א קרישקעלע בנוגע דעם באזוך פון די צוויי אדמור"ים שליט"א (דושינסקיא, סטריקוב) אין וויען:
די ביידע רבי'ס וואס זענען געווען אויפ'ן זעלבן פליגער פון א"י האבן געלאנדעט אין וויען אביסל נאך 7 אזייגער אווענט, ביז'ן אריינקומען אין שטאט איז עס שוין געווען אין א צייט וואס אלע זמן מנינים מעריב האבן שוין געהאט געענדיגט און צו די זעלבע צייט זענען א גרויס טייל פון שטאט געווען ביים חופה פון משפחת שפירא-שרייבער.
וויבאלד זיי האבן געוואלט דאווענען גלייך מעריב, האט מען אפגעמאכט אז מען וועט זיך טרעפן אין ביהמ"ד קהל חסידים וואו די גבאים האבן גלייך ארויסגעשיקט א מעלדונג אז ווער ס'קען זאל קומען מצרף זיין צום מנין, גלייך זענען אנגעקומען אסאך מער יודן ווי ערווארטעט.
בשעת דער רבי פון דושינסקיא שליט"א איז שוין געווען אין ביהמ"ד, איז דער סטריקובער רבי שליט"א נאך געווען אין עירפארט צוליב א קליינע פראבלעם מיט זיין רענצל וואס האט אים אויפגעהאלטן, און די גבאים האבן מציע געווען פאר'ן דושינסקיא רבי אז מען זאל דאווענען און מען וועט שוין זארגן אז דער סטריקובער שליט"א זאל האבן אן אייגענע מנין, אבער דער רבי פון דושינסקיא שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיין פשטות און גאלדענע מדות איז באשטאנען דערויף אז מען זאל ווארטן אויפ'ן סטריקובער רבי ווי אפגעמאכט אז מען וועט דאווענען צוזאמען.
דערווייל האט דער רבי זיך געזעצט אריינקוקן און א ספר און גענומען שלום פון אסאך יודן, בחורים און קינדער וואס זענען זיך צוזאמגעלאפן.
ווען דער סטריקובער רבי איז אנגעקומען האט ער זיך זייער באדאנקט און דערנאך געזאגט פאר זיין גבאי אז אלץ תושבי א"י דארף מען געדענקן צו זאגן "ותן טל ומטר" ביי שומע תפילה (ס'איז געווען אור לז' חשון ווען אין א"י הייבט מען אן צו זאגן ותן טל ומטר).
ביידע רבי'ס האבן זיך געשטעלט אויף פשוטע פלעצער און נישט געוואלט אנעמען קיין כבוד, יעדע עקסטער האט זיך אויסגעדרוקט אויף זייער נוסח אבער מיט די זעלבע כוונה, אז זיי זענען דא אין וויען איז פאר זיי א געלעגענהייט צו זיין אביסל ווי פשוטע יודן און געניסן א רואיגקייט.
נאכ'ן דאווענען האט דער דושינסקיא רבי שליט"א זיך אינטערעסירט ביים סטריקובער רבי שליט"א וויאזוי ער האט זיך נוהג געווען בנוגע "ותן טל ומטר" און ס'איז געווארן א שמועס ארום דעם נושא צוזאמען מיט הרה"ג ר' יעקב יחזקי' סופר שליט"א, איידעם פונ'ם מרא דאתרא הרה"ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט"א.
- 20211014_100532--1-.jpg (187.01 KiB) געזען 2339 מאל