מען קען געהעריג עסען,
ס'פארט דורעך שיינע סינעריס אין ס'קען זיין א וואקאציע פאר זיך, העכסטענס קענסטע דינגען א קאר ווען די קומסט אן,
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

לאקשען ברעט האט געשריבן:אז די פארסט מיט דיינע קינדער קען די באן זיין זייער געשמאק, ווייל מען דארף נישט איינזיצען אויף איין פלאץ די קינדער קענען ארום לויפען אין זיך שפילען, אזוי אויך איז דא אזוי ווי א לאנטש רום מיט טישעלעך אין בענק ווי מען קען געהעריג עסען,
ס'פארט דורעך שיינע סינעריס אין ס'קען זיין א וואקאציע פאר זיך, העכסטענס קענסטע דינגען א קאר ווען די קומסט אן,

דאס האבעך טאקע געוואלט וויסען צו סקוקט אויס ווי א פליגער ווי מען דארף איינזיצען אדער סדא ווי צו גיין, שקויעח לאקשען ברעטל,
ווי קען איך זעהן אינפא איבער די באן?
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אלף בית האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:4) ווי קען מען גיין דארט, אויסער קוקען אויף די וואסער פאלס?, סדא וואס צו טוהן פאר קליינע קינדער דארט (2-3 יאר)

די פארסט וואקאציע? נעמסט מיט דיינע קינדערליך?
כמיין אז דו וועסט האבן א בעסערע וואקאציע דאהי, און שיקן דיינע קינדער אין חדר\סקול.

הייסט אז איך דארף מיר אנלייגען אויף א קרוב זאל אכטונג געבן אויף מיין קליין מיידל, און מיין מיידל דארף וויינען מאמי מאמי, איך איך זאל פארן וואקאציע?,
א חלק פון מיין וואקאציע איז צו זעהן ווי זי פרייד זיך צו זעהן א גרויסע וואסער, מיט נאך זאכן.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אויב איזעס דיר א פראבלעם איבערצולאזן ביי א קרוב נעם זיי מיט,
דאך בין איך דיר מייעץ צו בלייבן אינדערהיים, ווי די וועסט האבן א רואיג'ערע וואקעישאן, ווי ווען די דארפט דיך ארומשלעפן אין נייאגרא פאללס דיין מיידעלע, וואס וועט ווערן הונגעריג און מיד וכו'.
אויב פארסטו פאר דיינע קינדער נעם זיי מיט, אויב פארסטו פאר דיינעט וועגן, בלייב אין שטוב.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

פון אידיש'ן הלכה''דיגן שטאנדפונקט רעדט קיינער נישט [לכה"פ פאר מענער].

אויב וועל איך יא רעדן וועל איך אודאי ארוסרופן שפאס, כפי שניבאו חכמינו ז"ל במס' סוטה.

דערפאר וועל איך שטיל זיין.
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:פון אידיש'ן הלכה''דיגן שטאנדפונקט רעדט קיינער נישט [לכה"פ פאר מענער].

אויב וועל איך יא רעדן וועל איך אודאי ארוסרופן שפאס, כפי שניבאו חכמינו ז"ל במס' סוטה.

דערפאר וועל איך שטיל זיין.

איך האב מיר נישט געוואלט אנרופן ביז אהער אבער אז איינער האט שוין דערמאנט די רוחניות'דיגע חלק דערפון וועל איך אויך פארציילן וואס איך האב פערזענליך בייגעוועאוינט מיט מיין חבר ער איז אהין געפארן פאריאר פאר 3 (!) טעג, ונהפך לאיש אחר ממש במלוא מובן המלה. פינטל.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

די amtrak טרעין קימט אן ביז דארט אוך מיין אז עס פארט ארויס פון פען סטעישען
Normal is just a setting on the washing machine
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

אינטערעסאנט, איך בין דארט געווען, און איך בין דער זעלבער מענטש

אפשר קענט איר מסביר זיין דעם רוחניות'די פראבלעם

(אויב נישט בפרסום עכ"פ אין אישי)
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אינגערמאן האט געשריבן:
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:פון אידיש'ן הלכה''דיגן שטאנדפונקט רעדט קיינער נישט [לכה"פ פאר מענער].

אויב וועל איך יא רעדן וועל איך אודאי ארוסרופן שפאס, כפי שניבאו חכמינו ז"ל במס' סוטה.

דערפאר וועל איך שטיל זיין.

איך האב מיר נישט געוואלט אנרופן ביז אהער אבער אז איינער האט שוין דערמאנט די רוחניות'דיגע חלק דערפון וועל איך אויך פארציילן וואס איך האב פערזענליך בייגעוועאוינט מיט מיין חבר ער איז אהין געפארן פאריאר פאר 3 (!) טעג, ונהפך לאיש אחר ממש במלוא מובן המלה. פינטל.

