ענינים אין מנהגים ביים אפשערן א קינד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ענינים אין מנהגים ביים אפשערן א קינד
כ'האב שוין לאנג געטראכט פון עפענען דעם אשכול אין אדורכשמועסן די עניינים פון א אפשערן, אבער ס'איז נישט אויסגעקומען, אבער אזוי ווי יעצט איז עס מיר נוגע וואלטיך געוואלט הערן אין דורכשמועסן אלעס ארום דעם.
ווען איך בין נאך געווען א קינד געדענק איך מיינע ברודער'ס אפשערן'ס וואס כ'האב ב"ה געהאט גענוג, זענען געווען געוויסע מנהגים וואס היינט קענעך זעהן ווי מ'טוט דאס נישט, אין געוויסע זאכן איז מען נישט מקפיד וואס מיין טאטע האט מקפיד געווען, וואלטיך געוואלט הערן פון די יודאי דבר וואס איז טאקע א מנהיג אין וואס איז א פריוואטע חומרא וכו'.
ווי למשל ביי מיין טאטע איז נישט געווען אזא זאך ווי "פיקטשערס פון א אפשערן", וואס גראדע קען איך זעהן אז דאס איז א פריוואטע חומרה, אבער איך וואלט געוואלט וויסן צו דאס שטייט ערגעטס צו ס'איז נאר א געפיל זאך.
2) "אפשערן צופרי", איך פארשטיי אז ס'איז וועגן זריזין מקדימין צו וועגן וישכם אברהם בבוקר, איז פארוואס פינקט ביי דעי מצוה מיז זיין צופרי אין אנדערע קען זיין ביינאכט?, איך פרעג נישט ווייל איך בין מסיפוק איך וויל נאר וויסן אין ארויסהאבן די זאך.
3)"נישט זעהן קיין גוים", ווי יעדער ווייסט אין דאס איז אנגענומען ביי יעדען אז אין די טאג פון דעם אפשערן זאל דאס קינד נישט קוקן אויף קיין גוים, איז דאס א מנהג, צו סתם א חומרה, צו שטייט עס ערגעטס?, אין דא -די זעלבע ווי פריער- מיין איך נישט צו זאגן אז איך האלט אנדערש, איך וויל נאר פארשטיין.
4) "גיין אין שול", ביי געוויסע איז איינגעפירט צו גיין אין שול נאכן אפשערן, אין געבן לחיים, אין נעמען ברכות פון די אידן אין שול, אבער אסאך זענען זיך נישט נוהג אין דעם, איז דאס א מנהג? פילינג זאך? צו ס'שטייט ערגעטס?.
5) "גיין אין חדר", דאס ווייס איך אז דאס איז נישט סתם א מנהוג ביי געוויסע, נאר א זאך וואס יעדער טוט, נאר איך וואלט געוואלט וויסן ווי דאס שטייט אין וואס איז דאס ענין דערביי?.
6) "מיטראגן און חדר", דאס איז שוין טאקע א שווערע ענין, ווייל ווי איך געדענק האט מען אמאל ביי ר' עקיבה'לע געדאפט מיטטראגן א האניג קעק מיט א אייער, אין ער פלעגט דארט אריינשרייבן פסוקים אויף פסוקים, אזאש די גאנצע אייער פלעגט צוקראכט ווערן, אבער היינט איז דאס מער נישט דא, און געוויסע מאכן דאס גאר אוועק, איז וואלטיך געוואלט הערן וואס די אידן דא האבן צו זאגן אויף דעם נושה אין אויף די פריערדיגע וואס איך האב געברענגט דא.
א דאנק פון פאראויס, אויף שומחת..

אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
לוסטיג האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געטראכט פון עפענען דעם אשכול אין אדורכשמועסן די עניינים פון א אפשערן, אבער ס'איז נישט אויסגעקומען, אבער אזוי ווי יעצט איז עס מיר נוגע וואלטיך געוואלט הערן אין דורכשמועסן אלעס ארום דעם.
ווען איך בין נאך געווען א קינד געדענק איך מיינע ברודער'ס אפשערן'ס וואס כ'האב ב"ה געהאט גענוג, זענען געווען געוויסע מנהגים וואס היינט קענעך זעהן ווי מ'טוט דאס נישט, אין געוויסע זאכן איז מען נישט מקפיד וואס מיין טאטע האט מקפיד געווען, וואלטיך געוואלט הערן פון די יודאי דבר וואס איז טאקע א מנהיג אין וואס איז א פריוואטע חומרא וכו'.
