נייטרא - הישיבה והישוב

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

נייטרא - הישיבה והישוב

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מיטוואך פאברואר 24, 2010 9:54 am

אזוי ווי איך זעה דא אסאך תלמידי נייטרא פון אלע יארן דרייען זיך דא, וואלט כדאי געווען איבערצופרישו זכרונות פון די הייליגע נייטרא ישיבה וואס שטייט שוין אריבער 60 יאר, און וואס ס'איז איינע פון די עלטסטע ישיבות אויף אדמת אמעריקא,

לאמיר דא אראפברענגן זכרונות, צו וואס מען געדענקט אליינס, אדער וואס מען האט געהערט פון אנדערע,

פאר איך הייב אן בעט איך אז מען זאל און די פארום בכלל נישט דערמאנען קיין פאליטיק, נאר סתם רעדן זכרונות פון די ישיבה און נישט אריינמישען קיין פאליטיק, און די נייטרא ישיבה איז היינט איינגעטיילט אז און מאונט קיסקט איז דא די ישיבה גדולה וואס שטייט אונטער די הנהגה פון די נייטרא רב שליט"א, און די ישיבה קטנה וואס איז אונטער די הנהגה פון הגאון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל שליט"א בן הרב יוסף עמרם זצוק"ל, און אויך האט ר' מיכאל בער די ישיבה גדולה און טשעסטער, און די נייטרא רב שליט"א האט די ישיבה קטנה און מאנסי, און ווען מיר ריידן פון נייטרא ישיבה מיינען מיר אלעס, מאונט קיסקא טשעסטער מאנסי,

די נייטרא ישיבה איז א וועלט פון זכרונות און בעיקר איבער די גרויסע יודן וואס האבן דארט משמש געווען אלץ רמ"י הישיבה, און לאמיר טאקע דא אנהייבן אויסצורעכענען וויפיל איך ווייס,
רהינו בעל נאות דשא זצוק"ל
רבי חיים מיכאל דוב ווייסמאנדל זצוק"ל
רבינו בעל משאת משה זצוק"ל
רבי יעקב הארנשטיין ז"ל
רבי יצחק זאב מאיער ז"ל
רבי יונה פארסט ז"ל
רבי יעקב אהרן פישער ז"ל
רבי בנימין חיים שטיינער ז"ל
טאבע רב ז"ל
רבי אשר פארסט ז"ל
רבי יעקב פנחס גורעלניק ז"ל
רבי יוסף עמרם ווייסמאנדל ז"ל
און נאך וואס איך געדענק נישט איצטעט אויפן מינוט

עכ"פ טייער נייטרא תלמידים לאמיר אויפוועקן אביסל זכרונות

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11094
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך פאברואר 24, 2010 10:33 am

אין מיינע צייטן זענען געווען די ראשי ישיבה:

ר' אברהם שארר שליט"א (כעת רב דקהל תפארת יעקב ב'פלעטבוש)
ר' בן ציון גאלדמאן שליט"א מ'נייפעסט
ר' אהרן ווייס שליט"א מ'מאנסי

איך בין גרייט בייצושטייערן צום געהענגל מיינע זכרונות פון די גוטע צייטן אין ישיבה הרמה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

הישיבה והישוב נייטרא

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 10:36 am

בעזהשי"ת עפען איך דא אן אשכול איבער נייטרא ישיבה און די ישוב
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 10:51 am

געוואלדיג, ישר כוח. מ'וועל מיר זיך משתדל זיין צו שרייבן זכרונות און ברענגן בילדער עד כמה שידינו מגעת בעז"ה.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 10:57 am

ווען מהאט מייסד געווען די ישיבה האט מען געמאכט תקנות וואס איז שפעטער געדרוקט געווארן אין ספר תורת חמ"ד.
צוגעלייגטע
1.JPG
2.JPG
3.JPG
4.JPG
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:17 am

הרב ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א איז געווען א שיינע שטיק צייט מנהל אין ישיבה קטנה און דאכט זיך אז ער האט געווינט דארט בזוו"ר. כ'האב אסאך מקבל געווען פון אים אין די זיסע יארן לערענדיג ביי אים.

הצדיק ר' יעקב פנחם גורעלניק זי"ע פארדינט ווען א אשכול אין על הצדיקים, ס'געווען וואס האבן אים גערופן "דער קליינער חפץ חיים".

הגאון ר' יוסף עמרם ווייסמאנדל ז"ל וואס איז טראגיש נסתלק געווארן בדברי תורה, אינמיטן געבן א שיעור לתלמידם, אוי מי יתן לנו תמורתינו, א איד מיט א באשיידען שמייכעל, דער שמחת התורה האט זיך אנגעזעהן צו יעדע צייט.

