"תג"! דער פראגראם פאר עימוד ספרי קודש וכדו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:37 pm

דייקא פאר 7 אדער פריער קומט עס אויך צוניץ?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:46 pm

עס איז די פלעינע פאנט'ס נאר אין תג פאר חלונות שבע האטעס געמאכט פראבלעמן ואלו הם:
פרענק
מרים
נרקיסים
ראד
אהרוני
דוד

כ'מיין אז פאר ניקוד האט עס נישט געטויגט (די פראבלעם איז אין אנדערע פראגראמען אויך, ווי די בי עס) דעריבער האט ער זיי איבערגעמאכט

כ'וועל עם פרעגן פאר מער אינפא.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » פרייטאג ינואר 22, 2010 4:34 am

האניג אנטשוליגט אבער ווי כ'האב שוין געשריבן אז אלעס שלאפט דא, האט עס נאכאמאל פאסירט ווען כ'האב געדרוקט נעכטן שיק עס איז ער געגאנגען שלאפן.

קאוד: וועל אויס אלע

"#1\r"=">EMD<#1>EMD<\r"

קרש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » פרייטאג ינואר 22, 2010 9:09 am

רב טקסט האט געשריבן:

קאוד: וועל אויס אלע

"#1\r"=">EMD< #1>EMD<\r"


אויב ס'דא מער פון 256 אותיות אין די פאראגראף וועט דאס נישט אריין לייגן די EMD צום סוף.

קרש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » פרייטאג ינואר 22, 2010 9:26 am

האניג האט געשריבן:כ'האב נעכטן געכאפט א בליק אין א נייער דריק פון אגרא דפרקא, ס'מיר שטארק געפאלן דעם אויסשטעל (אויסגעשטעלט דורכ'ן בארימטן "עמודים"), אבער וואס האט מיר גענומען צו שרייבן דא, איז, כ'בין נייגעריג וויאזוי ער האט עס געטון. האט ער זיך איבערגעארבעט אויף יעדער בלאט באזונדער אין רב טקסט, אדער האט עס געטון מיט א מהלך (סקריפט וכודומה) אין פשוט'ן תג, אדער גאר האט ער נישט גענוצט קיין תג בכלל (אינדיזיין וכדומה)? כ'וואונדער מיר...


כ'בין שוין לאנג נישט דא געווען, כ'האב ערשט יעצט געזען די שאלה.

דאכט זיך מיר אז די קעפלעך אין אגרא דפרקא איז אויסגעשטעלט אזוי ווי די ספר הדרכות ישרות, וואס אני הקטן האט אויסגעשטעלט.
דא קענט איר זען א סעמפל דערפון:
http://www.tzuras.hadaf.prog.co.il/jobs/hadrochuth.html
(לייגט די מייז ביי די קארנער'ס פונ'ם ספר, און מישט איבער דאס בלעטל, אדער מישט אינ'ם ספר מיט די עראוי'ס אויפ'ן קיבאורד).

דאס איז די שאלה וואזוי מ'מאכט עס?

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » מוצ"ש ינואר 23, 2010 8:16 pm

בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט זעהן קרש'ס לינק ?

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג ינואר 24, 2010 5:20 am

טייפיסט האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט זעהן קרש'ס לינק ?


איך האב דאס יא געזעהן.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג ינואר 24, 2010 10:26 am

ווער קען העלפן
איך האלט אינמיטן אויסשטעלן א ספר וואס האט פוטנאטס, צוליב א סאך באקוועמליכקייט סיבות האב איך ביז יעצט געלאזט יעדע פרק א באזונדערע פייל, למעשה יעצט ווען די פרקים ווערן אביסל קלענער, האב איך באשלאסן צו מאכן עטליכע פרקים אין איין פייל, האב איך מיר אבער דערזען אין א פראבלעם, ווייל ביז יעצט האט זיך די פוטנאט אנגעהייבן פריש ביי א' אין יעדע פרק, יעצט אז וועט ליגן א פאר פרקים אין איין פייל, וועט זיך עס אנהייבן ביי א' למשל נאך יעדע דריי פרקים.
איז מיין שאלה אויב טויש אויך דאס אליין, דאס הייסט נאך ג, טייפ איך נאכאמאל אריין א ב ג ד וכו' אזוי יעדע מאל ביי אנהייב א נייעם פרק אינעם זעלבן פייל, גייט זיך עס האלטן אדער גייט עס צופארן.