ווי למשל ביי מיין טאטע איז נישט געווען אזא זאך ווי "פיקטשערס פון א אפשערן", וואס גראדע קען איך זעהן אז דאס איז א פריוואטע חומרה, אבער איך וואלט געוואלט וויסן צו דאס שטייט ערגעטס צו ס'איז נאר א געפיל זאך.
2) "אפשערן צופרי", איך פארשטיי אז ס'איז וועגן זריזין מקדימין צו וועגן וישכם אברהם בבוקר, איז פארוואס פינקט ביי דעי מצוה מיז זיין צופרי אין אנדערע קען זיין ביינאכט?, איך פרעג נישט ווייל איך בין מסיפוק איך וויל נאר וויסן אין ארויסהאבן די זאך.
3)"נישט זעהן קיין גוים", ווי יעדער ווייסט אין דאס איז אנגענומען ביי יעדען אז אין די טאג פון דעם אפשערן זאל דאס קינד נישט קוקן אויף קיין גוים, איז דאס א מנהג, צו סתם א חומרה, צו שטייט עס ערגעטס?, אין דא -די זעלבע ווי פריער- מיין איך נישט צו זאגן אז איך האלט אנדערש, איך וויל נאר פארשטיין.
4) "גיין אין שול", ביי געוויסע איז איינגעפירט צו גיין אין שול נאכן אפשערן, אין געבן לחיים, אין נעמען ברכות פון די אידן אין שול, אבער אסאך זענען זיך נישט נוהג אין דעם, איז דאס א מנהג? פילינג זאך? צו ס'שטייט ערגעטס?.
5) "גיין אין חדר", דאס ווייס איך אז דאס איז נישט סתם א מנהוג ביי געוויסע, נאר א זאך וואס יעדער טוט, נאר איך וואלט געוואלט וויסן ווי דאס שטייט אין וואס איז דאס ענין דערביי?.
6) "מיטראגן און חדר", דאס איז שוין טאקע א שווערע ענין, ווייל ווי איך געדענק האט מען אמאל ביי ר' עקיבה'לע געדאפט מיטטראגן א האניג קעק מיט א אייער, אין ער פלעגט דארט אריינשרייבן פסוקים אויף פסוקים, אזאש די גאנצע אייער פלעגט צוקראכט ווערן, אבער היינט איז דאס מער נישט דא, און געוויסע מאכן דאס גאר אוועק, איז וואלטיך געוואלט הערן וואס די אידן דא האבן צו זאגן אויף דעם נושה אין אויף די פריערדיגע וואס איך האב געברענגט דא.
א דאנק פון פאראויס, אויף שומחת..
עי' בספר יסוד יוסף, כל המנהגים האלו, וכל הענינים, דברים נפלאים מאוד (וביותר נפלא שלא רק שהוא לא יסתכל על דבר טמא - אך גם זאת שדבר טמא לא יסתכל עליו).
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
לא עת האסף פה, אבער דער היינטיגער סדר פון "אפשערן" איז בעצם א מישמאש פון דעם אור-אלטן מנהג פון "חדר פירן". נאך אין די ראשונים ווערט דערמאנט אז אין דעם טאג וואס דאס קינד גייט צום ערשטן מאל אין חדר שמירט מען האניג, נישט זען קיין דבר טמא, וכו' וכו'. היינט איז דער טאג פון דעם "אפשערן" בכלל נישט דעם ערשטן טאג פון חדר.
וועגן אפשערן אינדערפרי - לאו דוקא. כמה פעמים בין איך שוין געווען ביי נאכטיגע אפשערנס.

- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
לוסטיג האט געשריבן: "מיטראגן און חדר", דאס איז שוין טאקע א שווערע ענין, ווייל ווי איך געדענק האט מען אמאל ביי ר' עקיבה'לע געדאפט מיטטראגן א האניג קעק מיט א אייער, און ער פלעגט דארט אריינשרייבן פסוקים אויף פסוקים, אזש די גאנצע אייער פלעגט צוקראכט ווערן, אבער היינט איז דאס מער נישט דא, און געוויסע מאכן דאס גאר אוועק...
כ'בין לכאורה א היינטיגער... און האב שוין ב"ה אפגעשוירן מער ווי איינס קע"ה און ביי איטליכע מיטגענומען די א.ד. כמנהג ישראל, די אייער האבן ב"ה נישט געקראכט, און קיינער האט עס נישט אוועקגעמאכט.
אסאך ערליך אידיש נחת.