איינער פון די אידן וואס ליגן מיר גוט אין זכרון איז ר' חיים שלמה פאלאק ע"ה, א איד מיט גבורת הנפש וואס מ'האט זעלטן געזעהן. ער פלעגט א שטיק צייט ארויף קומען אין ישיבה דאווענען, פלעגט ער ביי הגבה קומען לעבן באלעמער און זאגן דעם אמת תורתינו הקדושה מיט זיין יעקישע ניגון. אין די ערשטע יארן איז ער געווען דער שומר העיר, דארט ביים עק שטאט האט ער טאקע געוואוינט עד יומו האחרון. מ'פלעגט זאגן אז ער גיבט אכט אז דער יצר זאך זיך נישט אריינכאפן אין יושב.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:18 am

פארשטיי-נישט האט געשריבן:רבי אשר פארסט ז"ל

איר מיינט זיכער ר' אשר שוועבל ז"ל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:32 am

איך האב אין נייטרא נישט געלערנט, אבער איך האב הנאה אז עס האט זיך געעפנט אן אשכול דערוועגן און איך וועל פרובירען צו באשטייערן מדילי, וואס מעגליך.

איך האב א באקאנטען וועלכער האט געלערנט אין די נייטרא ישיבה אין די בראשית יארען אין אמעריקא, טאקע דאס יאר וואס מען האט זיך ארויסגעצויגען קיין מט. קיסקא (תש"ז-תש"ח?), פאר דעם איז די ישיבה (אדער אפשר נאר די קעמפ?) געווען אין סאמערוויל (וואו איז דאס?), עס איז באקאנט אז דער רבי זי"ע פון סאטמאר איז געווען דארט אין סאמערוויל פאר א צייט.

איבער דעם דערמאנטן ראש ישיבה ר' יעקב ארנשטיין (הארנשטיין?) ז"ל, האב איך פונקט געהערט פון מו"ר ר' ישראל דוד זז"ג, אז די תלמידים דערציילן איבער זיין מדת הסתפקות און נישט נאכגיין קיינע תאוות גשמיות, אז אין די ערשטע טאג פון די שבע ברכות האט דאס פרוי זיינע אנגעגרייט א פרישטאג כיד המלך כנהוג, אבער ר' יעקב האט דאך נישט געוואלט זיך נאכגעבן די תאוות פון איין זייט, און נישט עסן איז דאך אויך נישט געווען קיין אפציע, מה עשה? האט ער צוזאמענגעמישט אלע מאכלים אינאיינעם אז ער זאל נישט שפירען דעם טעם פון יעדע זאך באזונדער (לדוגמא; אריינגעגאסען די קאווע און דאס אייער-שפייז, און איינגעטינקען דערינען דאס רעפטל ברויט) און אזוי געגעסן.

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:39 am

מיללער סאמערוויל איז און ניו דזורזי

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:40 am

א שיין שטיקעל פון די היסטאריע אין נייטרא איז בלי ספק די באזוכן און אויפהאלטונג פון גדולי ישראל אין די ישיבה. רביה"ק מסאטמער בעל ויואל משה ודברי יואל זי"ע האט פארברענגט אין נייטרא נאך אין סאמערוויל ניו דזשערסי א שיינע פאר חדשים, ווי אויך א שבועות; הרה"ק בעל דברי מנחם מסטראפקוב זי"ע; הגאון ר' יוהונתן שטייף זי"ע; הגאון ר' אליעזר סילווער זי"ע; בעל מנחת יצחק זי"ע; (רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אויך באזוכט אין נייטרא, כ'דענק נישט פונקטליך ווען); ועוד ועוד ועוד וואס כ'האף נאך צוריקצוקומען דערצו.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:41 am

אין סאמערוויל איז מען געווען בשנת תש"ז און קיין מאונט קיסקא איז מען געגאנגען א יאר שפעטער בשנת תש"ח.
הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל איז געווען זייער בידידות מיט ר' מיכאל בער זצ"ל און ווען ער איז געקומען קייאמעריקא האט אים ר' מיכאל בער געבעטן אז ער זאל זיך אויף האלטן אין סאמערוויל ביז ער איז זיך מסדר, איז ער געקומען קיין סאמערוויל פון פאר אדער גלייך נאך פסח תש"ז ביז נאך שבועות.
די קלויזענבורגער רב האט אויך חתונה געהאט אין סאמערוויל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:42 am

א שבועות אין נייטרא, קרעדיט לינק געברענגט דורך הרב פארשלאפן אין על הצדיקים פארום.
צוגעלייגטע
Nitra.pdf
(188.42 KiB) דאונלאודעד 453 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:43 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:46 am