אחר כתבי התבוננתי, אז ווי באלד די פוטנאט מארק בלייבט יא אין די רייע נומערן דארף עס נישט צופליען, קאן זיין, איך וויל עס אבער וועריפייען.

נאך א שאלה, קען איך יעצט נעמען די אלע פיילס אין עס עפענען ס'זאל ווערן אין איין פייל
און אויב יא גייט דאס נישט מאכן פראבלעמען ביי די פוטנאטס?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע: ירושלים

תגובהדורך אשר » זונטאג ינואר 24, 2010 3:39 pm

כ'האב געוואלט וויסן אויב מ'מעג זיך דא אדווערטייזן, אויב די תקנות פון דעם פארומס ערלויבט,
אז:
* איך בין א מומחה אין טייפען נקודות.
* מ'קען ביי מיר קויפן תפלות מיט ניקוד: סידורים, תהלים, חומש, וכו' וכו'.


(שרייט נישט אויף מיר, דאס איז נאכנישט קיין אדווערטייזונג, כ'האב נאכנישט ארויפגעלייגט דא מיין אימעיל אדרעסס).

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 24, 2010 3:46 pm

ווארד2007 האט געשריבן:ווער קען העלפן
נאך א שאלה, קען איך יעצט נעמען די אלע פיילס אין עס עפענען ס'זאל ווערן אין איין פייל
און אויב יא גייט דאס נישט מאכן פראבלעמען ביי די פוטנאטס?


פאראן א סקריפט מחבר צי זיין מערערע פיילס
זעה דא
איך האבעס גענוצט עס איז זייער פיין, נאר מאך זיכער אז אלע פיילס נוצן דעם זעלבן סטייל

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » מאנטאג ינואר 25, 2010 4:27 am

ווארד2007, אויב רעדסטו פון ווארד, קען מען אנשטעלן אז די הערות זאל זיך אנהויבן אינמיטן נאכאמאל פון 1, אדער דארך א נייע סעקשען.
אין תג, קען מען רענאמבערן פון 1 ביי יעדע נייע טשעפטער (א פשוטע טשעפטער אדער ABC אדער וועלכע מ'וועלט אויס, אדער אלע טשעפטערס)

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 9:19 am

רב טקסט האט געשריבן:האניג אנטשוליגט אבער ווי כ'האב שוין געשריבן אז אלעס שלאפט דא, האט עס נאכאמאל פאסירט ווען כ'האב געדרוקט נעכטן שיק עס איז ער געגאנגען שלאפן.

קאוד: וועל אויס אלע

"#1\r"=">EMD<#1>EMD<\r"

דער צווייטער דעש קומט אויס אנהייב קומענדיג שורה.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 9:20 am

טייפיסט האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט זעהן קרש'ס לינק ?

איך זע עס אויך נישט.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 9:21 am

אשר האט געשריבן:כ'האב געוואלט וויסן אויב מ'מעג זיך דא אדווערטייזן, אויב די תקנות פון דעם פארומס ערלויבט,
אז:
* איך בין א מומחה אין טייפען נקודות.
* מ'קען ביי מיר קויפן תפלות מיט ניקוד: סידורים, תהלים, חומש, וכו' וכו'.


(שרייט נישט אויף מיר, דאס איז נאכנישט קיין אדווערטייזונג, כ'האב נאכנישט ארויפגעלייגט דא מיין אימעיל אדרעסס).

כ'ווייס נישט וועגן קיין תקנות דערוועגן, אבער לפענ"ד אדרבה ואדרבה ס'קען גאר שטארק צוניץ קומען פאר מיר און פאר פילע אנדערע! שכוח פאר עס פאוסטען!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

קרש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » דינסטאג ינואר 26, 2010 10:04 am

האניג האט געשריבן:
טייפיסט האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט זעהן קרש'ס לינק ?