קאמענטארן זענען איבריג
עס איז דא א הערליך ספר אויף אפשערן פון ר' ??? ווייס (מחבר פון פרסומי ניסא אויף פורים), דארט וועסטו זעהן אלע מנהגים.
אויף וויפיל איך ווייס: בילדער איז לאו דוקא ביי אפשערן, נאר די וואס זענען מחמיר נישט צו נעמען בילדער וועלן בפרט נזהר זיין ביי א הייליגע צייט, צב"ש חופה אדער טאקע אפשערן. די וואס זענען נישט נזהר פון בילדער, מאכן לכאורה נישט קיין חילוק ווען דאס איז.
"נישט זעהן קיין גוים" = די מנהג איז נזהר צו זיין פון יעדע דבר טמא, אפילו אשה לא טהורה, דערפאר יש מדקדקין נישט צו רופן די מומעס אפילו.

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
דער ספר הייסט הררים התלוים בשערה,
אין ספר מגדל עוז פון יעב"ץ איז דא אן ארוכות וועגן די אלע מנהגים, ס'איז משמע פון יעב"ץ אז די אלע מנהגים זענען דוקא אינעם טאג וואס מ'פירט דאס קינד אין חדר, נישט ווען מ'מאכט אים פיאות, היינט איז דאס צוזאמען געשמאלצן געווארן אין איין טאג, די מקור איז א רמ"א יו"ד ס' רמ"ה אז מ'לערנט מיט א קינד א' ב' גלייך ווען ער ווערט דריי יאר אלט, קומט אויס אז דאס איז דער טאג וואס דארף זיין דער חדר פירן, ממילא איז דאן שייך אלע מנהגים,
הגם דאס האט נישט מיטן עצם אפשערן, ווייל שערן קען מען פאר דעם אדער נאכדעם אויך, ס'מוז נישט זיין דווקא אינעם טאג פון דריי יאר, אבער דאס עצם זאגן א' ב' און מחנך זיין מיטן קאפל - ציצית איז יא דוקא אינעם טאג וואס מ'ווערט דריי יאר,
ר' י"ד הארפענעס אין זיין ספר חינוך ישראל האט אויך אן ארוכות איבער אפשערן, ער ברענגט בשם רביה"ק מהריט"ב מסאטמאר זי"ע אז מ'זאל נישט לערנען קיין א' ב' מיטן קינד כ"ז ער האט נאכנישט קיין פיאות (איך ווייס נישט זיין מקור), בפשטות קען כאפן א נקפ"מ בימי הספירה אויב נעם איך אן אז מ'לערנט נישט קיין א' ב' אן קיין פיאות זאל מען צוווארטן ביז מ'שערט אפ דאס קינד, ווידער אויב זאג איז אז דער ענין איז דוקא אינעם טאג וואס ער ווערט 3 יאר, דאן זאגט ער א' ב' מיט די לאנגע האר אונטערן קאפל (צוגעטשעפעט מיט א קליפ ס'זאל נישט אראפ פאלן...)

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
-
- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm
שאץ מאץ האט געשריבן:אין ספר מגדל עוז פון יעב"ץ איז דא אן ארוכות וועגן די אלע מנהגים, ס'איז משמע פון יעב"ץ אז די אלע מנהגים זענען דוקא אינעם טאג וואס מ'פירט דאס קינד אין חדר, נישט ווען מ'מאכט אים פיאות, היינט איז דאס צוזאמען געשמאלצן געווארן אין איין טאג,
דער דאזיגער מישמאש האב איך שוין פריער דערמאנט, און די משמעות זעט מען נאך אין די ראשונים.
די מקור איז א רמ"א יו"ד ס' רמ"ה אז מ'לערנט מיט א קינד א' ב' גלייך ווען ער ווערט דריי יאר אלט, קומט אויס אז דאס איז דער טאג וואס דארף זיין דער חדר פירן, ממילא איז דאן שייך אלע מנהגים
מען קען זיך נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז דער טאג פון דעם אפשערן איז נישט דער טאג פון "חדר פירן", און דעריבער זענען די אלע מנהגים נישט שייך.
