הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ברוך דיין האמת!

עס קומט יעצט די שאקירענדע מעלדונג אז דער נאכט איז נפטר געווארן הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה מחשובי חסודי באבוב און דער וועלטס באקאנטע קאמפאוזער פון חסידישע ניגונים און ארויסגעבער פון צענדליגער טעיפס.

די לוי' וועט זיין ביי באבוב (48) אין בפ 9:30.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס 'אידישע וועלט' קלאגט, אבל יחיד עשי לך. שנשמע ונתבשר בשו"ט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

עס איז שווער אפצושאצן וואס זיין פטירה מיינט פאר די אידישע וועלט און פאר די עולם הנגינה בפרט.

מיט זיין פטירה האט זיך גענדיגט א וועלט מיט חסידישע ניגונים. ער קריגט זיכער דעם טיטל און ער איז זיכער געווען "דער גרעסטער חסידישער קאמפאוזער" בדורינו פון שיינע, חסידישע ניגונים. און מיט זיין פטירה איז דאס א פארגאנגענהייט און בלויז עפעס פון אמאל.

הרה"ח ר' משה ע"ה איז געווען געשעצט ביי יעדן אונעם עולם הנגינה. זייער א צוגעלאזענער און זעלטן ערליכער מענטש. יעדער האט פון אום הנאה געהאט.

זיינע פולע הונדערטער ניגונים ווערן היינט געזונגען צו יעדע געלעגענהייט און איז באקאנט אין יעדע חסידישע שטוב.

יהא זכרו ברוך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בד"ה...

נישטא וואס צוצולייגן, א מעכטיגע פארלוסט פאר היימישע נגינה...

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אוי וויי.... אזא פארלוסט...

ברוך דיין האמת.


ער איז לעצטנס ווידער נישט געווען געזונט?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

כ'האב געהאט איינמאל די זכיה צו רעדן מיט אים ווען ער איז געליגן על ערש דוי. דער איד איז דאך געווען א שטיק נשמה, מיט א צוגעלאזנקייט און געפיל פאר א צווייטן. אוי! אן אבידה!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ברוך דיין האמת.

א בילד האט איינער?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ווי אלט?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כ'זעה ווי יעדער רעדט נאר פון זיינע הארציגע ניגונים, דאס איז ווייל דאס באקאנט.
אבער וואס איז מיט די אומבאקאנטע, וויפיל אידישע בעלי בתים ער האט געשטעלט אויף די פוס, וויפיל אידן ער האט געראטעוועט פון באנקראטירן. וויפיל האבן נהנה געווען פון אים עצה ותושי'.
הוי מי יתן לנו תמורתו!
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

קאמענטאטאר האט געשריבן:ווי אלט?


דא שטייט 58


מאסטלי מיוזיק שפילט היינט זיינע נגינים
אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשרינו »

ער האט יעצט געדארפט ווערן זעכציג.

איך פערזענליך ווייס א גוטע פאר אידן וואס ר' משה ז"ל האט געהאלפן מיט שלום בית וכדו' אוועקגעבענדיג הונדרעטער שעות פון זיין טייערע צייט.

ר' משה איז געווען א אמתע צוגעלאזענע מענטש, א שפל ברך וענוותן, און א ברען פון א חסידישע איד מבית ובחוץ. הלואי אויף אלע מחברי ניגונים אזא ריינע נשמה ווי ער.

יהא זכרו ברוך
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

א נשמה לויטער און ריין געקומען צום בית דין של מעלה צו גיין.....

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ווייס אז די קינדער זענען אויך זייער מוזיקאליש געשטימט און איינער פון זיי פארמאגט גאר א סטודיא, מיין פראגע איז אויב איינער האט גע'ירש'נט דעם טאלאנט פון פארפאסן ניגונים.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אוי וויי, ברוך דיין האמת.
משמת רבי משה בטלו בעלי זמרה, אזא חסידי'שער בעל מנגן, מיטן אזויפיל הארץ און געפיל אין זיינע ניגונים.
משה זכה וזיכה את הרבים, טויזענטער אידן האבן זיך געווייקט ביי זיינע ניגונים, טויזענטער אידן האבן פארלאזט א טרער אויף זיינס א ניגון, נאך היי יאר פורים האבן מיר פארלאזט טרערן אויף זיין הגלה נא, איי איי, ווי נעמט מען נאך אזא קאמפאזאר.
יהא זכרו ברוך
חבל על דאבדין ולא משתכחין
אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשרינו »

דער סטודיא " Golden Enterprise Studios," וואס זיין זוהן חיים יצחק נ"י פירט, איז כפי ידיעתי באמת געווען ר' משה'ס אליין. נאר זיין זוהן האט עס אנגעפירט.