וואס הייסט סדא דארט פריצות? לאמער הערן פון די וואס זענען דארט געווען
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

אלף בית האט געשריבן:אויב איזעס דיר א פראבלעם איבערצולאזן ביי א קרוב נעם זיי מיט,
דאך בין איך דיר מייעץ צו בלייבן אינדערהיים, ווי די וועסט האבן א רואיג'ערע וואקעישאן, ווי ווען די דארפט דיך ארומשלעפן אין נייאגרא פאללס דיין מיידעלע, וואס וועט ווערן הונגעריג און מיד וכו'.
אויב פארסטו פאר דיינע קינדער נעם זיי מיט, אויב פארסטו פאר דיינעט וועגן, בלייב אין שטוב.

לאמער טאקע הערן פונעם עולם, האט שוין איינער מיט גענומען א קליין קינד (2\3 יאר)? איז עס געווען שווער?
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איינצעלנע טרוקענע פאקטען פון מיין רייזע קיין נ.פ.
עס איז א דור המבול פון פריצות. איך וואלט מיין תמימות'דיג אינגעל נישט אהין געטראגן בעד כל הון דעלמא.
מען זעהט דארט היבש א רעגען בויגען.
פאר מנין בין איך צומאל אריין געפארן קיין טאראנטא וואס איז בערך א האלבע שעה. און בדרך אגב באזיכט די כשרע עס פלעצער. ובדרך אגב שוין געקויפט עפעס טועם צו זיין. וכו'
נישט ווייט איז דא א שיינע פארק ווי מען קען מאכען א גרילל לעת הצורך.
אלס א ליעבהאבער פאר נאטור האב איך יעדען אווענט פארמאכט דעם סעלפון און זיך ארויס געזעצט אויפן בארג אקעגען די פאָללס און באאָבאַכט דאס אינטער גיין פון די זוהן. בעת פינקען וואסער שפריצען אויפן פרצוף מיט אלע אירע פארבן ווען א שטיקעל ווייסע טשאקלאד צוגייט זיך מיר אין מויל. וואס זאל איך אייך זאגען עס איז געווען א בחינה פון מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה צום וואנדער פון ג-ט ב"ה.
באצויבערט ביז גאר פון די מחזה הוד בין איך ב"ה אהיים געקומען פיין אויסגעטשוכעט.
ארטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2009 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסט »

כ'האב מיטגענומען מיין 15 חדשיםדיג'ס און זייער הנאה געהאט

איך רעקאמענדיר די amtrak

ס'דא א פארק marineland זייער שיין
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ארטיסט האט געשריבן:כ'האב מיטגענומען מיין 15 חדשיםדיג'ס און זייער הנאה געהאט

איך רעקאמענדיר די amtrak

ס'דא א פארק marineland זייער שיין

ווי כאפט מען די עמטרעק און ווי גייט מען אראפ
וואס איז די פארק וואס די דערמאנסט
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

נאטורליך האט געשריבן:עס איז א דור המבול פון פריצות. איך וואלט מיין תמימות'דיג אינגעל נישט אהין געטראגן בעד כל הון דעלמא.

צו א מבול פון פריצות וויל איך אויך נישט גיין, אבער כאב געקאלט די מעריעט אין קאנאדא זיי זאגן אז יולי און אויגוסט איז די העווי סיזען, ווען ביסטו געווען?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווי לאנג נעמט עס צו פארן מיט די באן?
הנותן לשכוי בינה...
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

נאטורליך האט געשריבן:איינצעלנע טרוקענע פאקטען פון מיין רייזע קיין נ.פ.
עס איז א דור המבול פון פריצות. איך וואלט מיין תמימות'דיג אינגעל נישט אהין געטראגן בעד כל הון דעלמא.
מען זעהט דארט היבש א רעגען בויגען.


אקעי, יעצט כאפ איך פון וואס דו רעדסט
איז ממילא ווענדט זיך ווען מען פארט, איך בין נישט געפארן אין די העווי סיזען חדשים טאקע מהאי טעמא, און ב"ה מען האט זיך אנגעזעטיגט מיט נפלאות הבורא
ווען איך וויל עפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

איך ווייס גאנץ קנאפ וועגן די ניגערע וואסער פאלן. וכולי, באן, פליגער, מעריעט, פארק, וויזוי, ווען עס לוינט, צו נישט.

וואס איך נעם אבער ארויס פון די גאנצע גערודער וואס הרב צום פינטל דרייט דא אן איז, אז א טאג נאך אסרו חג פסח, און מען שטרעקטירט זיך אויס, און מען הולך'ט קיין ניעגרע, דאס איז פיייינע נייעס!!
ארטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2009 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסט »

די amtrak נעמט מען אין מאנהעטן
Penn station
בעסער איז צו קויפן טיקעטס אנליין:
http://www.amtrak.com/servlet/ContentSe ... k/HomePage

די פארק:

http://www.marinelandcanada.com/

מ'קען אריינגיין פיטערן די הערשן

תרנגול האט געשריבן:ווי לאנג נעמט עס צו פארן מיט די באן?


איין וועג האט גענומען 10 שעה (ער האט געמוזט פארן שטייט צוליבן הייסן וועטער) די וועג צוריק האט געדויערט 1/2 8 שעה
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

ווי אזוי זעהט אויס די באן, ווי א פליגער, אדער מקען ארום לויפן (אזוי האט לאקשען ברעטל דערמאנט אויבען)
האט איינער אינפא. וועגן קאר רענטל דארט?
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”