א סך הכל פון אלע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

א סך הכל פון אלע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ס'איז מיר באקאנט געווארן אז די שרייבער אויסגאבע מוטשעט זיך אביסל מיט די נייעס, ווייל אלע נייעס איז אזוי צעשפרייט און צעזייט צווישן צענדליגע אשכולות כפי הענינים, חוץ מזה ווען מען וויל אריין לייגן א נייעס וואס האט זיך אנטוויקלט דורכאויס די וואך (צ.ב.ש. אפגאניסטאן, איזראעלי טורמע אנטלויף, וכדו') ברויך מען מלקט זיין פון אלע תגובות די סך הכל פונעם נייעס, און עס צוזאמשטעלן אלץ א נייע ברי'.

- אין קורצן: די נייעס איז נישט דא פון וואו צו קאפי-פעיסטן, משא"כ די אנדערע חלקים.

די לעזונג:
אן אשכול ווי מען וועט אראפ שרייבן אין קורצן די סך הכל פון יעדעס אנטוויקלענדע נייעס.

צ.ב.ש.
"מדנ"י טורמע טונעל אנטלויף"
6 הויכראנגיגע ארעסטאנטן זענען אנטלאפן פון א מדנ"י טורמע ערב ראש השנה דורך א טונעל, נאך א פינף טאגיגע זוך אקציע זענען 2 געכאפט געווארן דעם פרייטאג דארט און דארט זיי האבן אויסגעגראבן די טונעל פאר אזוי און אזוי לאנג, די וועכטער זענען יא/נישט שולדיג, ס'איז יא/נישט געווען פארנאכלעסיגקייט, און ס'הערשט יא/נישט אויפברויס אויף די לייכטקייט מיט וואס די אראבישע ארעסטאנטן ווערן באהאנדלט, וכו' בלא בלא בלא.... (איך קען נישט אזוי גוט די נייעס)

רוב נייעס וועט מען אריין לייגן אהער דורכאויס די וואך, און בלויז די וואס אנטוויקלען זיך לענגער וועט מען דאנערשטאג מאכן א ס"ה וואו ב'האלט דעמאלטס.


גוטע איידיע?
לעצט פארראכטן דורך פאליטישע עקספערט אום דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 4:38 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס סך הכל - אלע נייעס -- ביטע נישט דעבאטירן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

מיין הסכמה האסטע
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

זייער א גוטע געדאנק די אשכול, לאו דווקא פאר די אייוועלט אויסגאבע נאר פשוט א מענטש וואס וויל זען פשוט נייעס און קורצן זאל האבן א אשכול ווי ער וועט קענען זען א סך הכל פון די נייעס, די אשכול וועט זיין א פלאץ ענדליך ווי א צייטונג נאר אנשטאט וועכנטליך אדער טעגליך ווי אין א צייטונג אימעיל וועט עס ווערן געאפדעירט זאפארט
מקען שרייבן דא אלע נייעס לאו דווקא פאליטישע, יא ? ווייל סאיז אין די נייעס קאך לעפל סוב פארים


__________________
ביזנעס וואקסין מאנדאט
די דעפארטמענט אוף לעבער אינטער פרעזידענט ביידנס אדמיניסטראציע OSHA וויל איינפירן א נייע געזעץ אויף אלע ביזנעסער וואס האבן מער ווי 100 ארבייטער (מעגליך אינקלודעט אויך מוסדות התורה) וועלן דארפן פארלאנגען פון אלע ארבעטער צו זיין וואקסינירט אדער וועלן זיי דארפן נעמען א קראנע נעגעטיוו טעסט יעדע וואך
ריפובליקאנער גאווערנערס פארשפרעכן א לעגאלע קאמף אקעגן די ביזנעס וואקסין מאנדאט וואס פרעזידענט ביידען וויל איינשטעלן

--
פאר מער דריקט דא OSHA וועט פארלאנגען וואקסין אדער א וועכנטליכער טעסט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פוטש אין גיני