איך זע עס אויך נישט.


נאכן ווארטן א מינוט קומט עס אויך נישט ארויף?
אשאד.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 10:07 am

אין פראג איז נעכטן געפאוסט געווארן אן אפדעיט פאר "נאמבער פוטנאוטס". כ'האב עס דאונלאודעד, און ווי נאר כ'האב עס געעפענט האב איך געזען אז ארבעט ליגט דא, עטליכע (דאכציכמיר דריי) צוגעלייגטע פיעטשערס וואס קענען שטארק צוניץ קומען (מ'קען לייענען די פרישע און ווי אויך אלע אנדערע פיעטשערס און ענגליש ווען מ'דרוקט אויף "העלפ" אינ'ם דייעלאג).

יעצט, האב איך איין שאלה:
וואו קומט צוניץ דעם ":Skip if after link is"? אפשר כאפ איך נישט זיין אויפגאבע, אדרבה אויב איינער קען מיר ביטע אויפקלערן. תודה!
לעצט פאראכטן דורך האניג אום דינסטאג ינואר 26, 2010 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 10:25 am

קרש האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:
טייפיסט האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט זעהן קרש'ס לינק ?

איך זע עס אויך נישט.


נאכן ווארטן א מינוט קומט עס אויך נישט ארויף?
אשאד.

יאפ, נאך ווארטן עטליכע סקונדעס קומט עס ארויף! הופיע ביקרו! הערליך שיין ארבעט!

יעצט, לעניננו. איז דער שאלה: וויאזוי האט איר טאקע געמאכט די קעפלעך?

און ווי אויך זייטיגע שאלות, ו
א. וועלכער פאנט נוצט איר פאר די אותיות דגושים (מרגליות? היברו באלד? אן אנדערע?).
ב. דאכציכמיר אז איר האט דא געמאכט א .5 אינטש מארג'ין, בין איך גערעכט? כ'מאך אזוי טאקע עפ"י רוב, אבער מאנכע טענה'ן אז ס'דארף זיין א גרעסערע מארגי'ן (אפילו ביז א אינטש!)
ג. ווי איך זע זענט איר נישט מקפיד אויף תיבה בסוף שורה בודדת, בנוגע נוצען דעם סקריפט פשוט און פראסט האלט איך נישט עפ"י רוב דערפון, היות ס'לייגט צו צופיל ספעיסינג אינ'ם פאראגראף צווישן די ווערטער, וואס מאכט עס אויסזען זייער נישט ניעט. אויב געפעלט מיר נישט אן איינציג ווארט, וועל איך ענדערש נוצן דעם סקריפט אראפצונעמען א שורה דורך אביסל צאמקוועטשן די ווערטער, וואס דאס מאכט עס אויסזען אסאך שענער ווי צושפרייטע אותיות.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » דינסטאג ינואר 26, 2010 11:14 am

רוב זאכען איז שוין געווען אין די NUMFOOT סקריפט ווי צוגעצייכנט אין די הודעה פון די אפדעיט, די עיקר האט מען טאקע דאס צוגעלייגט אז מ'זאל קענען אויסלאזען געוויסע הערות פון ווערן רענאמבערד, וואס אסאך מאל וויל מען לייגען א * אנהויב מאמר וואס צייכנט צו פון ווי די מאמר קומט וכדומה, און די הערה איז בעצם אן אנדערע סארט הערה ווי די הערות אין די גאנצע פייל (וואס דארט טוהט מען צוצייכענן אויף די עצם מאמר הערות).
א דוגמא ווי עס ווערט גענוצט קען מען זען אין די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן אנהויב יעדע מאמר שטייט וועלכע יאר עס איז מיט א סטאר *, און דערנאך איז הערות אויפ'ן מאמר.
אדער איז עס נוצבאר אויב מ'וויל אויף עטליכע בלעטער בכלל נישט ניצען קיין אותיות וואס זאל צוצייכענען די הערות און עס זאל נאר זיין א לינק.