ר' מיכאל בער ז"ל פלעגט אסאך אריינפארן צום רבין, און ווען א בחור האט געהאט א ערנסטע פראבלעם פלעגט ער אסאך מאל פארן זיך מתייעץ זיין מיטן רבין ז"ל. כ'האב געהערט אז ס'געווען א צייט, נאך ר' מיכאל בער'ס פטירה, ווען די ישיבה איז געווען אזוי בשפל המצב אז דער נייטרא רב ז"ל האט עס געוואלט פארמאכן. איז ער געפארן צום רבין ז"ל פרעגן, האט אים דער רבי געזאגט אז א פלשץ וואס ר' מיכאל בער האט אריינגעךייגט אזויפיל מסי"נ דארף און וועט אי"ה האבן א קיום.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:48 am

ווען סאטמערער רב איז שוין נישט געווען געזונט איז ער אמאל געקומען קיין נייטרא (איך ווייס נישט פארוואס), און כידוע האט ער געהאט אזא קאר וואס די דאך עפענט זיך, און גלייך ווען ער איז אריין אין ישוב האט ער געהייסן עפענען די דאך און ער האט זיך ארום געקוקט און געזאגט אה סאיז א מחי' ריינע לופט - כשרע לופט.
(מפי רא"י אייזדארפער דרייווער)
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:53 am

כ'האב אמאל געהערט אז ווען דער רבי האט געדארפט אוועקפארן פון נייטרא האט ר' מיכאל בער געבעטן ר' חיים שלמה פאלאק ע"ה אז ער זאל גיין אונטערן קאר און עפעס אנ-ווירטשאפטן (ר' מיכאל בער האט דאך געקענט טעכנעלאגיע) אז דער קאר זאל נישט קענען פארן, אזוי וועט דער רבי בלייבן אין נייטרא. ר' חיים שלמה האט עס אויסגעפירט און דער קאר האט זיך נישט אנגעצינדען. ווען ר' מיכאל בער האט געזעהן אז דער רבי ערגערט זיך דערויף, ער האט סוכ"ס געוואלט אהיימפארן, האט ער געהייסן ר' חיים שלמה פאריכטן די קאר און דער רבי איז געפארן.

ע"כ שמעתי בערך שוין יארן צוריק, אדרבה זאל איינער מברר זיין צו ס'איז אמת.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:56 am

ספר תורת חמ"ד חידו"ת ומכתבים ממוה"ר הרחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל, כולל הרבה מכתבים ומסמכים מהישיבה והיישוב 'נייטרא'.


ספר תולדותיהם של צדיקים לתולדות הרה"ג ר' דוד צבי פעטעני ז"ל-הי"ד וחתנו הרה"ג ר' יצחק זאב מאיער ז"ל מחברי ספרי 'מהרש"א הארוך' ומרמ"י הישיבה בנייטרא.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:57 am

דער רבי ז"ל איז געווען און סאמערוויל תש"ז פון נאך פסח ביז אינמיטן דעם זומער, די ערשטע שבועות האט די רבי געפראוועט און די נייטרא ישיבה און סאמערוויל, און סאמערוויל איז נישט געווען קיין קעמפ, נאר סאמערוויל איז געווען דער ערטע פלאץ ווי די נייטרא ישיבה האט זיך אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט, און גערנאך וויבאלד דארט איז נישט געווען דער ריכטיגע מקום האט מען זיך אריבערגעצויגן קיין מאונט קיסקא,

ס'איז אינטערעסאנט ווי ר' מיכאל בער ז"ל האט געוואלט אז דער ישיבה זאל זיך אויסהאלטן דורך די הכנסה פון די יוצאי ישיבה"ק אז זיי זאלן וואינען נעבן דער ישיבה און דער יישוב און זיי זאלן ארבייטן פאר זיך און אזוי ווי גיבן א פראצענט פאר דער ישיבה, אזוי ווי פילע מוסדות האבן היינט צוטאגס ריעלעסטעיט וואס ברענגט זיי א שיינע הכנסה, אזוי האט ר' מיכאל בער געוואלט אז די יישוב זאל האבן א פארם און די יוצאי ישיבתנו זאלן ארבייטן און פון די הכנסות זאל גיין א פראצענט פאר דער ישיבה,