פארגאנגענעם זונטאג ארום 8:00 אינדערפרי האבן די ספעציעלע קרעפטן אין גיני אונטערן אנפירערשאפט פונעם גענעראל "מאמאדי דומבייע" אדורכגעפירט א שנעלע פוטש ביי וועלכע זיי האבן זיך אריין געבראכן אינעם פרעזידענטליכער פאלאץ און ארעסטירט דעם פרעזידענט "אלפא קונדא".
די יו ען, אמעריקא, און די אפריקאנע יוניאן האבן אלע פארדאמט דעם פוטש און האבן גערופן צוריק צו שטעלן דעם פרעזידענט אויפן שטול.
די יעצטיגע מצב איז אז די פוטש איז געווען סוקסעספול, און די מיליטער איז ביי די מאכט, און זיי האבן סוספענדירט דעם קאנסטיטוציע.

אין די וואכן איידערן פוטש איז שוין די מצב געווען אנגעצויגן דעריבער האט די פארטיידיגונגס מיניסטער אוועק געפירט די קאמאנדאס צו א באזע ווייטער אוועק פונעם הויפטשטאט.
א ניו יארק טיימס אויפדעקונג צייגט אז אמעריקאנער גרין בערעי קאמאנדאס האבן געהאלטן אינמיטן א טרענירונג סעסיע מיט די קאמאנדאס ווען זיי האבן זיך ארויס געלאזט צום פוטש - פירנדיג צום סוספענדירונג פון די מושטירונגען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאלעסיידס האט געשריבן:אמעריקע האט אנגעפירט א גאר געהיימע עוואקואציע ארויס פון קאבול פון א אנדערע פלאץ