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » דינסטאג ינואר 26, 2010 11:49 am

האניג האט געשריבן:
קרש האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:
טייפיסט האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס קען נישט זעהן קרש'ס לינק ?

איך זע עס אויך נישט.


נאכן ווארטן א מינוט קומט עס אויך נישט ארויף?
אשאד.

יאפ, נאך ווארטן עטליכע סקונדעס קומט עס ארויף! הופיע ביקרו! הערליך שיין ארבעט!

יעצט, לעניננו. איז דער שאלה: וויאזוי האט איר טאקע געמאכט די קעפלעך?


ברוך השם, עס קומט שוין ארויף ביי מיר אויך
יעצט קענט איר ביטע ענטפערן אויף רב דבש'ס שאלה וויאזוי מען מאכט די קעפלעך?

קרש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » דינסטאג ינואר 26, 2010 11:51 am

ייש"כ פאר די קאמפלימענט.

לעניננו, לפי עצת והדרכת 'תג', האב איך עס אזוי געמאכט:

אלע קעפלעך האבן א קוד side ll.65in ld8.8, און אלע שטיקלעך וואס קומען נאך א קעפל האבן א קוד פון ir.75in, דהיינו די גאנצע שטיקל איז אינדענטעט.

נאכדעם בין איך אריבער די גאנצע ספר זען וויפיל שורות יעדע קעפל איז, און אריינגעלייגט א קוד פון ir0 סוף פון די דריטע/פערטע/וכו' שורה אין די שטיקל. לדוגמא: אויב די קעפל איז 2-3 שורות האב איך אריינגעלייגט א קוד מיט ir0 סוף פון די דריטע שורה אין די שטיקל נאכן קעפל. און דזוסטיפייד די גאנצע פייל. עס איז נישט געווען קיין לאנגע ארבייט (330 עמודים)

(אין עמוד קסה איז טאקע דא א טעות)
.png
.png (13.81 KiB) געזעהן 1559 מאל


לגבי די אנדערע שאלות:
א. די ד"ה זענען: YBR Hebrew Bold (פון 'תג')
ב. די מארדזין איז .7, דאס איז די מינומום וואס איך נוץ (היות ס'האט געדארף זיין גענוג פלאץ פאר כאטש 2 ווערטער פון די קעפל אויף א שורה). די מאקסימום וואס איז נוץ איז .9 (אפשר ביי 8.5*11 נוץ איך 1 אינטש).
ג. כ'בין טאקע נישט מקפיד, אויסער אויב די קאסטומער בעט עס. (און ביסט גערעכט וועגן די סקריפט).

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג ינואר 26, 2010 12:15 pm

אהא. זייער אינטרעסאנט. שכוח קרש (און תג)!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » דינסטאג ינואר 26, 2010 11:29 pm

קרש, איך געדענק נישט איך זאל דיר געבן די עצה (עס קען זיין), עס ליגט מיר אין קאפ אז איך האב געמאכט פאר איינעם א סקריפט וואס טוט דאס. דהיינו, מ'לייגט טאקע אריין די סעטינג אזוי ווי דיר, און דערנאך לויפט א סקריפט וואס איז בודק די הייעך פון די זייט-קעפעל און דערנאך לויט דער הייעך לייגט עס אריין א קוד אין די מעין פאראגראף, צוריק צו רוקען די אינדענט.

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » מיטוואך פאברואר 03, 2010 9:21 am

שמעוני נא, שוין לאנג נישט גערעדט וועגן תג, לאמיר אייך פארציילן א פראבלעם, און בחדא מחתא ארויפברענגן די אשכול....


איך ארבעט אין רב טעקסט, איין פרעים האט צוויי קאלומס, די פראבלעם איז, אזביים סוף פון די דאקומענט, גראד זיך נישט אויס פונקטליך די לינקע פאראגרעף מיט די רעכטע פון אונטן, דהיינו די לינקע קאלום ענדיגט זיך נישט ממש גלייך מיט די רעכטע, נאר א משהו ארויפציהר.

