-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך חיים חעסקי »
בין איך פריער אראפ געפארן דעם צענטעראלן גאס לי עוו., און ביי איינע פון די ווינקלען זעה איך שמערנישווייניגער ווי א יונגערמאן (וואס האט מסתמא באקומען לייסענס א וואך צוריק, און געוואלט וויזן מאכט..) האט געהאט א קליינע טראפיק פייט מיט א גרויסן שחור זעה איך ביים לייט ווי דער יונגערמאן קומט ארויס אין נעמט זיך שרייען אזאנע קולות אויפ'ן שחור, אבער מיט קללות וואס אפ' דער שחור'ס פאלק וואלט זיך געשעמט מיט דעם אזאש איך בין ממש רויט געווארן!
און עס גייט נאך ווייטער, זעה איך ווי א איידעלער יונגערמאן גייט צום גוי און איז אים מסביר אז ער האט פלעין געהאט אשווערן טאג היינט, הייבט דער יונגערמאן אן צו שרייען אויף אים -מיט פרעכקייט וואס איז נישט צום באשרייבן - צו ער איז גאט'ס פארטרעטער?,...
מיינע חבירים איז דאס נערמאל?
איך בין בכלל נישט קיין גרינער דא, נאר מחמת א גילוי אטאקע האב איך געמיזט פין פריש געבוירן ווערן!