א רעפארט ווייסט צי פארציילען אז בשעת די וועלט האט געזען כאאטישע בילדער ביים קאבול עירפארט איז פארגעגאנגען אין די זעלבע צייט א געהיימע אפאראציע נישט ווייט פון דארט דורך די סי איי עי,
די אפאראציע איז געווען גוט אויספלאנירט אין געווען לויט די באריכט זייער קאארדענירט, אין אויך זייער שטיל אין סמאאד,
מען האט דארט ציזאמגענומען אמעריקאנע ספעשעל פארסעס וועלכעס זענען געווען אויסגעמישט צווישען די באפעלקערונג במשך די יארען, ווי אויך סי איי עי אפערטיווס וועלכע האבען געהאט פארשידענע אויפגאבעס, אין פארשידענע עדווייזערס צי לאקאל אין פעדעראלע גאווערמענטס,
לויט באריכטען זענען געווען פארשידענע ליעזענס פון אנדערע לענדער -וועלכע האבען געהאלפען האלטען די לאנד סטאביל - אבער האבען נישט געוואלט קיין צי גרויסע פירסום צוליב סיבות, מעגליך אויך פאליטישע סיבות,
ווי אויך האט מען ארויסגעטראגען פון דארט אפגאנע ספעשעל פארסעס נאכדעם וואס די טאליבאן האט ברוטאל אויסגעשחטן 22 קאלעגעס פון זיי וואס האבען זיך געהאט אונטערגעגעבען,
די אויבענדערמאנטע מעשה איז נישט געווען צי שטארק אויפגעשפילט איבער די וועלט נאכדעם וואס די טאליבאנע מיט זייער אליאירטע האבען עס נישט געוואלט צי שטארק אויפשפילען, אבער רעקארדירענגען דערפון איז יא אנגעקומען מיסטריעז צי אנדערע אפגאנע שליסעל איינגעשטעלטע,
ווי אויך זענען ארויס פון דארט אפגאנע ריכטער וועלכע האבען דארט אנגעהאלטען געזעץ אין ארדענוג די לעצטע 20 יאר אונטער וועלכעס אסאך מערדער על קאידע און אייסעס טערארריסטען זענען ארעסטירט געווארען,
לויט די באריכטען האט מען ארויסגעטראגען אויף זייער אן ארגאנעזירטע וועג מער ווי 5 טויזענט פערסאנעל אין לויט אנדערע איז די ציפער גאר אסאך העכער, אבער זינט די גאנצע אקציע איז א גאר מיליטערישע סוד ווייסט מען נישט אויף זיכער קיין פרטים,
די עוועקואציע איז געווען פון א געהיימע באזע מיטען נאמען "איגעל באזע" וועלכע איז געווען א פלאץ ווי מהאט אויסגעפארשט טעראריסטען, לויט די טאליבאנע, די אויספארשונג איז אנגעפירט געווארען דורך אפגאנע קאנטער טעראריזעם באאמטע אין א אפגעטיילטע פלאץ דארטען אין די סי איי עי האט ציגעשטעלט שוץ פאר זיי פון דערנעבען אין זיי האבען תיכף געקענט האבען ציטריט צי גאר וויכטיגע אינפארמעישען איבער טעראר געפארען אין אפגאניסטאן און איבער די וועלט, און זיי האבען געקענט שנעל רעאגירען צי די געפארען,
די געהיימע באזע איז געווארען שטארק אויסגעברייטערט אונטער די פאריגע פרעזידענט טראמפ, ווי מהאט ציגעלייגט זייער אסאך סאפיסטקירטע אין געהיימע מיטלען פון טראנספארטאציע פון די גאר שעדליכע עלעמענטען איבער אפגאניסטאן,
וועלכע איז געווען זייער א וויכטיגע שליסעל צי סוקסעס פון די באזעס ציל,
און אנדערע מיליטערישע אפיצעלע באזעס פלעגען יארען פארדעם קוקען טאליבאנע ספאטערס אומפארשעמט אינדרויסען פון די באזעס ווי אויך ספאטערס פון די פאקיסטאנע איי עס איי, און דאס האט זייער פארשווערט די ארבעט צוליב פארשטענדליכע סיבות, און אויך געדארפט אראפהאלטען גאר גרויסע מיליטערישע קרעפטען נאר ציבאגלייטען טעראריסטען,
אויך איז געווען אין די באזע א קליינע געהיימע עירפארט ווי מהאט געקענט ארויס אין אריינברענגען פערסענעל אדער טעראריסטען צי אנדערע אראבישע לענדער לעת הצורך,
און דעס האט מען יעצט גענוצט ארויסציטראגען די אויבענדערמאנטע פערסענעל,
ווען די טאליבאן איז יעצט אריינגעקומען דארט האבען זיי געטראפען אויפגעריסען אלעס אלעס אויף א מסודרדיגע וועג, וואס אויב סאיז אמת איז דעס די איינציגסטע פלאץ ווי מהאט גארנישט איבערגעלאזט פאר זיי ביי די באקאנטע ביידען ארויסטריט פון אפגאניסטאן,
זיי האבען נישט געקענט באהאלטען די אנטוישונג אז מהאט זיי גארנישט איבערגעלאזט, נאכדעם וואס זיי האבען זיך שוין ציגעוואוינט צי די פאקט אז זיי באקומען סאפיטעקירטע געווער אין אינפארמאציע סערווירט אויף א גאלדענע טאץ,
זיי האבען נישט געקענט באהאלטען זייער אויפברויז אויף די גרויסע בעל תשחית אין חורבן וואס זיי האבען געזען דארטען,
אמעריקע האט איבערגעלאזט דארט באמבעדירט צענדליגע טייערע האמוויס טייערע קארס אין אנדערע גראונד מיטלען,
אין אויך פליגער -קליינע אין גרעסערע- און טייערע העליקאפטער, אין די ראדאר אין קומיניקאציע סיסטעם איז געווען גענצליך אוועק גענומען מיט די לעצטע פליגער,


