הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה
ברוך דיין האמת!
עס קומט יעצט די שאקירענדע מעלדונג אז דער נאכט איז נפטר געווארן הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה מחשובי חסודי באבוב און דער וועלטס באקאנטע קאמפאוזער פון חסידישע ניגונים און ארויסגעבער פון צענדליגער טעיפס.
די לוי' וועט זיין ביי באבוב (48) אין בפ 9:30.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
עס איז שווער אפצושאצן וואס זיין פטירה מיינט פאר די אידישע וועלט און פאר די עולם הנגינה בפרט.
מיט זיין פטירה האט זיך גענדיגט א וועלט מיט חסידישע ניגונים. ער קריגט זיכער דעם טיטל און ער איז זיכער געווען "דער גרעסטער חסידישער קאמפאוזער" בדורינו פון שיינע, חסידישע ניגונים. און מיט זיין פטירה איז דאס א פארגאנגענהייט און בלויז עפעס פון אמאל.
הרה"ח ר' משה ע"ה איז געווען געשעצט ביי יעדן אונעם עולם הנגינה. זייער א צוגעלאזענער און זעלטן ערליכער מענטש. יעדער האט פון אום הנאה געהאט.
זיינע פולע הונדערטער ניגונים ווערן היינט געזונגען צו יעדע געלעגענהייט און איז באקאנט אין יעדע חסידישע שטוב.
יהא זכרו ברוך.

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 982
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
כ'זעה ווי יעדער רעדט נאר פון זיינע הארציגע ניגונים, דאס איז ווייל דאס באקאנט.
אבער וואס איז מיט די אומבאקאנטע, וויפיל אידישע בעלי בתים ער האט געשטעלט אויף די פוס, וויפיל אידן ער האט געראטעוועט פון באנקראטירן. וויפיל האבן נהנה געווען פון אים עצה ותושי'.
הוי מי יתן לנו תמורתו!

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
- הערשי קניהויז
- שר חמש מאות
- תגובות: 842
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm
ער האט יעצט געדארפט ווערן זעכציג.
איך פערזענליך ווייס א גוטע פאר אידן וואס ר' משה ז"ל האט געהאלפן מיט שלום בית וכדו' אוועקגעבענדיג הונדרעטער שעות פון זיין טייערע צייט.
ר' משה איז געווען א אמתע צוגעלאזענע מענטש, א שפל ברך וענוותן, און א ברען פון א חסידישע איד מבית ובחוץ. הלואי אויף אלע מחברי ניגונים אזא ריינע נשמה ווי ער.
יהא זכרו ברוך

- ווארד2007
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 483
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
- לאקאציע: אין אייגן זעקל
אוי וויי, ברוך דיין האמת.
משמת רבי משה בטלו בעלי זמרה, אזא חסידי'שער בעל מנגן, מיטן אזויפיל הארץ און געפיל אין זיינע ניגונים.
משה זכה וזיכה את הרבים, טויזענטער אידן האבן זיך געווייקט ביי זיינע ניגונים, טויזענטער אידן האבן פארלאזט א טרער אויף זיינס א ניגון, נאך היי יאר פורים האבן מיר פארלאזט טרערן אויף זיין הגלה נא, איי איי, ווי נעמט מען נאך אזא קאמפאזאר.
יהא זכרו ברוך
חבל על דאבדין ולא משתכחין

- קהת
- שר האלפיים
- תגובות: 2995
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
- לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!
משה קאפויער האט געשריבן:אשרינו האט געשריבן:א יעדע פון זיינע קינדער זענען זייער טאלאנטפול.
דאכט זיך אז איין זון איז א גראפיקער.
ווען ר' חיים יצחק פלעגט מאכען די סי די'ס פלעגט ער זיך נישט רירן אן זיין טאטענ'ס הסכמה אויף טריט און שריט אפי' די לעצטע יאר ווען ער איז שוין נישט געוועהן געזינט האט ער יעדע זאך געפרעגט זיין טאטע
ער האט א זוהן יענקי א גרעפיק דיזיינער
Normal is just a setting on the washing machine
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
קרעמער האט געשריבן:איך ווייס אז די קינדער זענען אויך זייער מוזיקאליש געשטימט און איינער פון זיי פארמאגט גאר א סטודיא, מיין פראגע איז אויב איינער האט גע'ירש'נט דעם טאלאנט פון פארפאסן ניגונים.
אויפ'ן לעצטן אלבום ביים ניגון "כבודו" שטייט אז דער הויכער פאל איז נתחבר געווארן דורך זיין זון ר' חיים יצחק נ"י. גראדע גאנץ א געשמאקער פאל.
ברוך דיין האמת!
מיט וויפיל פון זיינע ניגונים האבן מיר זיך שוין היינט אליין'ס באגעגנט?
גלייך אנהייב טאג דער הימלדיגער אלקי נשמה "ואתה עתיד לטלה ממנו-ולהחזירה בי לעתיד לבא!-וואס דרך אגב האט ער זיך מיט דעם ניגון געשפיגלט, און געסמאקעוועט,....און עס איז פארבינדן מיט א מעשה, ער האט דאס געמאכט אמאל אויפן וועג אהיים פון שפיטאל, אויב געדענק איך גוט.....
זיינע טענער וועט ביי אונז שטענדיג ברומען, זיינע ניגונים וועט אונז באגלייטן, זיינע מעלאדיען וועט אונז דערפרייען, זיינע טיפע געפילן אונז דערציילן נאר גוט'ס,...
זאל זיין נשמה רוען אין לעכטיגן גן עדן...

לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום מאנטאג מארטש 08, 2010 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
זיין זוהן ר' חיים יצחק פיהרט אן די סטודיאו, אבער די סטודיאו האט באלאנגט פאר ר' משה ע"ה.
זיין זוהן יענקי איז א גראפיקער, ער מאכט אייביג די קאווער'ס פאר מחנה שלווה אלבוים'ס, איך בין נישט אזא מבין, אבער די מבינים שפרינגען פון זיינע קאווערס.
לויט ווי איך ווייס, איז דא א שיינע צאל ניגונים וואס ר' משה האט געמאכט, אבער איז פארפאקט אין פריזער און ווארט אויף א געלעגענהייט פובליצירט צו ווערן.
איה"נ, ר' משה איז שוין נישטא, ער וועט שוין נישט מאכן קיין פרישע ניגונים, אבער זיינע ניגונים בלייבן דא אויף אייביג.