ר' י"ד הארפענעס אין זיין ספר חינוך ישראל האט אויך אן ארוכות איבער אפשערן, ער ברענגט בשם רביה"ק מהריט"ב מסאטמאר זי"ע אז מ'זאל נישט לערנען קיין א' ב' מיטן קינד כ"ז ער האט נאכנישט קיין פיאות (איך ווייס נישט זיין מקור), בפשטות קען כאפן א נקפ"מ בימי הספירה אויב נעם איך אן אז מ'לערנט נישט קיין א' ב' אן קיין פיאות זאל מען צוווארטן ביז מ'שערט אפ דאס קינד, ווידער אויב זאג איז אז דער ענין איז דוקא אינעם טאג וואס ער ווערט 3 יאר, דאן זאגט ער א' ב' מיט די לאנגע האר אונטערן קאפל (צוגעטשעפעט מיט א קליפ ס'זאל נישט אראפ פאלן...)
דער מקור פון דעם מנהג נישט צו לערנען פאר דריי יאר איז א משמעות אין מג"א שם בסימן רמ"ה, וועלכער צייכנט צו צו דעם רמ"א א רמז אויפ'ן לערנען מיט קינדער ווען מען ווערט דריי יאר אלט דעם פסוק "שלש שנים ערלים יהיו" - איז משמע פון דעם אז ביז די דריי יאר זאל מען האלטן די קינדער "ערלים" - פארשטאפט פון לערנען תורה. אבער איינער פון די מפרשים דארטן אויפ'ן עמוד, כמדומה דער גר"א, מערקט שוין אן אז דאס האט נישט קיין פשט, ווייל באלד ווי א קינד פאנגט אן צו רעדן ווייסן מיר אז אביו חייב ללמדו תורה.
עכ"פ איז יתכן אז דריי יאר איז דאך די צייט ווען אין אלגעמיין זענען קינדער רייף צו לערנען די א' ב', און איה"נ, אויב א קינד קען לערנען פריער דארף מען לערנען פריער. און דער מג"א ברענגט נישט דעם רמז ארויסצוברענגען אז פאר די דריי יאר טאר מען נישט לערנען די א' ב', נאר דעם פאקט אז אין אלגעמיין פאנגט מען אן צו לערנען ביי די דריי יאר. כנלפענ"ד.
א גרויסן שקויעך פאר די אלע מגיבים איך ליין מיט אנגעסט אין איך קוק ארויס אויף נאך(חזיר דער!)..
ווען איך האב ווען גאטס וואלטיך געבעטן ש"ץ זאל אנהייבן יעצט א רונדע פון 'א טאטע ביים וואכנאכט/אפשערן/בר מצוה וכו', איך מיין אז אסאך וואלטן הנאה געהאט דערפון.
א שקויעך פון פראנאויס.
ווען איך האב ווען גאטס וואלטיך געבעטן ש"ץ זאל אנהייבן יעצט א רונדע פון 'א טאטע ביים וואכנאכט/אפשערן/בר מצוה וכו', איך מיין אז אסאך וואלטן הנאה געהאט דערפון.
א שקויעך פון פראנאויס.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
לוסטיג האט געשריבן:א גרויסן שקויעך פאר די אלע מגיבים איך ליין מיט אנגעסט אין איך קוק ארויס אויף נאך(חזיר דער!)..
ווען איך האב ווען גאטס וואלטיך געבעטן ש"ץ זאל אנהייבן יעצט א רונדע פון 'א טאטע ביים וואכנאכט/אפשערן/בר מצוה וכו', איך מיין אז אסאך וואלטן הנאה געהאט דערפון.
א שקויעך פון פראנאויס.
דו ביסט נאך אביסל צוריק געצויגן אנדערע האבן עס געבעטן אפן פון מיר איך זאל שרייבן אזאנס, אויב די צייט וועט ערלויבן (אפשר נאך פסח) וועט מען זיך אי"ה נעמען דערצו,
שכוח פון פאראויס
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
איך האב אמאל געזעהן א טעם אויף שערען דווקא ביי די דריי, איך האב שוין געזוכט זייער אסאך ולא זכיתי למוצאה בספר, ווער עס ווייסט א מקור ביטע מעלדען!
איך בין געווען אמאל אויפ'ן באס, און איך בין געזעצען לעבען א מאדערנע יונגערמאן, און יענע האט געהאט א פאמפלעט אויף ענגליש אויף חסידישע מנהגים, (לפי זכרוני איז יענער קונטרס באשאפען געווארען לצורך די קאלעדזש פראגראמען (ווער געדענקט??), און איינער פון די קורסן איז געווען חסידישע מנהגים, איז דארט געשטאנען כדלהלן:
דער טעם פארוואס מען שערט ביי די דריי איז, ווייל די ערשטע יארגאנג וואס איז וויכטיג צו וויסען דעם מין פונעם קינד איז ביי די דריי, ווייל ביז די דריי איז נישטא קיין הלכות יחוד, ולא הלכות ערוה וכו', ביי די דריי איז ביי א מיידעל דא הלכות יחוד, איז וויכטיג מסמן צו זיין צו דאס איז א יונגעל צו א מיידעל, און היות עס איז דא א מצוה פון פאות וואס איז מסמן, איז מען מסמן דורך דעם

למה זה תשאל לשמי...