אידישליך פאליטיק האט געשריבן:הערליך! נאר א קליינע הערה, מען האט זיי נישט ארויסגעפירט פון דארט ארויס פון לאנד, נאר מען האט זיי געפירט צום קאבול לופטפעלד און אזוי האבן זיי אויסגעמיטן די טאליבאנע טשעק-פוינטס. דאטא פון די ניו יארק טיימס צייגט אז עס זענען אויסגעפירט געווארן 35 העליקאפטער רייזעס פונעם באזע צום לופטפעלד.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בנין צוזאמגעפאלען אין חולון,ארץ ישראל

עס טוט זיך אין די נייעס, א בנין אין חולון אי צאמגעפאלען , קיין נפגעים בגוף ב"ה
מען האט אוועקואירט די איינוואנער פון די בנין נעכטען זעהנדיג אז סהאלט ביים צוזאמפאלן
36 משפחות פארלוירן זייער דירות און געראטעוועט זייער לעבן
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיינער אשכול.

באלאנגט נישט אין קאך לעפל לדעתי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:פיינער אשכול.

באלאנגט נישט אין קאך לעפל לדעתי

אין הכי נמי, אבער איך קען עס נישט ארויס רוקן, את הנעשה אין להשיב
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון די נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך מיין ס'צייט צו ארום טוישן דער ציל פונעם אשכול, במקום נאר א סך הכל פון די אנטוויקלענדע נייעס זאל דאס זיין א סך הכל פון אלע נייעס.


לענ"ד זאל עס זיין צאמגעשטעלט פון אלע נייעס וואס פליסט אריין אין די פילצאליגע נייעס אשכולות, נישט יעדע פרישע אנטוויקלונג, אבער יעדע אינטערעסאנטע נייעס.

עס איז זייער שווער אויסצורעכענען פונקטליך אלע כללים, מ'וועט מוזן זען וויאזוי ס'וועט זיך סעטלען
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון אלע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אנהייבן פאר היינט:

א ריכטער האט ארויס געשליידער א קלאגע קעגן B&H אז זי האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליאנען אין שטייערן

*

פרויס פסאקי האט געמאלדן אז די אמעריקאנער גרעניץ וואך וועט מער נישט זיין ערלויבט זיך צו באנוצן מיט פערד ביים טעקסאס גרעניץ נאך ווידיא פון אנגעבליכע ברוטאליטעט קעגן האיטי'ער אימיגראנטן, - דעפארטאציעס וועלן ארויפגעשרויפט ווערן.

*

די אמעריקאנער ספעציעלער שליח קיין האיטי האט רעזיגנירט צוליב די "אוממענטשליכע באדינגען" פון די האיטי'ער פלטים

*

אנקעטע נאך אנקעטע צייגן ביידענ'ס אפראוועל ראטעס ביים נידריגסטן פונקט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א סך הכל פון אלע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פעיסבוק: מיר זענען אין שטיצע פון רעפארמירן סעקשאן 230 (רעגולאציעס אויף סאציאלע מידיע פירמעס - א הויפט טאלקינג פוינט פון טראמפ) זע דא

*

לאנג ערווארטעטע אריזאנע אודיט ארויסגעקומען, צייגט 99 איבריגע שטימעס פאר ביידען און 261 פעלנדע פון טראמפ

*

פאליטיקא באריכט אז פאקס ניוז האט פארבאטן רודי און זיין זון ענדרו דשוליאני פון זייערע פלאטפארמעס שוין דריי מאנאטן צוריק, דשוליאני איז געוואויר געווארן דערפון ערב סעפטעמבער 11 - זיין אושפיזא.
פאליטיקא באריכטעט אז אויך אנדערע טראמפ געהילפן האבן זיך אפגערעדט אז עס איז זייער שווער צו באקומען פרא טראמפ אינטערוויוס אויף פאקס.

*

ביידענ'ס ערשטע זיצונג מיט די מעמבערס פונעם "קוואד" איז געווען היינט 2:00 אינעם ווייסן הויז צווישן ביידען און דער יאפאנעזער און אויסראלישער פרעימער מיניסטארן.
פאר די זיצונג האט ביידען גערעדט מיט די אינדיער פרעימער מיניסטאר
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”