א יעדע פון זיינע קינדער זענען זייער טאלאנטפול. אבער איך האב נאכנישט געהערט פון א ניגון וואס זיי האבן מחבר געווען.
אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 9:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשרינו »

דא קענט איר קלאר זעהן אז ר' משה ז"ל אליין האט געפענט די סטודיאו.

ר' משה גאלדמאנס ז"ל סטודיאו
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

בד"ה או רבש"ע ר' משה איז נישטא , ער האט אריינגעברענגט היימישע פרייליכקייט און אידישע שטיבער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

בד"ה מ'קען עפענען אין אנפילן א ריזיגע אשכול פין זיינע הערליכע ניגונים

באמת א פארלוסט זאל ער זיין א מילץ יושר פאר אינז
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ברוך דיין האמת
ר' משה צבי בן ר' בנימין ע"ה
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

משה קאפויער האט געשריבן:
אשרינו האט געשריבן:א יעדע פון זיינע קינדער זענען זייער טאלאנטפול.

דאכט זיך אז איין זון איז א גראפיקער.


ווען ר' חיים יצחק פלעגט מאכען די סי די'ס פלעגט ער זיך נישט רירן אן זיין טאטענ'ס הסכמה אויף טריט און שריט אפי' די לעצטע יאר ווען ער איז שוין נישט געוועהן געזינט האט ער יעדע זאך געפרעגט זיין טאטע

ער האט א זוהן יענקי א גרעפיק דיזיינער
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קרעמער האט געשריבן:איך ווייס אז די קינדער זענען אויך זייער מוזיקאליש געשטימט און איינער פון זיי פארמאגט גאר א סטודיא, מיין פראגע איז אויב איינער האט גע'ירש'נט דעם טאלאנט פון פארפאסן ניגונים.

אויפ'ן לעצטן אלבום ביים ניגון "כבודו" שטייט אז דער הויכער פאל איז נתחבר געווארן דורך זיין זון ר' חיים יצחק נ"י. גראדע גאנץ א געשמאקער פאל.
לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבען »

בד"ה
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

ברוך דיין האמת!

מיט וויפיל פון זיינע ניגונים האבן מיר זיך שוין היינט אליין'ס באגעגנט?

גלייך אנהייב טאג דער הימלדיגער אלקי נשמה "ואתה עתיד לטלה ממנו-ולהחזירה בי לעתיד לבא!-וואס דרך אגב האט ער זיך מיט דעם ניגון געשפיגלט, און געסמאקעוועט,....און עס איז פארבינדן מיט א מעשה, ער האט דאס געמאכט אמאל אויפן וועג אהיים פון שפיטאל, אויב געדענק איך גוט.....

זיינע טענער וועט ביי אונז שטענדיג ברומען, זיינע ניגונים וועט אונז באגלייטן, זיינע מעלאדיען וועט אונז דערפרייען, זיינע טיפע געפילן אונז דערציילן נאר גוט'ס,...

זאל זיין נשמה רוען אין לעכטיגן גן עדן...
לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום מאנטאג מארטש 08, 2010 1:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

נישט פארגעסען פון דעיע סי די און ניגון "זכור מי האיש"
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיין זוהן ר' חיים יצחק פיהרט אן די סטודיאו, אבער די סטודיאו האט באלאנגט פאר ר' משה ע"ה.

זיין זוהן יענקי איז א גראפיקער, ער מאכט אייביג די קאווער'ס פאר מחנה שלווה אלבוים'ס, איך בין נישט אזא מבין, אבער די מבינים שפרינגען פון זיינע קאווערס.

לויט ווי איך ווייס, איז דא א שיינע צאל ניגונים וואס ר' משה האט געמאכט, אבער איז פארפאקט אין פריזער און ווארט אויף א געלעגענהייט פובליצירט צו ווערן.

איה"נ, ר' משה איז שוין נישטא, ער וועט שוין נישט מאכן קיין פרישע ניגונים, אבער זיינע ניגונים בלייבן דא אויף אייביג.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”