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24355
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 679
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm
בס"ד,
איינער האט שוין פריער דערמאנט בקיצור דעם ענין פון נישט לאזן דעם קינד זעהן אן אשה אין געוויסע צייטן.
דער ענין איז זייער מקובל, און עס שטייט גאר הארב דערויף, אז דאס קינד זאל אפילו איין בליק נישט געבן, אפילו ביי א שוועסטער, באבע, וכדו'. ווען עס איז די מאמע תתחי' אליינס, זאל מען אויך זעהן ווי ווייניגער. וועגן דעם האט מען ביי אונז חסידים מקפיד געווען אז אפילו ווען מ'רופט "די גאנצע משפחה" צום אפשערן, זאל מען נישט רופן קיין פרויען "בכלל."
עס קען זיין אומבאקוועם, אפילו זייער אומבאקוועם, זיך צום פירן אזוי איבער דעם ענין, אבער עס האט א געוואלדיגע השפעה כמובא בספה"ק. ווער ווייסט וויפיל עגמ"נ פון שפעטער מ'קען זיך פארמיידן, וויפיל מ'קען העלפן דעם קינד שטייגן בתורה ועבודה אויפ'ן גאנצן לעבן, מיט בלויז אביסל אומבאקוועמליכקייט איין איינציגן טאג.
עס לוינט זיך בס"ד.
*

- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
לגבי דעם קשר פון אפשערן מיט זאגן די א-ב, האב איך געפרעגט א עלטערן מורה הוראה, היות איך פלאן אפצושערן ל"ג בעומר אין מירון און מיין זון ווערט הערשט דריי אביסל שפעטער, ווען זאל מען זיך נוהג זיין די אלע מנהגים פון זאגן א-ב, פירן אין חדר, און די אלע הנהגות פון נזהר זיין פון א דבר טמא, האט מען גע'פסק'נט אז די אלע הנהגות זענען נוהג ביי די דריי יאר ווען מ'טראגט אין חדר, און נישט ביים אפשערן.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- צום זאך
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
- לאקאציע: רעסט עריע
גראדער האט געשריבן:לגבי דעם קשר פון אפשערן מיט זאגן די א-ב, האב איך געפרעגט א עלטערן מורה הוראה, היות איך פלאן אפצושערן ל"ג בעומר אין מירון און מיין זון ווערט הערשט דריי אביסל שפעטער, ווען זאל מען זיך נוהג זיין די אלע מנהגים פון זאגן א-ב, פירן אין חדר, און די אלע הנהגות פון נזהר זיין פון א דבר טמא, האט מען גע'פסק'נט אז די אלע הנהגות זענען נוהג ביי די דריי יאר ווען מ'טראגט אין חדר, און נישט ביים אפשערן.
היא העיקר, נישט די 3 יאר. (כך ראיתי)
לפ"ז די וואס זענען געווארן 3 נאך פסח און מ'שערט/טראגט אין חדר אום ל"ג בעומר, איז אלעס נוהג דאן.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 368
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm
שאץ מאץ האט געשריבן:לוסטיג האט געשריבן:א גרויסן שקויעך פאר די אלע מגיבים איך ליין מיט אנגעסט אין איך קוק ארויס אויף נאך(חזיר דער!)..
ווען איך האב ווען גאטס וואלטיך געבעטן ש"ץ זאל אנהייבן יעצט א רונדע פון 'א טאטע ביים וואכנאכט/אפשערן/בר מצוה וכו', איך מיין אז אסאך וואלטן הנאה געהאט דערפון.
א שקויעך פון פראנאויס.
דו ביסט נאך אביסל צוריק געצויגן אנדערע האבן עס געבעטן אפן פון מיר איך זאל שרייבן אזאנס, אויב די צייט וועט ערלויבן (אפשר נאך פסח) וועט מען זיך אי"ה נעמען דערצו,
שכוח פון פאראויס
קען איינער מיר אן צייגן אויב שאץ מאץ האט געשריבן אן ארטיקל אויף "א טאטע ביים אפשערן"