ניין, עס איז נישט דא קיין איבריגע ענטער דארט........ (עכ"פ לפי ראות עיני)

פארוואס איז די לינקע א קליין פיצעלע העכער ווי די רעכטע קאלום?
און וואס קען מען טון דערצו?

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » מיטוואך פאברואר 03, 2010 9:29 am

אנטשולדיגט פארן מטריח זיין די ציבור דא, אבער די פראבלעם איז געווען אז די ספעיס סעטינגס צווישן די פאראגראפן האבן נישט געלאזט זיך אויסשפרייטן אז עס זאל ווערן גלייך אונטן.
יישר כח

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך פאברואר 03, 2010 11:01 am

ס'מיר איינגעפאלן אן אינטרעסאנטע סקריפט וואס מ'קען מאכן, און ס'קען זייער פיל צוניץ קומען (עכ"פ פאר מיר זיכער):

איך האב עס פילע פילע מאל, כ'שטעל אויס א ספר מיט אלע קאודס, ואחרי ככלות הכל דיסייד איך (אדערן קליענט) אז מ'זאל טוישן א משהו עפעס א סעטינג (שמעלער מאכן אלע שורות, ברייטער מאכן אביסל די אינדענטס פון רוב פאראגראפן, וכו' וכו' עד אין מספר), יעצט, אויב האט מען בלויז געציילטע קאודס איז קיין פראבלעם, מ'טרעפט די סעטינגס און מ'גיבט עס א טוישט און געענדיגט. וואס טוט זיך אבער אז מ'האט א קאמפלעצירטע ספר פון צענדליגע און צענדליגע קאודס און ער וויל אז מ'זאל טוישן א סעטינג פון ספעציפישע מינע פאראגראפען וואס נעמט אין זיך אריין צענדליגע קאודס, דאן דארף מען אדורכגיין אלע קאודס, אדער מאכן א פיינד (מ'ען דא פארשטייט זיך נישט נוצן קיין ריפלעיס, היות מ'טוישט נישט אלע) און ארויסשנארען אלעס וואס באלאנגט צו די פאראגראפען און דערנאך טוישן איינס ביי איינס, וואס דאס קען נעמען א לענגערע צייט (און ספעציעל און דעם דריק אינדאסטריע וואו אלעס איז די לעצטע מינוט ממש). א פראבלעם.

איז וואס איז מיין פאטענט? הערט:

ערגעץ וואו אינ'ם סטיילשיעט זאל מען קענען שרייבן שורות וואס אנשטאט אנהייבן מיט'ן ווארט CODE, זאל מען אנהייבן מיט עפעס אן אנדערען ווארט (כ'ווייס, למשל TEMPLATE, אדער עפעס אזוי) און דארט אריינלייגן א פערעמעטער, למשל LL4.5in, אדער IB15, אדער אפילו עטליכע פערעמעטערס, און ווי אויך מעקרויס, און וואס נישט, אלעס וואס מ'קען לייגן אין א CODE שורה. יעצט, ווען מ'נעמט זיך שרייבן א קאוד וואס גייט האבן דער (אדער עטליכע) זעלבע פערעמעטער(ס) אין פילע אנדערע קאודס, זאל מען אנשטאט איבערשרייבן ביי יעדער פלאץ באזונדער נאכאמאל דעם פערעמעטער, שרייבט מען פשוט דארט אריין א ספעציפישע קאוד (למשל "<T1>" אדער עפעס אנדערש), און תג גייט נעמען אלע פערעמעטארס פון דעם שורה TEMPLATE 1 און עס נוצן פאר דעם קאוד. יעצט, ווען ס'קומט אויס אז מ'דארף טוישן א סערטין סעטינג, דארף מען זיך נישט מוטשען און פארברענגען צייט און כח מיט אדורכגיין אלע קאודס, נאר מ'גיבט א טויש איינמאל, און דאס איז עולה על כולנה!!!

וואס זאגט איר?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: Burach_Nussen און איין גאסט