און ס'איז אינטערעסאנט נאר איבער צוגיין די עלטערע תלמידים וואס זענען געבליבן וואינען און נייטרא ישיבה, וואו א שטייגער ר' חיים שלמה פאללאק ז"ל אוי איז דאס געווען א זעלטענהייט פון א איד, זיין ערליכקייט און תמימות, אזא יוד איז א דיסקאטיניוד אייטעם א איד וואס האט באמת ליב געהאט דער באשעפער, און ווייטער ר' אלי' קאהן הי"ו א איד וואס גיבט זיך אפ מיט אויסהאלטן דער ת"ת א איד וואס כל הונו גייט פאר צדקה און א חוץ וואס ער ארבייט שווער אז די ת"ת און בית חינוך זאל זיך קענען אויסהאלטן, און ווייטער ר' בנימין זאב לאווי הי"ו, א איד וואס יעדען טאג 2 אזייגער זיצט ער שוין און לערענט ביז און דער טאג אריין און דערנאך גייט ער ארויס ארבייטן, א געשמאק צו זעהן ווי א זונטאג זיצט ער א גאנצן טאג און ביהמ"ד און ער האקט שטיקער, ר' פייש הערצאג פון די קדם בעלי בתים ווער געדענקט עם דען נישט, א איד וואס פארטאגס לערענט ער מיט א ברען וואס אפילו א אינגערמאן טוהט נישט פארמאגן, און ווייטער ר' יחזקאל דייטש, אויך א איד פון די אמאליגען דור זיצט בחברותא מיט ר' בנימין זאב און לערנען ווי 2 יונגעלעך, ר' גבריאל צבי בויער וואס האט אויפגעשטעלט איטליכע בנינים דארט און דער יישוב, ר' לייבוש גאטטעסמאן שליט"א (וואינט שוין נישט היינט דארט) א איד א זעלטענע ת"ח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 24, 2010 11:57 am

דער רבי ז"ל איז דאכציך געווען אין נייטרא אויפן ברית פון ר' משה אהרן שטיינבערג זז"ג, זיין פאטער ר' חיים מרדכי איז דאן געווען דארט קעכער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:00 pm

farshlufen האט געשריבן:דער רבי ז"ל איז דאכציך געווען אין נייטרא אויפן ברית פון ר' משה אהרן שטיינבערג זז"ג, זיין פאטער ר' חיים מרדכי איז דאן געווען דארט קעכער.


גערעכט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:02 pm

איינער דענקט נאך ר' הערשיל לעפקאוויטש ז"ל? איי איי איי, פארצייטישע אידן.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:07 pm

דער ניו יארק טיימס באריכטעט איבער א געווינס בשנת תש"ח פון די נייטרא ישיבה אין געריכט, צו קענען עקזעסטירען אינעם געגענט 'ניו קעסטל' (פאר נישטיגע 3.95 קאנט איר קריגען דעם פולקאמען ארטיקל צו הערן מער דעטאלן, מי מתנדב?)

SEMINARY WINS RIGHT TO TEACH REFUGEES

Special to THE NEW YORK TIMES.

November 17, 1948, Wednesday

CHAPPAQUA, N.Y., Nov. 16 -- The Yeshiva Farm Settlement, Inc., a nonprofit organization, obtained legal permission tonight to continue operating in New Castle an Orthodox Talmudic Rabbinical Seminary for Young Men, in which seventy-five youthful refugees from Czechoslovakia are learning to become rabbis "with a taste for rural atmosphere

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:07 pm

יוסלמאן האט געשריבן:איינער דענקט נאך ר' הערשיל לעפקאוויטש ז"ל? איי איי איי, פארצייטישע אידן.

ר' הערשל לעבט נאך, אפשר מיינסטו זיין ברודער שמואל דוד?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:08 pm

אוי ר' הערשיל געווען פון די געלונגענסטע מגידי שיעורים, באקאנא א מעשה פון זיין טאטע ר' יונה אז ר' ניכאל בער האט עם געבעטן געלט און ער האט נישט געהאט נאר אביסל געלט וואס זיין ווייב האט געהאט אוועקגעלייגט פאר א קערידזש פאר איר עלטסטן קינד, און ר' יונה האט געוויסט אז זי וועט עס נישט געבן פאר דער ישיבה האט זי געזאגט פאר איר אז די קערידזש איז דא, און זי האט געגעבן די געחלט פאר ר' יונה און ר' יונה האט עס געגעבן פאר ר' ניכאל בער,

אוי ווי נעמט מען אזא יוד,

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:10 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:איינער דענקט נאך ר' הערשיל לעפקאוויטש ז"ל? איי איי איי, פארצייטישע אידן.

ר' הערשל לעבט נאך, אפשר מיינסטו זיין ברודער שמואל דוד?


יא גערעכט, ר' הערשיל איז געווען א מגי"ש פאר איך בין אריין אין ישיבה, איינער האט מיר דערציילט אז ער פלעגט זיצען ביים שיעור מיטן ציגראטעל און ס'האט זיך געווארפען. ר' שמואל דוד ע"ה איז געווען א נפש יקר, ער האט געקענט הלכות שבת ישר והפוך, און ער פלעגט כסדר פארברענגן אין הלכות שבת מיט ידידו להבחל"ח הר"ר שמואל דוד ב"ר יעקב יצחק אונגאר שליט"א, נכד מרן בעל נאות דשא.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט